די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

תשס"ה

אין דעעשער בית המדרש אין וויליאמסבורג דריי אזייגער פארטאגס

ר' תנחום שפאצירט אריין אין ביהמ'ד,

ר' תנחום א אכט אין פופציג יעריגער איד פון די ערשטע גענעראציע פונעם נייעם יוגנט נאכן קריג, ער האט שוין אבער א טעם זקנים, ער ברענג אלע טאג תיקון אין ביהמ'ד, היינט שפאצירט ער אריין ווי זיין טעגליכע שטייגער, מיט זיין בעקעלע מארבל קעיק, ער לייגט עס אראפ אויף די מיטלסטע טיש מאכט זיכער אז אלעס איז מסודר אין ער גייט אין מקוה ווי ער פלאנט צו פארברענגען די נעקסטע שעה'ן זיך ארומצוואשן אין אפצושיילן,

ווי נאר ער גייט ארויס קומט הייבט זיך אויף פון אונטער א באנק א שלאנקער יונגערמאן מיט די נייע בלוטוט טעכניק אין זיין אויער, ער גייט צו צום קוכן, ער לייגט דארט אריין א צעטל, אין ער לויפט ארויס,

א האלבע שעה שפעטער קומט אן דער אמיגא פון בית המדרש ער גייט צו צום קעיק, אין מיטן א שארפן בליק געבט ער עס א קוק איבער, ער שטופט אריין זיין הענט אין נעמט ארויס דעם צעטל, אין מאכט דעם וועג ארויס פון שול,

ווי נאר ער וואקט ארויס פון בית המדרש ווער ער באפאלן דורך דריי פארמאסקירטע פארשוינען, וואס נעמען אים אריין אין קאר אין פליען אוועק פון דארט אויפן העכסטן ספיד,

צוויי מינוט שפעטער קומט אן א גארבעדש טראק, עס פאלן ארויס פון די גארבעדש טראק זעקס מאנסטערישע מענטשן (?) אין קוקן זיך ארום אויפן גאנצן פלאץ, נאך א מינוט לויפן צוויי פון זיי אריין מיט איילעניש אין ביהמ'ד אין געציילטע סעקונדעס אין זאגן עפעס פארן העכסטן פון זיי, יענער געט א געשריי, 'סאפיטאקאוקראקי!' די חברה נעמען צוריק זייערע פאזיציעס אינעם גארבעדש טראק, אין דער גארבעדש טראק נעמט זיך פליען אויף אן אבנארמאלן ספיד אין ריכטונג פונעם פובליק סקול פארק צוויי בלאקס אוועק

אויבן אין אפיס זיצט ר' וואלף דער גבאי צוזאמען מיט די עף בי איי באאמטע אין בעאבאכטן די סצענע דורך די קאמערעס, גלייך נאך וואס דער גארבעדש טראק איז אוועקגעפארן איז געקומען א מעססעדש פונעם קאמאנדיר אז די אקציע גייט אריין אין קראפט,

נאכן דאווענען גייט ר' תנחום אהיים, ער ברענגט אהיים א באר הפרשה פון ר' מיילעך בידערמאן אין לשה'ק פאר זיך און אין אידיש פאר זיין ווייב, זיי זעצן זיך צוזאמען עס ליינען זי ליינט מיט א תמימות די אויבן אין פאלגט ערליך אויס יעדעס מאל ווי עס שטיייט א אות קוקט זי אונטן אין טרייט צו פארשטיין וואס די צוויי האבן א שייכות, ווידער ר' תנחום איז כידוע געריבענער אלזא קוקט ער גלייך אלע מעשיות, תורות וועט ער ליינען א צווייטע מאל,

אינמיטן ליינען אזוי געמיטלעך שפרינגען אריין אגענטן פון אלע זייטן אין פארלאנגען ער זאל אהערגעבן זיין טלית בייטל, ר' תנחום האלט זיי עס שוין כמעט ביים געבן, ווען אינדערמיט קומען אריין זעקס פארשוינען מיט געווער געצילט אלע אנוועזנדע אין פארלאנגען אז דער בייטל זאל יעצט ווערן אריבערגעפירט צו זייערע הענט, אנגעבנדיג אז זיי זענען פון די עף בי איי, די אנדערע האבן זיך שנעל ארינטיעטעט אין ארויסגעשלעפט זייערע סי איי עי בעדשעס, דא האט זיך אנגעהויבן א ערנסטע קאנפליקט, ר' תנחום שטייט אזוי פארלוירן, ער איז דא צווישן צוויי מאכטפולע רעגירונגס גרופעס, ער ווייסט נישט ווער איז דער עכטער ווער איז דער פאלשער, צו איינער איז בכלל פאלש, ער שטייט פארלוירן נישט זעהנדיג קיין וועג ארויס פונעם פלאנטער,

אין דא איז עס געשעהן....

-----

תשע"ט

אין א בעקיארד אויף בעדפארד וואלעבאוט

לאמיר אנהייבן פון אנהייב.... נאך קידוש לבנה איז געבוירן געווארן א קינד צו זיינע עלטערן, ביים ברית האט מען אים אנגעטרינקען לעולם דוד, מען האט אים א נאמען געגעבן משה יאסל, נאך דעם ערשטן שלימזל וואס האט באקומען דעם זיסן נאמען, דער פאטער איז א געשמאקער איד מיט א שיינע פאר ניקס אויף אייוועלט, אלזא האט ער אים גערופן בלשון בא'טעמטקייט ש'יאסל,

סאו... דאס איז בעיסיקלי זיין בעקגראונד, יעצט לאמיר טרייען צו גיין סטרעיט צו וואו מיר ווילן צוקומען

-----

ערגעצוואו אינמיטן זומער ווערט משה יאסל פארוואנדלט אין א לעבעדיגע שטינק באמבע, ער דרייט זיך פון מעכל צו קנעכל מיט פאני קאשעס וועגן פאטענטן צו בויען א סוכה, עניוועיס ש'יאסל באט צובראכן יעדע געזונטע נערוו פון יעדן נפש אין זיין געגנווארט אזא גוטע צוואנציג מאל, אבער וואס טוט דען נישט ש'יאסל פאר זיין סוכה, איי וועט איר פרעגן פארוואס, דער תירוץ איז ווייל ש'יאסל האט א מוירעדיגע געפיל צו מצוות סוכה,

ס'גייט צוזאמען מיט זיין דשענערל פילינג אז ער האט א ניצוץ פון ראפשיץ, (דאס איז עפעס וואס אים בייגעפאלן נאכדעם וואס ער האט אויפגעכאפט אז ער איז קלוגער וואו עוורידש) ש'יאסל דאוונט אלע יארן אין א ראפשיצער סידור, און שלוקעצט אין א ראפשיצער מחזור, וויינט אין א ראפשיצער תהילים, עסט ראפשיצער באנאנעס, עניוועיס...

סאו ווי מ'האלטמער איז אז דער ראפשיצער אורח שפילט מיטן ציבור'ס נערוון וועגן זיין סוכה, דאס איז אלעס ביז ערב סוכות, ערב סוכות פארטאגס איז ש'יאסל אינדרויסן! קאמפסגרייט! אמער... ער גייטעך בויען זיין שטורעמישע סוכה ביי זיך אין פלוין, אלזא ער נעמט זיך בויען זיין סוכה, דא קומט אריין א שטיקל פלאפ... אונזער ש'יאסל איז נישט קיין שלימזל, ער האט גראדע צוויי רעכטע הענט, סאו קיין פלאפס וועגן בויען א סוכה קעמען נישט שרייבן, וואס יא, ש'יאסל פירט זיך צו הענגען פאמפקינס אין זיין סוכה, צוויי סיבות, איינס ווייל ער גלייכט זייער שטארק די מאנסטערישע פרי, צווייטנס טוט ער עס לעילוי נשמת זיין חבר ר' אליעזר פאמפקין ז'ל

סאו הענגען פאמפקינס איז שוין נישט אזא גרינגע זאך, ס'פאדערט זיך אסאך כח אין מוח אז די פאמפקינס זאלן נישט אראפפאלן אינמיטן יו'ט אין שעדיגן מענטשן, אדער עסן חלילה
אלזא.... (צום פיפטן מאל...) ש'יאסל ברענגט אריין א טשערי פיקער אין זיין סוכה, אין נעמט זיך צום מעמד 'תליית הפאמפקינים' דער מעמד גייט אריין אין קראפט תיקף ווען ש'יאסל בענטש די פאמפקינס מיט זודיגע טרערן אין ווארנט זיי אן, 'אישי כהן גדול'....

די טשערי פיקער האט ער געדונגען פון זיין חבר 'נחום מנחם תנחום' חבירו הנ'ל האט א ביזנעס אין די קעטסקילס פון פארקויפן מיסטער קלין, מוירפי, דיבלאזיא, אין נאך געוויסע שעדליכע סובסטאנצישע פערזענליכקייטן,

ש'יאסל שטייט אויפן טשערי פיקער מיט שפריגענדיגע עקסטאז, ער האט אן זיין טיש בעקיטשע אויסגעגראדט זיין הויקער, געמאכט שיף די לעפצן, אראפגענומען די שוועמל פון קאפ, אין עווריטינג איז פולי סעט אפ פאר די 'סוכה-פאמפקין- ש'יאסל' אפאראציע, ער פאנגט אן צו האקן שטיקער, מ'הענגט איינס נאכן צווייטן, אינמיטן קומט אריין א קליינער ספאניאלא, ער גייט צו צו אונזער ש'יאסל אין פארלאנגט ער זאל פאר א רגע אראפקומען פון ס'טשערי פיקער'נען ש'יאסל טראכט פארווא נישט, אין שפאנט אראפ, נישט פארן צוריק טייט מאכן זיין פאסיק,

דער ספאניאלא גייט צו צום רעדל אין נעמט ארויס פון די ראבער אונטערן קלאטש א פיצקעלע יו עס בי, אין שפאצירט אוועק צו שאק פון ש'יאסל, פאר ער קומט אן צום טיר זאגט ער פאר ש'יאסל 'זאג דיין באסס, אז טאני איז דא געווען, אין ער זאגט אז נארטוואסער איז אין מזרח' אין ער גייט ארויס

ווי נאר ער האלט ביים טיר שפרינגט ארויס א ריזיגער מאן א שווארטצער מיט שפיגלדיג ווייסע ציינער, אין כאפט אן דעם שטינקער, פאקט ארויף אויף די אקסלען אין גרייט זיך אפצוטראגן פון שטח מיט דעם בחור אין די האנט,

יענע סעקונדע האט אויף זיין קאפ געלאנדעט א זאפטיגן פאמפקין,

פאר ער האט זיך ארינטיעטעט, זענען שוין געשטאנען ארום אים צענדליגער יונגעלייט, מיט וואלקי טאלקי'ס, אין אים אראפגעהאלטן, די ערשטע זאך האט ער באקומען א פליק אין זיין נאניע פאר ווילן צוכאפן אונזער באליבטע שול גוי, צווייטנס פארלאנגען די יונגעלייט אז זיי דארפן שוין צוריק די יו עס בי פון חמשה חומשי תורה ע'פ כ'ק אדמו'ר שליט'א, דער גוי האלט זיך ביי זיינס, דער יו עס בי גייט נישט ארויס פון זיינע הענט!

די לעצטע סעקונדע פאר די יונגעלייט שטארק זיך אויף אים לייגט ער ארויף זיין גאן אויף ש'יאסל'ס אקסל נעמענדיג אים אלס האסטעדש, די עסקנים האבן זיך גענומען שרייען וואו וואו וואו, מיטן פלאן אז דער צדיק זאל זיך דערשרעקן, אבער ס'העלפט נישט קיין כי הוא זה, (טערעסאנט פארוואס....)

דער מצב איז געווארן קריטיש, דער גוי שרייט אז ער גיבט נישט ארויס ש'יאסל נאר אויב מען מאכט פריי דעם שטח, די עסקנים זאגן אז אן די יו עס בי איז נישט דא פון וואס צו רעדן, דער גוי שרייט אין די עסקנים טרייען צו מאכן סדר, שמערל פון די גאר דרייסטע עסקנים מאכט אזא פלינקע-בעוועגונג-שטויס-עמאודשי אבער משום איזה סיבה שהוא האט עס דעם גוי כלל נישט אנגעשראקן, נאך שעות פארצווייפלונג, גיסן הייסע בליי אויפן פלאץ, ווארפן פצעי אויפן גוי, אריינשמוגלען א זרוע אין ש'יאסל'ס לינקע טאש, האט דער גוי געגעבן א שטויס א פאמפקין מיט זיין פיס, אין אינמיטן די צומישעניש האט ער אויסגענוצט צו אנטלויפן, מיטן יו עס בי,

-----

פארוואס האט דער גוי געדארפט דעם יו עס בי? וויאזוי איז עס אנגעקומען צו ש'יאסל'ס סוכה? אין וואס איז די צעטל אין ר' תנחום'ס קעיק? וואס האט זיך דארט אויסגעלאזט? אויך פארוואס איך האלט די ווייסע דשעק ענד דשיל קוקיס זענען בעסער פון די שווארצע,

דאס אלעס איז ביזדערווייל א מיסטעריע.....

ווי פארשטענדליך, פונקט ווי אלע חלומות וואס מען וועקט זיך אויף אינמיטן בלייבן א מיסטעריע.

אז איך ווער ראש הקהל וועט די מיסטעריע ווערן געלייזט,

מ'ביי!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4153
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

'סאפיטאקאוקראקי!' איט איז!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שיגענער די!!

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

יאלא!
דיבלאזיא כמיין הארי פאר ראשעקאל....

(ווי קען איך באקומען א בעדזש?)
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

דו ביסט פיינע נייעס, און דו גייסט זיין א פיינע ראשעקאל!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

איך קען בעסער. . .
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
פערלשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:14 am

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערלשטיין »

דער האט זיך אויפגעריסן לייק נאו טומאראו
הארי אויב לייגסטו צו נאך איין קאפיטל איי עם פולי יארס...
זוי מיין איך...
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

יו דער איז ביטער צוקאש

אריינגעשמוגעלט א זרוע אין שיאסל'ס טאש
חינוך האט געזיגט!

פערלשטיין האט געשריבן:
הארי אויב לייגסטו צו נאך איין קאפיטל איי עם פולי יארס...
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אושפיזין האט געשריבן:
פערלשטיין האט געשריבן:
הארי אויב לייגסטו צו נאך איין קאפיטל איי עם פולי יארס...
פלארי לאך דיך אויס. שפיזי האט מיר געזאגט אין אישי אז ער גייט סייווי שטימען פאר דיר....
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

חחחחח… פיינע נייעס…

ראש הקהל? נע…
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5138
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה אזעלכע דמיונות מיט צוגאכאפעטצער און אנטלויפעכצער
מיט פאמפקינס און אינגעלייט מיט וואלקי טאלקי’ס און יו עס בי"ס
איים טעלינג יו יו אר עמעיזינג
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17442
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הארי פלארי האט געשריבן:

ווי פארשטענדליך, פונקט ווי אלע חלומות וואס מען וועקט זיך אויף אינמיטן בלייבן א מיסטעריע.

אז איך ווער ראש הקהל וועט די מיסטעריע ווערן געלייזט,

מ'ביי!
כאמוירע כ'וועל מוזן וועלן א צווייטן.. מ'ברויך מיר נאך אזוינע מיסטעריע'ס...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

דיין כח הדמיון איז ריזיג! (זעהט אויס אז מקען דיך פארהערן אלע זיבן הונדערט פעידזשעס בוקס...) שרייבסט איינס אין די וועלט! פליז ענדיג עס.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

צודרייט גוט!!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

צוקאש איז נישט דאס ווארט.
וואס יא..... אה... איך האב שוין, דו ביסט א פאמפקין...
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

די חלומסט בשעת די ביסט אויף??? חלום ווייטער מיר האבן הנאה
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

משוגענער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15893
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צודרייטער משוגער קוקו דעלוקו.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

א דאקטאר האט איינער ASAP? א ראש הקהל וויל ער מיר ווערן...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מייסטער ארבעט! הארי פלארי אין זיינע ריכטיגע קאלירן, א שטיק טאלאנט צו מאכן מענטשן הנאה האבן.

א עכטע WOW. שכוח הארי!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4210
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שיגענער דו! קומצעך דיר א פאמפקין אין שטערן..
זע אונז נישט צו לאזן מיט די מיסטעריעס.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע:ערגעץ ווי

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

יוי ביסטו קוקו!!!... פיינע צייטן דעיס!!!!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
'סאפיטאקאוקראקי!' איט איז!
קלאר אזוי! סמיינטעס?.... טענקס
enjoy האט געשריבן:
שיגענער די!!
דו אויך! טענקס
שרויפל האט געשריבן:
יאלא!
דיבלאזיא כמיין הארי פאר ראשעקאל....

(ווי קען איך באקומען א בעדזש?)
ביי די קארנער, גיי נעם! טענקס
שטומפיג האט געשריבן:

דו ביסט פיינע נייעס, און דו גייסט זיין א פיינע ראשעקאל!
קלאר אזוי, טענקס
איל משולש האט געשריבן:
איך קען בעסער. . .
הא?
פערלשטיין האט געשריבן:
דער האט זיך אויפגעריסן לייק נאו טומאראו
הארי אויב לייגסטו צו נאך איין קאפיטל איי עם פולי יארס...
גיימער בעזר השם בקרוב, דער עיקר איז דו זאלסט זיין פולי פארן געוואונער
אושפיזין האט געשריבן:
יו דער איז ביטער צוקאש

אריינגעשמוגעלט א זרוע אין שיאסל'ס טאש
טענקס, מיינסט ס'איז א דשאוק... זרוע'ס העלפן,
יצחק אייזיק האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
פערלשטיין האט געשריבן:
הארי אויב לייגסטו צו נאך איין קאפיטל איי עם פולי יארס...
פלארי לאך דיך אויס. שפיזי האט מיר געזאגט אין אישי אז ער גייט סייווי שטימען פאר דיר....
זיכער אזוי, ווער דען נישט?
ניינער האט געשריבן:
חחחחח… פיינע נייעס…

ראש הקהל? נע…
טענקס... מ'האמער שוין גערעדט...
האסטו וועסטו האט געשריבן:
וואה אזעלכע דמיונות מיט צוגאכאפעטצער און אנטלויפעכצער
מיט פאמפקינס און אינגעלייט מיט וואלקי טאלקי’ס און יו עס בי"ס
איים טעלינג יו יו אר עמעיזינג
שכח, ס'איז א עכטע מעשה!
אוראייניקל האט געשריבן:
הארי פלארי האט געשריבן:

ווי פארשטענדליך, פונקט ווי אלע חלומות וואס מען וועקט זיך אויף אינמיטן בלייבן א מיסטעריע.

אז איך ווער ראש הקהל וועט די מיסטעריע ווערן געלייזט,

מ'ביי!
כאמוירע כ'וועל מוזן וועלן א צווייטן.. מ'ברויך מיר נאך אזוינע מיסטעריע'ס...
ניין! טו עס נישט! מ'העט מאכן ווייטער מיסטעריעס
מיליטאנט האט געשריבן:
דיין כח הדמיון איז ריזיג! (זעהט אויס אז מקען דיך פארהערן אלע זיבן הונדערט פעידזשעס בוקס...) שרייבסט איינס אין די וועלט! פליז ענדיג עס.
שכח, כ'קען כמעט אלע אויסנווייניג
באקסער בוים האט געשריבן:
צודרייט גוט!!
יישר כח
א נייער האט געשריבן:
צוקאש איז נישט דאס ווארט.
וואס יא..... אה... איך האב שוין, דו ביסט א פאמפקין...
א מין ווארט דאס.... יישר כח
א נייניקל האט געשריבן:
די חלומסט בשעת די ביסט אויף??? חלום ווייטער מיר האבן הנאה
ניין מ'שרייבט עס אפ בשעתן שלאפן, עניוועיס שכח
דער יעניגער האט געשריבן:
משוגענער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
יוי.... כ'האמער געהעריג דערשראקן, שכח
יאנאש האט געשריבן:
צודרייטער משוגער קוקו דעלוקו.
כידוע דעם מנהל'ס איידעלע שפראך.... יישר כח
דרייטצעך האט געשריבן:
א דאקטאר האט איינער ASAP? א ראש הקהל וויל ער מיר ווערן...
ווילעך דען? דער עולם וויל, שכח
עכט היימיש האט געשריבן:
מייסטער ארבעט! הארי פלארי אין זיינע ריכטיגע קאלירן, א שטיק טאלאנט צו מאכן מענטשן הנאה האבן.

א עכטע WOW. שכוח הארי!
יישר כח הרב עכט היימיש פארן דורכליינען, אבזערווירן, קאמפלימענטירן, מיינע ווערק
היסטאריש האט געשריבן:
שיגענער דו! קומצעך דיר א פאמפקין אין שטערן..
זע אונז נישט צו לאזן מיט די מיסטעריעס.
שכח
חנן האט געשריבן:
יוי ביסטו קוקו!!!... פיינע צייטן דעיס!!!!
יישר כח

ואחרון הכביר וויל איך אפעלירן צו יעדן וואס ליינט מיינע ארטיקלען אין האט הנאה, זאל ביטע אריינקומען שטימען פאר 'הארי פלארי' פאר ראש הקהל

יישר כח
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע קעיק - דער פאמפקין דעצידירט - שפאנענדע מיסטעריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

הארי פלארי האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
איך קען בעסער. . .
הא?
יישר כח
כ'על מסביר זיין מיט א משל. ס'געווען אמאל א ראש הקהל ער האט געהייסן מאשקע. דער מאשקע איז געווען ראשעקאל... עכ''פ, דער משל איז דאך באקאנט. און די נמשל איז מובן מאליו... לענינינו, הארי לויפט פאר רשע קהל, און צו געוואונען שלעפט ער די אטענציע פון יעדעם צו זיין מיסטעריעזע ערשיינונג. איז לאמיר אייך אלע אויסקלארן דאס בילד.
נ.ב. ס'איז די לעצטע קאפיטל פון די בוק. אויב דו האסט ליב צו ווארטן אויף די ענדע מיט אנגעצויגנקייט, דאן ווארט הארי זאל שרייבן די גאנצע. -קענסט ווארטן...- אויב דו קוקסט אייביג גלייך אין די בעק, דאן איז דאס דיין געלעגנהייט.
די מעשה אין קורצן איז אזוי. תנחום ארבעט פאר די NSA. ער האט געהאט באהאלטן אין די קעיק סודות צו איבער געבן פאר א געוויסע געהיימע אגענט אין פארעם פון א USB. פילע אגענטן פון אלע רעגירונגס אגענטורן זענען געקומען צו לויפן זיכער מאכן אז ס'קומט נישט אן צו נישט ריכטיגע הענט. צוליב דעם איז דער שמש געזיצן מיט די FBI. און אויפן צעטל וואס דער אינגערמאן האט אראפגעלייגט איז געשטאנען אזוי. טאני, נעם די קעיק צו נארטוואסער. און דער ספאניאלא האט טאקע געטון דאס וואס דער צעטל האט געהייסן.

וואטעווער, כ'האב נישט יעצט קיין נערוון... מעיבי קענסטו יא בעסער...
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”