הג"ר יצחק אייזיק מאשקאוויטש, וישיבתו "מאור הגולה" - י״ג ניסן תשנ״ג
געבוירן איז ער צו זיין טאטע הרה"ח רבי דוד מאשקאוויטש אין די שטעטל ליסיע וואס איז נעבן ברעזנא אין מדינת טשעכסלאוואקיע, און די נאמען יצחק אייזיק האט ער באקומען נאכן סוואליווע רב זצ"ל,
אלס אינגער בחור איז אים זיין טאטע אוועק און ער האט זיך מקשר געוועהן אינעם מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל ווי ער איז געווען פון די ערשטע פון זיינע תלמידים אין זיין ישיבה,
אזוי אויך האט ער אסאך מקבל געוועהן פון הרב מברעזנא זצ"ל און אין זיין ערשטע חלק פון זיין ספר בית יצחק איז דא א באזינדערע קונטרס פון הנהגות וואס ער האט זיך פארשריבן פון רבו הרב מברעזנא,
ווי אויך האט ער מקבל געוועהן פון הרב מאונגוואר זצ"ל,
ווען ער איז געקומען אין די יארן איז ער א איידעם געווארן ביי החסיד המפורסם רבי משה דוד ציג מטערניווא און דארט איז ער געוועהן די חברותא פון הרב מטערניווא זצ"ל און דורך דעם איז ער נתקרב געווארן צום אהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל ולממשיכי דרכו,
די צרות ביים קריג האט אים נישט איבערגעהיפט ווען זיין ווייב מיט זיינע דריי קינדער נעקה"ש, ער אליינס איז פארוואגעלט געווארן קודם צו די ארבעטס לאגערן, דערנאך אין א געפענגעניש לאגער אין רוסלאנד,
נאכן מלחמה איז ער אנגעקומען קיין "פאדווא איטאליע" איינער אליין אנע משפחה, און אן א דאך איבערן קאפ, דארטן אין די פליטים לאגער האט ער מיט די הילף פון אנדערע אנגעהויבן טוהן צוריק צו בויען אידישקייט אזוי ווי אמאל, און דארטן מיטן הילף פון הרה"ח רבי בנימין בארזיקאבסקי און הרה"ח רבי יעקב לעכאוויצקי האט ער געשטעלט די גרונדשטיין פאר די "ישיבה מאור הגולה" פאר די בחורים די שארית הפליטה,
און ווען די ישיבה איז אריבער קיין רומא האט זיך מצטרף געוועהן הרה"ג רבי אפרים אשרי זצ"ל און אינאיינעם האבן זיי מחנך געוועהן און געבויעט די קומענדיגע דור פון תורה,
שפעטער איז די ישיבה אריבער קיין מאנטריאל ווי דארטן האט ער ווייטער ממשיך געוועהן מיט די הרבצת התורה,
ער האט מחבר געוועהן ספר בית יצחק ב"כ על התורה הלכה ואגדה נלב"ע י"ג ניסן תשנ"ג לפק
- אטעטשמענטס
-
- Yitzchok Isaac Moskowitz.jpg (132.93 KiB) געזען 1643 מאל