אייוועלט פרעזענטירט: 'חזנות וועלט' - 1# - יוסעלע ראזענבלאט לרגל די יארצייט
אייוועלט פרעזענטירט: (עוד יוסף חי?) – ניגוני מלך החזנים ר' יאסלע ראזנבלאט ע"ה
בשם ה' נעשה ונשמע (מיט א קאפ שטימע, כידוע ליודעי חן)
יאאאאסאאאלעעעעעעעעעעעע!!!!!!!!
ראזנבלאט! בלאטראזן! ראזנבלאט! בלאטראזן.... ראאאאאאאאאאז! ענבלאט..............!!!!!!
אםם... איינער האט א לויזע איי?.... אקעי, מ'קען פארן ווייטער...
"יוסף לעבט, א מלך אין חזנות, ער האט א סידי.... ווי גייט נאך ווייטער?
פיין, הער שוין אויף זיך באחאזענען דארט ווייל נאך איין צי און מ'טראסקערטעך ארויס פון דא, הערסט?!
סא, וואו שטייען מיר יעצט?
הא הא הא, דא, אייוועלט פרעזענטירט א יאסאלע-ראזעבלאט סידי!!! לא פחות ולא גרויסער!!!
אייוועלט האט שוין אהערגעשטעלט אלערליי סארט מינע סוגי סידיס למיני מיניהם, כ'מיין כמעט אלע.
אבער כאן הבן שואל: וואו איז יאסאלע???
למה ניגרע? ואומר אך טרוף טורף והילד איננו רחל מאמע רחל וויין נישט מאמע!
נעעע, מרעדט נישט פון יאסאלע דער גולם און אויך נישט פונעם שוכמאכער, גראדע אויך נישט פון דער גרינער יאסל וואס האט א רעוואלווער פון ניגונים און אויך נישט פון בערי וועבער וואס שרייט חי וקים 'אני יוסף'!...
מיר רעדן דא, וואס רעדן? זינגען!... נו נו נו! וואס זינגען? חזנ'ען!!!
ווי האלט איך שוין ווייטער.. הא מיר רעדן דא, כ'מיין חז'נען, פון דער מלך-החזנים זענען נערנים אליין!
ר' יאסאלע ראזנבלאט!!!!!!
איי ווען וועלט איז געווען וועלט... און וועלט וועלט וואלט היינט געווען וועלט וועלט וואלט וועלט ווילט וואלט???!!!
וואס געדענקען עטס קינדווארג איבער יאסאלע?? וואס פארשטייען ענק, נייע נארישע דור וואס לעבט אויף דיסקאס און שמיסקאס, האמפא און דזשומפא, מיקס און פיקס, היט און שמיט, האא?
ביינונז אינדערהיים (בניגון הידוע) פלעגן מיר האבן יאסאלע... יויש ס'רינט מיר טרערן ווען כ'דערמאנן זיך ווי די זיידעס פלעגן קראצן די פיס ביים הערן יאסאלען!
נו, למעשה... אייוועלט שטעלט אייך צו א ערשטמאליגע קאלעקשן פון חזנות ניגונים, היינטיגע חזנים וואס פרובירן טרייען און ווילן וועלן נאכמאכן דעם קעניג אליין, יעדער איינער אין זיין חזנ'ישע וועג.
חזנות איז טאקע נישט די היינטיגע היט, אבער ווער ס'פארשטייט פארשטייט... ווער ס'האט א השגה האט א השגה, און ווער ס'איז קלוג איז קלוג... מ'דארף גארנישט מוסיף זיין, מיר קלוגע, פארשטייער, השגה'רס, פארשטייען זיך אויפן וואונק...
איי איי איי חזנות...
ווי זאגט ארי אבראמאוויטש? יאסאלע ראזנבלאט האט נישט אנגעהויבן צו קענען זינגען!!
נישט אז ער האט איהם שוין געהערט אמאל, אבער זיין טאטע מאכט נאך יאסאלע יעדע שבת ביים טיש...
און אמר"ש פון ארי מיט זיין ווערטל, קומט אריין נאך א ווערטל... יענער האט זיך אנגערופן אז ער איז יאסאלע ראזנבלאט מיטן בריסק'ער רב צוזאם... לערנען קען ער ווי יאסאלע און זינגען ווי דער בריסקער...
אז מ'האט שוין געלאכט קען מען גיין וויינען... נו, צינד שוין דעם מייק דארט... יאסאלע קום אהער... עוד יוסף חי...
אבער פארדעם וועלן מיר בעטן הרב שרייבערל, בערלשריי, שרייבערל, בערלשריי וכו' זאל מסביר זיין וואס גייטא פאר ווייל כאניש קאנאנאנאנאנונג...