וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות
ביטע זיי נומערירן מיט א''ב כדי אז מ'זאל קענען זען אויף וואס דער ענטפער גייט ארויף אויך נאכדעם וואס מ'איז שוין אינמיטן אן אנדערע פראגע.
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
פשוחי שסף
גד האט געשריבן:
אידישסט.
ווען איך לייען אייערע מאמרים פון חילופי אותיות, שפיר איך מיך ווי איך האלט אינמיטן לייענען א שטיקל "תרגומנא" פון דוד גאלאמב. וואס די שפייעכטץ רינט, ווען ער איז משלב אלע סארט ענליכע אותיות אין גאנץ תנ"ך און ספרי חז"ל...
איר ווייסט פון וואס איך רעד?
קרעמער שרייבט:
מדיקים איז אפשר פון לשון "מציקים", אונטערדרוקער.
הרב גד שרייבט:
חלילה, וואס מאכט אייך טראכטן אז איך מיין דא קריטיק? אין וועלכע פון מיינע ווערטער זעט איר אזעלכס? ממש פארקערט, איך האב דאך געשריבן, אז די שפייעכטץ רינט..... פון געשמאק קומט דאס.
farshlufen האט געשריבן: סליחות ליום חמישי סליחה א' , וואס איז טייטש?
ה) חמוסים נגושים ביד ''מדיקים".
ו) ''טפולך''שעשעת כילדים רכים. איז דאס טייטש קינדער, אדער אפשר נאר קליינע קינדער?
ז) "סחי"שמתנו מכים ולוקים?
קרעמער האט געשריבן: סחי שטייט אין איכה (ג, מה), און רש"י טייטשט: סחי ומאוס - הוא ניע בלשון משנה כיחו וניעו שניסח מתוך הריאה ויוצא דרך הגרון.
טפלי מיינט געווענליך קליינע קינדער, די גמרא זאגט טפלי תלי ביה. רש"י (חולין י"ח ע"א) טייטשט בנים קטנים, און שרייבט אז טפלא איז דער תרגום פון טף.
מדיקים איז אפשר פון לשון "מציקים", אונטערדרוקער.
סאדע-באטל האט געשריבן:
טפוליך טייטש דא באהאפטן, מלשון טפלו עלי שקר זדים. (תהלים קיט, סט)
און פשט איז אזוי טפוליך שעשעת כילדים רכים, אידישע קינדער וואס זענען באהאפטן צו דיר, שעשעת כילדים רכים.
מדיקים טייטש, צושטויסן דין דין, מלשון כטיט חוצות אדקם (ש"ב כב, מג)
ביד מדיקים טייטש, אין די הענט פון די גוים וואס צושטויסן דין ווי די שטויב פון דער ערד