התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער
דער אמת איז אז איך בין נישט קיין גרויסע תלמוד חכם און איך גיי נישט פסקנען קיין הלכה למעשה, אדרבה, אויב די תלמידי חכמים קענען אריינקומען מער אויסקלארן די נושא וואלט זייער גוט געווען, איך וועל נאר רעדן פון מיין אייגענע געפיל
אלע ווייסן אז די ענין פון צניעות ביי נשים איז זייער א דקות'דיגע אומקלארע נושא. מען קען זייער שווער זאגן אז ''דיזע'' קלייד איז אסור פאר א אידישע פרוי צו אנטון, די גדרים זענען זייער נישט געשניטן און די הלכות דערוועגן איז זייער אומקלאר
עס איז אוודאי פארהאן א איסור אויף געפאסטע, אויף רעש'יגע, אויף קורצע ועוד ועוד, אבער וואס גייט אריין אין וועלכע גדר איז זייער נישט קלאר און מען קען זיך אלס דינגען אהער און אהין
און טאקע וועגן דעם איז לעצטנס כמעט נישט דא קיין גדרים וסייגים, מען גייט אנגעטון מיט יעדע סארט בגד כמעט ווילאנג עס איז נישט אויפגעדעקט ממש גילוי בשר אדער הויזן, אויסער דעם טוט מען וואס מען וויל, אמער מען האט דאך נישט קיין הויזן... א זאך וואס איז אוודאי נישט אויסגעהאלטן ווייל ביז גילוי בשר איז דא אסאך זאכן וואס זענען אסור וויבאלד עס איז מושך עין וכדומה
יעצט, דאס דארף מען אין אכט נעמען אז נשים צדקניות האבן באמת נישט קיין אהנונג וואס איז מושך עין, זייער קאפ ליגט בכלל נישט אין ציען חלילה א מאן'ס אויג, רובא דרובא האבן נישט קיין שום אינטערעסע חלילה אין קיין שלעכטס, זיי גייען אנגעטון שיין נאר צוליב זייער חבר'טע און וועגן די סטייל און נישט צו זיין אלד פעישענד
איז ווער קען יא זאגן וויאזוי מען מעג גיין? לכאורה נאר די מאן! עלינו נפל חובת היום צו זאגן קלאר פאר די פרוי וואס זי מעג גיין אנגעטון און וואס נישט, ער ווייסט זייער גוט לעקל או לעקלקלות וועלכע בגד איז בולט און ציט א מאן'ס אויג און וועלכע נישט, איז עס זיין אחריות צו זיכער מאכן זיין ווייב פירט זיך ערליך און איז נישט מכשיל חלילה קיין אידן וואס פלאגן זיך שוין אזוי אויך צו זיך היטן די אויגן און מחשבות
און עס איז זייער מעגליך אז א גרויס חלק פון די מכשולות וואס קומען ארויס פון די נשים צדק' וועלן גיין אויפן חשבון פון די מאן אויף יענער וועלט, וויבאלד ער איז דער וואס ווייסט גוט וועלכע בגד עס קען מכשיל זיין וכו'
און דאס איז נישט נאר אין בגדים נאר אויך אין די שייטלעך וואס אשרי מי שזוכה אז מען גייט בכלל נישט ביי אים דערמיט ב''ה, אבער דער וואס יא מיינט עס נישט אז מען קען גיין וויאזוי מען וויל נאר חלילה, נאר עס דארף זיין אויסגעהאלטן און צניעות'דיג און ווי מער איידל און נישט אויפפאלנד און זיכער נישט צולאזט וכו'
און דאס איז נישט קיין חומרות און חאניאקטע מנהגים, דאס איז עיקרי דדינא ועתיד ליתן את הדין
איז לאמיר זיך שטארקן און פרובירן וויפיל מען קען צו אפהיטן אונזערע וואוילע נשים צדקניות וואס ווילן באמת זיי גוט נאר ווייסן נישט פונקטליך וויאזוי, און בכלל דארפן זיי אסאך חיזוק דערין צוליב פעיר פרעשור און אונז דארפן זיי עס געבן
און צומאל וועט עס אויסקוקן ווי מען איז שלעכט און שטרענג צו זיי אבער פארשטייט זיך אז מען איז סאך שלעכטער און אכזריות'דיגער צו זיי ווען מען לאזט זיי גיין נישט אויסגעהאלטן ח''ו השם יצילינו וואס עס ווארט אפ אזא איינעם אויבן, איז לאמיר זיי אמת'ע גוטע מענער און אפהיטן אונזערע נשים און זיך אליין פון אזעלכע שלעכטס און באקומען די אמת'ע גוטס וואס ווארט אפ פאר ווער עס היט זיך בקדושה
און נישט פארגעסן אז עס לוינט זיך אפילו נאר פאר א איין איינציג מאל מען גייט ארויס מער צניעות, יעדע מאל איז א באזונדערע חשבון אויבן, מען מוז נישט ווערן א צניעות'דיגע אידענע... מען דארף פרובירן צו זיך היטן די מערסטע נאר מעגליך און יעדע מאל איז זייער זייער טייער