לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
- קוואל וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1806
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
ער האט זיך אפגערעדט צום רבי'ן אז ער דארף מחלל שב"ק זיין וועגן פיקוח נפש, האט דער רבי געזאגט ער איז גרייט זיך צו טוישן מיט אים, ער נעמט די זכותים פון הצלת נפשות, און ער גיט אים די זכותים פון זיין עבודה הושענה רבה!חיים שטיין האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:30 pmוועלכע מעשה?היסטאריקער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 02, 2023 10:58 amד"א דער דאקטאר מיט'ן גרויסן טטלית קטן מיינט ער דר. בורשטין, (געהערט פון ר' יו"ט אליין)
געווען א באקאנטער דאקטאר אין וומסב"ג, עס איז ידוע די מעשה וואס ער האט געהאט מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע וועגין הןשענה רבה
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
- היסטאריקער
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
קוואל וואסער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:10 pmער האט זיך אפגערעדט צום רבי'ן אז ער דארף מחלל שב"ק זיין וועגן פיקוח נפש, האט דער רבי געזאגט ער איז גרייט זיך צו טוישן מיט אים, ער נעמט די זכותים פון הצלת נפשות, און ער גיט אים די זכותים פון זיין עבודה הושענה רבה!חיים שטיין האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:30 pmוועלכע מעשה?היסטאריקער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 02, 2023 10:58 amד"א דער דאקטאר מיט'ן גרויסן טטלית קטן מיינט ער דר. בורשטין, (געהערט פון ר' יו"ט אליין)
געווען א באקאנטער דאקטאר אין וומסב"ג, עס איז ידוע די מעשה וואס ער האט געהאט מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע וועגין הןשענה רבה
און ער איז נפטר געווארן ביום הוש"ר
- קוואל וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1806
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
אבער לאמיר נישט פארקריכן, דאס איז א סידי פאר די עידזשעס.
יעדע מאל מהערט עס כאפט מען אויף נאך א חידוש, מבהיל הרעיון.
טאמער איינער וועט זיך נאך "דערוואגן" צו זאגן - העי, נאר א ווארטל... - אז דער עולם זוכט נישט קיין ערליכע קוואליטי, איז דער סידי די עדות נאמנה מיט א קול חזק מאוד מסוף העולם ועד סופו אז דער עולם זוכט פיין קוואליטי, און ווער עס וויל קען דעליווערן טאפ טאפ טאפ קוואליטי.
ווי @כינור האט געזאגט מיט זיין פידל שפראך, אוואו הייבט מען אן אוואו? די שטימע, די קוועטשן, די פערפעקט דראמא-מילי-סעקונדע טיימינג, די קרעכצן, די טעכנישע קלארקייט, די תוכן קלארקייט, די מוזיק, איי איי די מוזיק (יעצט שרייבנדיג די שורות טראכט איך אז ר' יו"ט ערליך אליינס וואלט געמאכט די בעסטע ווארע פון אזא סידי, אויסגעקנאטן ביז'ן עלות השחר), די כאר, די חידושים פונעם כאר, די סעלעקשאן פון די ניגונים, און אוודאי יעדע ניגון באזונדער, למעלה מן כוח הדיבור.
וועלן מענטשן זאגן אז ס'איז פארט נישט ר' יו"ט אליינס. נו, נו, דער וועלט'ס בארימטער בעל תפילה איז פארט נישט ר' יאסעלע ראזנבלאט אליינס. אויף דעם העמיר ווארטן צום גרויסן טאג פון תחיית המתים. אדערווייל האבן מיר די נאנטסטע און שענסטע וואס איז שייך, און עס איז 99.99999 פראצענט דארט. ער און אונז לעבן אין יאר ה' אלפים תשפ"ג לפרט גדול, אזוי ווי מ'זאגט אלץ אין די כתובה, למנין שאנו מונין כאן. ער זינגט מיט זיין הערליכע קול, מיט זיין גאנצע הארץ און נשמה. די טעיפ איז לענ"ד "טויזנט פראצענט ריין" פון סיי וועלכע "נעגאטיווע היינטיגע" עלעמענט, זיראו נאדא, נישט אין די מוזיק, נישט אין די כאר, און אוודאי נישט אין זיין זינגען.
ר' לוי יצחק האט דא צעמענטירט זיין זינגען קאריערע לשם ולתפארת לדורות עולם, און אין די זעלבע צייט מחי' מתים געווען און צעמענטירט ר' יו"ט ערליך'ס טעיפס אויפ'ן גרעסטן פארנעם. חברים שמועסן שוין אין גרויסן אז מגייט לויפן די גאנצע סעט פאר 99 טאלער.
געהערט זיין אינטערוויו אויף קול מבשר, ביי די שפאציר אין עולם הנגינה, כדאי יעדער זאל עס הערן, דוכט זיך היבש לענגער ווי א שעה. געווען גאר אסאך חידושים, ר' וועלוול איז סופער מיט די קשיות און מבינות אויף דעם אייטעם. אינטערעסאנט ווי טיף ר' לוי האט ארויס די יו"ט ערליך טעיפס. אסאך זאכן וואס ער האט געזאגט האב איך געטראכט ביי מיר אויך פארדעם - למשל, וויאזוי ר' יו"ט מאכט אזעלכע גוטע גליטשיגע גראמען אז מען פילט ניטאמאל די גראם, מען פילט די "סטארי" די "נערעטיוו" ווי א רואיגע פליסיגע וואסער קוואל אן אינטערראפשען, די גראם איז נאר "פערצופאל" און נעמט נישט אוועק קיין ברעקל מוח ענערגיע. איך מיין דאס איז בכלל נישטא בימינו היינט. אויך וויאזוי די ווערטער "זיצן" אין פלאץ, אינעם ניגון, אינעם טאן, אינעם טאקט, יעדע סילעבל מיט אזא פערפעקשאן, אויך נישטא אזאנס בדורינו לכאורה.
אויך כינור'ס לאנגע אנאליז איז פערפעקשאן. אלע ביז יעצט זענען גוט, אבער דא ביי דעם סידי איז עס אזוי גוט אז ס'האט מיך עכט פארדראסן זעהנדיג אז די באשרייבונג ענדיגט זיך שוין. איך וואלט עס געוואלט האבן לכהפ הונדערט פעידזשעס, אזא פלעזשור איז עס צו ליינען, שורה ביי שורה. (אגב, דאס איז די עכטע קונץ ביי סיי וועלכע באשרייבונג, אז ווען ליינערס פילן א ציפ ביים ענדיגן, איי וואו ביסטו געגאנגען, אזוי שנעל געענדיגט? (נישט ווייל ס'איז עכט פארקורצט, נאר ווייל סגיסט האניג פון יעדע שורה) דאס מיינט עכט גוט געשריבן.)
און יעצט צום איינציגן פארבליבענע מיסטעריע איבער דעם גאנצן ענין:
ווער האט "קאמפאזירט" די הערליכע ניגונים, בכלל, נישט נאר פון דעם סידי? ער אליינס אדער האט ער עס גענאשט. ביי מיר האט ער עס געכשרט כשר וישר אפילו עס קומט פון ציגיינער פאסטוכער, אבער אויב ער האט עס אליינס געמאכט, נו, נו, איז דאך פשוט נישטא קיין ווערטער במלוא מובן המלה.
אסאך טעיפס האבן די ניגונים באקאנטע מקורות לויט די ענין, למשל די דריי "סאטמאר" טעיפס, זענען כולו סאטמארער ניגונים. אבער אסאך טעיפס האבן מעלאדיעס שלא מעלמא הדין - פון וואו, איי פון וואו? למשל אזא יאקאב ניגון, רבי עקיבא, כל נדרי דער חזן, דאוויד האראדאק, שלא עשני גוי, און נאך הונדערטער.
אמאל האב איך געהערט פון איינעם אז די צוויי טעיפס וואס איז נאר ארקעסטרא מוזיק, מזמור לתודה און למנצח בנגינות, זענען אלעס זיינע קאמפאזיציעס. איך זעה @כינור איז מסופק. @סטאוו וואו זענט איר? @עתיקין? אפשר קען מען איינמאל פאר אלעמאל מברר זיין דעם ענין?
ר' משה יוסף, ר' לוי יצחק, כלל ישראל קומט אייך איינס און אזעלכעס!
בלייבט נישט שטיין, מאכטס ווייטער אלע אנדערע טעיפס, בעיקר תשובה, מידות, און איי איי איי חבלי משיח. (פאר דיזערט, לוקסוס).

יעדעס ווארט איז צוקערקוואל וואסער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 02, 2023 6:18 pmאבער לאמיר נישט פארקריכן, דאס איז א סידי פאר די עידזשעס.

(איך וואלט לוקסוס גענומען פארן מעין קאורס, און פאר דיזערט "שושנת יעקב")
- דער צופרידענער חיים
- שר האלף
- תגובות: 1784
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
אגרי מיט יעדעס ווארט הרב @קוואל וואסער!
- דער צופרידענער חיים
- שר האלף
- תגובות: 1784
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
כ'ווייס שוין נישט וויפילטע מאל כ'האב שוין געהערט דעם אלבום, כ'בין שטעקן דערינען...
די ניגון 'גמילות חסדים' /הערשל ציג איז מיר מעורר צו תשובה יעדעס מאל איך הער עס, עס האט מיר שוין געקאסט טרערן

- סטאוו יא פיטא
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20489
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
אין א לענגערע אפהאנדלונג וואס ר' יום טוב ע"ה'ס אייניקל האט פריוואט געשריבן שרייבט ער אזוי:
"ג. על הניגונים הנמצאים בטעייפ'ס מזמור לתודה ולמנצח בנגינות ידוע אצלינו במשפחה שהם ניגונים שהם שלו וזה די הגיוני כי על ניגון שאינו שלו, לכאורה הוא לא היה משקיע כסף בכדי לכתוב לו תווים ועיבודים"
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!
זרע קודש נצבים
זרע קודש נצבים
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 02, 2023 8:01 pm
די ניגון 'גמילות חסדים' /הערשל ציג איז מיר מעורר צו תשובה יעדעס מאל איך הער עס, עס האט מיר שוין געקאסט טרערן
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20489
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
געקויפט דעם אלבום און שטארק הנאה געהאט, דער ניגון פון הירשל מיט די ציגן איז ווי דער ציבור שרייבט א מתנה פון הימל צו מעורר זיין דעם איד לתשובה מתוך א ניגון. עס איז קיין פארגלייך נישט צו ר' יום טוב ז"ל'ס דעליווערי, דעם ריינעם הייליגן הארץ קען מען נישט נאכמאכן...
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!
זרע קודש נצבים
זרע קודש נצבים
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8013
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
א הערצליכן דאנק ר' לוי און הרב יוסף משה.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
ווייסט וואס איך האב יעצט געכאפט מן הסתם נישט אמת אבער דאך אינטרעסאנט, און איין 'ישיבה' לערנט מען 'השולח' און א צווייטע 'המניח'... מאכט נישט קיין סענס פאר ר' יו''ט אבער ס'איז אינטרעסאנט
כאפסט נאכאלס נישט? איין ישיבה פארשיקט א בחור און די צווייטע ישיבה לאזט מען אים בלייבן (כ'רעד נישט יעצט פון הכל שוחטין...)

- זעצל גראצאוויטש
- שר האלפיים
- תגובות: 2414
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
אויף ר' יו"ט ערליך'ס ניגונים איז נישט קיין שאלה, אבער אויף זיין זינגען מיין איך טויגט ער נישט אזוי גוט, ביי זיינע טעיפס הערט מען ווי ער קען נישט כאפן דעם אטעם, ער לייגט נישט אזוי גוט אראפ דעם ניגון ווי לוי יצחק.קוואל וואסער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 02, 2023 6:18 pmאבער לאמיר נישט פארקריכן, דאס איז א סידי פאר די עידזשעס.
יעדע מאל מהערט עס כאפט מען אויף נאך א חידוש, מבהיל הרעיון.
טאמער איינער וועט זיך נאך "דערוואגן" צו זאגן - העי, נאר א ווארטל... - אז דער עולם זוכט נישט קיין ערליכע קוואליטי, איז דער סידי די עדות נאמנה מיט א קול חזק מאוד מסוף העולם ועד סופו אז דער עולם זוכט פיין קוואליטי, און ווער עס וויל קען דעליווערן טאפ טאפ טאפ קוואליטי.
ווי @כינור האט געזאגט מיט זיין פידל שפראך, אוואו הייבט מען אן אוואו? די שטימע, די קוועטשן, די פערפעקט דראמא-מילי-סעקונדע טיימינג, די קרעכצן, די טעכנישע קלארקייט, די תוכן קלארקייט, די מוזיק, איי איי די מוזיק (יעצט שרייבנדיג די שורות טראכט איך אז ר' יו"ט ערליך אליינס וואלט געמאכט די בעסטע ווארע פון אזא סידי, אויסגעקנאטן ביז'ן עלות השחר), די כאר, די חידושים פונעם כאר, די סעלעקשאן פון די ניגונים, און אוודאי יעדע ניגון באזונדער, למעלה מן כוח הדיבור.
וועלן מענטשן זאגן אז ס'איז פארט נישט ר' יו"ט אליינס. נו, נו, דער וועלט'ס בארימטער בעל תפילה איז פארט נישט ר' יאסעלע ראזנבלאט אליינס. אויף דעם העמיר ווארטן צום גרויסן טאג פון תחיית המתים. אדערווייל האבן מיר די נאנטסטע און שענסטע וואס איז שייך, און עס איז 99.99999 פראצענט דארט. ער און אונז לעבן אין יאר ה' אלפים תשפ"ג לפרט גדול, אזוי ווי מ'זאגט אלץ אין די כתובה, למנין שאנו מונין כאן. ער זינגט מיט זיין הערליכע קול, מיט זיין גאנצע הארץ און נשמה. די טעיפ איז לענ"ד "טויזנט פראצענט ריין" פון סיי וועלכע "נעגאטיווע היינטיגע" עלעמענט, זיראו נאדא, נישט אין די מוזיק, נישט אין די כאר, און אוודאי נישט אין זיין זינגען.
ר' לוי יצחק האט דא צעמענטירט זיין זינגען קאריערע לשם ולתפארת לדורות עולם, און אין די זעלבע צייט מחי' מתים געווען און צעמענטירט ר' יו"ט ערליך'ס טעיפס אויפ'ן גרעסטן פארנעם. חברים שמועסן שוין אין גרויסן אז מגייט לויפן די גאנצע סעט פאר 99 טאלער.
געהערט זיין אינטערוויו אויף קול מבשר, ביי די שפאציר אין עולם הנגינה, כדאי יעדער זאל עס הערן, דוכט זיך היבש לענגער ווי א שעה. געווען גאר אסאך חידושים, ר' וועלוול איז סופער מיט די קשיות און מבינות אויף דעם אייטעם. אינטערעסאנט ווי טיף ר' לוי האט ארויס די יו"ט ערליך טעיפס. אסאך זאכן וואס ער האט געזאגט האב איך געטראכט ביי מיר אויך פארדעם - למשל, וויאזוי ר' יו"ט מאכט אזעלכע גוטע גליטשיגע גראמען אז מען פילט ניטאמאל די גראם, מען פילט די "סטארי" די "נערעטיוו" ווי א רואיגע פליסיגע וואסער קוואל אן אינטערראפשען, די גראם איז נאר "פערצופאל" און נעמט נישט אוועק קיין ברעקל מוח ענערגיע. איך מיין דאס איז בכלל נישטא בימינו היינט. אויך וויאזוי די ווערטער "זיצן" אין פלאץ, אינעם ניגון, אינעם טאן, אינעם טאקט, יעדע סילעבל מיט אזא פערפעקשאן, אויך נישטא אזאנס בדורינו לכאורה.
אויך כינור'ס לאנגע אנאליז איז פערפעקשאן. אלע ביז יעצט זענען גוט, אבער דא ביי דעם סידי איז עס אזוי גוט אז ס'האט מיך עכט פארדראסן זעהנדיג אז די באשרייבונג ענדיגט זיך שוין. איך וואלט עס געוואלט האבן לכהפ הונדערט פעידזשעס, אזא פלעזשור איז עס צו ליינען, שורה ביי שורה. (אגב, דאס איז די עכטע קונץ ביי סיי וועלכע באשרייבונג, אז ווען ליינערס פילן א ציפ ביים ענדיגן, איי וואו ביסטו געגאנגען, אזוי שנעל געענדיגט? (נישט ווייל ס'איז עכט פארקורצט, נאר ווייל סגיסט האניג פון יעדע שורה) דאס מיינט עכט גוט געשריבן.)
און יעצט צום איינציגן פארבליבענע מיסטעריע איבער דעם גאנצן ענין:
ווער האט "קאמפאזירט" די הערליכע ניגונים, בכלל, נישט נאר פון דעם סידי? ער אליינס אדער האט ער עס גענאשט. ביי מיר האט ער עס געכשרט כשר וישר אפילו עס קומט פון ציגיינער פאסטוכער, אבער אויב ער האט עס אליינס געמאכט, נו, נו, איז דאך פשוט נישטא קיין ווערטער במלוא מובן המלה.
אסאך טעיפס האבן די ניגונים באקאנטע מקורות לויט די ענין, למשל די דריי "סאטמאר" טעיפס, זענען כולו סאטמארער ניגונים. אבער אסאך טעיפס האבן מעלאדיעס שלא מעלמא הדין - פון וואו, איי פון וואו? למשל אזא יאקאב ניגון, רבי עקיבא, כל נדרי דער חזן, דאוויד האראדאק, שלא עשני גוי, און נאך הונדערטער.
אמאל האב איך געהערט פון איינעם אז די צוויי טעיפס וואס איז נאר ארקעסטרא מוזיק, מזמור לתודה און למנצח בנגינות, זענען אלעס זיינע קאמפאזיציעס. איך זעה @כינור איז מסופק. @סטאוו וואו זענט איר? @עתיקין? אפשר קען מען איינמאל פאר אלעמאל מברר זיין דעם ענין?
ר' משה יוסף, ר' לוי יצחק, כלל ישראל קומט אייך איינס און אזעלכעס!
בלייבט נישט שטיין, מאכטס ווייטער אלע אנדערע טעיפס, בעיקר תשובה, מידות, און איי איי איי חבלי משיח. (פאר דיזערט, לוקסוס).
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
מיר חליש'ן אויף א ר' יו'ט ספירה אלבום.. עניוואן?
א פיפטל יאר הערן מיר נישט מוזיק.
א פיפטל יאר הערן מיר נישט מוזיק.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
די סידי איז ביי מיר אויף ריפיעט! הערליכע קוואלעטי ארבעט!
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
הגם איך צאל פאר סטרימינג האב איך באצאלט פאר דעים כסף מלא, קוואלעטי איז אפרישיעטיד.
- שמואל גרינפעלד
- שר חמש מאות
- תגובות: 715
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am
- בעל פרנסה
- שר האלפיים
- תגובות: 2508
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
- לאקאציע:איך זוך עס נאך...
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
347-228-9141
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8272
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
אגרי. מחי׳ נפשות.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:
(שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
מענטשן טרעפן זיך עפעס זייער אין פלאץ מיט דעם אלבום!
- דער צופרידענער חיים
- שר האלף
- תגובות: 1784
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
איך בין שטעקן געבליבן ביי דעם אלבום, שוין עטליכע מאל געשריבן אויפן וועלטל
Re: לוי פאלקאוויטש - נייע סידי "אן ערליכע ליד"
זעה דיר צי ריקן ווייטער...דער צופרידענער חיים האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:19 amאיך בין שטעקן געבליבן ביי דעם אלבום, שוין עטליכע מאל געשריבן אויפן וועלטל