מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

בנוגע די נקודה וואס מ׳האט אנגעמערקט אז נישט אייביג קען משפחה העלפן

ס׳איז אמת, אבער אפילו ווען מ׳קען נישט קען מען טון דאס פאלגענדע

1) אווערנסעס - מסביר זיין פאר א חבר קרוב דאס וויכטיקייט פון קויפן בכלליות,דא מענטשן וואס ווייסן דאס אויך נישט

2) אסאך מאל קויפט מען נישט ווייל מ׳האט נאכנישט דאס גאנצע דאון פעימענט.. זייט׳ס אים מסביר חבר טייערע וואס איז יעצט 50 פראצענט דאון איז אין א יאר פון יעצט (אין בעסטען פאל) נאר 40 פראצענט דאון,

3) דא מענטשן וואס האבן מורא צי בארגן אפאר טאלער, געבט׳ס אים די שטופ צי טון וואס איז ריכטיג, ע״פ רוב קען מען ריפיינענסן ביז א צוויי יאר און אפצאלן די חוב (אוודאי מוז מען האבן א חשבון פון ווי צי באצאלן)

3) מיט הלוואות, מ׳קען שתדלן ביי גוטע אידן אז מ׳זאל דעם איד בארגן אפאר טאלער
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

שאינו יודע האט געשריבן:
דאס איז א סעמפל פארוואס אזוי פיל אינגעלייט זענען אין די רויט ביים היימישען ציבור, קיינער טוט נישט וואס מען קען און וואס עס לוינט, נאר וואס מען דארף און יענער וועט זאגן

׳מען׳ ׳דארף׳ זען אז ׳איעדער׳ ׳זאל׳ קויפן א דירה ביז אקוואדער נאך אכט

יעדער זאל קויפן א דירה ווען ער קען, און ביי די דרייסיג קען נאך נישט יעדער.
זייט מיר ביטע מסביר אויף פענע און פאפיר די חשבון פון נישט קענען קויפן ביי די 30 און יא ביי די 40..

אויב יעדער וועט קויפן א דירה נאר ווען
1) ער האט די גאנצע דאון פעימענט אין באנק

2) דעסיידעד אין וועלכע שטאט ער וויל וואינען

3) געקומען צי אן החלטה (ער און די בני בית) וואספארא דירה ער וויל

איז די מצב נישט גוט...

עגעין.. דא רעדט מען פון אווערנעס איבער די נחיצות הענין .. דעטס אלל

איך פרזענליך קען מענטשן מיט א צוויי מאות אין באנק פאר א שיינע פאר יאר וואס האבן נאכנישט געקויפט ווייל זיי האבן נאכנישט געטראפן וואס זיי זוכן... און ביזדערווייל גייט אידיש געלט לטמיון..
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב געקויפט מיין דירה 10 יאר צוריק ביי די 25 יאר אלט, אבער אויב בין איך היינט 25 וואלט איך געווען אין א היבשע דילעמא. דאן האב איך געצאלט מיין דירה אין די 350K געגנט פאר א דירה וואס די 'פעיר וועליו' אין מיין מיינונג איז געווען קנאפע 300K, אבער היינט וואלט דאס געקאסט א מעלאנע. און ס'איז דא צוויי נקידות פארוואס איך וואלט דאס ווארשיינליך נישט געטון היינט צוטאגס: צוערשט וויאזוי וואלט איך אויפגעקומען מיט א מיליאן דאלער? און צווייטנס, אפילו ווען יא, איך האלט אז ס'איז באמת נישט ווערט די געלט! די 'פעיר וועליו' יעצט איז ארום 425K

די איידיע פון קויפן א דירה צייטליך איז געזאגט געווארן פאר יענע צייט ווען איך האב געקויפט, אדער נאך פריער. דאן האט מען נאך געקענט. אויף להבא אבער איז ימלט מער סעיף צו צאלן די אסטראנאמישע רענט, ווי איידער ברעכן א באנק צו קויפן א דירה. וואס זאל איך זאגן מיין טאכטער ווען זי גייט חתונה האבן מיט $0 אין באנק, אז זי זאל יעצט כאפן א דירה פאר א מיליאן ווייל אין 10 יאר ארום גייט עס קאסטן דריי מיליאן?.. מיר לעבן אין א אפנארמאלע היימישע מארקעט אינפלעישאן קריזיס, אונזערע קינדער גייען נישט קענען עפארדען מער דא צו וואוינען אין מולטי-מיליאן דאלער הייזער.

לשנה הבאה בירושלים.
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:

די חשבון איז אז צו קויפן א דירה דארף מען געלט, וכסף נקנה באחד משלשה דרכים

1)בארגן
2)לקח׳ענען
3)ארבייטן

יעצט פאר די ערשטע צוויי דרכים קען מען טאקע ביי די 23 זיין ׳מסודר׳ תרתי משמע מיט א הויז, די דריטע דארף מען ארבייטן און זיך סעטלען מיט א דזשאב מיט א נארמאלע פלאן פון פאראויס.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובה דורך רחש לבי »

די נקודה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
און וויאזוי פונקטליך גיי איך, כ'מיין צו זאגן גייט ער, באצאלן די חודש'ליכע פעימענטס + טעקס + אינשורענס?
הונדערט פראצענט אז דו, כ׳מיין צו זאגן ער גייט עס קאווערן בס״ד

וויאזוי?

אט ליינט:

וויאזוי פלאנט מען ביי אונז ״אין עדווענס״ יעדע נייע קינד וואס ווערט געבוירן בס״ד מ׳פרעגט דעם אקאונטענט אויב די בודזשעט ערלויבט דאס יעצט?

לעצטע מאל כ׳האב געטשעקט האבן די יעניגע וואס פלאנען דאס נאר אויב זייער בודזשעט ערלויבט עס אנגעקומען צו בלויז צוויי דריי קינדער און זיי טרעפן זיך שפעטער אויסגעבן די זעלבע געלט פאר אנדערע זאכן ווי מיר האבן און גיבן אויס מיט איבער א דאזן ברוכי הילדים בס״ד.

לאמיר דאס צולייגן אביסל:

ס׳איז א פאקט אז מאמע פון איין צוויי קינדער קען נישט פארשטיין וויאזוי א מאמע פון זעקס-אכט-צען קינדער קען מענעדזשמענט די הויז - די עלטערע מאמע וועט איר מסביר זיין אז די גרעסערע קינדער העלפן גאר ארויס אין שטוב קעיר נעמען פון די יונגערע דערפאר איז גאר גרינגער פאר עלטערן מיט מערערע קינדער צו האבן א געסעטלטע סדר אין שטוב ווי מיט ווייניג - ס׳איז טאקע א סטראגעל ביז מ׳כאפט דעם פארטל אבער יעדער שטעלט זיך אין פלאץ זייער שיין כמין חומר - מ׳האט בעיביסטיערס ווען מ׳דארף, די עלטערע באדן די יונגערע, העלפן לייגן זיי שלאפן, מ׳קען גרינגער ארויסגיין צו שמחות און שאפינג מ׳מוז נישט אייביג מיטשלעפן די בעיביס, מ׳פירט א אידישע שטוב און א שבת טיש ווי ס׳ברויך זיין וכו׳.

לעניננו - דער יונגערמאן פון עטליכע צוואנציג יאר פארשטייט נאכנישט אז ווען ער גייט ״מוזן״ איין טאג אויפקומען מיט אסאך אסאך מער געלט ווי זיין יעצטיגע בודזשעט וואס ער האט זיך ״באקוועם״ געמאכט אז ער ״קען״ קאווערן לויט זיין יעצטיגע פארשטאנד האט ער נישט קיין אהנונג ״וויאזוי״ ער גייט דאס מאכן דעמאלט און פון ״ווי״ ער גייט זיך דעקן דערפאר האט ער מורא אנצוהייבן דעם סטרעטש.

אבער אויב וואלט ער פארשטאנען אז דייקא דאס ״אריינטאנצן״ וואס פריער אינעם געשעפט - דייקא ביי די צוואנציגער יארן - און זיך קויפן א הויז מעג זיין אפילו קודם א קלענערע הויז און שפעטער זיך פארברייטערן - (מ׳קען אייביג פארקויפן פאר גוט ריוח אדער האלטן און ריפיינענסן און קויפן דערמיט די נעקסטע) דייקא די דאזיגע צייטליכע ״שפרונג״ וועט אים גאר שטארק ארויסהעלפן במשך פון די יארן לאורך הדרך.

וואס פריער מ׳הייבט אן אלס גרינגער איז עס שפעטער עס איז א גוטע געזונטע סטרעדזש יעצט מיט אביסל דאגות ווען מ׳דערהייבט נאך ווינציגער וואס עס וועט אים ברענגען אזויפיל רווחים שפעטער אז דאס ווערט ממש ווי זיינע ״גרויסע ערוואקסענע קינדער״ וואס וועלן אים ״בעיביסיטן״ און ארויסהעלפן לאורך הדרך מיט די לויפנדע בודזשעט און צו קענען ערציען די ״קליינע קינדער״ מיט אלעם וואס ער דארף…

שטייט זיך מ׳זאל וואס מער רעדן צו עקספערטן, זיך אינטרעסירן אויף גוטע ריעל עסטעיט בראוקערס און מארגעדזש בראוקערס און זיך קלאר מאכן אויפן בודזשעט וויאזוי עס צו טוהן (האבן א גוטע ״עמטליכע״ לעגאלע אינקאם אנשטאט נעמען פונעם פעטער און דורכדעם ״מורא האבן״ צו פארדינען איז פון די יסודות שביסודות פאר סוקסעס) מ׳זאל זיך גוט נאכפרעגן אז מ׳קויפט גוט מ׳זאל נישט אריינפאלן אבער מ׳טאר נישט פארשלאפן אין די יונגע יארן!

לאמיר נעמען למשל שכר לימוד ביי ווייניג קינדער צאלט מען 250-300 פער קינד שפעטער ביי וואס מער קינדער מיינט דאס 1500-2000 א חודש - גראסערי פיש און פלייש ווערט אויך פילפאכיג געטריפלט כסדר נאר פשוט דעיס קאסט שוין ״פער וואך״… די חודש׳ליכע רענט פארט כסדר ארויף און ס׳געלט גייט גענצליך לאיבוד ווען מ׳קען האבן א מארטגעדזש און צוריק ארויסנעמען דאס געלט במשך השנים.

ווען די ריכטיגע צייט קומט און די הוצאות שטייגן למעלה מראש למשל מ׳הייבט אן ״בר מצוה״ מאכן וכדומה די בודזשעט ווערט פילפאכיג פארגרעסערט אויב האט ער זיך נאכנישט געהאט ״געסטרעטשט״ פארדעם הערט מען טאקע דעמאלט ווי ער קרעכצעט געפערליך אבער עפ״י רוב דייקא דער מצב אין די אנפאנג דרייסיגער יארן ״צווינגט״ אים דערנאך צו טוהן פארשידענע פעולות וואס ער האט ביז היינט נישט געטוהן כדי צו האבן מער אינקאם ווייל די שכר לימוד און עסן און קליידונג הוצאות פאר ״איין בחור״ אין ישיבה אדער גרעסערע מיידל פאר שאפינג אדער קעמפ וכדומה איז ווי פאר עטליכע קליינע קינדער צוזאמען…

מ׳דארף האלטן די אויגן אפן זיך צו דער לערנען א גוטע פאך פאר פרנסה ווען מ׳איז נאך פריש און יונג ווען מ׳האט די כוחות צו שוויצן און זיכער מאכן אז מ׳ארבייט זיך ארויף צייטליך אז מ׳פארדינט ווי א מענטש אנשטאט פארברענגען די טעג און די יארן מיט גארנישט ווען מ׳ווערט דיפרעסט פארט מען וועקעישאן און מקומות הקדושים אדער זיצט מען אין שוויץ בוד ווען אימער ס׳לאזט זיך און מ׳ספענדט געלט זיך צו מאכן ״העפי״ ווייל מ׳פרובירט צו ״מאכן״ א לעבן אין די יונגע יארן אן א עכטע ״סטראקטשער״ וויאזוי זיך מסדר צו זיין מיט א גוטע אינקאם אויף שפעטער.

יא יא יעדער איז אמאל געווען יונג די באקוועמליכקייט און ווייניג זעלבסטזיכערקייט אדער די ״פעיר״ וויאזוי מ׳וועט אים אנקוקן אין די גאס אדער וואס די טאטע-ברודער-שווער-שוואגער-חבר וועט זאגן דהיינו מ׳דארף אזוי ווי א ״רשות צעטל״ פון איינעם אז ״ער מעג״ אנהייבן טוהן ביזנעס כדבעי למהוי דעיס ברענגט א צוריקהאלט און לאזט דעם מענטש נאטורליך ענדערש פושן דעם טאג אן א עכטע טויש.

קויפן א הויז צייטליך קען צומאל פארלאנגען צו מוזן טוישן דעם דזשאב צו א בעסערע וועידזש אויב ס׳איז באמת אין הקומץ משביע אויב אזוי פארוואס טוהט מען זיך נישט א אויפארבייטן צייטליך? די גרעסערע בודזשעט גייט דאך סייווי אנקומען איין טאג, טוה עס יעצט! אמת כ׳ווייס אז ס׳איז אסאך באקוועמער אוועקצושטופן און גיין טשילן אבער אויב וועסטו זיך סטרעטשן דיין מוח צייטליך אז ביזן חתונה מאכן אי״ה וועסטו שוין קענען דערהייבן און האבן א מהלך וויאזוי צו חתונה מאכן אי״ה דורך ריפיינענצן (העכערע אינטרעס רעיט דארף א שמועס פאר זיך… עס לוינט זיך נישט? אהא, און צאלן רענט לוינט זיך יא?…) טיילמאל וועסטו שוין האבן דעמאלט דיין צווייטע אדער דריטע אינוועסטמענט הויז געקויפט ווייל נאכן דורכגיין ביים ערשטן דאון פעימענט ווייסט מען שוין ס׳איז נישט אזוי שרעקעדיג דאס איבערצוטוהן נאכמאל…

מ׳דארף אלעמאל ווירבלן מיט פלענער טראכטן נאכגיין מאכן ריסוירדזש און ״טוהן למעשה״ ס׳טוט וויי צו זעהן יונגעלייט אנגיין מיט מינימאל אינקאם און מ׳טוט נישט מער פעולות דערצו סיי ווייל מ׳פארשטייט נישט און מ׳באגרייפט נאכנישט דעם עתיד וואס דאס איז א אוטקאם אז מ׳ווערט פשוט ״באקוועם״ ווי מ׳וואוינט פאר רענט.

יא כ׳קען די אלע תירוצים ס׳לוינט זיך נישט צו קויפן יעצט, ס׳לוינט זיך נישט קויפן דא אויך נישט דארט, ס׳איז צו טייער, ס׳איז צו שווער, די לעיאוט געפעלט נישט אזוי גוט, די אינטרעס רעיט איז יעצט צו הויך, ס׳גיט פאלן, ס׳קומט אפשר א רעסעזשאן, מ׳פלאנט סייווי אוועקצומופן און קויפן אין נייעם געיגנט וכדומה, מ׳מיינט אז ס׳איז גרינגער צו פושן דאס לעבן די פראבלעמען וואקסן נאר מיט אנשטאט אנהייבן טוהן היינט א לעיזונג, גיי פאר א בעסערע דזשאב, גיי פאר עפענען א ביזנעס ווי מ׳וועט אי״ה מצליח זיין, פילמאל קען מען בלייבן אינעם זעלבן ליין אבער אנהייבן פארדינען פיל מער דורך צושטעלן מער קוואלעטי ארבייט.

דער עיקר ארויסגיין פון באקוועמער זאנע ״היינט״ און טוהן צייטליך למעשה אויף מארגן דייקא דאס וועט פארמיידן אי״ה ער זאל נישט ווערן זיין משפחה׳ס צוועק ביים חתונה מאכן נאר מ׳וועט אלעס האבן בדרך כבוד בס״ד.

נ.ב. נישט פארגעסן צו געבן צדקה און מעשר אנשטאט אלעס אוועקגעלייגן ״ונתנו״ וועט ברענגן מער און מער בס״ד.
גאר שטארקע פוינטס.
נאך איין וויכטיגע נקודה, מען קען פארדינגען די דירה פאר די ערשטע פאר יאר ווילאנג מ׳דארף נאך נישט אזא גרויסע דירה און בלייבן וואוינען פאר ביליגערע רענט עד כי יגדל..
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

abeg האט געשריבן:
לדעתי איז די מעין פראבלעים נישט די געלט נאר א נאמען
א יעדע מענטש האט באקומען א נאמען ביי די ברית.
א דירה נישט אויף די אייגענע נאמען איז מניח מעותיו על קרן הצבי. ס׳איז בכלל נישט דיין דירה.

ווי מען האט שוין פריער דערמאנט איז דאס פון די יסודות שביסודות צו לעבן נארמאל אן דעם פעטערס טובות.. עס צאלט זיך אויס בכפל כפליים אין די לאנג ראן.
לעצט פארראכטן דורך רחש לבי אום פרייטאג יולי 08, 2022 5:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

@די נקודה. זאגסט זייער גוט; אבער עס איז נישט אזוי פשוט דאס קויפן א דירה יעצט… עס קאסט יעדע חודש געלטער וואס מען קען נישט דעקן…
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2412
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ר' יום טוב האט געשריבן:
איך האב געקויפט מיין דירה 10 יאר צוריק ביי די 25 יאר אלט, אבער אויב בין איך היינט 25 וואלט איך געווען אין א היבשע דילעמא. דאן האב איך געצאלט מיין דירה אין די 350K געגנט פאר א דירה וואס די 'פעיר וועליו' אין מיין מיינונג איז געווען קנאפע 300K, אבער היינט וואלט דאס געקאסט א מעלאנע. און ס'איז דא צוויי נקידות פארוואס איך וואלט דאס ווארשיינליך נישט געטון היינט צוטאגס: צוערשט וויאזוי וואלט איך אויפגעקומען מיט א מיליאן דאלער? און צווייטנס, אפילו ווען יא, איך האלט אז ס'איז באמת נישט ווערט די געלט! די 'פעיר וועליו' יעצט איז ארום 425K

די איידיע פון קויפן א דירה צייטליך איז געזאגט געווארן פאר יענע צייט ווען איך האב געקויפט, אדער נאך פריער. דאן האט מען נאך געקענט. אויף להבא אבער איז ימלט מער סעיף צו צאלן די אסטראנאמישע רענט, ווי איידער ברעכן א באנק צו קויפן א דירה. וואס זאל איך זאגן מיין טאכטער ווען זי גייט חתונה האבן מיט $0 אין באנק, אז זי זאל יעצט כאפן א דירה פאר א מיליאן ווייל אין 10 יאר ארום גייט עס קאסטן דריי מיליאן?.. מיר לעבן אין א אפנארמאלע היימישע מארקעט אינפלעישאן קריזיס, אונזערע קינדער גייען נישט קענען עפארדען מער דא צו וואוינען אין מולטי-מיליאן דאלער הייזער.

לשנה הבאה בירושלים.
אנטשאלדיגט מיר רבי יום טוב, אבער ווי זענט איר שטעקן געבליבן פין דירות פאר א מיליון מיט די סיטי אדער קרית יואל?

קענענדיג אייך רבי יום טוב דא אויפן וועלטעל פאר אזוי לאנג מען מיז דא זאגן אז כי ניים ושכיב רבי יום טוב אמר להא מילתא. דא זענען עטליכע גוטע עצות א חוץ פין קויפן א מענהעטענע דירה פאר א מעלאנע...

אויב וואוינט איר אין ק'י קען מען פראבירן צי רעדן צי די קינדער צי קויפן אין למשל בלומינגראוו.

לעצטע וואך גערעדט צי א חבר מיינע וואס וואוינט אין בלאמענגראוו ער זאגט מען קען קויפן פאר אין די רעינדזש פין 450K אויב גייט מען א משהו ארויס פין די סענטער. און ס'איז א שפאן אוועק פין קרית יואל.

אגב.. כ'האב שוין כמה פעמים געזאגט אז די גרעסטע מצוה א מענשט קען טוהן פאר זיינע קינדער איז ער זאל אליינס מויפן צי די נייערער געגענטער וועט ער שפארן מיליאנען פאר זיינע קינדער און זיי שפארן דמים תרתי משמה.

אגב דאגב... (דאס פלעגט אלטס דער @פלטי שרייבן... ווער געדענקט?) פאר די סיטי יודן איז נאר די עצה פין זיך אוועק ציען פאר די רוב מענשטן וואס זענען נישט קיין נגידים, א חוץ אויב זאל מען וואינען אין א לאך...

ווי האב איך לעצטענס געזאגט אז די סיטי יודן זענען סיי ווי סיי נעבעך אין א ביטערע מצב אדער האבן זיי א פיצעלע דירה די קינדער שפילן מיט די טויס אונטער די פויס אין מען גליטשט זיך אויס... קיין סוכה האט מען נישט ווי צי בויען.. מיז מען סוכות ערגעץ זיך אריין קוועטשן אדער פארן ווייס איך ווי... די קינדער האבן נישט געהעריג ווי צי שפילן אינדרויסן אין די טאטע מאמע האבן נישט קיין שטילע ווינקעל ווי אין הויז צי האבן פשוטע יושב הדעת... די קליידער דארפן די סיטי יודן כסדר ארויס ווארפן אין מאכן פלאץ פאר די נייע וישן מפני חדש תוציאו...

אדער קענען די סיטי יודן האבן מער סקווער פיט אבער ווערן צישאסן פין די נישט נארמאלע פרייזן פאר רענט און מארגעדזש, האט ווייטער נישט קיין הרחבות הדעת... ליידער ביידע פין די אפציעס איז ביטער כמו גל.. דאכצאך מיר מענשטן וואס האבן שוין א דירה פאר בערך 10 יאר אין די סיטי זענען אין הונדרעט מאל אין א בעסערע מצב...

א ידיד מיינע עלטער ווי מיר אין בית מדרש מיט 6-7 יאר וואס האט געקויפט א דירה בסך הכול 10 יאר צוריק האט א קאנדא אין ווילימסבורג 1800 סקווער פיר מיט א סוכוה און play room און א עקסטערע טיש און קאך און א עקסטערע טיש אין דיינונג רום... (ווער שרייט נו לאקסעס? נישט דא ווער זאל לאכן...) און צאלט מארגעדזש 2,500 טעקס אריין גערעכענט. זאג די מיר ווי די יונגעלייט וואס פראבירן קויפן הייזער די לעצטע 5-10 יאר אין וואספארע ביטערע מצב זיי זענען מיטן דארפן צאלן פאר די זעלבע הויז 4 צי 5 טויזענט דאלער מארגעדזש? די קריזיס און די סיטי איז גאר גרויס בארא פארק איז נישט קיין סאך בעסער.

נאך א געדאנק פאר איינער וואס קען בשום אויפן נישט גיין וואינען צי איינע פין די נייע געגענטער, מען מיז לאו דווקה Owen די זעלבע הויז ווי מען וואוינט, מען מעג אויך האבן א אינוועסטמענט און בעזר השם באצאלן די מארגעדזש מיט די רענט פינעם טענענט, צי האבן פאר חתונה מאכן ארויס צי נעמען פינעם אינוועסטמענט הויז.

לאמיר דערמאנען הרב וואזנער זצ''ל שרייבט להלכה אז ס'איז א חיוב ה'שתדלות אוועק צי לייגן פאר צי חתונה מאכן די קינדער ווייל דאס איז פשוט היינט צי טאגס די טבע און דרך העולם ווייל דאס איז א ריזיגע הוצאה וואס גייט קומען אין א שפעטערע תקופה (בערך פין די 40-60 יאר ביי יעדעם געווינשטען בעזר השם.
(פאר רובו דרובו מענטשן א חויץ גרויסע צדיקים וואס לעבן שלא כדרך הטבע. ווי האב איך אמאל געזאגט. וועפעל מענשטן קענסטו וואס טראכטן נישט פין מארגען? אויב א מענשט לייגט אוועק אנהייב חודש פאר די נעקסטע חודש צי צאלן אנהייב חודש רענט אדער מארגעדזש דאכציך מיר ער איז שוין נישט פין גרויסע צדיקים בעלי אמונה וואס הרב וואזנער רעדט פין אוועק צי לייגן אויף צי חתונה מאכן די אייגענע קינדער א חוץ פין אויף דעם דארף מען זיך אסאך ארבייטן.)

איך האב גאר אסאך מעריך ובפילפול חברים.. געווען וועגן די נושא און אסאך ענדליכע נושאים און 10 צי 20 אשכולות אויף אויפן וועלטעל וואס איך האב געגרענדעט אין געשריבן שעות עריכות און זיך גע'טענה'ט.. איבער דעם נושא.... מאך א סירטש גאלדענע פעדער באדזשעטינג, און די לעבן וועט אי''ה אסאך בעסער ווערן פיינענשעלי בעזר השם יתברך, פארשטייציך פאר דעם און נאכדעם אין אויך אינמיטן איז אלעס נאר די אייבערשטער און ווען ער וויל נישט וועט קייין שום השתדלות א חוץ הייסע תפילות העלפן.
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

שאינו יודע האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
דאס איז א סעמפל פארוואס אזוי פיל אינגעלייט זענען אין די רויט ביים היימישען ציבור, קיינער טוט נישט וואס מען קען און וואס עס לוינט, נאר וואס מען דארף און יענער וועט זאגן

׳מען׳ ׳דארף׳ זען אז ׳איעדער׳ ׳זאל׳ קויפן א דירה ביז אקוואדער נאך אכט

יעדער זאל קויפן א דירה ווען ער קען, און ביי די דרייסיג קען נאך נישט יעדער.
זייט מיר ביטע מסביר אויף פענע און פאפיר די חשבון פון נישט קענען קויפן ביי די 30 און יא ביי די 40..

אויב יעדער וועט קויפן א דירה נאר ווען
1) ער האט די גאנצע דאון פעימענט אין באנק

2) דעסיידעד אין וועלכע שטאט ער וויל וואינען

3) געקומען צי אן החלטה (ער און די בני בית) וואספארא דירה ער וויל

איז די מצב נישט גוט...

עגעין.. דא רעדט מען פון אווערנעס איבער די נחיצות הענין .. דעטס אלל

איך פרזענליך קען מענטשן מיט א צוויי מאות אין באנק פאר א שיינע פאר יאר וואס האבן נאכנישט געקויפט ווייל זיי האבן נאכנישט געטראפן וואס זיי זוכן... און ביזדערווייל גייט אידיש געלט לטמיון..

די חשבון איז אז צו קויפן א דירה דארף מען געלט, וכסף נקנה באחד משלשה דרכים

1)בארגן
2)לקח׳ענען
3)ארבייטן

יעצט פאר די ערשטע צוויי דרכים קען מען טאקע ביי די 23 זיין ׳מסודר׳ תרתי משמע מיט א הויז, די דריטע דארף מען ארבייטן און זיך סעטלען מיט א דזשאב מיט א נארמאלע פלאן פון פאראויס.
מיט א 97% מארגעזש און נישט אין הארץ פון שטאט קען מען ביי די 23 אויך קויפן א starter home ווי מען רופט עס אין די גוי'שע שפראך
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די גאולה האט געשריבן:

97% for a refi
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

הלוואי וואלט געווען איינער וואס וואלט רעקארדירט א קליפ פון א שעה צייט, סטעפ ביי סטעפ אין א קלארע שפראך וואס אכצן יעריגע בחור/מיידל קען גרינג פארשטיין אלעס וואס ער גייט דורכגיין בשעת ער גייט זוכן א הויז. נישט קיין זעכצן וואכן קול מבשר סעריעס, אין איין שעה אדורכגיין אלע סטעפס. די אינפארמאציע אוועילעבל היינט פאר זיי איז אדער סודות איש מפי איש אין כולל, אדער א יאר צייט ווערט פון אויסשניטן פון יעזורו און קול הציבור קאלומס.. ווען די יונגערמאן שפרינגט אריין, טרעפט ער זיך דילען און באצאלען זאכן רעכטס און לינקס ביז ער ווייסט נישט ווער איז מיט עהם און ווער סאיז קעגן עהם און לאזט זיך ארויס דערפון, רענטן וועט אייביג בלייבן איין פאון קאל און איין חתימה.
וכל מאמינים שהוא לבדו הוא, הממליך מלכים ולו המלוכה
#פון_עהם_קען_מען_נישט_גנבנ'ען
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:

לאמיר דערמאנען הרב וואזנער זצ''ל שרייבט להלכה אז ס'איז א חיוב ה'שתדלות אוועק צי לייגן פאר צי חתונה מאכן די קינדער ווייל דאס איז פשוט היינט צי טאגס די טבע און דרך העולם ווייל דאס איז א ריזיגע הוצאה וואס גייט קומען אין א שפעטערע תקופה (בערך פין די 40-60 יאר ביי יעדעם געווינשטען בעזר השם.
(פאר רובו דרובו מענטשן א חויץ גרויסע צדיקים וואס לעבן שלא כדרך הטבע. ווי האב איך אמאל געזאגט. וועפעל מענשטן קענסטו וואס טראכטן נישט פין מארגען? אויב א מענשט לייגט אוועק אנהייב חודש פאר די נעקסטע חודש צי צאלן אנהייב חודש רענט אדער מארגעדזש דאכציך מיר ער איז שוין נישט פין גרויסע צדיקים בעלי אמונה וואס הרב וואזנער רעדט פין אוועק צי לייגן אויף צי חתונה מאכן די אייגענע קינדער א חוץ פין אויף דעם דארף מען זיך אסאך ארבייטן.)

.
וועלכע ספר ברענגט דעם פסק פון הרב וואזנער?
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

עס איז דא צוויי מהלכים איבער קויפען דירות אדער מען הערט איינער זיכט צו פארקויפען זיין הייזקע - וואס דאס איז א שווערערע וועג צו וויסען - ווייל ווען א מענטש וויל ארויסלייגען זיין דירה צו פארקויפען בדרך כלל זיכט ער די ערשטע קונה פאר די פרייז וואס איהם שמעקט און יאללא, רוב נארמאלע מענטשען וואס פארקויפען זיכען נישט קיין פאבליסעטי, און טאקע מען הערט עס געווענליך שוין אלס אלטע נייעס,יענער ״האט״ פארקויפט.

די צווייטע מער נארמאלערע מהלך איז רופען די פאר נאמבערס וואס עדווערטייזען זיך אלס בראוקערס און הערן די דעטאלען וואס איז דא עוועילעבל און דאס אינקלודט אז ווען מען הערט פון א פרישע דעוועלעפמענט זאל מען זיך אינטערסירען צו עס איז דא אפארטמענטס/דירות עוועילעבל צו פארקויפען.

ווען דו טרעפסט די דירה וואס דיר שמעקט און דו האסט די פיינעל פוירטשעס פרייז באקומען פון די פארקויפער - דאן ריף אן א מארגעטדזש בראוקער און זעץ דיר אראפ מיט אים, זאג אים די אמת, איך האב אזויפיהל געלט אין האנט, די פוירטשעס פרייז איז כך וכך מיין אינקאום איז כך וכך, קענסטו מיר מאכען געשעהן מיין מארטגעדזש?!

נארמאלערהייט דארף א מארטגעדזש בראוקער דיר קענען גיידען וויאזוי צו מאכען די לאון געשעהן - די שווערסטע חלק איז נאך ווען דער פארקויפער זינגט די סטרעס ניגון: טאמער ברענגסט מיר די דעפאזיט ביז מארגען דרייע איז עס דיינס אז נישט גיי איך צום צווייטען, דאס איז א געפערליכע שלעכטיגקייט, עס דויערט כאטש דריי טעג פאר א מענטש צו וויסען צו ער קען מיט זיינע נאמבערס באווייזען צו קויפען א הויז, פרעגן א טאטע/שווער/ערליכע איד.

די פרוי דארף זיין הינדערט פראצענט אויף די זעלבע פעידזש - דאס איז איר הויז נאך מער ווי די מאנס אין א געוויסע זין, אז מען זעהט עס פאלט דורעך דאנקט מען דעם אויבערשטען און א יאר דערויף פרובירט מען נאכאמאל, מען דארף זיך האלטען שטארק און גלייבען אז אין די ריכטיגע מינוט און אין די ריכטיגע הויז וועסטו בעזר השם וואוינען.

די זעלבע איז ווען א מענטש גייט דורעך א שווערע זמן פינאנציעל און ער קען נאך נישט טראכטען פון קויפען א דירה דארף ער זיך מחזק זיין אז וואס עס איז באשערט פאר דיר וועט אנקומען צו דיר אויב נישט היינט וועט עס געשעהן אין א יאר ארום, דער באשעפער איז א כל יכול.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

די גאנצע אשכול איז נאר פאר אפסטעיט וכו.
אין וויליאמסבורג זענען נישטא קיין קליינע דירות.
אויב יא קוקט עס אויס ווי דאס און מאכט פשטות נישט קיין סענס צו קויפן.
די דירה GROSS איז 812 סק פס (25X32.5) און עס קאסט $675 א סק פס פאר א סך הכל פון $550,000
לאמיר זאגן מען לייגט אראפ 100K בלייבט איבער א מארטגעדזש פון 450K וואס איז ביי 5% $2,416 א חודש
טעקס בערך 300 א חודש
מענעדזשמענט בערך 200 א חודש
וואסער בערך 50 א חודש
סך הכל בערך $3,000 א חודש פאר א דירה וואס קאסט צו דינגען אפשר $2,200 און דאס איז נאך אראפלייגן בערך $150,000 ( $100,000 דאון פעימענט און נאך $50,000 קלאוזינג און מארטגעדזש פיעס.)
וואלט איר געקויפט אזא דיעל??
willi.jpg
willi.jpg (95.35 KiB) געזען 1507 מאל
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

675?????

850!!!!!
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דאס זעלבע זאג איך לעיל אז אין אפסטעיט איז שוין היינט כמעט די זעלבע מציאות ווי אין ברוקלין. דארפסט איינברעכן א באנק צו קויפן א דירה. די קונץ איז געווען צו זאגן 10-15 צוריק פארן אינגערמאן צו קויפן א דירה. ס'איז נישטא בדרך כלל קיין שום פינאנציעלע האפענונג פארן מיטל-קלאס מענטש ווען ער קויפט א דירה פאר א מיליאן. אזא איינער האט נישט קיין חשבון, קען זיין ער האט נישט קיין ברירה. אמאל זענען געווען צייטן ווען די פרייזן זענען געווען אין קאטאגאריעס, ביליג, טייער, אדער זייער טייער. די היינטיגע פרייזן זענען נישט אין קיין שום קאטאגאריע. עס איז פשוט נישט נארמאל.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

שאינו יודע האט געשריבן:
675?????

850!!!!!
דאס איז עוועילעבל, בערך 15 אזעלכע דירות...
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

איד_איד האט געשריבן:
עס איז דא צוויי מהלכים איבער קויפען דירות אדער מען הערט איינער זיכט צו פארקויפען זיין הייזקע - וואס דאס איז א שווערערע וועג צו וויסען - ווייל ווען א מענטש וויל ארויסלייגען זיין דירה צו פארקויפען בדרך כלל זיכט ער די ערשטע קונה פאר די פרייז וואס איהם שמעקט און יאללא, רוב נארמאלע מענטשען וואס פארקויפען זיכען נישט קיין פאבליסעטי, און טאקע מען הערט עס געווענליך שוין אלס אלטע נייעס,יענער ״האט״ פארקויפט.

די צווייטע מער נארמאלערע מהלך איז רופען די פאר נאמבערס וואס עדווערטייזען זיך אלס בראוקערס און הערן די דעטאלען וואס איז דא עוועילעבל און דאס אינקלודט אז ווען מען הערט פון א פרישע דעוועלעפמענט זאל מען זיך אינטערסירען צו עס איז דא אפארטמענטס/דירות עוועילעבל צו פארקויפען.

ווען דו טרעפסט די דירה וואס דיר שמעקט און דו האסט די פיינעל פוירטשעס פרייז באקומען פון די פארקויפער - דאן ריף אן א מארגעטדזש בראוקער און זעץ דיר אראפ מיט אים, זאג אים די אמת, איך האב אזויפיהל געלט אין האנט, די פוירטשעס פרייז איז כך וכך מיין אינקאום איז כך וכך, קענסטו מיר מאכען געשעהן מיין מארטגעדזש?!

נארמאלערהייט דארף א מארטגעדזש בראוקער דיר קענען גיידען וויאזוי צו מאכען די לאון געשעהן - די שווערסטע חלק איז נאך ווען דער פארקויפער זינגט די סטרעס ניגון: טאמער ברענגסט מיר די דעפאזיט ביז מארגען דרייע איז עס דיינס אז נישט גיי איך צום צווייטען, דאס איז א געפערליכע שלעכטיגקייט, עס דויערט כאטש דריי טעג פאר א מענטש צו וויסען צו ער קען מיט זיינע נאמבערס באווייזען צו קויפען א הויז, פרעגן א טאטע/שווער/ערליכע איד.

די פרוי דארף זיין הינדערט פראצענט אויף די זעלבע פעידזש - דאס איז איר הויז נאך מער ווי די מאנס אין א געוויסע זין, אז מען זעהט עס פאלט דורעך דאנקט מען דעם אויבערשטען און א יאר דערויף פרובירט מען נאכאמאל, מען דארף זיך האלטען שטארק און גלייבען אז אין די ריכטיגע מינוט און אין די ריכטיגע הויז וועסטו בעזר השם וואוינען.

די זעלבע איז ווען א מענטש גייט דורעך א שווערע זמן פינאנציעל און ער קען נאך נישט טראכטען פון קויפען א דירה דארף ער זיך מחזק זיין אז וואס עס איז באשערט פאר דיר וועט אנקומען צו דיר אויב נישט היינט וועט עס געשעהן אין א יאר ארום, דער באשעפער איז א כל יכול.
די גאנצע שמועס דא איז ריכטיג און גאלד, און ווי פריער מען כאפט עס אלס בעסער.

אבער באמת איז די סדר פארקערט, ערשט גייט מען צום מארגעדזש בראוקער און מען ארבייט אויס די בעסטע פאזל וואס מ'קען קויפן און באצאלן, מיט די סקאור, אינקאם, רעשיאס וכו' וכו', און נאכדעם גייט מען קויפן א הויז צום מאקסימום פון די עלאוענס פון די באנק. אזוי 1) ווייסט פון די ערשטע מינוט ביים זוכן וויפיל מקען עפארדן, 2) ביים טרעפן א גוטס קען מען בו ביום שפרינגען אין קאנטראקט מיט פרי-אפראוועל, און 3) דער מוכר האט נישט קיין תירוצים צו שלעפן ווייל דער קונה איז גרייט מיט'ן רענצל געלט.

אגב, מיין ב"ב תחי' האט מיך געבעטן צו קויפן א גאנצע הויז דעמאלץ אין קרית יואל, ווען מיר האבן נאך געוואוינט אין... מען האט דעמאלץ געקענט באקומען אזא "גאנצע הויז" (עטעטשט, אפ אין דאון) פאר, פאר, כוויל נישט זאגן וויפיל ווייל מקען אויסרעכענען וויפיל יאר צוריק ס'איז געווען, בערך. מען האט געדארפט א שייענ דאון פעימנט פאר מיינע השגות, אפאר יאר נאך די חתונה, און איך האב געזאגט אזא ריזיגע סכום הון תועפות איך וויל נישט ווערן עבד כנאעני... נישט לאנג נאכדעם האבן מיר זוכה געווען צו קויפן איינס און א גוטס (אבער יענע אפ ענד דאון איז געווען סאך א בעסערע דיעל) און זייט דעמאלט איז מען אויפ'ן אייגענעם פריימערי הויז טרעין...

נישטא קיין בעסערע אינוועסטמענט פאר שלות הנפש און אלע גוטע זאכן וואס קומען מיט עס ווי קויפן אן אייגענע הויז.

איך קען אפאר אין די יונגע צוואנציגערס וואס האבן גענומען דעם שפרינג, אשרי להם ואשרי חלקם בגשם ורוח.
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

שאינו יודע האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
דאס איז א סעמפל פארוואס אזוי פיל אינגעלייט זענען אין די רויט ביים היימישען ציבור, קיינער טוט נישט וואס מען קען און וואס עס לוינט, נאר וואס מען דארף און יענער וועט זאגן

׳מען׳ ׳דארף׳ זען אז ׳איעדער׳ ׳זאל׳ קויפן א דירה ביז אקוואדער נאך אכט

יעדער זאל קויפן א דירה ווען ער קען, און ביי די דרייסיג קען נאך נישט יעדער.
זייט מיר ביטע מסביר אויף פענע און פאפיר די חשבון פון נישט קענען קויפן ביי די 30 און יא ביי די 40..

אויב יעדער וועט קויפן א דירה נאר ווען
1) ער האט די גאנצע דאון פעימענט אין באנק

2) דעסיידעד אין וועלכע שטאט ער וויל וואינען

3) געקומען צי אן החלטה (ער און די בני בית) וואספארא דירה ער וויל

איז די מצב נישט גוט...

עגעין.. דא רעדט מען פון אווערנעס איבער די נחיצות הענין .. דעטס אלל

איך פרזענליך קען מענטשן מיט א צוויי מאות אין באנק פאר א שיינע פאר יאר וואס האבן נאכנישט געקויפט ווייל זיי האבן נאכנישט געטראפן וואס זיי זוכן... און ביזדערווייל גייט אידיש געלט לטמיון..

די חשבון איז אז צו קויפן א דירה דארף מען געלט, וכסף נקנה באחד משלשה דרכים

1)בארגן
2)לקח׳ענען
3)ארבייטן

יעצט פאר די ערשטע צוויי דרכים קען מען טאקע ביי די 23 זיין ׳מסודר׳ תרתי משמע מיט א הויז, די דריטע דארף מען ארבייטן און זיך סעטלען מיט א דזשאב מיט א נארמאלע פלאן פון פאראויס.
מיט א 97% מארגעזש און נישט אין הארץ פון שטאט קען מען ביי די 23 אויך קויפן א starter home ווי מען רופט עס אין די גוי'שע שפראך
97% for a refi
וואס הייסט?
א first time buyer קען קויפן א הויז מיט 3% ,
וכן אנו נוהגים,
רוב ערשטע בלומינגראוו אנוואינער למשל האבן געקויפט זייערע הייזקעס פאר קארגע 10 אלפים, פארוואס איך זאג עס , איז וועגן מען קען גיין יעצט א 2 מייל ארויפציר און טין די זעלבע זאך
אוועטאר
ודברת בם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:00 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ודברת בם »

10 איז געווען דאון פעימענט
קומט צו קלאוזינג קאסט
ושננתם לבניך ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

ודברת בם האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:

די חשבון איז אז צו קויפן א דירה דארף מען געלט, וכסף נקנה באחד משלשה דרכים

1)בארגן
2)לקח׳ענען
3)ארבייטן

יעצט פאר די ערשטע צוויי דרכים קען מען טאקע ביי די 23 זיין ׳מסודר׳ תרתי משמע מיט א הויז, די דריטע דארף מען ארבייטן און זיך סעטלען מיט א דזשאב מיט א נארמאלע פלאן פון פאראויס.
מיט א 97% מארגעזש און נישט אין הארץ פון שטאט קען מען ביי די 23 אויך קויפן א starter home ווי מען רופט עס אין די גוי'שע שפראך
97% for a refi
וואס הייסט?
א first time buyer קען קויפן א הויז מיט 3% ,
וכן אנו נוהגים,
רוב ערשטע בלומינגראוו אנוואינער למשל האבן געקויפט זייערע הייזקעס פאר קארגע 10 אלפים, פארוואס איך זאג עס , איז וועגן מען קען גיין יעצט א 2 מייל ארויפציר און טין די זעלבע זאך
10 איז געווען דאון פעימענט
קומט צו קלאוזינג קאסט
איך קען עטליכע וואס האבן געמופט דארט און עס האט זיי געקאסט אינטער 25 אלפים ביז נאכן מופן, ווען אין די זעלבע צייט האט געקאסט אין שטעטל בערך 150 אלפים, די נקודה איז אז סאיז דא א אויסוועג פאר ווער עס וויל , אפילו היינטיגע טעג !
אוועטאר
holy yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

נאר קלאר צו מאכן דאס ענין, אמאל האט געקאסט א הויז א ריזנעבעל פרייז אין עס איז אויסגעקומען אז מוטן קופן א הויז צאלסטו א נארמאלע פרייז (ביליגער ווי רענט) היינט קאסט אין ק’’י א 6 רומיגע דירה כמעט 4 אלפים מארטגעדש א חודש אין איך צאל יעצט 1600 פאר א 4 רומיגע דירה פארוואס זאל איך מיך יעצט אריינלאזן אין אזא עסק ? ווייל אין א יאר ארום גייט עס זיין מיט נאך א מאה טייערער ?
למעשה קען רוב עולם נישט צאלן אזאנע פעימענטס...
אמאל האבן די עשירים געצאלט 4 אלפים פאר א פרייוועט הויז.. איך גיי נישט יעצט פיקסן די פראבלעים איך וויל נאר וויסן וואס די ריכטיגע זאך איז יעצט צו טוהן...
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

די גאולה האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:

זייט מיר ביטע מסביר אויף פענע און פאפיר די חשבון פון נישט קענען קויפן ביי די 30 און יא ביי די 40..

אויב יעדער וועט קויפן א דירה נאר ווען
1) ער האט די גאנצע דאון פעימענט אין באנק

2) דעסיידעד אין וועלכע שטאט ער וויל וואינען

3) געקומען צי אן החלטה (ער און די בני בית) וואספארא דירה ער וויל

איז די מצב נישט גוט...

עגעין.. דא רעדט מען פון אווערנעס איבער די נחיצות הענין .. דעטס אלל

איך פרזענליך קען מענטשן מיט א צוויי מאות אין באנק פאר א שיינע פאר יאר וואס האבן נאכנישט געקויפט ווייל זיי האבן נאכנישט געטראפן וואס זיי זוכן... און ביזדערווייל גייט אידיש געלט לטמיון..

די חשבון איז אז צו קויפן א דירה דארף מען געלט, וכסף נקנה באחד משלשה דרכים

1)בארגן
2)לקח׳ענען
3)ארבייטן

יעצט פאר די ערשטע צוויי דרכים קען מען טאקע ביי די 23 זיין ׳מסודר׳ תרתי משמע מיט א הויז, די דריטע דארף מען ארבייטן און זיך סעטלען מיט א דזשאב מיט א נארמאלע פלאן פון פאראויס.
מיט א 97% מארגעזש און נישט אין הארץ פון שטאט קען מען ביי די 23 אויך קויפן א starter home ווי מען רופט עס אין די גוי'שע שפראך
97% for a refi
וואס הייסט?
א first time buyer קען קויפן א הויז מיט 3% ,
וכן אנו נוהגים,
רוב ערשטע בלומינגראוו אנוואינער למשל האבן געקויפט זייערע הייזקעס פאר קארגע 10 אלפים, פארוואס איך זאג עס , איז וועגן מען קען גיין יעצט א 2 מייל ארויפציר און טין די זעלבע זאך
3%??? האלט היינט בערך 5.3% פאר א ערשטע הויז
אבער יא, מען קען קויפן א שיינע הייזקא ארום קרית יואל מיט נישט מער ווי א ערך פון 50K
די חודשליכע ראטע וועט זיין ציווישן 2500-און 3000 און די האסט א העליכע הויז, מיט א לאט ארום

ביודעי ומכירי, פאר נישט מער ווי א פופציגער!!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
ודברת בם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:00 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ודברת בם »

טעם וריח האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
די גאולה האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:

די חשבון איז אז צו קויפן א דירה דארף מען געלט, וכסף נקנה באחד משלשה דרכים

1)בארגן
2)לקח׳ענען
3)ארבייטן

יעצט פאר די ערשטע צוויי דרכים קען מען טאקע ביי די 23 זיין ׳מסודר׳ תרתי משמע מיט א הויז, די דריטע דארף מען ארבייטן און זיך סעטלען מיט א דזשאב מיט א נארמאלע פלאן פון פאראויס.
מיט א 97% מארגעזש און נישט אין הארץ פון שטאט קען מען ביי די 23 אויך קויפן א starter home ווי מען רופט עס אין די גוי'שע שפראך
97% for a refi
וואס הייסט?
א first time buyer קען קויפן א הויז מיט 3% ,
וכן אנו נוהגים,
רוב ערשטע בלומינגראוו אנוואינער למשל האבן געקויפט זייערע הייזקעס פאר קארגע 10 אלפים, פארוואס איך זאג עס , איז וועגן מען קען גיין יעצט א 2 מייל ארויפציר און טין די זעלבע זאך
3%??? האלט היינט בערך 5.3% פאר א ערשטע הויז
אבער יא, מען קען קויפן א שיינע הייזקא ארום קרית יואל מיט נישט מער ווי א ערך פון 50K
די חודשליכע ראטע וועט זיין ציווישן 2500-און 3000 און די האסט א העליכע הויז, מיט א לאט ארום

ביודעי ומכירי, פאר נישט מער ווי א פופציגער!!
1- ער רעדט פון דריי פראצענט דאון און דו רעדסט פון אינטערעסט

2- עס איז נישט דא קיין הויז ארום קרית יואל וואס מען ענדיגט מיט 2500-3000 א חודש און 50 טויזנט דאון, דו רעדסט אפשר ווען בלומינגראוו איז נאך געווען ביליג.
ושננתם לבניך ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

ער מיינט אפשר די אמאליגע בלומינגראוו ערגעץ אפאר מייל ווייטער, לכאורה, סי אלץ דא א בלומינגראוו די פראגע איז נאר ווי ווייט פון די עכטע בלומינגראו
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”