Re: א היילונג פאר יענע מעשה?! סאיז דא האפענונג אי"ה
Astaxanthin קען מען קויפן פאר אפאר פרוטות. מה נשתנה valasta אז עטליכע טראפן קאסט אן אוצר?בבקשה האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 09, 2023 2:34 pmאיך וועל פראבירען מסביר זיין, וויפיל איך פארשטיי אז עס גייט דא פאר.המברך יתברך האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 09, 2023 1:35 pmאון לגופו של ענין, האב איך דערווייל גארנישט געזען דא שטיין, עפעס זאכליך. נאר אז חיה מעדיקל איז געווען אנוועזנד ווען דרעזנער שמעלצער האבן אינטערוויוד וואניצעאק, און...
ValAsta איז א סופפלעמענט, וואס מען קען צונעמען אינדערויסן פון די געווענליכע טריעטמענטס. וואלאסטא איז מעגליך גוט פאר אייינער וואס האט יענע מעשה פאר 3 סיבות.
1. עס מאכט די גוף געזונטער (די וואס פארקויפן וואלאסטא, פארקויפן דאס פאר געזונטע, זיך צו האלטען געזונט)
2. עס מאכט לייכטער די סייד עפעקטס פון קימאו
3. וואלאסטא אליין שלאגט זיך מיט די מחלה
די הויפט אינגרעדיענט פון די וואלאסטא איז Astaxanthin. פון וואנעט ווייסט מען אז דאס ארבייט?
איז דא אויף דעם 3 שטאפלען.
1. Astaxanthin איז אן antioxidant, אויף אנטי אקסיטדענטס איז דא א געוואלד פון סטאדיס לכאן ולכאן.
2. אויף אסטעקענטין אליין, איז דא לעב סטאדיס וואס ווייזן אז דאס ארבייט אין די לעב.
3. אויף וואלאסטא איז דא די סברות פון די ממציא.
דאס איז לויט וויפיל איך ווייס, אבער ס'איז יכול להיות אז איך ווייס נישט אלעס. אז איינער וויל אריינקומען מיט מער פאקטן, זאלן זיי אריינקומען.
בנוגע חיים מעדיקעל, איז בכלל נישט אינטרעסאנט דא צו שרייבן, אנאנים מענטשען שרייבן נאך וואס זיי האבן געהערט פון אן ארגאניזאציע, יעדער קיין שרייבן וואס ער וויל, און די ארגאנאזציע דארף זיך יעצט פארענטפערען. יעדער וואס ס'איז איהם ליידער באמת נוגע (צו פאר זיך, צו פאר בני המשפחה), קען רופן די ארגאנאזאציע און אליין געוואר ווערן וואס זיי האלטען.
איך פרעג נישט לקנטר. איך טריי פשוט צו כאפן דעם געדאנק שבו.
יישר כח למפרע פארן ענטפערן