EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

now
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 9:51 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך now »

To clarify the part of VTO and processes is very good points, the problem is mostly at the seats part.
הנך מאה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:08 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הנך מאה »

איך טוה סערוויס פאר א ביזנעס מיט 200 – 250 ארבייטער וואס האט לעצטענס אהנגעהויבן ניצן EOS.
איך באדין שוין דעם ביזנעס אפאר יאר אן א דעילי בעיסיס, און אין מיינע אויגן פארט דער ביזנעס בארג אראפ, אבער דער בעה"ב זעהט עס נאך נישט.

אוודאי קענען אסאך בעה"ב פארדינען פון ביזנעס קאנסאלטינג, און EOS איז מסתמא אויך א וועליד קאנדידאט בכלליותדיג, אבער די פאקט אז זיי פארכישופען דעם בעה"ב איז שעדליך פארן ביזנעס.
עס איז פשוט אז נישט אין יעדן מצב איז גוט יעדער איידיע און אז דער בעה"ב איז פארבלענדט קען ער קליא מאכן מער וויפיל ער פארדינט.

צווייטענס, פאר די ארבייטערס איז עס פונקט ווי די ביזנעס האט געטוישט בעל הבתים. מען איז דן פון פריש צו מען זאל איהם האלטן אדער נישט, דער סיבה פארוואס מ'האט עם געדינגען ארגינעיל איז מער נישט נוגע, פאר דער אלטער בעה"ב האט מען זיך שוין געפראווט אז מען טויג אבער פאר די נייע נישט און אזוי ווייטער.

אויך זענען די נייע פארשריפטן ווי אזוי צו מעסטען די ארבייטער געווענדליך נישט צו דער זאך, עכ"פ אין דעם ארבייטער'ס אויגן, עס איז געבויעט אביסל אויף דמיון פון דער בעה"ב און אביסל אויף נישט ארויסהאבן ווי אזוי מען דארף באמת מעסטען דעם ארבייט אדער ארבייטער, פשוט ווייל דער יענוגער פון EOS איז נישט אין דער ליין און דער בעה"ב איז זייער אפט אויך נישט.
ממילא פיהלט דער ארבייטער ווי מען שאצט מער נישט זיין אמת'ע קוואליטעט און וואס ער האלט אז עס איז וויכטיג צו דעליווערן, וואס דאס איז באמת אין וואס ער האט זיך איבער געגעבן ביז יעצט, נאר מען וויל פון עם עפעס וואס ער זעהט אלס א מינדערוויכטיגע חלק פון זיין טאג. דורך דעם פארלירט זיין גאנצע ארבייט דער חשיבות, און ער ארבעט אהן הארץ.

נאך מער אימבאקוועם ווערט מען ווען מען זעהט ווי די בעה"ב איז בלינד און טויב! דאס מיינט פארן ארבייטער אז דער נייע א.ג. בעה"ב איז אויך נאר צייטווייליג און אויב וויל ער ארבייטן אין א סטאבילע פלאץ זאל ער בעסער יעצט זיך נעמען זיכען אן אנדערע פלאץ.

דריטענס, זעט איך אז אין דער ליעדערשיפ איז אויך דא לכה"פ איינער וואס משום איזה סיבה שהיא האלט נאר מיט יוצא צו זיין, און אט אט גייט די ביזנעס האבן נאר גרינע ארבייטער אין א גאנצע פליגל.

פון דער אנדערע זייט איז זיכער דא בעה"ב וואס דארפן וויכטיג איינער זאל זיי אראפזעצען און צווינגען צו טראכטען!
אויך קענען אסאך בעה"ב ניצען מער א קלארקייט אין ביזנעס בכלל און דורכשמיסען זייער אייגענעם ביזנעס מיט א דרויסענדיגער. בפרט מיט איינער וואס האט זיך געווייקט אין דעם סוגיא אדער האט שוין אפי' באגלייט די קאמפטישענס.

אבער פון דא ביז צום רופען יעדן ביזנעס קאנסעפט דווקא ביים EOS ברענדעד נאמען און פראקטיצירן יעדען אספעקט פונקט ווי אזוי זיי האבן פארגעשריבן איז א היפש מהלך.
און צום דריטן מאל!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:02 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און צום דריטן מאל! »

מיין עקספיריענס אלס ארבייטער אין א גרויסע קאמפעני וואס האט לעצטנס אימפלעמענטעד אי או עס, קען איך שטארק רעלעטן צו הנך מאה'ס ווערטער.
איך פלעג זייער הנאה האבן פון מיין דשאב און פאזיציע, די מענעדשמענט האט אויך זייער נהנה געווען פון מיין ארבייט.
ביי אונז איז אלעמאל געווען, און איז נאך אלס דא, א אפענע קאמיוניקאציע.
נאכן אימפלעמענטן אי או עס, די ערשטע שטיק צייט איז יעדער געווען עקסייטעד.
לעת עתה, בערך א יאר אריבער, נאכן רעסייקלען א שיינע צאל ארבייטער אין אלע דעפארטמענטס, שפיר איך אזא קצתי בחיי געפיל!
איך האב אנגעהויבן האבן זעלבסט רחמנות אז איך בין געבינדן צו א דשאב, זייענדיג איבערצייגט אז דאס איז דער ריכטיגער מאדל פון א ארבייטס ענווירענמענט, למעשה פען אין פעפער איז אי או עס גערעכט, אבער פראקטיש גערעדט מאכט מיך עס מיזרעבל.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7478
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

און צום דריטן מאל! האט געשריבן:
מיין עקספיריענס אלס ארבייטער אין א גרויסע קאמפעני וואס האט לעצטנס אימפלעמענטעד אי או עס, קען איך שטארק רעלעטן צו הנך מאה'ס ווערטער.
איך פלעג זייער הנאה האבן פון מיין דשאב און פאזיציע, די מענעדשמענט האט אויך זייער נהנה געווען פון מיין ארבייט.
ביי אונז איז אלעמאל געווען, און איז נאך אלס דא, א אפענע קאמיוניקאציע.
נאכן אימפלעמענטן אי או עס, די ערשטע שטיק צייט איז יעדער געווען עקסייטעד.
לעת עתה, בערך א יאר אריבער, נאכן רעסייקלען א שיינע צאל ארבייטער אין אלע דעפארטמענטס, שפיר איך אזא קצתי בחיי געפיל!
איך האב אנגעהויבן האבן זעלבסט רחמנות אז איך בין געבינדן צו א דשאב, זייענדיג איבערצייגט אז דאס איז דער ריכטיגער מאדל פון א ארבייטס ענווירענמענט, למעשה פען אין פעפער איז אי או עס גערעכט, אבער פראקטישגערעדט מאכט מיך עס מיזרעבל.
איך מאך דיך מיזרעבעל???

ערנסט גערעדט, וואס מאכט דיך טאקע מיזראבעל?
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4314
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

פראקטיש האט געשריבן:
און צום דריטן מאל! האט געשריבן:
מיין עקספיריענס אלס ארבייטער אין א גרויסע קאמפעני וואס האט לעצטנס אימפלעמענטעד אי או עס, קען איך שטארק רעלעטן צו הנך מאה'ס ווערטער.
איך פלעג זייער הנאה האבן פון מיין דשאב און פאזיציע, די מענעדשמענט האט אויך זייער נהנה געווען פון מיין ארבייט.
ביי אונז איז אלעמאל געווען, און איז נאך אלס דא, א אפענע קאמיוניקאציע.
נאכן אימפלעמענטן אי או עס, די ערשטע שטיק צייט איז יעדער געווען עקסייטעד.
לעת עתה, בערך א יאר אריבער, נאכן רעסייקלען א שיינע צאל ארבייטער אין אלע דעפארטמענטס, שפיר איך אזא קצתי בחיי געפיל!
איך האב אנגעהויבן האבן זעלבסט רחמנות אז איך בין געבינדן צו א דשאב, זייענדיג איבערצייגט אז דאס איז דער ריכטיגער מאדל פון א ארבייטס ענווירענמענט, למעשה פען אין פעפער איז אי או עס גערעכט, אבער פראקטישגערעדט מאכט מיך עס מיזרעבל.
איך מאך דיך מיזרעבעל???

ערנסט גערעדט, וואס מאכט דיך טאקע מיזראבעל?
מ'האט דאך גערעדט אז איר זענט אן אימפלאמענטער..
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7478
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:

נישט וואר
און צום דריטן מאל!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:02 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און צום דריטן מאל! »

פראקטיש האט געשריבן:
און צום דריטן מאל! האט געשריבן:
מיין עקספיריענס אלס ארבייטער אין א גרויסע קאמפעני וואס האט לעצטנס אימפלעמענטעד אי או עס, קען איך שטארק רעלעטן צו הנך מאה'ס ווערטער.
איך פלעג זייער הנאה האבן פון מיין דשאב און פאזיציע, די מענעדשמענט האט אויך זייער נהנה געווען פון מיין ארבייט.
ביי אונז איז אלעמאל געווען, און איז נאך אלס דא, א אפענע קאמיוניקאציע.
נאכן אימפלעמענטן אי או עס, די ערשטע שטיק צייט איז יעדער געווען עקסייטעד.
לעת עתה, בערך א יאר אריבער, נאכן רעסייקלען א שיינע צאל ארבייטער אין אלע דעפארטמענטס, שפיר איך אזא קצתי בחיי געפיל!
איך האב אנגעהויבן האבן זעלבסט רחמנות אז איך בין געבינדן צו א דשאב, זייענדיג איבערצייגט אז דאס איז דער ריכטיגער מאדל פון א ארבייטס ענווירענמענט, למעשה פען אין פעפער איז אי או עס גערעכט, אבער פראקטישגערעדט מאכט מיך עס מיזרעבל.
איך מאך דיך מיזרעבעל???

ערנסט גערעדט, וואס מאכט דיך טאקע מיזראבעל?
איך האב געקלערט אז איך דארף ארויסשרייבן 'נדנ'...

כ'קען עס נישט ממש דערטאפן מיט א ווארט.
איך פלעג טון מיין ארבייט אויף א רעגלמעסיגע שטייגער, נאכגעקומען די רעקווייערמענטס און אפי' מיט א שמיץ אריבער, דער מענעדשער פון מיין דעפארטמענט, און בכלל די מענעדשמענט, האבן ארויסגעוויזן אפרישיעשאן, איך האב געשפירט עררייכט כמעט יעדן טאג.
זינט אי או עס דארף מען מעזשערן זאכן מיט סקאר קארדס, און אפי' אויף זאכן וואס איך הייב נישט אן צו זיין דערינטער.
קענסט מיך זאגן טויזנט מאל אז ס'מיינט נישט בלעמען ס'נאר צו זעהן ווי מ'האלט...

נאך דעם די ראקס...
יעדער מיז האבן 3 ביז 5 ראקס א קווארטל.
ס'הייבט נישט אן צו מאכן סענס!
דער ראק דארף סאפאוזעבלי צו זיין מיין וויכטיגסטע זאך אויפן אגענדע, ס'איז אבער נישט, ווייל איך האב דאך א דשאב...
דער מהות פון ראקס וואלט גוט געווען פאר א מענעדשער וואס האט נישט קיין ספעציפישע ראלעס בלויז צו זעהן זאכן זאלן פארן, און זיינע טעסקס טוישן זיך, קען ער האבן 3 ביז 5 וויכטיגסטע זאכן צו דורכפירן דעם קווארטל.
אבער א רוטינער ארבייטער האט דאך אן ארבייט, אמאל האט ער עטליכע איבריגע שעה א וואך, קען ער נאך עפעס אריינשטיפן לטובת דעם קאמפעני, אבער דאס איז אויסדריקלעך נישט זיין 'ראק' פונעם קווארטל! און קען נישט ווערן פארלאנגט שטייגערליך.

דאס האב איך יעצט מצליח געווען ארויסצוברענגען, ס'נאך אבער מסתם טיעפער פון דעם.
דער עיקר פוינט איז ווי הנך מאה שרייבט.
מ'שפירט ווי מ'ווערט ראבאטעזירט, און מ'שפירט ווי מ'קען מער נישט געטרויען דעם אטמעספערע מיט די מענעדשמענט.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7478
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

דו ביסט גערעכט מיט די ראקס, אבער פארוואס דארפסטו דאס טאקע אננעמען? פארוואס זאלסטו נישט זאגן (open and honest) אז דיין ארבעט ערלויבט פשוט נישט זיך צו פארפליכטן צו עפעס אנדערש?

די סקאר קארדס איז פון די וויכטיגסטע זאך פון סיי וועלכע קאמפאניע, איך זעה נישט וויאזוי מ'קען פונקציאנירן אנע דעם, זיכער נישט וואקסן.

דיך דארף עס נישט באדערן. אויב די גאנצע דעפארטמענט יאגט נישט אן דארף מען איבערמאכן די ערווארטונגען, אויב נאר איינער פון א דעפארטמענט קומט נישט נאך דארף מען זעהן פארוואס דאס איז.
און צום דריטן מאל!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:02 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און צום דריטן מאל! »

פראקטיש האט געשריבן:
דו ביסט גערעכט מיט די ראקס, אבער פארוואס דארפסטו דאס טאקע אננעמען? פארוואס זאלסטו נישט זאגן (open and honest) אז דיין ארבעט ערלויבט פשוט נישט זיך צו פארפליכטן צו עפעס אנדערש?

די סקאר קארדס איז פון די וויכטיגסטע זאך פון סיי וועלכע קאמפאניע, איך זעה נישט וויאזוי מ'קען פונקציאנירן אנע דעם, זיכער נישט וואקסן.

דיך דארף עס נישט באדערן. אויב די גאנצע דעפארטמענט יאגט נישט אן דארף מען איבערמאכן די ערווארטונגען, אויב נאר איינער פון א דעפארטמענט קומט נישט נאך דארף מען זעהן פארוואס דאס איז.
האמער דאך געשמועסט, פען און פעפער שטומט דאס א מחי'.
פאקטיש ארבייט עס נישט אזוי.
אפען ענד האנעסט איז געווען ביז אי או עס, פאקטיש האט אי או עס גע'הרג'עט די אפען ענד האנעסט אטמעספערע פון די קאמפעני.
און די ראקס איז א אפיציעלע רעקווייערמענט פון אי או עס, איך האב פראבירט צו שטעלן מיינע פשוטע פליכטן אלס מיינע ראקס, אבער דער טיעם ליעדער האט נישט ערלויבט, ווייל א ראק קען נישט האלטן פאר אייביג, עס דארף ווערן קאמפליטעד.
איך קאמפליט נישט קיין קווארטליכע ראקס, איך האב א טעגליכע רוטינע ארבייט צו טון.
מיינע ראקס באשטייען מערסטנס פון נעמען קורסעס... און ווי געשריבן, איז עס איבערהויפט נישט קיין 'ראק', נאר א 'פעבל' אדער גאר די 'זאמד'...

און טאקע דער גוטער הסבר ווי וויכטיג די סקאר קארדס זענען, און ווי שטארק ס'דארף נישט קיינעם באדרויען, דאס איז וואס ברענגט מיך צום געפיל אז 'איך' בין דער דורכפאל דא... אזש אין געוויסע שווערערע צייטן שפיר אז איך גיי פשוט קוויטן דעם דשאב און נישטגיין זוכן א צווייטע...
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7478
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איי געס איך פארשטיי נישט אלעס, פארוואס טאקען זוכסטו נישט אן אנדערע דזאב?
און צום דריטן מאל!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:02 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און צום דריטן מאל! »

איך האלט אין איין באקומען האפענונגען או דערנאך דיסאפוינטמענטס...
למעשה בין איך שטארק אריינגעזעצט אין מיין פאזיציע, באקום א נארמאלע שיינע געהאלט, נישטא קיין עכטע לאגישע סיבה צו אפלאזן דעם ארבייט, און צו טראכטן אז אויף א צווייט פלאץ וועט מיר זיין בעסער.
ס'איז אבער למעשה ביטער שווער צו מיטטאנצן מיטן אי או עס מאדל, פון דער צווייטער זייט הארטע לאגיק שטימט צו צום מאדל.
בלייב איך מיט דעם מסכנה...

פאקט איז אז ביז אי או עס איז געווען א געשמאק צו ארבייטן דא.

ס'זעהט אויס אז ס'איז דיר שווער צו אננעמען אז אי או עס האט שטארקע חסרונות, און איז נישט דער עכטע סעלושאן.
למעשה איז נישט מעגליך צו מאכן מענטשן פאר ראבאטס, אויך נישט דעם בעה"ב.
אפשר ווען אלע וואלטן געהאלטן די רולס 100%, וואלט ווען עפעס געווען א מעלה, דאס שטומט אבער בלויז אויפן פאפיר, נישט אין מציאות.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7478
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

און צום דריטן מאל! האט געשריבן:
איך האלט אין איין באקומען האפענונגען או דערנאך דיסאפוינטמענטס...
למעשה בין איך שטארק אריינגעזעצט אין מיין פאזיציע, באקום א נארמאלע שיינע געהאלט, נישטא קיין עכטע לאגישע סיבה צו אפלאזן דעם ארבייט, און צו טראכטן אזאויף א צווייט פלאץ וועט מיר זיין בעסער.
ס'איז אבער למעשה ביטער שווער צו מיטטאנצן מיטן אי או עס מאדל, פון דער צווייטער זייט הארטע לאגיק שטימט צו צום מאדל.
בלייב איך מיט דעם מסכנה...

פאקט איז אז ביז אי או עס איז געווען א געשמאק צו ארבייטן דא.

ס'זעהט אויס אז ס'איז דיר שווער צו אננעמען אז אי או עס האט שטארקע חסרונות, און איז נישט דער עכטע סעלושאן.
למעשה איז נישט מעגליך צו מאכן מענטשן פאר ראבאטס, אויך נישט דעם בעה"ב.
אפשר ווען אלע וואלטן געהאלטן די רולס 100%, וואלט ווען עפעס געווען א מעלה, דאס שטומט אבער בלויז אויפן פאפיר, נישט אין מציאות.
איך זאג דאס נישט, פונקט פארקערט דאס דארף צו ברענגען א געזונטע מיקס פון הארטע לאגיק און נשמה'דיגע צוזאמען ארבעט צווישן די ארבעטער און די לידערס. קען זיין ס'וועט זיך מיט די צייט סעטלען, קען זיין די לידערס טויגן נישט, קען זיין די אימפלעמענטער איז א דורכפאל אדער קען זיין אז די מאדעל האט געפעילט דאס מאל. קיין שום זאך אין לעבן ארבעט נישט אייביג און אלעמאל.

אפגעזעהן ווער ס'איז שולדיג דארפסטו זוכן א קוואליטי אוו לייף און ארבעטן אויף א פלאץ ווי די שפירסט אקאמפלישד און רעקאגנייזט.

שטייצעץ אחריות'דיג און זיך דורכרעדן מיט אן ערלעכן איד אבער די נקודה איז אז פונקט ווי די בעלי בתים דארפן באמת זיין גרייט צו פארלירן ארבעטער אויב ס'פעהלט אויס פאר זייער אלטאמיט גאול, דארפן די ארבעטער זיין גרייט צו גיין, ס'איז נישט יושר פאר דיר (און פאר זיי) אז דו ארבעטס אין א פלאץ ווי דו שפירסט אינטימיטעידעד.

קען זיין ע. א. ס. איז שולדיג אדער קען זיין אז ס'האט פשוט געברענגט צום אויבערפלאך א טיף באהאלטענע פראבלעם. דו קוק וואס איז גוט און ריכטיג פאר דיר, שארט און לאנג טוירם.
און צום דריטן מאל!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:02 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און צום דריטן מאל! »

איך זעה נישט פארוואס דו קריכסט אזוי ארום צו טרעפן צענדליגער סיבות, ווען דער פשוטער פאקט אז ביז אי או עס איז אלעס געפארן געשמירט, ווייזט פשוט אז דער מאדל איז א דורכפאל ווען ס'קומט לידי מעשה.

איך האב געטון די ארבייט גוט, און די ארבייט איז גוט אויסגעפירט געווארן מיט גוטע רעזאלטאטן.
סיי די מענעדשמענט און סיי איך זענען געווען ציפרידן טא די מעקס.
היינט האב איך נייע פליכטן... אויספילן סקארקארדס... (און ח"ו נישט נעמען פערסענאל...) און נעמען קורסעס ווייל מ'מוז האבן ראקס...

און איך בין נישט א יוצא מן הכלל, ווי געשריבן האט מען פארלוירן א שיינע צאל ארבייטער זינט אי או עס, און געבליבן מיט אסאך אומציפרידענע.

אין מיינע אויגן איז אי או עס גוט פאר א טעאריע, צו וויסן דערפון, און נאשן שיינע טיפס פון דארט.
דאס גענצליך אימפלעמענטן מיטן גאנצן אפטייטש איז נישט מעגליך מיט סוקסעס פאר מענטשליכע באשעפענישן.
לעצט פארראכטן דורך און צום דריטן מאל! אום דינסטאג פעברואר 07, 2023 6:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

פראקטיש

עס זעהט אויס ווי דו ביזט אינוועסטעד אין EOS

עס זעהט מיר אויס ווי עס איז א גוי׳אישע ביזנעס מאדעל וואס ארבעט נישט אזוי גוט אין א אידישע ביזנעס אינווייראמענט.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

און צום דריטן מאל! האט געשריבן:
איך זעה נישט פארוואס דו קריכסט אזוי ארום צו טרעפן צענדליגער סיבות, ווען דער פשוטער פאקט אז ביז אי או עס איז אלעס געפארן געשמירט, ווייזט פשוט אז דער מאדל איז א דורכפאל ווען ס'קומט לידי מעשה.

איך האב געטון די ארבייט גוט, און די ארבייט איז גוט אויסגעפירט געווארן מיט גוטע רעזאלטאטן.
סיי די מענעדשמענט און סיי איך זענען געווען ציפרידן טא די מעקס.
היינט האב איך נייע פליכטן... אויספילן סקארקארדס... (און ח"ו נישט נעמען פערסענאל...) און נעמען קורסעס ווייל מ'מוז האבן ראקס...

און איך בין נישט א יוצא מן הכלל, ווי געשריבן האט מען פארלוירן א שיינע צאל ארבייטער זינט אי או עס, און געבליבן מיט אסאך אומציפרידענע.

אין מיינע אויגן איז אי או עס גוט פאר א טעאריע, צו וויסן דערפון, און נאשן שיינע טיפס פון דארט.
דאס גענצליך אימפלעמענטן מיטן גאנצן אפטייטש איז נישט מעגליך מיט סוקסעס פאר מענטשליכע באשעפענישן.
איך האב שוין EOS ביי אונז פאר 4 יאהר ביי א קאמפאני מיט קרוב צו 1000 ארבייטער כהיום.

איך זע פון דיין תגובה און פון די תגובות פון נאך אז זייער א סאך זאכן וואס דו רעדסט זיך אפ איז ווייל EOS איז לכאורה נישט אימפלעמענטעט געהעריג.

צב"ש, די רעדס זיך אפ אויף די סקאר קארדס און די לייגסט צו אז מען טאר נישט ווערן בייליידיגט. די סקאר קארדס דארף נישט און טוט נישט סקארען מענשטן, עס סקארד ריזאלטס פון די קאמפאני. אפאר ביים ליעדערשיפ ביי אונז האבן געהאט די זאלבא מיסטעיק. עס איז געמאכט צו מעשזורן די קאמפאני, און אויב זעט מען אז די נאמבערס פאלן, דעמאלסט דארפן מען IDSען פארוואס.

וואס דו רופסט סקאר קארדס איז מער ווי די פיפעל ענעלייזער וואס מען טוט קארדערלי.

דו רעדסט זיך אפ אויף ראקס. ראקס איז א זאך וואס א יעדער מענטש וואס איז אינוועסטעט אין א שזאב איז קומט אים כסדר אונטער צו טוהן פראשזעקטס וואס דארף ווערן געטוהן אדער דו קאמפאני האט א ראק וואס דארף ווערן געטוהן. אויב איז דיין אקאונטעביליטי טשארט מסודר כשולחן ערוך, דארף מען דורך דעם קענען איידענדיפייען ווער עס איז געמאכט פאר דער ראק. אויב ביסטו נישט אקאונטעבל פאר דעם איז עס טאקע נישט פאר דיר, אויב אבער איז עס עפעס וואס דו דארפסט טוהן, נו, וואס רעדסט די זיך אפ, דארפסט עס דאך עניוועיס טוהן.

דו זאגטס אז אלס איז געפארן געשמירט. וואס זאגט די DATA צו דעם? אפשר האט די DATA געשמיסן אין פנים אריין?

דאונט געט מי ראנג, איך האב געהאסט EOS די ערשטע תקופה, אבער מיט די צייט קען איך נישט זען אז אונז זאלן האבן די הצלחה וואס אונז האבן ווען נישט EOS.

און יא, TRACTION איז נישט תורת משה מסיני, מען קען און מען דארף מאדיפייען און טוישן קליינע זאכן דא און דארט אז עס זאל קלאפן מיט א יעדער קאמפאני, אבער די עיקר קאנסעפט איז חכמה ואינה מלאכה.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7478
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מצב כללי האט געשריבן:
פראקטיש

עס זעהט אויס ווי דו ביזט אינוועסטעד אין EOS

עס זעהט מיר אויס ווי עס איז א גוי׳אישע ביזנעס מאדעל וואס ארבעט נישט אזוי גוט אין א אידישע ביזנעס אינווייראמענט.
מיר געפעלט דאס, וואס זאל איך דיר זאגן. איך וואלט געוואלט מיין בעה"ב זאל דאס איינפירן.

דיין השערה אז ס'איז נישט גוט פאר אידן האט עפעס דאטע אדער א סברא?
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7478
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

און צום דריטן מאל! האט געשריבן:
איך זעה נישט פארוואס דו קריכסט אזוי ארום צו טרעפן צענדליגער סיבות, ווען דער פשוטער פאקט אז ביז אי או עס איז אלעס געפארן געשמירט, ווייזט פשוט אז דער מאדל איז א דורכפאל ווען ס'קומט לידי מעשה.

איך האב געטון די ארבייט גוט, און די ארבייט איז גוט אויסגעפירט געווארן מיט גוטע רעזאלטאטן.
סיי די מענעדשמענט און סיי איך זענען געווען ציפרידן טא די מעקס.
היינט האב איך נייע פליכטן... אויספילן סקארקארדס... (און ח"ו נישט נעמען פערסענאל...) און נעמען קורסעס ווייל מ'מוז האבן ראקס...

און איך בין נישט א יוצא מן הכלל, ווי געשריבן האט מען פארלוירן א שיינע צאל ארבייטער זינט אי או עס, און געבליבן מיט אסאך אומציפרידענע.

אין מיינע אויגן איז אי או עס גוט פאר א טעאריע, צו וויסן דערפון, און נאשן שיינע טיפס פון דארט.
דאס גענצליך אימפלעמענטן מיטן גאנצן אפטייטש איז נישט מעגליך מיט סוקסעס פאר מענטשליכע באשעפענישן.
ס'איז זייער גרינג צו בלעימען עפעס אנדערש וואס זינט דאן פארט דאס לעבן שווערער. ווי געזאגט ס'קען זיין אז ע. א. ס. איז געווען די גורם.

אבער ס'קען זיין אז ביסט איצט ביזטו געווען צופרידן, די בעלי בתים זענען געווען צופרידן אבער די "באלאנס שיעט" איז נישט געווען. פאר א סיבה האבן די בעלי בתים אנגענומען דעם מאדעל, עפעס האט זיי געבאדערט.

ס'הערט זיך זייער שווער אז ארבעטער זענען נישט צופרידן אדער אז זיי גייען אוועק, אבער נישט אייביג איז דאס א פראבלעם, צומאל איז דאס א ירידה לצורך עליה. אויב די בעלי בתים ביז איצט האבן נישט קיין הארט לאגיקע מהלך אפצושאצן א ארבעטער און איצט האבן זיי יא קען דאס זיין די ישועה פון די ביזנעס כאטש וואס מ'דארף דורכגיין פעין פון די אלט געזעסענע ארבעטער וועלכע קענען דאס נישט עסן.

וויפיל ארבעטער גלייכן טאקע יא די סקואר בארדס, זיי דארפן נישט די עמאציאנעלע קאנעקשענס מיט זייערע מענעדזערס. אויב האב איך געטוהן די ארבעט ווי ערווארטעט אדער בעסער ווי ערווארטעט דעמאלטס גיב מיר א ציפ אין בעקל.

ס'איז ווייטאגליך אז די שפירסט נישט די עמאציאנעל באנד צו די קאור וועליוס און מיסיע פון די קאמפאני, ס'קען זיין ביזט נישט געמאכט צו ארבעטן דארט. נאטינג ווראנג וויו דעט.

און אפילו אויב ע.א.ס. איז שולדיג, קלייב דיר צוזאם דיינע טאלאנטן און מאך זיכער אז א צווייטער האט הנאה פון דיר.
און צום דריטן מאל!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:02 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און צום דריטן מאל! »

מרנן ורבנן האט געשריבן:
איך האב שוין EOS ביי אונז פאר 4 יאהר ביי א קאמפאני מיט קרוב צו 1000 ארבייטער כהיום.

איך זע פון דיין תגובה און פון די תגובות פון נאך אז זייער א סאך זאכן וואס דו רעדסט זיך אפ איז ווייל EOS איז לכאורה נישט אימפלעמענטעט געהעריג.
דאס איז איינע פון די שטארקע פרעבלעמען מיט אי או עס (און מיט כמעט יעדע מאדל).
ס'קען נישט ארבייטן פארשעלי, און ס'איז כמעט נישט מעגליך צו אימפלעמענטן 100%.
דאס רעזאלטירט מ'זאל ווערןמער און מער פארהאנקעט, ווייל פון 1 זייט האט מען דאך געספענדט אסאך צייט און געלט און אויך ריסארסעס, צו אימפלעמענטן דעם מאדעל, פון די אנדערע זייט ארבייט עס נישט ממש ווי ערווארטעט, ווערט מען אטאמאטיש געטריבן צו טרעפן אן אורזאך דערצו... און מ'קריכט אויף גראדע ווענט צו טרעפן א פראבלעם וואס עקזעסטירט נישט, אנשטאט פשוט אנערקענען אז די מאדל טויג נישט.
לאז די קאמפעני ארבייטן אזויווי ביז יעצט, ווער פטור פון דעם מאדל.
אבער מ'האט שוין צופיל אינוועסטעד דעראין, + דער אימפלעמענטער האקט אין קאפ...
דאס איז א פראבלעם מיט יעדע מאדל, און ספעציפיש מיט אי או עס, ווייל טאקע ווייל ס'שטימט אזוי גוט אויפן פאפיר, טאקע פארדעם ארבייט עס בלויז אויב ס'איז 100%.
מרנן ורבנן האט געשריבן:
צב"ש, די רעדס זיך אפ אויף די סקאר קארדס און די לייגסט צו אז מען טאר נישט ווערן בייליידיגט. די סקאר קארדס דארף נישט און טוט נישט סקארען מענשטן, עס סקארד ריזאלטס פון די קאמפאני. אפאר ביים ליעדערשיפ ביי אונז האבן געהאט די זאלבא מיסטעיק. עס איז געמאכט צו מעשזורן די קאמפאני, און אויב זעט מען אז די נאמבערס פאלן, דעמאלסט דארפן מען IDSען פארוואס.
דער פראבלעם איז אז א סקארקארד איז א טויטע פאפיר מיט קאלטע נאמבערס.
נישט מעגליך באמת צו וויסן אויב א זאך גייט אין גוטן דירעקציע דורך דעם.
מ'דארף זעהן דעם גרויסן בילד צו קענען אפשאצן אזא זאך.
איך האב אויפן שפיץ צינג א משל פון מיין סקאר קארד, משום גילו קען איך עס נישט שרייבן.
אבער מ'קען עס אויך אזוי פארשטיין.
די מעזשערעבלס קענען קיינמאל נישט זיין אקוראט מיטן מציאות.

און אויב איינער פעילד, דארף עס שוין ווערן אויסגעשמועסט ביים L10 מיטונג מיט אלע קאלעגן..?
IDS איז אפשר גוט צו אידענטיפיצירן און סאלוון געוויסע אישאס, אבער איננעם'ס סקארקארד רעזאלטס?
קענסט זאגן 100 מאל אז ס'איז נישט דער מענטש נאר דער סיעט... א מענטש איז נישט א ראבאט.[/quote]
מרנן ורבנן האט געשריבן:
וואס דו רופסט סקאר קארדס איז מער ווי די פיפעל ענעלייזער וואס מען טוט קארדערלי.
המממ דאס איז אן עקסטערע פרשה פאר זיך...
מרנן ורבנן האט געשריבן:
דו רעדסט זיך אפ אויף ראקס. ראקס איז א זאך וואס א יעדער מענטש וואס איז אינוועסטעט אין א שזאב איז קומט אים כסדר אונטער צו טוהן פראשזעקטס וואס דארף ווערן געטוהן אדער דו קאמפאני האט א ראק וואס דארף ווערן געטוהן. אויב איז דיין אקאונטעביליטי טשארט מסודר כשולחן ערוך, דארף מען דורך דעם קענען איידענדיפייען ווער עס איז געמאכט פאר דער ראק. אויב ביסטו נישט אקאונטעבל פאר דעם איז עס טאקע נישט פאר דיר, אויב אבער איז עס עפעס וואס דו דארפסט טוהן, נו, וואס רעדסט די זיך אפ, דארפסט עס דאך עניוועיס טוהן.
דער פראבלעם איז, אז די זאכן וואס איך דארף סייווי טון זענען נישט קיין פראדשעקטס.
איך האב א רוטינע ארבייט, און דאס טו איך דורכ'ן טאג.
דאס איז נישט עפעס וואס גייט ווערן קאמפליטעד ביי די ענדע פון דעם קווארטל.
און ס'האט נישט קיין מיילסטאון'ס און קיין אףף טרעק / אן טרעק... ס'איז אדער טו איך עס יא אדער נישט...
במילא מוז איך האבן 3 אנדערע ראקס (נעמען א קורס, לייענען א בוק...).

מרנן ורבנן האט געשריבן:
דו זאגטס אז אלס איז געפארן געשמירט. וואס זאגט די DATA צו דעם? אפשר האט די DATA געשמיסן אין פנים אריין?
וואסערע דאטא דארפסטו פארדעם? איך האב א געוויסע אחריות צו טון א געוויסע זאך, דער זאך איז אויסגעפירט געווארן ווי ערווארטעד און אפי' נאך מער ווי ערווארטעד.
מרנן ורבנן האט געשריבן:
דאונט געט מי ראנג, איך האב געהאסט EOS די ערשטע תקופה, אבער מיט די צייט קען איך נישט זען אז אונז זאלן האבן די הצלחה וואס אונז האבן ווען נישט EOS.

און יא, TRACTION איז נישט תורת משה מסיני, מען קען און מען דארף מאדיפייען און טוישן קליינע זאכן דא און דארט אז עס זאל קלאפן מיט א יעדער קאמפאני, אבער די עיקר קאנסעפט איז חכמה ואינה מלאכה.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7478
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

@און צום דריטן מאל!, דיין טענה איבער ראקס קוקט אויס צו זיין ריכטיג.

דיין רייט פיעפל סקוארקארד איז יא ווי עס באדארף צו זיין?
און צום דריטן מאל!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:02 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און צום דריטן מאל! »

פראקטיש האט געשריבן:
@און צום דריטן מאל!, דיין טענה איבער ראקס קוקט אויס צו זיין ריכטיג.

דיין רייט פיעפל סקוארקארד איז יא ווי עס באדארף צו זיין?
אדער האט מען ביי אונז נאכנישט אימפלעמענטעד דעם חלק, (אפשר דאס איז דער בראך).
אדער איז דאס עפעס וואס ווערט געטון דורך די מענעדשמענט זעלבסט אן ארייננעמען די ארבייטער אינעם בילד.
ס'איז מיך מער מסתבר די 2טע.

@מרנן, וואס זאגסטו דערצו?
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

@פראקטיש, זאגסט אז ביזט נישט קיין אימפלימענטער.

לאמיר דיר פרעגן ביזט צופרידן און דיין דזשאב? אויב נישט האב איך פאר אייך א גלענצנדע פארשלאג. ווער א אי או עס אימפלימענטאר. קוקסט אויס ווי דו פארשטייסט דערצו. האסט ארויס גוט זאכן און נאכאלעם קוקט אויס ווי איר גלייכט עס זייער.

א עצה פון א פריינט......
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

בניהו האט עס גענאגעלט. די קאוויד מאסק. דעטס איט

בכלל פראביר איך מיר פארצושטעלן ר׳ לייבוש לעפקאוויטש ע״ה צו סייי וואספארא פיינע איד פון פאריגען דור צו האבן די גויאישע צו גאנג פון רעדן ׳אפען׳ כאילו די מוטב שיפול עצמו גייט נישט אן ווען מען רעדט ׳אפען׳ אה. נישט פון די מענטש נאר פון די זאך. אה גאט איט

אבער ווי געזאגט איז דאס א זייטיגע נושא און נישט מיין פראבלעם מיט אי או עס פארוואס איך האב געמאכט א ויברח

אין מיינע אויגן עט ליעסט וויפיל איך האב עס מיטגעמאכט נישט מער געדאכט איז עס זייער א גוטע וועג ארויס פאר א בעה״ב וואס האלט נישט ביים ארבייטן און האט ליעב צו בלעימען יעדעם, און דאס איז די סיבה פארוואס ביי אידן איז עס אזוי פאפולער. היות די אידישע בעה״ב האלטן נישט ביים ארבייטן ואכמ״ל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
און צום דריטן מאל!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:02 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און צום דריטן מאל! »

שאינו יודע האט געשריבן:

מיין בעה"ב גראדע איז יא שטארק אינוואלווד אין די ביזנעס, און ארבייט יא אריין.
און ווי געשריבן, ס'איז אלעמאל געווען א געזונטע קאמיוניקאציע ביינונז, ביז אי או עס...

דיין משל פון די פארצייטישע סוקסעספולע ביזנעסלייט איז אייזן!
זיי האבן פארשטאנען אז 1 גמ' קאפ איז ווערד מער פון 20 קאלעדש דעגריס, און האבן נישט אזוי שנעל אפגעקויפט די לאקשן פון אזאנע מאדלס...
און צום דריטן מאל!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:02 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און צום דריטן מאל! »

דרך אגב.
איינער האט מיך עפעס צו זאגן פאר מיין סעגוועי מארגן ביי די L10 מיטונג..?
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”