ווערייזן סערוויס פראבלעמען אין די היימישע געגענטער
דער פראבלעם: סעלפאונס מיט ווערייזן סערוויס האבן לעצטענס זייער שלעכטע סערוויס, אין אסאך פלעצער קען מען נישט מאכן קיין פאון קאללס בכלל, אין אסאך פלעצער הערט מען דעם אויף די אנדערע זייט זייער צוהאקט.
איך ווייס נישט אויב עס האט דווקא מיט די היימישע געגענטער אזוי ווי עס שטייט אין די קעפל אבער אין בארא פארק איז עס שלעכט, און געהערט האב איך אז אין אפסטעיט איז סאך ערגער.
די סעלושען: אדער טוישן צו א צווייטע סערוויס אדער ווארטן ביז ווערייזן אדרעסירט דעם פראבלעם, אדער קען דער עולם אריינקומען דא געבן נאך עצות.