און די טובים מאורות האט ער פארפאסט אין ארץ ישראל תשי"ב און די ניגון כי רוצה ה' בעמו אויך אין ארץ ישראל תשט"ו ביידע מאהל ווען הרה"ק מסאטמאר האט געפראוועט די יו"ט שמחת תורה אין ירושלים עיה"ק אין דאס זענען די הקפות ניגונים פון דעמאלץ
טובים מאורות ניגון איז א הקפה ניגון פון יאר תש''ה אימיטן קריג ווען ער האט עס געזינגען און דער רבי האט געטאנצן די הייליגע הקפות. דעמאלטס האבן די ציוניסטן גענומען דעם ניגון און ארויפגעלייגט אויף די ווערטער כי מציון תצא און אין יעדע ציוניסטישע סקול האט מען געזינגען דעם ניגון מיט די קינדער אזוי אז ס'איז כמעט נישטא א פרייער אין די טמא'נע מדינה וואס קען נישט דעם ניגון

פון ווי קומט דער ווערסיע? קיינמאל געהערט דערפון
לפי הידוע לי איז עס יא געווען הקפה תשי"ב און איז ארויף אויף די ווערטער כי מציון ביים קבלת פנים פארן רבין אין חיפה יענעם יאר, פון דארט האט זיך עס פארשפרייט ארום גאנץ ארץ ישראל
איך האב געהערט פון א איד וואס איז גוועהן דארט בשעת ווען מהאט אהיים באגלייט דעם רבין נאך א טיש שפעט צו שבת צו יו"ט אין די נאכט שטילערהייט כדי נישט צו אויף וועקען די שכנים אזוי דאכט זיך מיר עכ"פ ביי איינע פון די באזוכען אין א"י ( איך ווייס נישט וועלכע יאר) האט מען געזינגען די ניגון מיט די ווערטער כי מציון און פראנט פון די רבי
שווער צו גלייבען אז די ציונים זאלען ארויף לייגען די ווערטער און מזאל עס זינגען אין סאטמאר אזאך וואס שמעקט ציונות
נאר וואס דען אז די ציונים האבון עס געזינגען אין שולע קען זיין (איך האב דאס קיינמאהל נישט געהערט)איינמאהל וואס מהאט עס שוין געהערט מיט די ווערטער איני יודע אינטערסאנט צו וויסען ווער האט יא ארויף געלייגט די ווערטער כי מציון אויב אזוי ווייסט איינער מיט פונקטליכע מקור ?
מען זאגט נאך א ווערטעל, אז אמאל האט ר' יוסל אנגעצונדען די קאר אין עס האט געמאכט א פאני נויז, האט די רבי געזאגט פאר ר' יוסל דא האסטו א שיינע תנועה פאר דיין נייע ניגון.