-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך באסעלע
»
גוט פאריקט האט געשריבן:
מאתים האט געשריבן:
און א זייטיגע קאמענד,
מאכן תקנות, חרמים, אסיפות, אויפקלערינגן, איז זייער זייער חשוב
אבער דא עקא
ווילאנג עס איז נישטא קיין ערזאץ פאר א געשמאקע כשרע טעלעפאון איז עס ווי א קול במדבר
אמת רובא דרובא נעמען פון וואס עס איז דא
אבער ווילאנג די וועלט פון טעכנעלאגיע ווערט מער און מער, און אונזערע כשרע אידן און אידענעס בלייבן סטאק ביי אפאר אלטע מינע דעספאזעבל פאון, גיט דאס פאר אסאך די נסיון פון גיין צו פשוט בעסערע פאונס מיט די אלע נסיונות און א זייט,
איז יעצט אז ממאכט א גרויסע אסיפה מיט אלע קהלות וואס קאסט א הון תועפת, זאלן די קהלות הקודש יעצט איינמאל פאר אלעמאל צאמשטעלן און אינוועסטירן און אהער שטעלן עטליכע סארט פאונס -פליפ סליידינג-גראד, יעדער לויט זיין געשמאק, וואס איז סיי שטארק, און סיי פארגעשריטן, און עס ווערט געמאכט דירעקט לויט די תקנות פון די קהלות און דאן קען מען אינפארסירן אז ממעג קויפן און האבן בלויז די פאונס
אבער סתם אסיפות און דרשות אן קיין עכטע ערזאץ גייט מען כסדר האלטן ווי מהאלט, און מאכן נאכאמאל אסיפות, און נאכאמאל און נאכאמאל,
כן דעתי העניה
און אוודאי אויספאלגן דעת רבותינו און שיקן די נשים צדקניות צום אסיפה
גראדע זענען יעצט אויפן צוויי גוטע כשרע טעלפאנען איינס איז א בעסערע מאדעל פון די קווין טעלעפאון צווייטע איז א גוטע 4ג קיבאורד טעל.
כהאף אז ווען סגייט ארויסקומען גייט נאך זיין א פארלאנג דערויף, ווי עס קוקט אויס גייט עס נישט ארויסקומען אין די יאר הונדערט,מזאגט נאך א נוסחה, פון ר' בונם פון פשיסחה, וכו'
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)