האוקול פאר גאווערנאר

אחראי: יאנאש

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע:צווישן די סטרונעס

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

כ׳ווייס באמת נישט פארוואס ס׳איז אזוי שווער צו פארשטיין די יעצטיגע רעפובליקאנע ווינט ביים עולם, די ווארט איז נישט רעפובליקען אדער דעמאקראט, די ווארט איז ׳ליוו ענד לעט ליוו׳.

כהיום איז די מציאות אז דער דעמאקראט איז דער וואס לאזט מיך נישט אנגיין מיטן לעבן, שטעקט אריין די נאז ווי מ׳קען נאר, פון חינוך ביז געזונט, פון פלעסטיק בעגס ביז טעקס, נערישע מאנדאטן מיט פארשפארטע שפיטעלער און ביזנעסער, אלעס אין נאמען פון געזעץ, אין איין ווארט: דו ביסט נישט בעה״ב אויף דיין גוף, דיין מוח, דיינע קינדערלעך, דו ביסט נישט גענוג רייף צו מאכן סיי וועלכע באשלוס פאר דיר אליינס, אונז דארף מיר דאס טוהן פאר דיין וואוילזיין.

ווער רעדט נאך פון פרא נארישקייט, הפקירות אין די גאסן וכו׳ איש את רעהו חיים בלעו.. בקיצור זיי פראמאוטן ווייטער פרייהייט אבער נאר פאר פארברעכער, פרידאם אף ספיעטש איז ווילאנג דו זאגסט וואס איך לאז וכו׳ וכו׳

ווידעראום דער רעפובליקאנער אגענדע כהיום איז פונקט די פארקערטע, פרא טשויס פון חינוך ביז וואקסין, פרא ביזנעס, אנטי מאנדאטן, פרא לאו אין ארדער וכו׳

יעצט קען זיין אז פאר 10-20 יאר צוריק איז געווען די מציאות פונקט קאפויער, עפעס א שאלה צו ווען די דאשיק איז יעצט פארקערט אז דער עולם וואלט ארויסגעקומען אין די מאסן פאר די דעמאקראטן?
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

פ' לך לך האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
פארט איז שומער נישט באליבט ביים היימישן ציבור
ווייס איך נישט פון וועלכע 'ציבור' דו רעדסט, אז די רעדסט פון די טראמפיסטן, ביזטו גערעכט, ועל דא קא בכינא. סתם היימישע ציבור האט נישט געהאט קיין נעגאטיווע דעה איבער שומער.
כלל ישראל האט געהאט גרויסע טובות פון שומער די לעצטע צייט, ובפרט פארן הילף ביי די קאוויד געלטער ווי דערמאנט, און פארן פרובירן צו ראטעווען אלטר פיקסלער ווי ער איז ארויס פון וועג לבקשת השתדלנים. ס'קומט זיך איהם א גרויסע הכרת הטוב דערפאר, און וואס האט ער למעשה באקומען? א שפיי אין פנים. פארוואס? "ווייל דער עולם האט שוין אליין שכל פאר וועמען צו שטימען", יעצט גיי זאג מיר פארוואס אזא פאליטשאן זאל נאך וועלן א טובה טוהן פארן היימישן ציבור.
און לגבי די וואס שימפן קעגן די דעמאקראטן בכלליות, איז וויכטיג צו באמערקן אז דער באורד אוו ריזשענטס איז אייניג צעטיילט צווישן די רעפובליקאנער און דעמאקראטן, און 'ביידע' האבן געשטימט פאר די אנטי חינוך געזעץ.
דאס איז מען גערעכט, אז ס'האט געפעלט הסברה און אויפקלערונג'ס פון די ריכטיגע עסקנים און שתדלנים בעפאר די וואלן, אבער ווי עס שיינט האבן זיי מורא געהאט ארויסצוקומען זאגן זייער דעה, זיי וואלטן פארשריגן געווארן און געווארן אפגעפסל'ט. זייער ווייניג האבן געהאט די גאטס דערצו [א שטייגער ווי ר' משה מארגערעטן, און זעה טאקע דא אויפן וועלטל ווי מען האט אים אראפגעריסן], פון די איבעריגע האט מען נישט געהערט קיין ווארט, לא לכאן ולא לכאן.
כ'האב גרויס מיטלייד מיטן עסקן וועלכע זאגט דארטן אינעם משפחה ארטיקל וואס מען האט דא צוגעברענגט אז די חורבן איז קאטאסטראפיש, נאר ער איז זיך אליין שולדיג פארן מורא האבן ארויסצוקומען בעפאר די וואלן זאגן זיין דעה.
מענטשן ווייסן אז שומער האט נישט געשריבן א בריוו לטובת רובאשקין. און מענטשן ווייסן נישט איבער די געלטער פון וואס דו רעדסט. האט מיט טראמפ גארנישט. יתכון אז מ׳וואלט געקענט לייגן דגוש צו ארויסברענגען פארוואס מ׳זאל שטימען פאר שומער.

אגב. נאכן ניו יארק טיימס ארטיקל האט מען געזען ווער אונזערע פריינט זענען.
-


די פאליטישנס האבן געזען א הערליכע ליסטע פון בארא פארקער מוסדות לטובת זעלדין און זיי האבן געזען די נומערן וויפיל זענען ארויסגעקומען פאר אים.
ישראל אשר בך אתפאר
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

בלומיגראווער אידן האבן דוכט זיך באקומען א גאר קריטיש-וויכטיגע וועטא פונעם גאווערנאר,

אויך עפעס א שיינע מתנה פון 4 מיליאן דאלאר פאר וואסער.
און זענען גראדע זייער שיין ארויסגעקומען שטימען.
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
כ׳ווייס באמת נישט פארוואס ס׳איז אזוי שווער צו פארשטיין די יעצטיגע רעפובליקאנע ווינט ביים עולם, די ווארט איז נישט רעפובליקען אדער דעמאקראט, די ווארט איז ׳ליוו ענד לעט ליוו׳.

כהיום איז די מציאות אז דער דעמאקראט איז דער וואס לאזט מיך נישט אנגיין מיטן לעבן, שטעקט אריין די נאז ווי מ׳קען נאר, פון חינוך ביז געזונט, פון פלעסטיק בעגס ביז טעקס, נערישע מאנדאטן מיט פארשפארטע שפיטעלער און ביזנעסער, אלעס אין נאמען פון געזעץ, אין איין ווארט: דו ביסט נישט בעה״ב אויף דיין גוף, דיין מוח, דיינע קינדערלעך, דו ביסט נישט גענוג רייף צו מאכן סיי וועלכע באשלוס פאר דיר אליינס, אונז דארף מיר דאס טוהן פאר דיין וואוילזיין.

ווער רעדט נאך פון פרא נארישקייט, הפקירות אין די גאסן וכו׳ איש את רעהו חיים בלעו.. בקיצור זיי פראמאוטן ווייטער פרייהייט אבער נאר פאר פארברעכער, פרידאם אף ספיעטש איז ווילאנג דו זאגסט וואס איך לאז וכו׳ וכו׳

ווידעראום דער רעפובליקאנער אגענדע כהיום איז פונקט די פארקערטע, פרא טשויס פון חינוך ביז וואקסין, פרא ביזנעס, אנטי מאנדאטן, פרא לאו אין ארדער וכו׳

יעצט קען זיין אז פאר 10-20 יאר צוריק איז געווען די מציאות פונקט קאפויער, עפעס א שאלה צו ווען די דאשיק איז יעצט פארקערט אז דער עולם וואלט ארויסגעקומען אין די מאסן פאר די דעמאקראטן?
Well said
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20506
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קיסריה האט געשריבן:
בלומיגראווער אידן האבן דוכט זיך באקומען א גאר קריטיש-וויכטיגע וועטא פונעם גאווערנאר,

אויך עפעס א שיינע מתנה פון 4 מיליאן דאלאר פאר וואסער.
און זענען גראדע זייער שיין ארויסגעקומען שטימען .
יאפ, א ערנסטע וועטא און נאנט צו 5 מיליאן דאלער און פון די 800 שטימען אין בלומינגראוו האט די גאווערנאר באקומען קנאפע 200 שטימען, הה"ד בושה תכסה פנים
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20506
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פ' לך לך האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
פארט איז שומער נישט באליבט ביים היימישן ציבור
ווייס איך נישט פון וועלכע 'ציבור' דו רעדסט, אז די רעדסט פון די טראמפיסטן, ביזטו גערעכט, ועל דא קא בכינא. סתם היימישע ציבור האט נישט געהאט קיין נעגאטיווע דעה איבער שומער.
כלל ישראל האט געהאט גרויסע טובות פון שומער די לעצטע צייט, ובפרט פארן הילף ביי די קאוויד געלטער ווי דערמאנט, און פארן פרובירן צו ראטעווען אלטר פיקסלער ווי ער איז ארויס פון וועג לבקשת השתדלנים. ס'קומט זיך איהם א גרויסע הכרת הטוב דערפאר, און וואס האט ער למעשה באקומען? א שפיי אין פנים. פארוואס? "ווייל דער עולם האט שוין אליין שכל פאר וועמען צו שטימען", יעצט גיי זאג מיר פארוואס אזא פאליטשאן זאל נאך וועלן א טובה טוהן פארן היימישן ציבור.
און לגבי די וואס שימפן קעגן די דעמאקראטן בכלליות, איז וויכטיג צו באמערקן אז דער באורד אוו ריזשענטס איז אייניג צעטיילט צווישן די רעפובליקאנער און דעמאקראטן, און 'ביידע' האבן געשטימט פאר די אנטי חינוך געזעץ.
דאס איז מען גערעכט, אז ס'האט געפעלט הסברה און אויפקלערונג'ס פון די ריכטיגע עסקנים און שתדלנים בעפאר די וואלן, אבער ווי עס שיינט האבן זיי מורא געהאט ארויסצוקומען זאגן זייער דעה, זיי וואלטן פארשריגן געווארן און געווארן אפגעפסל'ט. זייער ווייניג האבן געהאט די גאטס דערצו [א שטייגער ווי ר' משה מארגערעטן, און זעה טאקע דא אויפן וועלטל ווי מען האט אים אראפגעריסן], פון די איבעריגע האט מען נישט געהערט קיין ווארט, לא לכאן ולא לכאן.
כ'האב גרויס מיטלייד מיטן עסקן וועלכע זאגט דארטן אינעם משפחה ארטיקל וואס מען האט דא צוגעברענגט אז די חורבן איז קאטאסטראפיש, נאר ער איז זיך אליין שולדיג פארן מורא האבן ארויסצוקומען בעפאר די וואלן זאגן זיין דעה.
מ'האלט עס אין איין איבערזאגן אבער ס'פעלט הסבר, פון וועם פינקטליך רעדט מען? ווער האט דאס אנגעוואוירן? ווי געשריבן אויבן האט עס מיט די בארא פארקע שטימען גארנישט, איבער 95% בארא פארק איז אין דיסטריקט 48 און גאנץ בארא פארק איז אין פעלדערס סענאט דיסטיריקט, די אידישע שטימען אין אסעמבלי דיסטריקט 49 האבן נישט אויסגעמאכט (חוץ אפשר אויב מ'רעכנט צו די פאר ליטווישע שטימען פון בענזענהורסט, אויכט כמעט אוממעגליך), ווידער אויב רעדט מען פון פלעטבוש און פאר ראקעוועי איז עס א אנדערע מעשה אינגאנצן
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

מהאלט דא אין איין איבער חזרן אז די דעמאקראטן וועלן נישט וועלן קוקען אויף אונזער זייט צוליב די מענטשען וואס וואוטן רעפ. דאון די ליין

זייער נערישע סטעיטמענט דאס

זיי דארפן אונזער וואוטס מארגן פונקט ווי היינט
וואס האט זיך בלויז געטוישט איז אז ביז היינט איז איהם געוועהן גענוג צו געפעלן עטליכע פערמינאנטע עסקנים וועלכע האבן געשתדלט בנאמנות פאר יודענס וועגן
און פון היצטער דארפן זיי דעליווערן פארן המון עם, אז זיי זאל פילן אין זייער טאג טעגליכן לעבן ווי זייערע געברויכן ווערן אדרעסירט, זייערע מיינונגען ווערן דערהערט און פארטרעטן
א קומענדיגע קאנדידאט פאר NY17 וועט וויסען אז ער קען נישט קומען ווי מעלאוני און צו זאגן פאר פינקסאוויטש פון כתר ווילעדש אז ער גייט נישט שטיצן קיין געזעצן קעגן די תורה און דורך דעם געווינען, ער ברויך דאס איבערצייגן פארן המון עם דורך פאקטישע באווייזן.
די זעלבע איז מיט די אסעמבלי אין די סיטי א צוקונפטיגע דעמאקראט וואס וועט וועלן געווינען וועט נישט נאר דארפן איבערצייגן שתדלנים און עסקנים נאר דער אלגעמיינעם דעת הקהל אז ער שטעלט זיך ארויס שטארק פאר קריים שפיטעלער אדג
האבט דען א ספק צו ווען איינער פון די לאנג יעריגע פריינט אין די אסעמבלי וועלכע האבן פארלוירן וואלטן זיך ארויסגעשטעלט אין די עפענטליכקייט בריש גלי פאר חינוך קריים וכדו' אויף א וועג אז יעדער צעווילער זאל הערן דערפון, וואלטן זיי דען פארלוירן [והא ראיה שמחה פעלדער]
מקען דאס קלאר זעהן פון די אלע צוטאטן דא געברענגט אז די פארטיי פירערשאפט וואס איז ווייטער דא צו געווינען און נישט צו פארלירן האט דערהערט אז זיי דארפן זיך מער צוהערן צו די געברויכן פון די מענטשן
בפרט ווען מהאנדלט פון געוועזענע סאליד דעמאקראטישע וויילער איז דאך ווארשיינלעך דא א סיבה פארוואס זיי זענען געשטיפט געווארן צו רעכטס
איז אויב זוכן זיי צוריק צו געווינען דיזע וויילער וועלן זייי טוישן זייער צוגאנג צו זייערע השקפות און געברויכן
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שנעלער האט געשריבן:
א קומענדיגע קאנדידאט פאר NY17 וועט וויסען אז ער קען נישט קומען ווי מעלאוני און צו זאגן פאר פינקסאוויטש פון כתר ווילעדש אז ער גייט נישט שטיצן קיין געזעצן קעגן די תורה און דורך דעם געווינען, ער ברויך דאס איבערצייגן פארן המון עם דורך פאקטישע באווייזן.
יענע סיעט האט גארנישט צו דעם שמועס בכלל.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

ס'ווערט דא זייער גוט און זאכליך ארויסגעברענגט דער חורבן פונעם דעמאקראטישן פארטיי דא אין ניו יארק, און ס'איז באמת זייער זייער פארשטענדליך פארוואס ס'איז שווער צו שטימען פאר א דעמאקראט.

שטעלט זיך די פראגע, די שתדלנים ווייסן נישט פונעם חורבן? זיי זעען נישט ווי ניו יארק גייט אין דער ערד? די ענטפער אויף דעם איז אז זיי ווייסן שוין איינמאל דעם חורבן נאך אסאך מער ווי דער המון עם! איי וויאזוי קענען זיי הייסן שטימען פאר א דעמאקראט? דער ענטפער איז זייער פשוט, די דעמאקראטן זיצן פאקטיש ביים רודער! צי מ'וויל יא צי מ'וויל נישט. ס'איז א פאקט וואס אונז אידעלעך קענען נישט מיט אונזער בעסטע ווילן נישט טוישן. ביז אפאר יאר צוריק האט מען זיך נאך איינגערעדט אז מ'וועט קענען צוריקגעבן דעם סטעיט סענאט פאר די רעפובליקענס, אבער כהיום איז שוין ניטאמאל דא א רעדע דערפון.

איז ווען מיר קענען ווען באמת איבערדרייען דעם מצב, וואלט מען געקענט אריינגיין א דיסקוסיע. דאס גאנצע וואס מ'רעדט דא איז לערנען די דעמאקראטן א לקח וויאזוי צו פירן ניו יארק, איז פארוואס ברויכן מיר אידעלעך זיין אינוואלווד דערין? צו זיכער מאכן אז די וואס זענען ביי די מאכט זאלן קוקן אויך אונז מיט א קרום אויג? פונקטליך פארוועם איז דאס א טובה? און בן בנו של ק"ו, נוצן איינעם וואס האט געהאלפן אידן בעבר אלס שטעקן צו לערנען דעם פארטיי?

די פאקט איז אז מ'דארף כסדר אנקומען צו די פאליטישאנס. איין טאג איז עס ארויסהעלפן א יחיד וואס קיינער וויל נישט אויספויקן אין פובליק נישט בלויז אלס ואהבת לרעך כמוך, נאר פשוט ווייל קיין איין פאליטישאן וויל נישט די זאכן זאלן גיין פובליק, ווי פארשטענדליך. איין טאג איז עס א ציבור'ישע געברויך וואס דער פאליטישאן איז ווידער נישט אינטערסירט דאס זאל גיין פובליק, און צומאל איז דאס קלאר א תנאי! איז וואס פונקטליך ברויכן די שתדלים טון אונז צו איבערצייגן פארוואס זיי האבן אינדארסט פונקט פלוני?

פאר די לעצטע 70 יאר, מיינע זיידעס און באבעס, מיינע עלטערן און אלע ביז לעצטענס האבן צומאל אויך געהאט טענות פארוואס מ'הייסט שטימען פאר דעם אדער יענעם, אבער זיי האבן אויך פארשטאנען אז כ'מוז נישט אלעס פארשטיין און זענען שטענדיג געגאנגען שטימען פארוועם מ'האט געבעטן. האבעך דען נישט גענוג מאל געוואוט פאר איינעם וואס כ'האב געהאפט אז יענער גייט פארלירן? וואס האט אצינד פארסירט אזמ'דארף א פונקטליכע דין וחשבון?

טייל האבן זיך דא אפגערעדט אז די פאליטישאנס זענען טאקע געטריי צו אונז, אבער זיי לאזן זיך אראפ בלויז צו די שתדלנים, און לאזן זיך נישט אראפ קאמפיינען ביים עולם. דאס איז גראדע זייער א שטארקע טענה. אמאל האבן גראדע מענטשן זיך אפגערעדט אז דאס איז סתם ביטול תורה, קען זיין אז תשפ"ג איז אנדערש. איז די פראגע צי אויב זיי וואלטן יא פרעזענליך אראפגעקומען קאמפיינען וואלט דער עולם ענדערש געשטומט פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן?
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

דרייטצעך האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:
א קומענדיגע קאנדידאט פאר NY17 וועט וויסען אז ער קען נישט קומען ווי מעלאוני און צו זאגן פאר פינקסאוויטש פון כתר ווילעדש אז ער גייט נישט שטיצן קיין געזעצן קעגן די תורה און דורך דעם געווינען, ער ברויך דאס איבערצייגן פארן המון עם דורך פאקטישע באווייזן.
יענע סיעט האט גארנישט צו דעם שמועס בכלל.
סהאט אזוי פיל מיט דעם אז טראץ וואס אלע פערמינאנטע עסקנים האבן אינדארסירט דעם דעמאקראט האט דער אלגעמיינער המון עם געשטורעמט צום רעפאבליקן
און דאס איז א תוצאה פון דעם וואס דער עולם האט היינט צו טאגס א אייגענע אבזערוואציע אויף פאליטיקאנטען און די דעמאקראטישער פארטיי וועט דאס ברויכן נעמען אין חשבון אויב זיי ווילן נאך אמאל באקומען זייערע וואוטס
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שנעלער האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:
א קומענדיגע קאנדידאט פאר NY17 וועט וויסען אז ער קען נישט קומען ווי מעלאוני און צו זאגן פאר פינקסאוויטש פון כתר ווילעדש אז ער גייט נישט שטיצן קיין געזעצן קעגן די תורה און דורך דעם געווינען, ער ברויך דאס איבערצייגן פארן המון עם דורך פאקטישע באווייזן.
יענע סיעט האט גארנישט צו דעם שמועס בכלל.
סהאט אזוי פיל מיט דעם אז טראץ וואס אלע פערמינאנטע עסקנים האבן אינדארסירט דעם דעמאקראט האט דער אלגעמיינער המון עם געשטורעמט צום רעפאבליקן
און דאס איז א תוצאה פון דעם וואס דער עולם האט היינט צו טאגס א אייגענע אבזערוואציע אויף פאליטיקאנטען און די דעמאקראטישער פארטיי וועט דאס ברויכן נעמען אין חשבון אויב זיי ווילן נאך אמאל באקומען זייערע וואוטס

אויב איר וועט אריינגיסן די אמאונט פון געלט (ועוד שאכהמ"ל) אין סיי וועלכע אידישע געגנט וועט איר באקומען די רעזולטאטן. חזקה על פראפעגאנדע שאינה חוזרת ריקם.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע:מאנסי נ.י.

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקות שלמה »

נעמען אין חשבון מיט וואס?

נעמען אין חשבון אז זיי פארדינען גארנישט פון קעגנקומען אונזערע שלוחים לטובתינו. זיי וועלן טון בלויז דאס וואס זיי קענען זאגן 'הויעך אין די פרעסע' אז דו זאלסט עס אויך וויסן (כלומר: פאר אידן כמעט גארנישט). דאס איבריגע וועט ער נישט טון. נישט פארוואס. סתם אויף צו כאפן א פראסק פון יהדות וואטסעפפ?
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

מידער האט געשריבן:
*
זייער שטארק און צום זאך, נאר דאס איז די מצב אין 2022, מען איז גרייט זיך צו שיסן אין די פיס און גיין קאפ אין וואנט אבי צו לאזן הערן די אייגענע דעה.
היה אומר
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:39 am

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היה אומר »

מידער האט געשריבן:
*
זייער שטארק!
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

מידער האט געשריבן:
ס'ווערט דא זייער גוט און זאכליך ארויסגעברענגט דער חורבן פונעם דעמאקראטישן פארטיי דא אין ניו יארק, און ס'איז באמת זייער זייער פארשטענדליך פארוואס ס'איז שווער צו שטימען פאר א דעמאקראט.

שטעלט זיך די פראגע, די שתדלנים ווייסן נישט פונעם חורבן? זיי זעען נישט ווי ניו יארק גייט אין דער ערד? די ענטפער אויף דעם איז אז זיי ווייסן שוין איינמאל דעם חורבן נאך אסאך מער ווי דער המון עם! איי וויאזוי קענען זיי הייסן שטימען פאר א דעמאקראט? דער ענטפער איז זייער פשוט, די דעמאקראטן זיצן פאקטיש ביים רודער! צי מ'וויל יא צי מ'וויל נישט. ס'איז א פאקט וואס אונז אידעלעך קענען נישט מיט אונזער בעסטע ווילן נישט טוישן. ביז אפאר יאר צוריק האט מען זיך נאך איינגערעדט אז מ'וועט קענען צוריקגעבן דעם סטעיט סענאט פאר די רעפובליקענס, אבער כהיום איז שוין ניטאמאל דא א רעדע דערפון.

איז ווען מיר קענען ווען באמת איבערדרייען דעם מצב, וואלט מען געקענט אריינגיין א דיסקוסיע. דאס גאנצע וואס מ'רעדט דא איז לערנען די דעמאקראטן א לקח וויאזוי צו פירן ניו יארק, איז פארוואס ברויכן מיר אידעלעך זיין אינוואלווד דערין? צו זיכער מאכן אז די וואס זענען ביי די מאכט זאלן קוקן אויך אונז מיט א קרום אויג? פונקטליך פארוועם איז דאס א טובה? און בן בנו של ק"ו, נוצן איינעם וואס האט געהאלפן אידן בעבר אלס שטעקן צו לערנען דעם פארטיי?

די פאקט איז אז מ'דארף כסדר אנקומען צו די פאליטישאנס. איין טאג איז עס ארויסהעלפן א יחיד וואס קיינער וויל נישט אויספויקן אין פובליק נישט בלויז אלס ואהבת לרעך כמוך, נאר פשוט ווייל קיין איין פאליטישאן וויל נישט די זאכן זאלן גיין פובליק, ווי פארשטענדליך. איין טאג איז עס א ציבור'ישע געברויך וואס דער פאליטישאן איז ווידער נישט אינטערסירט דאס זאל גיין פובליק, און צומאל איז דאס קלאר א תנאי! איז וואס פונקטליך ברויכן די שתדלים טון אונז צו איבערצייגן פארוואס זיי האבן אינדארסט פונקט פלוני?

פאר די לעצטע 70 יאר, מיינע זיידעס און באבעס, מיינע עלטערן און אלע ביז לעצטענס האבן צומאל אויך געהאט טענות פארוואס מ'הייסט שטימען פאר דעם אדער יענעם, אבער זיי האבן אויך פארשטאנען אז כ'מוז נישט אלעס פארשטיין און זענען שטענדיג געגאנגען שטימען פארוועם מ'האט געבעטן. האבעך דען נישט גענוג מאל געוואוט פאר איינעם וואס כ'האב געהאפט אז יענער גייט פארלירן? וואס האט אצינד פארסירט אזמ'דארף א פונקטליכע דין וחשבון?

טייל האבן זיך דא אפגערעדט אז די פאליטישאנס זענען טאקע געטריי צו אונז, אבער זיי לאזן זיך אראפ בלויז צו די שתדלנים, און לאזן זיך נישט אראפ קאמפיינען ביים עולם. דאס איז גראדע זייער א שטארקע טענה. אמאל האבן גראדע מענטשן זיך אפגערעדט אז דאס איז סתם ביטול תורה, קען זיין אז תשפ"ג איז אנדערש. איז די פראגע צי אויב זיי וואלטן יא פרעזענליך אראפגעקומען קאמפיינען וואלט דער עולם ענדערש געשטומט פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן?
קהילות און מוסדות זענען ארויסגעקומען גאר שטארק פאר זעלדין- איז מען ארויסגעקומען אין די מאסן, לית מאן דפליג. אידן פאלגן, די בלאק וואוט איז גרויס ב״ה.

ווי איך פארשטיי באדערט אייך און אנדערע דא, די באשליסן פון מענטשן צו שטימען פאר ריפאבליקאנער אפ׳ זענען ליידן צרות פון די דעמאקראטן, ווייל פון די דעמס האבן די עסקנים געהאט טובות און בדרך כלל בלייבן זיי ביי די רודער אין ניו יארק, כ׳הער, אלזא ברענג אויף דיין נקודה פאר די קהילה און מוסדות פירער אז ביי סיי וועלכע וואל סעזאן פעלט זיך זייער וויכטיג אויס אונטערשטרייכן די שטארקע שטיצע פאר יעדע קאנדידאט פון די ליסטע, ס׳זאל נישט פאסירן דאס וואס האט יעצט פאסירט. והכל על מקומו יבוא בשלום
ישראל אשר בך אתפאר
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

פ' לך לך האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:
*
זייער שטארק און צום זאך, נאר דאס איז די מצב אין 2022, מען איז גרייט זיך צו שיסן אין די פיס און גיין קאפ אין וואנט אבי צו לאזן הערן די אייגענע דעה.
נישט ממש, ווען מען כאפט בולעטס אין קאפ אפאר יאר פון די ליבעראלע פאליסיס וואס רואנירט דאס לעבן. פון קאוויד, קריים, חינוך. און נאך. דאן שפירן דורכשניטליכע מענטשן אז זיי האלטן עס מער נישט אויס און ווילן נישט קיינעם זען פון די חברה מער פאר די אויגן. דאס זעט זיך שטארק אן אויף די רעזולטאטן פון די רויטע וועיוו אין ניו יארק. די דעמס האבן פארלוירן זיצן אין קאנגרעס און אויך פארלוירן זיצן אין אלבאני. זיי זענען צעשאסן. יעדער בלעימט א צווייטן, הצד השוה שבהם, מ׳רעדט הויעך און קלאר אז די ניו יארקער זענען נישט צופרידן מיט די איציטיגע פירערשאפט און זיי דארפן טויש. זיי רעדן שוין אפ׳ פון די בעפארשטייענדע סיטי קאונסיל וואלן אז מ׳זאל זיך רישן אויף פראסטרירטע וויילער…

די וויילער האבן זיך נישט גערישט אויף אזא שיינער אויסגאנג: די פארטיי דארף ברבים אויסשמועסן וואס די סיבה פון די אויפברויז. בעז״ה וועט עס ברענגען לכל הפחות צו דעם אז ערגער זאל נישט ווערן.

פון אונזער קאמיוניטי איז אויך ארויסגעקומען א שטארקע מעסעדזש, נעמליך, אז מיר קענען ארויסקומען אין די מאסן שטימען און ווען אונזערע קהילית און מוסדות זענען שטארק פאר א קאנדידאט און זיי אונטערשטרייכן די וויכטיגקייט פון יענעם שטיצן דאן וועט דער עולם ארויסקומען שטימען אין די מאסן.
ישראל אשר בך אתפאר
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

-
אטעטשמענטס
62A55862-E5A6-42D5-B174-93EC82ED474E.jpeg
62A55862-E5A6-42D5-B174-93EC82ED474E.jpeg (292.68 KiB) געזען 2119 מאל
ישראל אשר בך אתפאר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
, ווידער אויב רעדט מען פון פלעטבוש און פאר ראקעוועי איז עס א אנדערע מעשה אינגאנצן
דאס איז נישט קיין קשיא, דאס איז דער תירוץ, מען רעדט פשטות פון יענע געגענטער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שנעלער האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:
א קומענדיגע קאנדידאט פאר NY17 וועט וויסען אז ער קען נישט קומען ווי מעלאוני און צו זאגן פאר פינקסאוויטש פון כתר ווילעדש אז ער גייט נישט שטיצן קיין געזעצן קעגן די תורה און דורך דעם געווינען, ער ברויך דאס איבערצייגן פארן המון עם דורך פאקטישע באווייזן.
יענע סיעט האט גארנישט צו דעם שמועס בכלל.
סהאט אזוי פיל מיט דעם אז טראץ וואס אלע פערמינאנטע עסקנים האבן אינדארסירט דעם דעמאקראט האט דער אלגעמיינער המון עם געשטורעמט צום רעפאבליקן
און דאס איז א תוצאה פון דעם וואס דער עולם האט היינט צו טאגס א אייגענע אבזערוואציע אויף פאליטיקאנטען און די דעמאקראטישער פארטיי וועט דאס ברויכן נעמען אין חשבון אויב זיי ווילן נאך אמאל באקומען זייערע וואוטס
די דעמאקראטן גייען נישט ווערן קיין רעפאבליקאנער צו באקומען די שטימען פון א קאמיוניטי וואס זענען טראמפ וויילער און זענען ארום 2% פון די סטעיט מאקסימום שבמאקסימום.

דאס איז זייער זייער זייער פשוט, אויב דו טראכסט אריין.

ממילא האט דער ציבור צוויי ברירות, שטימען פאר קאנדידאטן וואס שטייען מיט אונז ווען מיר מוזן זײ האבן, הגם זייער אגענדע אין דזשענערעל איז נישט וואס מיר ווילן.

אדער קענען מיר ווייטער ווערן מער און מער טייל פון די רעפאבליקאנער מינאריטעט אין די סטעיט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36810
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לענית דעתי איז די מעשה דא אנדערש ווי מען קלערט.

פארהאן בינינו א גרויסער ציבור וואס וואלט אלעמאל געשטימט רעפובליקן, נאר ווי עס פירט זייך ביי פאריאגטע פער'טרוד'יגע אידן קומען זיי געווענליך נישט אן צום שטום בודקע, היצטער אבער אז מ'האט זיי ארויסגעשלעפט מיט א געוואלד איבערן מצב האבן זיי געוועלט ווי זייער געוואוינהייט.

ד"ה ס'איז נישט אז זיי זענען געווארן היצט רעכט געשטימט [תרתי משמע] נאר זיי זענען פלעין אנגעקומען צום שטים בודקע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4546
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

או יאמר היות די רעפאבליקאנער זעלדין איז געווארען עפענטליך געשטיצט דורך די גדולי ישראל - א חלק דירעקט און אנדערע אימדירעקט - און אזוי אויך דורך די טרעדיציניאלע עסקנים,
איז היות אין די גאווערנער רעיס איז געליגען די עיקר פאוקס האט עס שוין ביי אסאך מענטשען שוין מיטגעשלעפט די גאנצע רעפאבליקען טיקעט צו וויייל זיי האבן א פריוואטע מיינונג צו סתם אזוי פארוואס נישט, אויב ביי די עיקר רעיס דאס מאל איז די רעפאבליקאנער אידארסירט איז דאך ביי אנדערע אויך נישט געפערליך צו וואוטען רויט, נישט יעדער איז אזוי באהאווענט.
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

בעז״ה וועט דער עולם זיין מער אינוואלווד אין די פריימערי פראסעס און מ׳וועט ארויסקומען אין די מאסן שטיצן מער מאדערעט דעמאקארטן. די כח פון די לינקע דארף ווערן גאר שטארק אפגעשוואכט
ישראל אשר בך אתפאר
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

אורח הכבוד האט געשריבן:
או יאמר היות די רעפאבליקאנער זעלדין איז געווארען עפענטליך געשטיצט דורך די גדולי ישראל - א חלק דירעקט און אנדערע אימדירעקט - און אזוי אויך דורך די טרעדיציניאלע עסקנים,
איז היות אין די גאווערנער רעיס איז געליגען די עיקר פאוקס האט עס שוין ביי אסאך מענטשען שוין מיטגעשלעפט די גאנצע רעפאבליקען טיקעט צו וויייל זיי האבן א פריוואטע מיינונג צו סתם אזוי פארוואס נישט, אויב ביי די עיקר רעיס דאס מאל איז די רעפאבליקאנער אידארסירט איז דאך ביי אנדערע אויך נישט געפערליך צו וואוטען רויט, נישט יעדער איז אזוי באהאווענט.
100% איך ווייס פערזענליך פוןן עטליכע וואס האבן געמאכט דעם חשבון (זיי ווייסן ניטאמאל ווער סאיז געלאפן פאר וואס)

איך בין קלאר אז ווען לענטאל זאל זיין אויפן בעלאט וואלט ער באקומען די איבערוויגענדע רוב פון די זעלדין וואוטערס

יעדער האט געוואוסט אז זעלדין איז די עיקר און די איבעריגע איז לגמרי נישט נוגע
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

די דעמאקראטן גייען פיין געדענקן די וואל אויסגאנג אין ניו יארק. לאמיר האפן אז זיי וועלן זיך נעמען אין די האנט אריין
אטעטשמענטס
39E08B50-BB00-4BC8-ACF5-C9A0113FA13F.jpeg
39E08B50-BB00-4BC8-ACF5-C9A0113FA13F.jpeg (224.75 KiB) געזען 1344 מאל
A5152D9F-7F7A-4149-BBFC-4A0975C955EF.jpeg
A5152D9F-7F7A-4149-BBFC-4A0975C955EF.jpeg (110.65 KiB) געזען 1344 מאל
ישראל אשר בך אתפאר
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

קאנגרעסמאן האקים דזשעפריס
אטעטשמענטס
5B193FC3-2AE6-451E-88DB-0727EFAD88AD.jpeg
5B193FC3-2AE6-451E-88DB-0727EFAD88AD.jpeg (115.85 KiB) געזען 1183 מאל
ישראל אשר בך אתפאר
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”