מיהאלטענדיג די שטיקל שמיעס אבער Eastern Union און Gparancy, אין זייענדיג א קעמערשעל מארטגעדש בראוקער שטארק באהאווענט און די ביזענעס, ובפרט און וויאזוי די אויבן דערמאנטע קאמפאניס אפערעיטען. וועל איך נעמען אפאר מינוט אויסצישמועסן וויאזוי איך קוק דערויף מיט א בליק פון אן אינסיידער לטובת הציבור, וואס ווי עס קוקט אויס הערשט א צימישעניש ארים דער ענין.
קודם כל דארף מען ציריקגיין א טריט אין קלאר אנאלעזירען אין פארשטיין די וועלט פון קעמערשעל מארטגעדש בראוקערידש. וואס טיט א בראוקער? וואס פארא וואליא ברענגט ער צים קלייענט? והאחרון עיקר - איז ער ווערט זיין פרייז??
וואס איז די ארבעט פין א "טראדישענעל" קעמערשעל מארטגעדש בראוקער?
צי ניצן אלע זיינע קענטעניסן אין קענעקשנס צי זיכער מאכן אז ער ברענגט די דיעל צים קלאוזינג טעיבל. זיין ידיעות, סעילס, רילעישאנשיפס, שאו ספאנסערשיפס, לעקאראציאס, איז אלעס נאר אז ער זאל קענען אויפפיקן זיין טשעק ביים קלאוזינג..
מיינט דער בראוקער באמת אייער בעסט אינטערעסט?
אוודא האט יעדער אינזין די באטעם ליין - זיין אייגן טאש. אבער ער ווייסט אויך אז אויב ער גייט נישט דעליווערין ריעל וואליא וועט ער פארדינען שענער אלטס א באס רבי... בפרט אין די קעמערשעל מארטגעדש ביזענעס וואס איז שטארק רילעישאנשיפ בעיסט מיט ריפיעט קלייענטס וואס זענען אלע אליינס פראופעשענעל פלעי'ערס אין די מארקעט, זיי דארפען נישט קיין הילף מיט בעיסיק מעט (משא"כ רעזידענשעל.. וד"ל).
פארוואס דארף איך בכלל א בראוקער, קען איך דען נישט מיין לאקאלע באנקיר?
די וועלט פון קעמערשעל פיינענסינג איז טיף פארצווייגט, עס איז דא כל מיני אפשענס, געוואנדען לויט די עסעט קלעס, דיעל סייז, מארקעט, וא"א לפרטם כי רבים הם (ועוד חזון בע"ה). יעדע באנק האט איר אייגענארטיגע פראדאקטען וואס זיי אפערן בעיסט אויף די דיעל טייפ וואס זיי גלייכן דאס מערסטע. איר קענט בראבירן ציצוגיין צי אייער לאקאלע קארנער ברענטש, אבער דאס איז ווארשיינלעך א וועיסט אף טיים. (בפרט אויב וואונט איר אויף 13'טע עוו און ב"פ...)
איך האב א באנק וואס איז גרייט צו פאנדען מיין דיעל, וואס ברענגט מיר די בראוקער?
דאס איז די מערסט געפרעגטע שאלה [מנסיון] ווען עס קומט אריינצובייסען אין א סיעזענד אינוועסטער, וועלכע האט במשך זיינע יארן אנגעקניפט דירעקט רילעישאנשיפס מיט עטליכע לענדערס. איז פארוואס זאל ער לאזן א בראוקער דרייען א קאפ? דער תירוץ איז צווייפאכיג. איר זענט טאקע באפריינדעט מיט 4 לענדערס אבער דער בראוקער האט 50, ער ליגט ראשו וריבו און פיינאנס, זיינע פינגערס זענען אלטס אויף די פולס, ער קען מעגליך ברענגען עפעס בעסער וואס איר פארפאסט. (אין זארג נישט, אויב איז דיין דירעקט אפער טאקע אזוי גוט, וועט אייך דער בראוקער זאגן: ר' איד, כאפט דעים דיעל! ער גייט נישט פארשווענדן זיין צייט אויב ער קען נישט ברענגען עפעס מער קאמפעטעטיוו.) ועל זה, בשעת אייער עיקר עקספערטיעס איז טאקע און ריעל עסטעיט, איז דער בראוקערס עיקר עקספערטיעס און פיינענסינג. אשר על כן איז ער די פערפעקט דריטער צי שטיין אין דערזייט פון אייער שאך ברעיטעל, ער וועט אויפכאפן די מאוו וואס איר מעגלעך פארפאסט, און זיין אריינרעדן קען מאכן די צווישנשייד צי איר זאלט געווינען אדער פארלירען די געים...
פון וועלכע סארט טייג זענען די בראוקערס געקנאטן?
די קאמפעטישען איז גרויס, די האסט נישט ציפיעל שוואגערס אין די קעמערשעל מארקעט.. יעדע בראוקער קומט זיך קרעדיט אויף דאס וואס ער האט געשפיגען בליט לכה"פ א יאר צוויי ביז ער האט אנגעהויבן זעהן פירות. ער האט באקימען הונדערטער "ניינס" בשעת ער האט זיך געמיטשעט צי לייגן ברויט אויפן טיש, אין נישט געווארן דיסקארידשט. ער האט געהאט א וויזשען, אין דער נעמט נישט ניין פאר קאן ענטסער... עס זאגט זיך גרינג, אבער במציאות איז עס אז אלף נכנסים ואחד יוצא לסיקסעס..
וויפיעל דשארדשט א קעמערשעל מארטגעדש בראוקער?
ער ווערט געצאהלט קאמישען בעיסט, ע"פ רוב 1% פון די לאון אמאונט. דאס הייסט $10,000 אויף יעדע מיליאון [פון וואס די קאמפאני בייסט אראפ א חתיכה הראו להתכבד]. אויף גרעסערע טרענזעקשאנס וועט דאס ע"פ רוב ווערן געהאנדעלט. פארשטייט זיך געוואנדען לויט די דיעל סייז, קאמפליקעישענס, ווי גיט ער דעליווערט, והכל לפי המבייש והמתבייש...
וויפיעל פארדינט א קעמערשעל מארטגעדש בראוקער?
א עוורידש סעקסעספולע בראוקער וועט זיין פון די שענערע פארדינער קלאס. פארדינענדיג צווישן א פערטל צי א האלבע מיליאון דאלער א יאר. די גאר סעקסעספולע קענען מאכן עטליכע מיליאונען א יאר! אבער ווען די מארקעט גייט און דער ערד [כהיום] פארט ער מיט... (אין ער טרעפט זיך מיט צייט צי שרייבן אויף אייוועלט...)
יעצט צים מיליאון דאלער קוועסטשען - טוט ער אויווער טשערדשען פאר זיינע סערוויסעס??
דער קלארער תירוץ איז: ניין!
ווען ער ארבעט אויף אייער דיעל האט ער זיין "סקין אין דע געים". ער גייט טוען אלטס מעגלעך צי קלאוזען, אז נישט נעמט ער נישט אהיים קיין גראטסער. ועל כולם - דער נעמט נישט ניין פאר אן ענטסער. הי איז די פערפעקט טייפ אף גיי יא ניד...!!
וכי ישאלך בינך, פארוואס צאל איך מיין לאוער א פיקסט פי אין נישט מיין בראוקער? וועסטי עים ענטפערען כל דברי הנ"ל, והמארקעט יוכיח. עס זענען דא הונדערטער בראוקערידש פירמס, ארייגערעכענט די ריזן ווי Meridian אין Eastern Union וואס האבן אלע יארן אזוי געארבעט, אין דיא חברה זענען פעסט און ביזענעס.
אויב אזוי קומט מען צי מעין הפתיחה - וויאזוי ארבעט Gparency? מיט/פאר וואס זענען זיי אנדערשט? זענען זיי ווערט זייער געלט? ובפרט - פארוואס האט הרב זלאטאוויטס אפגעלאסט Eastern Union, א קאמפאני וואס ער האט אליינס געגרינטעט אין געבויעט מיט בליט און שווייס פאר צוואנציג יאר, און געגרינדעט Gparency ווי ער ליפערט רעקלאמעס אנטקעגן די גרויסע בראוקערידש קאמישען פיז? איז ער סתם משוגע געווארן אין שיסט זיך אליינס??
בעזרת השם אין די קימענדיגע געלעגענהייט וועט מען ממשך זיין דאס באהאנדלען.