ברוכים הבאים לפארום החדש
אור ליום ג' שנכפל בו כי טוב פר' נצבים תשס"ח לפ"ק
לכבוד אלע חשובע מעמבערס פון אידישע וועלט פארומס בכלל, ובפרט די חשובע מיטגלידער פון די תורה'דיגע אפטיילונגען, באי בית מדרשינו וחברי קהילתנו כל אחד בשמו ובניקו הטוב יבורך.
מיט גרויס פרייד שטעלן מיר פאר דעם נייעם פארום 'ועל פליטת בית סופריהם' וועלכע איז נאך א רינגעלע אינעם גאלדענעם קייט פון ערליכע און תוכנ'פולע פארומס אויפן ברייטן וועב וואו היימישע אידן קענען אריינקומען און שמועסן צווישן זיך אויף א פריינטליכען און פרידליכען פארנעם איבער תורה'דיגע ענינים און סיפורי ותולדות צדיקים.
נאך די געוואלדיגע הצלחה פון דעם 'אוצר הספרים' וועלכע האט ארויסגערופען צופרידנהייט ביי אלע מיטגלידער און חברים איז אויפגעקומען דער געדאנק פון שאפן א באזונדער פלאץ ארומצורעדן איבער 'ספרים וסופרים' סיי אלטע און אויך די נייע ספרים וועלכע ערשיינען טעגליך לאור עולם, א מקום וואו חברי עדתינו זאלן קענען איבערגעבן זייערע מיינונגען און באמערקונגען. נאכדעם וואס האט זיך שוין אנגעזאמלט גענוג חומר אינעם פארום 'ידיעות התורה' פון די ענינים און אויפן פארלאנג פון חשובע חברים, ווי אויך מיט די נייע לאקאציע וועלכע האט געעפנט נאך מעגליכקייטן אויף פארשידענע געביטן, איז בהסכמת ההנהלה נחלט געווארן צו שאפן דעם לאנג ערווארטעטן פארום.
עס איז צום האפן אז דער עולם וועט זיין צופרידן פונעם נייעם אפטיילונג וואו די ביז היצטיגע אחראים אויפן 'אוצר' וועלן ווייטער פארוואלטן אויף די ווירטשאפט פונעם פלאץ, ומכאן הקריאה יוצאת אויב זעהט איינער א זאך הדבר תיקון אדער סיי וועלכע הערה איבער די ניהול וסידור האוצר והפארום, זיך נישט צו פוילן נאר מקיים זיין דעם אל תמנע טוב זיך ווענדנדיג צו די אחראים אדער חברי ההנהלה, ובעזרת השם נעשה ונצליח.
אויך איז וויכטיג צו דערמאנען אז דער ציהל פונעם פלאץ איז צו האלטן א ריינער אטמאספערע בלי שום נדנוד של איסור חלילה או דברים שאין רוח חכמים נוחה הימנו, ממילא ווען עס קומט צו 'ביקורת ספרים' קען זיך אמאל מאכן אז איינער איז נישט איינשטימיג מיט א מחבר ספר אדער מיט זיינע דיעות, ברויך מען זייער נזהר זיין נישט צו נוצן קיין פערזענליכע אטאקעס אדער לשונות וואס קען אויסזעהן נישט עפ"י תורה ודרך ארץ, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
דא איז אויך דאס פלאץ אויסצודריקען א דאנק פארן חשובען ארענדאר דער אנפירער פון 'אידישע וועלט' ואתו עמו חברי ההנהלה החשובים אשר יום ולילה לא ישבותו, זיי געבן זיך אוועק בלב ונפש בלי ליאות פאר די הצלחה פונעם פלאץ וואס א דאנק זייער איבערגעגעבנקייט איז זיך ב"ה צוואקסן אזא ערליכע און אויסגעהאלטענע פלאץ אסאך בעסער און אסאך שענער ווי סיי ווער האט זיך נאר געקענט פארשטעלן, ישלם ה' פעלם ותהי משכורתם שלימה מעם ה'.
איך וועל מסיים זיין בברכת כתיבה וחתימה טובה, תחל שנת תשס"ט וברכותיה, ובמהרה נזכה לראות בשמחתן של ישראל בהתרוממות 'קרן התורה' בביאת גואל צדק בב"א.
כו"ח פה לשכת הספרים שע"י אידישע וועלט יצ"ו
בשם ההנהלה
הק' יעקב דוב בהגרג"פ מיללער