ס'קען אבער זיין אנדערע זאך, ווי למשל א לויזע שרויף אין די מאטאר וכדו'
א מיספייער גאר אין קורצן איז אםםם.. לאמיר גיין אזוי, די קאר האט אפאר סילענדערס (v4 v6 v8) וואס ווערן געטריבן דורך א ספארק -א קליינע עקספלאושן וואס די ענדזשן מאכט, יעדע סילענדער האט אן עקסטערע קאמער ווי די ספארק געשענט און ס'האט א פינקטליכע צייט "א געוויסע רגע" ווען די ספעציפישע אויפרייס דארף געשען, און ארדער די קאר זאל קענען פארן נארמאל.
אויב איין ספארק פלאג ארבעט נישט גוט ווייל ס'איז שמיציג אדער אלט, אדער ס'קומט אריין אין די קאמער מער אדער ווייניגער געז אדער לופט וויפיל ס'דארף, ווערט די פייער אמאל צי פרי און אמאל צי שפעט און אמאל בכלל נישט און דאס מאכט אז די קאר זאל טאנצן, צומאל דארף מען עס פארעכטן און צומאל האט זיך עס פונקט געמאכט צוליב ביליגע געז אדער עפעס ענדליך און מ'קען זיך פארלאזן אז ס'גייט מער נישט געשען, און דאס דארף א מעקעניק קענען ענפערן.
דאס איז די ריזאלטס. מאכט סענס?
1000143574_11zon.jpg
דא שטייט אז די פראבלעם איז געווען די fuel pump וואס ברענגט די געז פון די טאנק צום ענדזשין די קאוד וואס ער שרייבט איז אבער פון א טרענסמישן פראבלעם, סאו איך כאפ נישט פונקטליך וואס איז טאקע געווען, די עיקר איז אז ער האט עס געקענט טרעפן און פארעכטן
ווען די קאר גייט צוריק דארף די רעדלעך נאך זיין און א ניצבארע קאנדישן, סאו מאך די חשבון וויפיל די געניצטע רעדלעך קענען נאך גיין און וויפיל דו פלאנסט צו פארן אין די זעקס חדשים, און זע אויב דו קענסט גיין מיט געניצטע רעדלעך