עשרת ימי תשובה
רבי נהוראי האט געזאגט פארוואס האט דער אויבערשטער געגעבען פאר די אידן דער מעגליכקייט תשובה צו טוהן אין די צעהן טעג צווישען ראש השנה אין יום כיפור? איז דער תירוץ, צוליב די צעהן נסיונות וואס דער אויבערשטער האט געפרובט אברהם אבינו און ער איז זיי אלע בייגעשטאנען.
רבי אבא זאגט: צוליב דער ליבשאפט פון דעם אויבערשטען צו יעקב אבינו וואס ער האט אפגעשייט מעשר (א צעהנטל) פון אלע זיינע פארמעגענס ווי דער פסוק זאגט "וכל אשר תתן לי עשר אעשרנו לך" (יעקב אבינו האט געזאגט פאר דעם אויבערשטער אלעס וואס די וועסט מיר געבען וועל איך געבען א צעהנטל פאר דיר).
(פסיקתא, יד יוסף, וילך)
די עשרת ימי תשובה זענען געגעבן געווארען צו די אידן אלס שכר פאר די עשרת הדיברות וואס די אידן האבען געהערט אויפ'ן בארג סיני אויב די אידן וועלן תשובה טוהן פון ראש השנה ביז יום כיפור וועט דער אויבערשטער אהנעמען זייער תשובה מיט ליבשאפט אין דער זכות וואס זיי האבען מקבל געוועהן די עשרת הדיברות אויף די בארג סיני.
(תנא דבי אליהו, חלק ב', פרק כ"ב)
דער גרויסער כח התשובה:
מנשה בן חזקיהו מלך יהודה: איז געוועהן א גרויסער רשע, דאס מיליטער פון אשור האט מיט איהם מלחמה געהאלטען, און ווען זיי האבען איהם געפאנגען האבען זיי איהם אריינגעלייגט אין א געלעכערטע כלי פון קופער, און אהנגעצינדען א פייער אינטער די כלי.
זעהנדיג זיין גרויסער צרה, האט מנשה זיך גענימען שרייען צו זיינע אפגעטער זיי זאלען איהם העלפן, אזוי ווי ער האט געזעהן אז זיינע אפגעטער העלפן איהם נישט, האט מנשה אויסגעריפען: "מיין פאטער (חזקיהו מלך יהודה) האט מיט מיר געלערנט דעם פסוק(דברים ד', ל') "בצר לך ומצאוך כל הדברים האלה באחרית הימים ושבת עד ה' אלקיך" ווען עס וועט דיר זיין ענק און עס וועט דיך טרעפן די אלע זאכען (צרות ח"ו) זאלסטו זיך צירוק קערען צום אויבערשטען (דאס מיינט תשובה טוהן).
אזוי האט מנשה זיך גענימען מתפלל זיין און בעהטען ביים אויבערשטען, אבער די מלאכי השרת די הייליגע מלאכים האבען פארשפארט די הימלען כדי מנשה'ס תפילה זאל נישט קענען ארויפקימען פאר דעם אויבערשטען, די מלאכים האבען גע'טענה'ט: רבון העולמים! א מענטש וואס האט אוועק געשטעלט א צלם אין דיין היכל אין דעם הייליגען בית המקדש איז דען דא פאר איהם א תשובה?
האט דער אויבערטשער זיי גענטפערט: "אויב איך וועל נישט אהנעמען מנשה'ס תשובה וועט דאך די טויער פון תשובה זיין פארמאכט פאר אלע בעלי תשובה און דער אויבערשטער האט אהנגענימען מנשה'ס תשובה.
(סנהדרין דף ק"א)
אחאב מלך ישראל:
דעם גרויסען כח התשובה קען מען זעהן פין אחאב מלך ישראל. דער קעניג אחאב האט געטוהן זעהר אסאך עבירות, ער האט גע'גזל'ט, געגלוסט, און גע'הרג'ט אסאך מענטשען, אבער צום סוף איז ער געווארען א בעל תשובה. עער האט געשיקט ריפען יהושפט מלך יהודה און איהם געבעהטען ער זאל מיט איהם תשובה טוהן, יהושפט האט איהם געגעבן 40 שמיץ (מלקות) יעדן טאג און אחאב האט געפאסט און מתפלל געוועהן צום אויבערשטען געלערנט תורה דאס רעשט פון זיין לעבן און זיך מער נישט צירוק געקערט צו זיינע שלעכטע מעשים.
דער אויבערשטער האט טאקע אהנגענימען זיין תשובה ווי מיר געפינען אין פסוק "יען כי נכנע לפני לא אבו הרעה בימיו" ווייל ער האט תשובה געטוהן וועל איך נישט ברענגען די שלעכטץ אין זיינע טעג.
רבי שמעון בן לקיש: האט פארברענגט זיינע יונגע יארען צווישען רויבערס, און איז געגאנגן אין זייערע וועגען ביז ער איז אפילו געווארען א הויפט פין די רויבערס, צום סוף האט דער אמורא רבי יוחנן איהם מחזיר בתשובה געוועהן און ריש לקיש האט אפילו חתונה געהאט מיט רבי יוחנן'ס שוועסטער, און ריש לקיש איז געווארען איינער פון די גרעסטער אמוראים.
אין דעם זעלבן טאג וואס ריש לקיש איז נסתלק געווארען זענען אויך געשטארבען צוויי פין זיינע אמאהליגע פריינד די רויבערס, ווען זיי זענען ארויפגעקימען צום בית דין של מעלה האבען זיי געזעהן ווי מ'פירט אריין ריש לקיש אין גן עדן, און זיי די רויבערס האט מען פאר'משפט צו גיין אין גיהנם, האבען זיי זיך גענימען טענה'ן פאר'ן בית דין של מעלה פארוואס ריש לקיש וואס איז געוועהן אונזער חבר האסטו געגעבן גן עדן, און אונז גיהנם? האט דער אויבערשטער גענטפערט ריש לקיש האט תשובה געטוהן ביי זיין לעבן, אבער איהר האט נישט תשובה געטוהן.
האבען זיי גע'טענה'ט לאז אונז יעצט תשובה טוהן, האט דער אובערשטער גענטפערט, תשובה קען מען נאר טוהן ביים לעבן, נאך דעם וואס א מענטש שטארבט קען מען מער נישט תשובה טוהן. דאס איז געגליכען צו א מענטש וואס פארט מיט א שיף אויפ'ן ים אויב וועט ער זיך מיט נעמען ברויט און וואסער וועט ער האבען וואס צו עסען אויפ'ן וועג, אויב אבער ער וועט נישט מיט נעמען צו עסען אויפ'ן גרויסען ים וועט ער גארנישט האבען צו עסען אזוי אויך א מענטש וואס גייט אין מדבר אויב וועט ער נישט מיטנעמען צו עסען וועט ער הונגערען.
דאס זעלבע איז מיט תשובה, אויב א מענטש טוט נישט תשובה ביי זיין לעבען, קען ער מער נישט תשובה טוהן נאכ'ן שטארבען.
יוסף משיתא:
איינער פון די גרעסטער בעלי תשובה ביי אידן איז געוועהן יוסף משיתא. דער דאזיגע יוסף משיתא איז געוועהן פון די גרעסטער רשעים און די תקופה פון בית המקדש. בשעת דעם חורבן הבית, האט יוסף משיתא זיך באהאפטען מיט די שונאי ישראל, די רוימער, און זיי געהאלפען חרוב מאכען די בית המקדש.
די רוימער האבען אבער מורא געהאט אריינצוגיין אין בית המקדש צו, צונעמען די כלים, האבען זיי געזאגט זאל איינער פין די אידן אריין גיין צום ערשט און בית המקדש און ארויס נעמען די כלים.
זיי האבען אויסגעקליבען יוסף משיתא פאר דעם דאזיגען רשות'דיגע אקט. יוסף משיתא איז אריין אין היכל און ער האט ארויס געברענגט די גאלדענע מנורה און דאס איבער געגעבן פאר די רוימער א מינוט שפעטער האט ער אבער חרטה געהאט אויף דעם געפערליכע עבירה וואס ער האט געטוהן.
די רשעים האבען אבער נישט געוואלט נעמען די מנורה זאגנדיג אז זיי האבען נישט קיין שום ניצן פון דעם מנורה. דעריבער האבען די רשעים געהייסען יוסף משיתא זאל נאך אמאהל אריין גיין און ארויס ברענגען די כלים וואס זיי קענען יא ניצן.
יוסף משיתא האט אבער נישט געוואלט אריין גיין מער אין בית המקדש. די רשעים האבען איהם צו געזאגט פארשידענע פריוועליגיעס ווי למשל זיי וועלען איהם באפרייען פון שטייערען אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט אריין גיין אין בית המקדש ער האט געזאגט "נישט גענוג איך האב דערצערנט מיין באשעפער איינמאהל זאל איך איהם דערצערענן נאכאמאהל?"
וואס האבען די רומיים געטוהן? זיי האבען איהם אוועקגעזעצט אויף א בארג און געלעכערט זיין פלייש מיט נעגל אזוי ווי מ'האקט אריין נעגל אין א האלץ צוליב די גרויסער יסורים האט יוסף משיתא געשריגען "וויי וויי אוי! אוי! איך האב דאך אזויפיהל דערצערנט מיין באשעפער"!
זאגען אונז די חז"ל "אז פאר יוסף משיתא האט זיך געפענט די טויערען פון תשובה און זיין נשמה איז ארויף געקימען אין הימל א געלייטערטע".
(בראשית רבה)
דער אמורא ר' ביבי בר אביי האט געזאגט: ווי אזוי דארף א מענטש זאגען ווידוי ערב יום כיפור? ער זאל זאגען: מודה אני איך בין מודה מיט אלעם וואס איך האב געטוהן, איך בין געגאנגען אין שלעכטען וועג. וואס איך האב געטוהן וועל איך מער נישט טוהן זאל זיין דער ווילען פון פאר דיר ג-ט אז די זאלסט מיר מוחל זיין אויף אלע מיינע עבירות און פארגעבן אלע מיינע זינד.
אויף דעם זאגט דער נביא "יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו וישוב אל ה' וירחמיהו ואל אלקינו כי ירבה לסלוח".
דער ראדאשיצער רבי, ר' ישכר דוב זצ"ל איז אמאהל אריינגעקימען מיט א געוויין צו זיין רבי'ן דער הייליגע חוזה מלובלין און האט אויס געריפען:
"הייליגע רבי ווייזט מיר א וועג תשובה צו טוהן!"
האט דער חוזה איהם געפרעגט: "אויף וואסערע עבירות ווילסטו א תשובה?"
האט דער ראדאשיצער גענטפערט איך בין אזוי זינדיג אז איך ווייס אפילו נישט אויסצורעכענען אלע מיינע חטאים.
האט דער חוזה געענטפערט:
אויב אזוי זענען מיר דאך ביידע אויף איין מדרגה, איז לאמיר אויב אזוי ביידע צוזאמען תשובה טוהן.
בין אדם לחבירו:
די חז"ל דערציילען אונז א מעשה מיט ר' אבא וואס איז געזעצן אין טויער פון לוד, און געזעהן ווי א מענטש קומט מיד פון וועג, גייט אריין אין א חורבה זעצט זיך נעבען א שאקעלדיגע וואנט און איז איינגעשלאפען, ר' אבא האט געקוקט אויף דעם מענטש און פלוצלונג באמערקט ר'אבא ווי א שלאנג קריכט ארויס פון זיין בעהאלטעניש און גייט צו, צו דעם איינגעשלאפענעם מענטש און וויל איהם בייסן, פלוצלונג איז געקימען א צווייטע חי' און האט גע'הרג'ט דעם שלאנג.
ווען דער מענטש איז אויפגעשאנען און געזעהן די טויטע שלאנג לעבן איהם האט ער זיך אויפגעשטעלט צון גיין ווייטער ווי באלט ער איז נאר אוועק איז די שוואכע וואנט באלט איינגעפאלן פונקט אויף דעם זעלבן ארט ווי דער מענטש האט זיך געהאט אראפ געלייגט. האט ר' אבא איהם געפרעגט: זאג מיר וואס זענען דיינע מעשים? דער אויבערשטע האט פאר דיר יעצט געמאכט צוויי ניסים און נישט בחנם איז מען צו דעם זוכה האט דער מענטש געענטפערט: עס איז קיינמאהל נישט פארגעקימען אז א מענטש זאל מיר עפעס שלעכטץ טוהן און איך זאל מיך נישט לאזען באלט איבערבעהטן, און איך האב קיינמאהל נישט געטראכט אויף די שלעכטץ וואס מ'האט מיר געטוהן נישט נאר דאס נאר פון יענעם טאג און ווייטער האב איך מיך באמוהט נאר צו טוהן א טובה פאר יענעם מענטש האט ר' אבא געזאגט אזא מענטש איז ווערד עס זאל געטוהן ווערן פאר איהם א נס אויף אנס.