א מ ר האט געשריבן: וועלכע רייע ?
גייענדיג פון די געיט קומט אויס אויס ממש די לעצטע רייע
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
בשבילי נברא האט געשריבן:א מ ר האט געשריבן: וועלכע רייע ?
ס'איז שווער צו פונקטליך מסביר זיין ווי זיין ציון איז, אבער ס'איז נישט אנהייב, נאר היפש טיף אריין, און מ'דארף זיך אריינדרייען צו אפאר פון די געסעלעך אינעם בית החיים עס צו טרעפן.
ער ליגט אבער גלייך ביים אנהייב פון דעם געסעלע/וועגעלע וואס לויפט דארט דורך ביי די (ווינע?) חלקה, און ווען מען פארט עס דורך זעהט מען גלייך זיין מצבה.
און גלייך נעבן אים איז אויך מקום מנוחת ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל און ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ"ל און נאך רבנים, וואס די אלע מציבות זענען גאנץ הויעך און מערקבאר.
חמרא טבא האט געשריבן: לימינו רבי בנימין וואלף סופר ראב״ד פעסט הנקרא הרב מטשוז
קיקיון האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן: לימינו רבי בנימין וואלף סופר ראב״ד פעסט הנקרא הרב מטשוז
2 ראב"ד פעסט בבת אחת?
ראש הקהל האט געשריבן: וויבאלד ס'איז יעצט ארויפגעשווימען דער אשכול פון רבי שלמה ברוך שמאלהויזען מפעסט ז"ל, און ס'איז דא א בילד פון איהם דארט, טראכט איך אויב צום רעכטס פון רבי יונתן ז"ל איז הרב שמאלהויזען ז"ל?
חמרא טבא האט געשריבן: רבינו יציב איר האט א בילד פון דעם פראנקל? צו מיר קוקט עס אויס ווי פרוידיגער (ראה מצורף)
farshlufen האט געשריבן: ר' יציב, דיין בילד האט אן אנדערע נאז און אנדערע בארד.
שאץ מאץ האט געשריבן: א איד האט מיר פארציילט, ווען ער איז געוועהן א קינד, איז ער אהער געקומען וואוינען פון א"י, ער איז אבער געוועהן זייער ווילד און צולאזט, זיין טאטע איז געוועהן אביסל א יעקישע איד, האט ער זיך באזעצט אין די ווינע שול, פארציילט דער איד, אז איינמאל חוה"מ סוכות איז ער ארום געלאפן אין ביהמ"ד מיט גרויס ציווילדעוועטקייט ר' יונתן איז געוועהן אין ביהמ"ד האט ער אים אנגעכאפט ביי די האנט און ארויף געפירט צום ארון קודש (ווער עס געדענקט די ווינע שול באפאר די מלוכה פונעם איציטגן רב שליט"א ווייסט אז דער ארון קודש איז געוועהן אסאך העכער ווייל די פלאר פון ביהמ"ד איז געוועהן שיף)
ער האט אים געצייגט דעם ארום קודש, זאגנדיג מיט א שיינע שפראך, מיין קינד, דא איז א ארון קודש מיט א ס"ת, דא טאר מען נישט ארום לויפן, און אזוי האט ער אים אנגעכאפט די האנט און געשמיסט ווארעם,
(המשך יבא)