אין קרית יואל הבירה ווען מען האט געבויעט איינע פון די ישיבה גדולה בינינים האבן מיר מיט געהאלטן, ווי מען שלעפט ארויס פון טיף אין די ערד גאנצעטע אזעלכע, ווענט, צוזאם געשטעלט פון אזעלכע לאנגע העלצער, מיט לאנגע נעגל. מיין איך אז קומט אויכעט פון דארטן.
דאס האב איך קיינמאל נישט געזעהן זיי מער מסביר וואס דארט איז געוועהן.
אזעלכע לאנגע 4X4 ארויפגעלייגט איינס אויפן צווייטן ביז עס ווערט א הויכע וואנט, עס האלט זיך צוזאם דורך אזוינע לאנגע נעגל,(געדענק מיר ווי איך האב מיר געוואונדערט, מילא די האלץ אבער פון ווי האבן זיי געשאפט די לאנגע דיקע נעגל...
זוכט אויף גוגל "dry stone wall", וועט איר טרעפן אסאך אינפארמאציע אויף די שטיינערנע ווענט. עס איז דא א בוך פון איינעם וואס האט געמאכט ריסיערטש אויף די נושא "Sermons in Stone: The Stone Walls of New England and New York".
זוכט אויף גוגל "dry stone wall", וועט איר טרעפן אסאך אינפארמאציע אויף די שטיינערנע ווענט. עס איז דא א בוך פון איינעם וואס האט געמאכט ריסיערטש אויף די נושא "Sermons in Stone: The Stone Walls of New England and New York".
אז די קוקסט שוין יא דארטן געב א קוק: green mountain metal detecting, brad martin ער גייט ארום מיט א מעטאל דעטעקטאר אין פראפערטיס אין "ווערמאנט" מיט רשות, און לויט אלטע מאפעס זיכט ער ארום פאר חפצים וכדומה, עס איז זייער אינטערסאנט, און פול מיט וויסענשאפט ארום די נושא פון די שטיינערנע ווענט, און הייזער, ווי אויך איז ער מסביר יעדע זאך וואס ער טרעפט, וואס דאס איז, ווי אויך ווייזט ער פול מיני וואלד געוויקסען וואס דאס איז, און נאך, אז איינער קען אהער שטעלן פון זיינע סחורה, גלייב איך דער עולם וואלט הנאה געהאט.
אינטערסאנט צו באמערקן אז קרית יואל איז פון אנפאנג געבויעט געווארן לויט די שטחים פון די אלטע שטיינערע ווענט. איין אזא וואנט הייבט זיך אן ממש ביים רוט 17 אין סעקשאן 1 צווישן קוויקוועי און סטראפקאב, די וואנט לויפט לענגאויס קוויקוועי, די פארקינג לאט צווישן הוניאד ביהמ"ד און די רויטע בילדונג וואס איז 24 קוויקוועי (היינט רימענאוו) האט זיך אפגעהאקט ווייל דארט איז דורכגעלאפן די וואנט, ארויפצו ביי ווען ביורען פלעגט זיין א דעד-ענד ווייל דארט איז ווייטער געלאפן די וואנט. דארט האט זיך די שטעטל געענדיגט ווייל דארט איז דורך געלאפן א שטיינערנע וואנט אויף האריזענטאל זייט וואס איז געלאפן צווישן די היינטיגע אפטא און ווען ביורען, די ווען ביורען גאס איז טאקע געלאפן פאראלעל מיט די וואנט אבער שוין אויף די אנדערע זייט. די וואנט אין בעק פון די רויטע הייזער (24-26 קוויקועי) איז ווייטער געלאפן ביי די דעד-ענד פון איהעל (איך רעד פון די ערשטע דעד-ענד נאך פאר מ'האט געבויעט די הויז פאר'ן ברך משה וואס דעיס איז שוין די אנדערע זייט וואנט) דערנאך לויפט די וואנט ווייטער ארויף דעם בארג ביי די (געוועזענע) דעד-ענד פון פילמער און פון טעילאר און דערנאך ווייטער אויף סאטמאר דר. אין בעק פון די הייזער (די ת"ת בית מרדכי און די מארקאוויטש בילדונג און די מצה בעקערי בילדונג לויפן פאראלעל אבער שוין אויף די אנדערע זייט וואנט) און דערנאך קראסט די וואנט אריבער עיקערס רד. ארויף אויף די רעכטע זייט פון ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש'ס לאט (וואס אגב מיט בערך 30 יאר צוריק האט ער גענומען אפאר נישט אידישע ארבייטערס וואס האבן עס שטייטערהייט צונומען און עס שיין צוריקגעלייגט באפעסטיגט מיט צעמענט און דעמאלט האט מען אויך צוגעלייגט די שטיקל וואס דרייט זיך איין אויף די זייט פון די ראוד אז עס זאל זיין ווי א געיט פאר זיין לאט, דעי שטיקל איז אבער לכתחילה נישט געווען).
אין אפסטעיט לויפט אלעס מער ווייניגער ביז היינט מיט די שטיינער, קוק אינדרויסען פון קרית יואל, אלע שטחים לויפן מיט די שטיינער, אפילו די ראודס לויפן דערויף, קוק נאך קול אריה ישיבה, די ראודס דארטן לויפן צווישען שטיינער פון ביידע זייטן, איבעראל ווי מעל האט דאס נאכנישט געריקט לויפט די ראודס און שטחים דערמיט,
שמעתי אמאל בשם עקספערטן אז עס זיינען פארהאן 5 סארט פון די שטיינערנע ווענט, יעדע לויט די ציהל פון זיין באניץ; א גדר צו היטן בהמות, א גרעניץ צווישן שכנים, אא"וו.
שמעתי אמאל בשם עקספערטן אז עס זיינען פארהאן 5 סארט פון די שטיינערנע ווענט, יעדע לויט די ציהל פון זיין באניץ; א גדר צו היטן בהמות, א גרעניץ צווישן שכנים, אא"וו.
פאר וועלכע סיבה בעולם טוט מען ארומצירקולירן לאט ליניעס פון עפעס אומציווילזירטע פאנאטישע פארמערס פון הונדערטע יארן צירוק. סשטומט פשוט נישט לאגיש. אפשר איז'עס פארבאטן ביי די אויטאריטעטן?
פאר וועלכע סיבה בעולם טוט מען ארומצירקולירן לאט ליניעס פון עפעס אומציווילזירטע פאנאטישע פארמערס פון הונדערטע יארן צירוק. סשטומט פשוט נישט לאגיש. אפשר איז'עס פארבאטן ביי די אויטאריטעטן?
פשוט ווען דער עולם איז געקומען זיך באזעצן דא האט מען געטיילט שטחים אז דער עולם זאל דאס באזעצן און יעדער האט זיך ארומגענומען זיין שטח, ביז היינט לויפט עס אזוי. פארשטייט זיך אז איינער האט ביידע שטחים קען ער עס עפענען אבער די אלטע שטחים מאפעס זענען אויסגעשטעלט דערמיט, און מען צייכנט עס נאך היינט.
גם אני בחלומי קען שטיין און באטראכטן דיזע שטיינערנע ווענט טראכטענדיג כל מיני דמיונות דערביי...
גם אני בהקיצי.....
איך פלעג טראכטן אז מן הסתם איז עס נאך פון די עשרת השבטים.... אדער נאך פון די עבדי שלמה וואס זענען דא געקומען פון די גאלד...
אגב איז גוט צו אכט געבן, ביי די שטיינער נעסטעוועט זיך אסאך די גארטען שלענג וכדומה, מאכט אייך נישט צו באקוועם דערויף, איך האב שוין כמה פעמים דער'ממית'ט שלענג וואס האבן מיר געקומען באזיכן ביי די שטיינער....