עטליכע כלים וואס איך האב ארויסגעשלעפט פון צווישן די שטיינער, נישט עפעס ספעציעל, איך האב דאס שיין אויסגעשטעלט, און געלאזט ווערן א חלק פון די נאטור.
גאר אינטערעסאנט! ווי קומען אן אזוינע גרויסע כלים צווישן די שטיינערנע ווענט?
געוועהן איז דאס אין סאמע ברען פון די ציווילע קריעג טעילאר העסס א דייטשער אפשטאמיגער האט געהאלטן אינמיטען פארן מיט זיין קאראוואן וואגען, אויפן וועג צום שמיד, צו פארעכטן עטליכע פעלד כלים, און פלוצלינג און קיין שום ווארענונג איז ער פאטאל דערשאסן געווארן, דער פערד זיינע הערנדיג די שאס, האט ער א שפרינג געגעבן, און אלע כלים זענען זיך צופלויגען ביזן פרישען גדר וואס האט אפגעטיילט די שטראז פונעם ווייץ פעלד,
150 יאר שפעטער הארזים שפאצירט אין וואלד, פון די שטראז איז שוין נישט דא קיין זכר, אבער...
אקיצור איך ווייס נישט, עס איז געוועהן דארט סימנים פון א הויז.
געמיינט האב איך בעיקר צו פרעגן ווי קענען זיך אויסבאהאלטן אין א שטיינערנעם וואנט אזוינע גרויסע כלים?
עטליכע זענען געוועהן ציקוועטש דארטן איך האב דאס מסדר געוועהן, און די אנדערע זענען געוועהן אין א גל של אבנים מחובר צו די שטיינער, אויף די בילד פון די כלים, זעסטו נישט אלע כלים.