Re: די ענדלאזע שיינע וועלט - מיינע בילדער
גאלדן רעשיא איז א דבר שאין לו כל בסיס. יעדע זאך וואס איז אביסל לענגער ווי די צווייטע זייט וועט מען באטיטלען מיט גלדן רעשיא.
ווילסט דא א גאלדן רעשיא? די ספיעס צווישן אנהייב מיטן ערשטן טייטלבוים קעגן די ספעיס צום צווייטן זייט.
אזויאויך די ספעיס צווישן די ערשטע טייטלבוים ביזן קליינעם טייטלבוים קעגן די ספעיס צווישן דעם קליינעם ביז די לינקע זייט.
נעם א מעסטער און מעסט אפ סוועט זיין 1.6 (אויב נישט פונקטליך וועט דאס זיין בקירוב… בערך אזוי ווי די מיוזיק נאטס זענען גאלדן רעשיא, ווייל סאיז 7 ווייסע קעגן 5 שווארצע. איי גאלדן רעשיא איז אכט קעגן 5 (1.6=8/5). נו כאן מלבר כאן מלגאו…)