שטארק זיך האט געשריבן:קורצע שטריכן לדמותה של הרבנית מרת יהודית ע"ה אחותו של מהר"י שטייף
יוסלמאן דערמאנט אגב'דיג דעם ר' יונתן'ס שוועסטער ע"ה, עס איז נישט אזוי באקאנט, אבער זי איז געווען גאר אן ערהאבענע פערזענליכקייט.
היות זי האט נישט זוכה געווען צו זש"ק וועל איך שרייבן איינצעלנע שטריכן איבער איר וואס איך האב געהערט ממקור מהימן.
זי האט געהייסן י-הודית, מען האט איר גערופען 'טאנטע יודיט', זי איז געווען א ריכטיגע צדקניות און איז געווען שטארק געאכטעט ביי די אויבערלענדישע אידן.
אויף דער עלטער, ווען זי איז שוין נעבעך געווען אן אלמנה פלעגט זי אויפן זומער ארויספאהרן קיין נייטרא מט. קיסקא, אינאיינעם מיט'ן ברודער וועלכער האט ווי באקאנט געוויילט עטליכע זומערס דארט.
אט איז וואס עס האט דערציילט די רעביצין מאיער ע"ה, א"ח פון הגאון ר' יצחק זאב מאיער ז"ל: איינמאל ווען די טאנטע יודיט איז געשטאנען אין א הויף און געשמועסט מיט מיט איר ברודער רבי יונתן, האט זיך רבי מיכאל בער ז"ל, וועלכער איז פונקט פארביי געגאנגען, אנגערופן: אט אזוי האבן אויסגעזען אדם וחוה פאר'ן חטא.
דערציילט א איד וועלעכער פלעג פון צייט צו צייט ארויף גיין צו איר,דאכט זיך, מיט די ב"ב, האט ער איינמאל באמערקט אויפ'ן טיש עטליכע אפענע ספרים, און נעבן יעדן ספר א
ברענעדיגע לעכטל, האט ער איר געפרעגט דערויף, האט זי געענטפערט:
מיין ג-ט זעליגער מאן, ווען עס איז געפאלען א יארצייט פון א גדול בישראל האט געלערנט אין זייערע ספרים, אבער איש בין דאך א פשוט'ע אידענע קען איש דאך ניכט לערנען, עפען איש אוף די ספרים און צינד א לעכטל...
אט דאס איז געווען א פארצייטישע אידענע.
ותהא נשמתה צרורה בצרור החיים.
ווער איז געווען איר מאן?