Re: אלע מיני שאלות ארום קארס וואס איר טרעפט נישט קיין אשכול פאר עס
איך האב געקויפט פאר צוויי יאר צוריק א נייע פראמעסטער רעם פון די קרייסלער קאמפאני, נאך א צייט האב איך געזעהן א פראבלעם אז ביי א שטארקע רעגן רעגנט אריין דארט, איך בין צוריקגעגאנגען צו זיי, און נאך א טאג צוויי האבן זיי געזאגט אז עס איז געווארן געפיקסעד, למעשה ביי די קומענדיגע שטארקע רעגן איז געווען די זעלבע פראבלעם, און אזוי ווייטער שוין צען מאל צום גוטן, איך האב שוין פראבירט צו רופן די קרייסלער העדקווארטערעס און זיי האבן זיך ווייניגע געקימערט מיט מיר, מיט אלע מיני תירוצים משונים, אפילו די רענטאל טעג וואס זיי האבן ביים זעקסטען מאל אנגעהויבן זאגן אז זיי גייען באצאלן ווילן זיי נאר געבן 60 דאלאר א טאג, כאטש עס קאסט דאפלט, און אויך נאר פאר די לעצטע צוויי מאל, אויך מיט אלע נארישע תירוצים, און אזוי די פראבלעם איז נאכנישט געענדיגט זאגן זיי מען זאל קודם זעהן ווען עס ענדיגט זיך, פארשטייט זיך האבן זיי נאך גארנישט געצאלט, איך האב פראבירט צו זיך פארבינדן מיט א לעמאן קאר לויער, האב איך געהערט אז די לעמאן געזעץ איז נאר פאר פריוואטע קארס נישט קאמערשעל...
אויב איינער האט א געדאנק, צו עס לוינט מיר צו אויפנעמען א לויער וכו', זאל מיר ענטעפערן, ולמצוה גדולה יחשב