מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

ווען מ׳גייט אריין אין די תקופה פון חתונה מאכן קינדער און עס קאסט א אכציג אלפים יעדע צוויי יאר חוץ פון די לויפענדע בודשעט פון 150 אלפים א יאר איז פשוט ״אומעגליך״ פאר 90 פראצענט כלל ישראל צי קויפן א דאך איבערן קאפ

ס׳איז א מצוה רבה זיכער צי מאכן א די קרובים, און גוטע פריינד האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די דרייסיג יאר, קלערט אויף אייער באקאנטע און גוטע פריינט צי אריינטאנצן, און אויב נויטיג זיך צוזאמנעמען און שאפן די ״איינמאליגע דאון פעימענט״ וואס וועט שפארן אסאך אסאך מער אין די עתיד, וכל ישראל עריבים זה לזה

א גרויסע חלק כלל ישראל פלאגן זיך ליידער ביים חתונה מאכן די קינדער, אבער די וואס האבן שוין א שיינע פאר מאות אויסגעצאלט אינעם דירה זענען נישט ביי קיין דעד ענד, אוודאי דארף מען געבן א שטופ דא און א שלעפ דארט אבער די מצב איז נישט האפענונגלאז, בדרך כלל

ס׳איז א ווייטאג, א טיפע ווייטאג צי זעהן אידן וואס ארבעטן שווער און ברענגן אהיים אפילו צוויי אלפים א וואך, אבער צאלן פיר אלפים רענט און קומען ממש אהן צי א דעד ענד אין די יארן פון חתונה מאכן קינדער ווען מ׳דארף יעדע צוויי יאר עקסטערע הונדערט אלפים, אפגערעדט פונעם פיזור הנפש פון נישט האבן א אייגן דאך איבערן קאפ, ס׳איז באים מים עד נפש
לעצט פארראכטן דורך לא ימושו מפיך אום דאנערשטאג יולי 07, 2022 12:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10264
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: יעדע יחיד פון כלל ישראל; מאכט זיכער אז אייערע באקאנטע האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די 30 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זייער קלאר אין צום פאינט.

א דאנק פארן ארויפברענגען
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: יעדע יחיד פון כלל ישראל; מאכט זיכער אז אייערע באקאנטע האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די 30 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

א איינמאליגע קאמפיין צווישן די משפחה און גוטע פריינד צי שאפן די דאון פעימענט שפארט איין צען מאל מער אין די עתיד

ס׳נישט אזוי שווער, זייער אסאך מאל האט די באטרעפענדע א חלק פון די דאון פעימענט מ׳דארף אים נאר שאפן א חלק אדער בארגן א חלק אויף גרינגע טערמינען,

די בענעפיט איז דאך פילפאכיג, אין אסאך פעלער מיט א 30 / 40 אלפים געבט מען אים א שטיפ צי אריינטאנצן אין די ריכטיגע זאך וואס שטעלט אים אוועק פיינענשעלי אויף א געזונטע בודשעט
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: יעדע יחיד פון כלל ישראל; מאכט זיכער אז אייערע באקאנטע האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די 30 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

נאך א נקודה, ס׳דא מענטשן וואס האבן דאס געלט אבער מחמת איזהו סיבה קויפן זיי נישט, צי ווייל זיי פארשטיין נישט דאס נחיצות הענין אדער דא מענטשן וואס האבן פחד צי אריינטאנצן

די ווייטאג איז נאכמער, און גאר אסאך פעלער ווערט די געלט פארוואסערט בלויז פאר דעם ווייל עס ליגט נישט אין א הייזקע, בו בעת וואס די דירות פרייזן שטייגן יערליך און די רענט געלטער ווערט געפלאשט

זעהט צי מאכן אווערנעס ביי אייערע באקאנטע
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: יעדע יחיד פון כלל ישראל; מאכט זיכער אז אייערע באקאנטע האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די 30 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

דא אידן וואס ווילן בעצם קויפן אבער האבן נאכנישט געטראפן וואס זיי זיכן.. דעס מיט די חסרון און א אנדערע מיט יענע חסרון, אין די מיען טיים ריקט זיך נאך א יאר און נאך יאר און די אפציעס ווערן נאר שמעלער און ענגער, זעהט זיך נישט צי טרעפן ביי די דעד ענד וואס רופט זיך:
נישט האבן א אייגן דירה אין די יארן פון חתונה מאכן קינדער
לעצט פארראכטן דורך לא ימושו מפיך אום דאנערשטאג יולי 07, 2022 12:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4336
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: יעדע יחיד פון כלל ישראל; מאכט זיכער אז אייערע באקאנטע האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די 30 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

יעדע משפחה האט מער ווי איינס און מער ווי צוויי און אויכט מער פון דריי.. משפחה מיטגלידער וואס פארמאגן נישט א "אייגענע" דאך איבערן קאפ!

זאל יעדע משפחה יעדע פאר יאר צוזאמשטעלן א מיליאן דאלער פאר עטליכע דאון פעימענטס???
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: יעדע יחיד פון כלל ישראל; מאכט זיכער אז אייערע באקאנטע האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די 30 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

מיליאן דאלער?
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: יעדע יחיד פון כלל ישראל; מאכט זיכער אז אייערע באקאנטע האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די 30 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:
יעדע משפחה האט מער ווי איינס און מער ווי צוויי און אויכט מער פון דריי.. משפחה מיטגלידער וואס פארמאגן נישט א "אייגענע" דאך איבערן קאפ!

זאל יעדע משפחה יעדע פאר יאר צוזאמשטעלן א מיליאן דאלער פאר עטליכע דאון פעימענטס???
וווי קימסטו אהן צי א מיליאן? א דאון פעימענט איז בערך 150,000 מ׳רעדט נישט וויליאמסבורג

איך וואלט צוטיילט די זאך אין 3

זאגן פאר דעם איד קוק אהער דאס און דאס איז די מצב, קויפן א הויז איז א Must

די שטעל צי א דריטל, ע״פ רוב האבן מענטשן עפעס אפגעשפארט אויב נישט שאף הלוואות

די צווייטע דריטל זאל די משפחה שאפן, יעדע איד האט צוויי זייטן, 25 א זייט איז נישט אסאך

די דריטע חלק זאל מען אריינברענגן גוטע פריינד פון די באטרעפענדע אדער עסקנים מיט וואס יעדע ביהמ״ד / קרייז איז געבענטשעט וכו.. און שאפן נדבות אדער הלוואות אויף גרינגע טערמינען

פארשטייט זיך אלעס זאל זיין תלוי איינס אינעם צווייטן אזוי אז יעדער זאל שפירן אז מיט זיין ביסל השתדלות וועט זיך צוזאמשטעלן א גרויס בילד

ועל כולם געדענקען; דאס וועט איינשפארן שווערע הונדעטער טויזנטער און א ים פון עגמת נפש שפעטער

אויף די מינוט איז באקוועמער און גרינגער צי זיצן אין ווייטער צאלן רענט אבער א חכם קוקט אויפן גרויסער בילד
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: יעדע יחיד פון כלל ישראל; מאכט זיכער אז אייערע באקאנטע האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

איך הער, ווערן א נצרך ביי די דרייסיג אנשטאט די פערציג, אוקעי!
און ביי דע וועי ווי קען מען לעבן אויף א 150 אלפים בודזשעט אזוי ווי ס'שטייט אינעם ערשטן תגובה?
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9767
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

און וויאזוי פונקטליך גיי איך, כ'מיין צו זאגן גייט ער, באצאלן די חודש'ליכע פעימענטס + טעקס + אינשורענס?
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3768
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

זיכער מאכן???
נאר די אייבערשטער קען

איך בין געווען זיכער איך וועל נישט קענען קויפן איך האב געזוכט צי דינגען למעשה די אייבערשטער האט געוואלט איך זאל האבן
האט ער מיר אריין געלייגט עפעס ממש און די הענט און געמאכט אלעס ארום זאל שטומען אז איך זאל קענען קויפן
יא אין בארא פארק
מיט בערך 40K סעיווינגס
איך וואלט נישט ארום געלאפן בארגען נאך א 100'טער ווייל ס'בארגט זיך נישט אזוי, געבארגט סאך הכל נאך 30

ס'שטעלט זיך נישט צאם יעדע 2 יאר נאך 30 אין יעדע משפחה
מיין ברודער מאכט חתונה יעצט, די ערשטע מאל האב איך צוזאמען מיט מיין משפחה צאם גענומען בערך 45K יעצט טריי איך נאכאמאל מיט די משפחה איך האלט נאך אונטער 3
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9105
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

כ'מיין אז גרינגער און אפשר אויך ריכטיגער איז מסביר צו זיין פאר די משפחה וואס האט נישט קיין דאך איבערן קאפ, אז די מאמעס פארטוך ריפלעיסט נישט קיין דאך, און מ'מעג אוועקמופן פון די ד' אמות און גיין זוכן וואו ס'איז ביליגער
אויב דו דארפסט אים יעצט צאמשטעלן געלט פאר א דירה, וואס וועט זיין ביים חתונה מאכן? און ער האט נישט קיין בן יחיד אדער בת יחידה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21630
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:
ווען מ׳גייט אריין אין די תקופה פון חתונה מאכן קינדער און עס קאסט א אכציג אלפים יעדע צוויי יאר חוץ פון די לויפענדע בודשעט פון 150 אלפים א יאר איז פשוט ״אומעגליך״ פאר 90 פראצענט כלל ישראל צי קויפן א דאך איבערן קאפ

ס׳איז א מצוה רבה זיכער צי מאכן א די קרובים, און גוטע פריינד האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די דרייסיג יאר, קלערט אויף אייער באקאנטע און גוטע פריינט צי אריינטאנצן, און אויב נויטיג זיך צוזאמנעמען און שאפן די ״איינמאליגע דאון פעימענט״ וואס וועט שפארן אסאך אסאך מער אין די עתיד, וכל ישראל עריבים זה לזה

א גרויסע חלק כלל ישראל פלאגן זיך ליידער ביים חתונה מאכן די קינדער, אבער די וואס האבן שוין א שיינע פאר מאות אויסגעצאלט אינעם דירה זענען נישט ביי קיין דעד ענד, אוודאי דארף מען געבן א שטופ דא און א שלעפ דארט אבער די מצב איז נישט האפענונגלאז, בדרך כלל

ס׳איז א ווייטאג, א טיפע ווייטאג צי זעהן אידן וואס ארבעטן שווער און ברענגן אהיים אפילו צוויי אלפים א וואך, אבער צאלן פיר אלפים רענט און קומען ממש אהן צי א דעד ענד אין די יארן פון חתונה מאכן קינדער ווען מ׳דארף יעדע צוויי יאר עקסטערע הונדערט אלפים, אפגערעדט פונעם פיזור הנפש פון נישט האבן א אייגן דאך איבערן קאפ, ס׳איז באים מים עד נפש
100%
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

יידישע קהילות האט געשריבן:
און וויאזוי פונקטליך גיי איך, כ'מיין צו זאגן גייט ער, באצאלן די חודש'ליכע פעימענטס + טעקס + אינשורענס?
הונדערט פראצענט אז דו, כ׳מיין צו זאגן ער גייט עס קאווערן בס״ד

וויאזוי?

אט ליינט:

וויאזוי פלאנט מען ביי אונז ״אין עדווענס״ יעדע נייע קינד וואס ווערט געבוירן בס״ד מ׳פרעגט דעם אקאונטענט אויב די בודזשעט ערלויבט דאס יעצט?

לעצטע מאל כ׳האב געטשעקט האבן די יעניגע וואס פלאנען דאס נאר אויב זייער בודזשעט ערלויבט עס אנגעקומען צו בלויז צוויי דריי קינדער און זיי טרעפן זיך שפעטער אויסגעבן די זעלבע געלט פאר אנדערע זאכן ווי מיר האבן און גיבן אויס מיט איבער א דאזן ברוכי הילדים בס״ד.

לאמיר דאס צולייגן אביסל:

ס׳איז א פאקט אז מאמע פון איין צוויי קינדער קען נישט פארשטיין וויאזוי א מאמע פון זעקס-אכט-צען קינדער קען מענעדזשמענט די הויז - די עלטערע מאמע וועט איר מסביר זיין אז די גרעסערע קינדער העלפן גאר ארויס אין שטוב קעיר נעמען פון די יונגערע דערפאר איז גאר גרינגער פאר עלטערן מיט מערערע קינדער צו האבן א געסעטלטע סדר אין שטוב ווי מיט ווייניג - ס׳איז טאקע א סטראגעל ביז מ׳כאפט דעם פארטל אבער יעדער שטעלט זיך אין פלאץ זייער שיין כמין חומר - מ׳האט בעיביסטיערס ווען מ׳דארף, די עלטערע באדן די יונגערע, העלפן לייגן זיי שלאפן, מ׳קען גרינגער ארויסגיין צו שמחות און שאפינג מ׳מוז נישט אייביג מיטשלעפן די בעיביס, מ׳פירט א אידישע שטוב און א שבת טיש ווי ס׳ברויך זיין וכו׳.

לעניננו - דער יונגערמאן פון עטליכע צוואנציג יאר פארשטייט נאכנישט אז ווען ער גייט ״מוזן״ איין טאג אויפקומען מיט אסאך אסאך מער געלט ווי זיין יעצטיגע בודזשעט וואס ער האט זיך ״באקוועם״ געמאכט אז ער ״קען״ קאווערן לויט זיין יעצטיגע פארשטאנד האט ער נישט קיין אהנונג ״וויאזוי״ ער גייט דאס מאכן דעמאלט און פון ״ווי״ ער גייט זיך דעקן דערפאר האט ער מורא אנצוהייבן דעם סטרעטש.

אבער אויב וואלט ער פארשטאנען אז דייקא דאס ״אריינטאנצן״ וואס פריער אינעם געשעפט - דייקא ביי די צוואנציגער יארן - און זיך קויפן א הויז מעג זיין אפילו קודם א קלענערע הויז און שפעטער זיך פארברייטערן - (מ׳קען אייביג פארקויפן פאר גוט ריוח אדער האלטן און ריפיינענסן און קויפן דערמיט די נעקסטע) דייקא די דאזיגע צייטליכע ״שפרונג״ וועט אים גאר שטארק ארויסהעלפן במשך פון די יארן לאורך הדרך.

וואס פריער מ׳הייבט אן אלס גרינגער איז עס שפעטער עס איז א גוטע געזונטע סטרעדזש יעצט מיט אביסל דאגות ווען מ׳דערהייבט נאך ווינציגער וואס עס וועט אים ברענגען אזויפיל רווחים שפעטער אז דאס ווערט ממש ווי זיינע ״גרויסע ערוואקסענע קינדער״ וואס וועלן אים ״בעיביסיטן״ און ארויסהעלפן לאורך הדרך מיט די לויפנדע בודזשעט און צו קענען ערציען די ״קליינע קינדער״ מיט אלעם וואס ער דארף…

שטייט זיך מ׳זאל וואס מער רעדן צו עקספערטן, זיך אינטרעסירן אויף גוטע ריעל עסטעיט בראוקערס און מארגעדזש בראוקערס און זיך קלאר מאכן אויפן בודזשעט וויאזוי עס צו טוהן (האבן א גוטע ״עמטליכע״ לעגאלע אינקאם אנשטאט נעמען פונעם פעטער און דורכדעם ״מורא האבן״ צו פארדינען איז פון די יסודות שביסודות פאר סוקסעס) מ׳זאל זיך גוט נאכפרעגן אז מ׳קויפט גוט מ׳זאל נישט אריינפאלן אבער מ׳טאר נישט פארשלאפן אין די יונגע יארן!

לאמיר נעמען למשל שכר לימוד ביי ווייניג קינדער צאלט מען 250-300 פער קינד שפעטער ביי וואס מער קינדער מיינט דאס 1500-2000 א חודש - גראסערי פיש און פלייש ווערט אויך פילפאכיג געטריפלט כסדר נאר פשוט דעיס קאסט שוין ״פער וואך״… די חודש׳ליכע רענט פארט כסדר ארויף און ס׳געלט גייט גענצליך לאיבוד ווען מ׳קען האבן א מארטגעדזש און צוריק ארויסנעמען דאס געלט במשך השנים.

ווען די ריכטיגע צייט קומט און די הוצאות שטייגן למעלה מראש למשל מ׳הייבט אן ״בר מצוה״ מאכן וכדומה די בודזשעט ווערט פילפאכיג פארגרעסערט אויב האט ער זיך נאכנישט געהאט ״געסטרעטשט״ פארדעם הערט מען טאקע דעמאלט ווי ער קרעכצעט געפערליך אבער עפ״י רוב דייקא דער מצב אין די אנפאנג דרייסיגער יארן ״צווינגט״ אים דערנאך צו טוהן פארשידענע פעולות וואס ער האט ביז היינט נישט געטוהן כדי צו האבן מער אינקאם ווייל די שכר לימוד און עסן און קליידונג הוצאות פאר ״איין בחור״ אין ישיבה אדער גרעסערע מיידל פאר שאפינג אדער קעמפ וכדומה איז ווי פאר עטליכע קליינע קינדער צוזאמען…

מ׳דארף האלטן די אויגן אפן זיך צו דער לערנען א גוטע פאך פאר פרנסה ווען מ׳איז נאך פריש און יונג ווען מ׳האט די כוחות צו שוויצן און זיכער מאכן אז מ׳ארבייט זיך ארויף צייטליך אז מ׳פארדינט ווי א מענטש אנשטאט פארברענגען די טעג און די יארן מיט גארנישט ווען מ׳ווערט דיפרעסט פארט מען וועקעישאן און מקומות הקדושים אדער זיצט מען אין שוויץ בוד ווען אימער ס׳לאזט זיך און מ׳ספענדט געלט זיך צו מאכן ״העפי״ ווייל מ׳פרובירט צו ״מאכן״ א לעבן אין די יונגע יארן אן א עכטע ״סטראקטשער״ וויאזוי זיך מסדר צו זיין מיט א גוטע אינקאם אויף שפעטער.

יא יא יעדער איז אמאל געווען יונג די באקוועמליכקייט און ווייניג זעלבסטזיכערקייט אדער די ״פעיר״ וויאזוי מ׳וועט אים אנקוקן אין די גאס אדער וואס די טאטע-ברודער-שווער-שוואגער-חבר וועט זאגן דהיינו מ׳דארף אזוי ווי א ״רשות צעטל״ פון איינעם אז ״ער מעג״ אנהייבן טוהן ביזנעס כדבעי למהוי דעיס ברענגט א צוריקהאלט און לאזט דעם מענטש נאטורליך ענדערש פושן דעם טאג אן א עכטע טויש.

קויפן א הויז צייטליך קען צומאל פארלאנגען צו מוזן טוישן דעם דזשאב צו א בעסערע וועידזש אויב ס׳איז באמת אין הקומץ משביע אויב אזוי פארוואס טוהט מען זיך נישט א אויפארבייטן צייטליך? די גרעסערע בודזשעט גייט דאך סייווי אנקומען איין טאג, טוה עס יעצט! אמת כ׳ווייס אז ס׳איז אסאך באקוועמער אוועקצושטופן און גיין טשילן אבער אויב וועסטו זיך סטרעטשן דיין מוח צייטליך אז ביזן חתונה מאכן אי״ה וועסטו שוין קענען דערהייבן און האבן א מהלך וויאזוי צו חתונה מאכן אי״ה דורך ריפיינענצן (העכערע אינטרעס רעיט דארף א שמועס פאר זיך… עס לוינט זיך נישט? אהא, און צאלן רענט לוינט זיך יא?…) טיילמאל וועסטו שוין האבן דעמאלט דיין צווייטע אדער דריטע אינוועסטמענט הויז געקויפט ווייל נאכן דורכגיין ביים ערשטן דאון פעימענט ווייסט מען שוין ס׳איז נישט אזוי שרעקעדיג דאס איבערצוטוהן נאכמאל…

מ׳דארף אלעמאל ווירבלן מיט פלענער טראכטן נאכגיין מאכן ריסוירדזש און ״טוהן למעשה״ ס׳טוט וויי צו זעהן יונגעלייט אנגיין מיט מינימאל אינקאם און מ׳טוט נישט מער פעולות דערצו סיי ווייל מ׳פארשטייט נישט און מ׳באגרייפט נאכנישט דעם עתיד וואס דאס איז א אוטקאם אז מ׳ווערט פשוט ״באקוועם״ ווי מ׳וואוינט פאר רענט.

יא כ׳קען די אלע תירוצים ס׳לוינט זיך נישט צו קויפן יעצט, ס׳לוינט זיך נישט קויפן דא אויך נישט דארט, ס׳איז צו טייער, ס׳איז צו שווער, די לעיאוט געפעלט נישט אזוי גוט, די אינטרעס רעיט איז יעצט צו הויך, ס׳גיט פאלן, ס׳קומט אפשר א רעסעזשאן, מ׳פלאנט סייווי אוועקצומופן און קויפן אין נייעם געיגנט וכדומה, מ׳מיינט אז ס׳איז גרינגער צו פושן דאס לעבן די פראבלעמען וואקסן נאר מיט אנשטאט אנהייבן טוהן היינט א לעיזונג, גיי פאר א בעסערע דזשאב, גיי פאר עפענען א ביזנעס ווי מ׳וועט אי״ה מצליח זיין, פילמאל קען מען בלייבן אינעם זעלבן ליין אבער אנהייבן פארדינען פיל מער דורך צושטעלן מער קוואלעטי ארבייט.

דער עיקר ארויסגיין פון באקוועמער זאנע ״היינט״ און טוהן צייטליך למעשה אויף מארגן דייקא דאס וועט פארמיידן אי״ה ער זאל נישט ווערן זיין משפחה׳ס צוועק ביים חתונה מאכן נאר מ׳וועט אלעס האבן בדרך כבוד בס״ד.

נ.ב. נישט פארגעסן צו געבן צדקה און מעשר אנשטאט אלעס אוועקגעלייגן ״ונתנו״ וועט ברענגן מער און מער בס״ד.
לעצט פארראכטן דורך די נקודה אום דאנערשטאג יולי 07, 2022 11:36 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

לדעתי איז די מעין פראבלעים נישט די געלט נאר א נאמען
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
great
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

לעניית דעתי הגדול
זאל יעדע משפחה העלפן די בני משפחה ווען מווערט "20" יאר זאל מען נעמען א קורס וכדומה אויף א אומנות אזוי שטעלט מען אים אויף א שיינע מהלך צו קענען אליין קויפן א דירה און חתונה מאכן אן שנארן געלט פון קיינעם קיינמאל
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

ייש"כ פארן פותח
זייער א ריכטיגע פוינט, בעסער יעצט אביסל שוויצן און האבן א חתונה פאליסי פאר אלע קינדער און אויסלעבן די עלטערע יארן אן הילף פון די קינדער.
אפילו אריינטאנצן אין א קליינע דירה און נאכדעם אפגרעידן.
פאקטן:
-א דירה איז נאך קיינמאל נישט געווארן ביליגער.
-קיינער האט נאך נישט חרטה געהאט פון קויפן.
-קיין איין דירה אין היימישע געגנט איז נאך נישט געגאנגן צו פארקלאושער. (אין נארמאלע אומשטענדן פון קויפן לשם וואוינען)
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:
ווען מ׳גייט אריין אין די תקופה פון חתונה מאכן קינדער און עס קאסט א אכציג אלפים יעדע צוויי יאר חוץ פון די לויפענדע בודשעט פון 150 אלפים א יאר איז פשוט ״אומעגליך״ פאר 90 פראצענט כלל ישראל צי קויפן א דאך איבערן קאפ

ס׳איז א מצוה רבה זיכער צי מאכן א די קרובים, און גוטע פריינד האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די דרייסיג יאר, קלערט אויף אייער באקאנטע און גוטע פריינט צי אריינטאנצן, און אויב נויטיג זיך צוזאמנעמען און שאפן די ״איינמאליגע דאון פעימענט״ וואס וועט שפארן אסאך אסאך מער אין די עתיד, וכל ישראל עריבים זה לזה

א גרויסע חלק כלל ישראל פלאגן זיך ליידער ביים חתונה מאכן די קינדער, אבער די וואס האבן שוין א שיינע פאר מאות אויסגעצאלט אינעם דירה זענען נישט ביי קיין דעד ענד, אוודאי דארף מען געבן א שטופ דא און א שלעפ דארט אבער די מצב איז נישט האפענונגלאז, בדרך כלל

ס׳איז א ווייטאג, א טיפע ווייטאג צי זעהן אידן וואס ארבעטן שווער און ברענגן אהיים אפילו צוויי אלפים א וואך, אבער צאלן פיר אלפים רענט און קומען ממש אהן צי א דעד ענד אין די יארן פון חתונה מאכן קינדער ווען מ׳דארף יעדע צוויי יאר עקסטערע הונדערט אלפים, אפגערעדט פונעם פיזור הנפש פון נישט האבן א אייגן דאך איבערן קאפ, ס׳איז באים מים עד נפש
או ווי גערעכט די ביסט
אבער האסט מיר עס געדארפט זאגן 15 - 20 יאר צוריק
(איך מיין איך האב שוין געשפעטיגט די שיף missed the boat)
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

יישר כח האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:
או ווי גערעכט די ביסט
אבער האסט מיר עס געדארפט זאגן 15 - 20 יאר צוריק
(איך מיין איך האב שוין געשפעטיגט די שיף missed the boat)

קיינמאל צו שפעט!!

אדרבה זיץ דיך אראפ מיט עקספערטן וועסטו זען אז יעדער האט נאך א טשענס און א מעגליכקייט - כל זמן שהנשמה בקרבי
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: יעדע יחיד פון כלל ישראל; מאכט זיכער אז אייערע באקאנטע האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די 30 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:
די צווייטע דריטל זאל די משפחה שאפן, יעדע איד האט צוויי זייטן, 25 א זייט איז נישט אסאך

די דריטע חלק זאל מען אריינברענגן גוטע פריינד פון די באטרעפענדע אדער עסקנים
יעדער מענטש האט צוויי זייטן און אסאך קרובים אויף ביידע. וואו וועלן די צוויי זייטן און עסקנים פלוצלינג טרעפן אזוי פיל געלט? מ'רעדט נישט פון אן איינמאליגע אויסערגעווענליכע צוועק נאר א טעקס קבוע פאר אלע קרובים.

ועוד קשה, ווען ס'איז דא אזוי פיל איבריגע געלט וואלט דאך יעדער געקויפט פאר זיך!
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: יעדע יחיד פון כלל ישראל; מאכט זיכער אז אייערע באקאנטע האבן אייגן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס די 30 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

להודות האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:
די צווייטע דריטל זאל די משפחה שאפן, יעדע איד האט צוויי זייטן, 25 א זייט איז נישט אסאך

די דריטע חלק זאל מען אריינברענגן גוטע פריינד פון די באטרעפענדע אדער עסקנים
יעדער מענטש האט צוויי זייטן און אסאך קרובים אויף ביידע. וואו וועלן די צוויי זייטן און עסקנים פלוצלינג טרעפן אזוי פיל געלט? מ'רעדט נישט פון אן איינמאליגע אויסערגעווענליכע צוועק נאר א טעקס קבוע פאר אלע קרובים.

ועוד קשה, ווען ס'איז דא אזוי פיל איבריגע געלט וואלט דאך יעדער געקויפט פאר זיך!

דעמאלט וויאזוי ביים חתונה מאכן צען קינדער טוט מען עס ?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

זייער ריכטיג די נקודה פון האבן א אייגן דירה אויב איז די רעדע נאר פון א 2 בעדרום דירה אדער און איינע פון די ביליגע געגענטער

ווייל פאר א גרעסערע דירה פארוואס זאל דער אינגערמאן און זיינע רואיגע יארן זיך נעמען די עול פון א 800 טויזענט דאלער מארגיטש אויף זיך? עס איז נישט קיין איינמאליגע 150 וואס ער דארף האבן פארן דאון פעימענט עס איז שווערע געלטער יעדן חודש

אפשר אפילו בעסער אז ביז די 30 בלייב און דיין הייזל פאר רענט און לייג דיר און די זייט געלט לעב מיט א חשבון און ווען די וועסט מוזן האבן א גרעסערע דירה וועסטי זיכן ווי און וועלכע שטאט די קענסט דיר ערלויבן און זיך קויפן דארט א אייגן הויז

אויב האט ער נישט קיין רענט פאר 4000 א חודש פון ווי זאל ער עס האבן פארן באנק די זעלבע סכום אדער מער?

ליידער איז עס א וועלט היינט ווי מען זעצט אן משפחה חברים בענק און קרעדיט קארטלעך צליב וואס מען פארשטייט די וויכטיקייט פון זיך קויפן א גרויסע דירה און די ערשטערע יארן נאך די חתנה
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

אלט מאנרא האט געשריבן:
זייער ריכטיג די נקודה פון האבן א אייגן דירה אויב איז די רעדע נאר פון א 2 בעדרום דירה אדער און איינע פון די ביליגע געגענטער

ווייל פאר א גרעסערע דירה פארוואס זאל דער אינגערמאן און זיינע רואיגע יארן זיך נעמען די עול פון א 800 טויזענט דאלער מארגיטש אויף זיך? עס איז נישט קיין איינמאליגע 150 וואס ער דארף האבן פארן דאון פעימענט עס איז שווערע געלטער יעדן חודש

אפשר אפילו בעסער אז ביז די 30 בלייב און דיין הייזל פאר רענט און לייג דיר און די זייט געלט לעב מיט א חשבון און ווען די וועסט מוזן האבן א גרעסערע דירה וועסטי זיכן ווי און וועלכע שטאט די קענסט דיר ערלויבן און זיך קויפן דארט א אייגן הויז

אויב האט ער נישט קיין רענט פאר 4000 א חודש פון ווי זאל ער עס האבן פארן באנק די זעלבע סכום אדער מער?

ליידער איז עס א וועלט היינט ווי מען זעצט אן משפחה חברים בענק און קרעדיט קארטלעך צליב וואס מען פארשטייט די וויכטיקייט פון זיך קויפן א גרויסע דירה און די ערשטערע יארן נאך די חתנה

יא, מ׳קען קויפן א קליינע דירה אדער אין די ביליגע געגענטער און מ׳מוז נישט אהין מופן מ׳קען עס פארדינגען

במשך די יארן וועט עס וואקסן און פארקויפן מיט שיין פראפיט געלט פארן עכטן גרויסן דירה אדער האלטן און יעדע פינף יאר ריפיינענסן אום ארויסקעשן

נאכדעם האלטן געלט אין די זייט פאר יארן מיינט פשוט דערלייגט ווייל די קעש וועליו פאלט כסדר משאכ הייזער האלט דע וועליו און במשך די יארן גייט נאר ארויף די וועליו האט מען בלויז פארדינט

די וואס זעצן אן איז ווייל זיי וועלן זיין/הייסן עשירים פאר זיי זענען… און קויפן מער ווי זיי מעגן היינט אריינטאנצן

סיכום: מ׳זאל זיכער קויפן אבער פארזיכטיג אויסרעכענען אז די 4000 רענט גייט ממילא געשעהן איין טאג ממילא זאל מען קויפן קודם קלענערס און נאכדעם וועט דאס בס״ד אטאמאטיש ברענגען גרינגער צום גרעסערן - מאכן א קלענערע סטרעדזש אויף אמאל און זען כסדר זיך סטרעטשן צו גרעסערס
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

די נקודה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
און וויאזוי פונקטליך גיי איך, כ'מיין צו זאגן גייט ער, באצאלן די חודש'ליכע פעימענטס + טעקס + אינשורענס?
הונדערט פראצענט אז דו, כ׳מיין צו זאגן ער גייט עס קאווערן בס״ד

וויאזוי?

אט ליינט:

וויאזוי פלאנט מען ביי אונז ״אין עדווענס״ יעדע נייע קינד וואס ווערט געבוירן בס״ד מ׳פרעגט דעם אקאונטענט אויב די בודזשעט ערלויבט דאס יעצט?

לעצטע מאל כ׳האב געטשעקט האבן די יעניגע וואס פלאנען דאס נאר אויב זייער בודזשעט ערלויבט עס אנגעקומען צו בלויז צוויי דריי קינדער און זיי טרעפן זיך שפעטער אויסגעבן די זעלבע געלט פאר אנדערע זאכן ווי מיר האבן און גיבן אויס מיט איבער א דאזן ברוכי הילדים בס״ד.

לאמיר דאס צולייגן אביסל:

ס׳איז א פאקט אז מאמע פון איין צוויי קינדער קען נישט פארשטיין וויאזוי א מאמע פון זעקס-אכט-צען קינדער קען מענעדזשמענט די הויז - די עלטערע מאמע וועט איר מסביר זיין אז די גרעסערע קינדער העלפן גאר ארויס אין שטוב קעיר נעמען פון די יונגערע דערפאר איז גאר גרינגער פאר עלטערן מיט מערערע קינדער צו האבן א געסעטלטע סדר אין שטוב ווי מיט ווייניג - ס׳איז טאקע א סטראגעל ביז מ׳כאפט דעם פארטל אבער יעדער שטעלט זיך אין פלאץ זייער שיין כמין חומר - מ׳האט בעיביסטיערס ווען מ׳דארף, די עלטערע באדן די יונגערע, העלפן לייגן זיי שלאפן, מ׳קען גרינגער ארויסגיין צו שמחות און שאפינג מ׳מוז נישט אייביג מיטשלעפן די בעיביס, מ׳פירט א אידישע שטוב און א שבת טיש ווי ס׳ברויך זיין וכו׳.

לעניננו - דער יונגערמאן פון עטליכע צוואנציג יאר פארשטייט נאכנישט אז ווען ער גייט ״מוזן״ איין טאג אויפקומען מיט אסאך אסאך מער געלט ווי זיין יעצטיגע בודזשעט וואס ער האט זיך ״באקוועם״ געמאכט אז ער ״קען״ קאווערן לויט זיין יעצטיגע פארשטאנד האט ער נישט קיין אהנונג ״וויאזוי״ ער גייט דאס מאכן דעמאלט און פון ״ווי״ ער גייט זיך דעקן דערפאר האט ער מורא אנצוהייבן דעם סטרעטש.

אבער אויב וואלט ער פארשטאנען אז דייקא דאס ״אריינטאנצן״ וואס פריער אינעם געשעפט - דייקא ביי די צוואנציגער יארן - און זיך קויפן א הויז מעג זיין אפילו קודם א קלענערע הויז און שפעטער זיך פארברייטערן - (מ׳קען אייביג פארקויפן פאר גוט ריוח אדער האלטן און ריפיינענסן און קויפן דערמיט די נעקסטע) דייקא די דאזיגע צייטליכע ״שפרונג״ וועט אים גאר שטארק ארויסהעלפן במשך פון די יארן לאורך הדרך.

וואס פריער מ׳הייבט אן אלס גרינגער איז עס שפעטער עס איז א גוטע געזונטע סטרעדזש יעצט מיט אביסל דאגות ווען מ׳דערהייבט נאך ווינציגער וואס עס וועט אים ברענגען אזויפיל רווחים שפעטער אז דאס ווערט ממש ווי זיינע ״גרויסע ערוואקסענע קינדער״ וואס וועלן אים ״בעיביסיטן״ און ארויסהעלפן לאורך הדרך מיט די לויפנדע בודזשעט און צו קענען ערציען די ״קליינע קינדער״ מיט אלעם וואס ער דארף…

שטייט זיך מ׳זאל וואס מער רעדן צו עקספערטן, זיך אינטרעסירן אויף גוטע ריעל עסטעיט בראוקערס און מארגעדזש בראוקערס און זיך קלאר מאכן אויפן בודזשעט וויאזוי עס צו טוהן (האבן א גוטע ״עמטליכע״ לעגאלע אינקאם אנשטאט נעמען פונעם פעטער און דורכדעם ״מורא האבן״ צו פארדינען איז פון די יסודות שביסודות פאר סוקסעס) מ׳זאל זיך גוט נאכפרעגן אז מ׳קויפט גוט מ׳זאל נישט אריינפאלן אבער מ׳טאר נישט פארשלאפן אין די יונגע יארן!

לאמיר נעמען למשל שכר לימוד ביי ווייניג קינדער צאלט מען 250-300 פער קינד שפעטער ביי וואס מער קינדער מיינט דאס 1500-2000 א חודש - גראסערי פיש און פלייש ווערט אויך פילפאכיג געטריפלט כסדר נאר פשוט דעיס קאסט שוין ״פער וואך״… די חודש׳ליכע רענט פארט כסדר ארויף און ס׳געלט גייט גענצליך לאיבוד ווען מ׳קען האבן א מארטגעדזש און צוריק ארויסנעמען דאס געלט במשך השנים.

ווען די ריכטיגע צייט קומט און די הוצאות שטייגן למעלה מראש למשל מ׳הייבט אן ״בר מצוה״ מאכן וכדומה די בודזשעט ווערט פילפאכיג פארגרעסערט אויב האט ער זיך נאכנישט געהאט ״געסטרעטשט״ פארדעם הערט מען טאקע דעמאלט ווי ער קרעכצעט געפערליך אבער עפ״י רוב דייקא דער מצב אין די אנפאנג דרייסיגער יארן ״צווינגט״ אים דערנאך צו טוהן פארשידענע פעולות וואס ער האט ביז היינט נישט געטוהן כדי צו האבן מער אינקאם ווייל די שכר לימוד און עסן און קליידונג הוצאות פאר ״איין בחור״ אין ישיבה אדער גרעסערע מיידל פאר שאפינג אדער קעמפ וכדומה איז ווי פאר עטליכע קליינע קינדער צוזאמען…

מ׳דארף האלטן די אויגן אפן זיך צו דער לערנען א גוטע פאך פאר פרנסה ווען מ׳איז נאך פריש און יונג ווען מ׳האט די כוחות צו שוויצן און זיכער מאכן אז מ׳ארבייט זיך ארויף צייטליך אז מ׳פארדינט ווי א מענטש אנשטאט פארברענגען די טעג און די יארן מיט גארנישט ווען מ׳ווערט דיפרעסט פארט מען וועקעישאן און מקומות הקדושים אדער זיצט מען אין שוויץ בוד ווען אימער ס׳לאזט זיך און מ׳ספענדט געלט זיך צו מאכן ״העפי״ ווייל מ׳פרובירט צו ״מאכן״ א לעבן אין די יונגע יארן אן א עכטע ״סטראקטשער״ וויאזוי זיך מסדר צו זיין מיט א גוטע אינקאם אויף שפעטער.

יא יא יעדער איז אמאל געווען יונג די באקוועמליכקייט און ווייניג זעלבסטזיכערקייט אדער די ״פעיר״ וויאזוי מ׳וועט אים אנקוקן אין די גאס אדער וואס די טאטע-ברודער-שווער-שוואגער-חבר וועט זאגן דהיינו מ׳דארף אזוי ווי א ״רשות צעטל״ פון איינעם אז ״ער מעג״ אנהייבן טוהן ביזנעס כדבעי למהוי דעיס ברענגט א צוריקהאלט און לאזט דעם מענטש נאטורליך ענדערש פושן דעם טאג אן א עכטע טויש.

קויפן א הויז צייטליך קען צומאל פארלאנגען צו מוזן טוישן דעם דזשאב צו א בעסערע וועידזש אויב ס׳איז באמת אין הקומץ משביע אויב אזוי פארוואס טוהט מען זיך נישט א אויפארבייטן צייטליך? די גרעסערע בודזשעט גייט דאך סייווי אנקומען איין טאג, טוה עס יעצט! אמת כ׳ווייס אז ס׳איז אסאך באקוועמער אוועקצושטופן און גיין טשילן אבער אויב וועסטו זיך סטרעטשן דיין מוח צייטליך אז ביזן חתונה מאכן אי״ה וועסטו שוין קענען דערהייבן און האבן א מהלך וויאזוי צו חתונה מאכן אי״ה דורך ריפיינענצן (העכערע אינטרעס רעיט דארף א שמועס פאר זיך… עס לוינט זיך נישט? אהא, און צאלן רענט לוינט זיך יא?…) טיילמאל וועסטו שוין האבן דעמאלט דיין צווייטע אדער דריטע אינוועסטמענט הויז געקויפט ווייל נאכן דורכגיין ביים ערשטן דאון פעימענט ווייסט מען שוין ס׳איז נישט אזוי שרעקעדיג דאס איבערצוטוהן נאכמאל…

מ׳דארף אלעמאל ווירבלן מיט פלענער טראכטן נאכגיין מאכן ריסוירדזש און ״טוהן למעשה״ ס׳טוט וויי צו זעהן יונגעלייט אנגיין מיט מינימאל אינקאם און מ׳טוט נישט מער פעולות דערצו סיי ווייל מ׳פארשטייט נישט און מ׳באגרייפט נאכנישט דעם עתיד וואס דאס איז א אוטקאם אז מ׳ווערט פשוט ״באקוועם״ ווי מ׳וואוינט פאר רענט.

יא כ׳קען די אלע תירוצים ס׳לוינט זיך נישט צו קויפן יעצט, ס׳לוינט זיך נישט קויפן דא אויך נישט דארט, ס׳איז צו טייער, ס׳איז צו שווער, די לעיאוט געפעלט נישט אזוי גוט, די אינטרעס רעיט איז יעצט צו הויך, ס׳גיט פאלן, ס׳קומט אפשר א רעסעזשאן, מ׳פלאנט סייווי אוועקצומופן און קויפן אין נייעם געיגנט וכדומה, מ׳מיינט אז ס׳איז גרינגער צו פושן דאס לעבן די פראבלעמען וואקסן נאר מיט אנשטאט אנהייבן טוהן היינט א לעיזונג, גיי פאר א בעסערע דזשאב, גיי פאר עפענען א ביזנעס ווי מ׳וועט אי״ה מצליח זיין, פילמאל קען מען בלייבן אינעם זעלבן ליין אבער אנהייבן פארדינען פיל מער דורך צושטעלן מער קוואלעטי ארבייט.

דער עיקר ארויסגיין פון באקוועמער זאנע ״היינט״ און טוהן צייטליך למעשה אויף מארגן דייקא דאס וועט פארמיידן אי״ה ער זאל נישט ווערן זיין משפחה׳ס צוועק ביים חתונה מאכן נאר מ׳וועט אלעס האבן בדרך כבוד בס״ד.

נ.ב. נישט פארגעסן צו געבן צדקה און מעשר אנשטאט אלעס אוועקגעלייגן ״ונתנו״ וועט ברענגן מער און מער בס״ד.
אפגעשריבן מיינע מחשבות וואס האט מיר געטריבען צי עפענען דעם אשכול

אייזן שטארקע נקודות איינס ביי איינס, שטארק אראפגעלייגט
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: מאכט זיכער צו האבן געקויפטע דירות ביז שפעסטענס צען יאר נאך די חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דאס איז א סעמפל פארוואס אזוי פיל אינגעלייט זענען אין די רויט ביים היימישען ציבור, קיינער טוט נישט וואס מען קען און וואס עס לוינט, נאר וואס מען דארף און יענער וועט זאגן

׳מען׳ ׳דארף׳ זען אז ׳איעדער׳ ׳זאל׳ קויפן א דירה ביז אקוואדער נאך אכט

יעדער זאל קויפן א דירה ווען ער קען, און ביי די דרייסיג קען נאך נישט יעדער.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”