די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

שברים האט געשריבן:
אך בין נישט אלט
איך בין בלויז עטליכע טעג אינדרויסן פון ישיבה...

איך פארשטיי אז אסאך וועלן טראכטן ווער האט געפרעגט דעם ראצער...
אבער איך בעט קבל את האמת ממי שאמרו
הערליך געשריבן, און אסאך נקודות זענען ריכטיג.
כגלייב אז ווען א חדר אינגעל קומט זיך אויסוויינען צו דיר ווי שלעכט עס איז עם, און אז דער רבי מיטן מנהל זענען פון די סטרא אח' ממש,
און אז עס איז דא אזויפיל וואס מען דארף און קען טון צו פאררעכטן און טוישן דעם סיסטעם,
וואלסטו עם בארוהיגט און געזאגט, אינגעל לעבן, מען גייט דאס אדורך, און מיט עטליכע יאר שפעטער פארשטייט מען אז קיען נישט גיין צופיל אנדערש,
וויפיל פוןן אונז עלטערע מיט גרעסערע קינדער האבן תחילה געמיינט אז איך גיי טון אנדערש ווי מיין טאטע, בעסער ווי מיין רבי,
און סוף כל סוף זענען מיר צוריק צו א'. (מען רעדט פארשטייט זיך נישט פון אויסעגעווענליכע פעלער פון קראנקע עלטערן רח"ל)

שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך, אזוי שטייט, נישט אמור לאביך ותגד לזקניך.

לאמיר נישט פארגעסן די בחורישע יארן זענען די יארן וואס מען אנטוויקלט זיך, און זענען גאר שווער פארן עוורידש בחור (רובא דרובא)
און נישט יעדער זאך קען מען העלפן און צומאל איז געזונטער אז דער בחור שוויצט עס דורך אליין, אפילו סאיז עם שווער און ביטער בשעת מעשה ווייל דאס שטעלט עם אויס פארן גאנץ לעבן.
פונקט ווי מען וועט נישט העלפן א קליין קינד א יאר צוויי וואס הייבט אן נעמען זיינע ערשטע טריט, אז ער זאל קיינמאל נישט פאלן, נאר אמאל כאפט מען עם און אמאל לאזט מען עם אראפפאלען,
איז דאס שלעכט, איבערהויפט נישט, אזוי ווערט ער שטערקער און שטערקער און ווערט גרייט פארן לעבן וואס ווארט עם אפ.

ווי באקאנט די וועלטס ווארט 'וראה בנים לבניך שלום על ישראל' הערשט ווען די קידער האבן די אייגענע קינדער פארשטייט זיי די עלטערן.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6468
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שברים האט געשריבן:
אך בין נישט אלט
איך בין בלויז עטליכע טעג אינדרויסן פון ישיבה...

טייערע חבר די מצב איז נישט סתם ביטער...
בקיצור נמרץ אויף דיין תגובה איז סור מרע אסאך וויכטיגער אויף דעם פראבלעם ווי די עשה טוב ודו"ק.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שברים
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2022 2:48 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שברים »

יחיד מומחה האט געשריבן:
שברים האט געשריבן:
אך בין נישט אלט
איך בין בלויז עטליכע טעג אינדרויסן פון ישיבה...

איך פארשטיי אז אסאך וועלן טראכטן ווער האט געפרעגט דעם ראצער...
אבער איך בעט קבל את האמת ממי שאמרו
ווי באקאנט די וועלטס ווארט 'וראה בנים לבניך שלום על ישראל' הערשט ווען די קידער האבן די אייגענע קינדער פארשטייט זיי די עלטערן.
איך הער
און איין ווארט דו פארשטייסט נישט אלעס

אקעי איך פארשטיי טאקע נישט אלעס
אבער וואס פון מיינע עצות זאל מען נישט קענען טוהן?

באמת וואלט איך געקענט שרייבן אלע מיינע עצות אן זאגן ווי אלט איך בין אבער שוין...
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

תגובה דורך Rak Tov »

Mountain Biker האט געשריבן:
גראדע שכל האט געשריבן:
Mountain Biker האט געשריבן:
גראדע שכל האט געשריבן:
פון די אנדרע זייט, איז חוץ פון די פאר שוואכע וואס פאלן ארויס, בלייבן זיי איבער מיט א גרויסע צאהל שטארקע לערנערס....
און איך מיין א גרעסערע פראצענט ווי ביינונז...
און פארגעס נישט אז זיי האבן נישט חתונה אזוי יונג..
דארף מען אפלערנען פארוואס ביי זיי איז די מצב בעסער.
און דאס אימפלעמענטן ביי אונז.
איך מיין אז ביי זיי איז תורה א גרעסערע עיקר!!
די טאטעס געבן עס אריין פאר די קינדער מדור דור ..
זיי לעבן מיט דעהם אויף גאר א שטארקע אופן, מפילעוועט אויף תורה מיט אן אמת... די קינד פילט אז די טאטע איז ערנסט..
און די בחור פארשטייט אז דוס איז די עיקר... און אז פאצן און ישיבה מיינט א פעליער...
און אנדערע ווערטער.

מברויך ארבעטן אויף די טאטעס, אפשר מאכן א קינוס.
לאו דווקא די טאטעס, נאר מער אז דער וואס ליגט נישט אין לערנען איז אפגעפרעגט, נישט ווי ביי אונז וואס א אינגערמאן גייט ארבעטן א יאר נאך די חתונה און דער בחור טראכט וואס בין איך אנדערש?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

שברים האט געשריבן:
יחיד מומחה האט געשריבן:
שברים האט געשריבן:
אך בין נישט אלט
איך בין בלויז עטליכע טעג אינדרויסן פון ישיבה...

איך פארשטיי אז אסאך וועלן טראכטן ווער האט געפרעגט דעם ראצער...
אבער איך בעט קבל את האמת ממי שאמרו
ווי באקאנט די וועלטס ווארט 'וראה בנים לבניך שלום על ישראל' הערשט ווען די קידער האבן די אייגענע קינדער פארשטייט זיי די עלטערן.
איך הער
און איין ווארט דו פארשטייסט נישט אלעס

אקעי איך פארשטיי טאקע נישט אלעס
אבער וואס פון מיינע עצות זאל מען נישט קענען טוהן?

באמת וואלט איך געקענט שרייבן אלע מיינע עצות אן זאגן ווי אלט איך בין אבער שוין...
אויב האסטו דורכגעליינט מיין תגובה, און ריכטיג פארשטאנען, וואלסטו פארשטאנען אז די עצות איז נישט שלעכט נאר סאיז לאו דוקא אזוי דרינגענד, און נאכמער סאיז לאו דוקא די לעזונג, צומאל איז דא א יסוד פון גם זה יעבור, ומה שלא יעשה השכל יעשה הזמן,
און די איינציגסטע וועג דאס באמת צו פארשטיין איז דורך דורכלעבן עטליכע תקופות אין לעבן (בחור\פרישע יונגערמאן\קינדער\פרנסה) און איינזען אז עקפיריענס איז ווערט פיל מער ווי חכמה (אן עקספיריענס).
אויב גייט דורך עטליכע פאר יאר און דו גייסט בע"ה דורך יסודות'דיגע שינויים לטובה ווי דערמאנט פריער, גלייב איך מיט אן אמת דיין בליק וועט זיך טוישן.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

אבער צולאזן וויאזוי ס'איז יעצט... איז זיכער נישט קיין אפשען!!!!!!!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5224
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

יחיד מומחה האט געשריבן:
שברים האט געשריבן:
אך בין נישט אלט
איך בין בלויז עטליכע טעג אינדרויסן פון ישיבה...

איך פארשטיי אז אסאך וועלן טראכטן ווער האט געפרעגט דעם ראצער...
אבער איך בעט קבל את האמת ממי שאמרו
הערליך געשריבן, און אסאך נקודות זענען ריכטיג.
כגלייב אז ווען א חדר אינגעל קומט זיך אויסוויינען צו דיר ווי שלעכט עס איז עם, און אז דער רבי מיטן מנהל זענען פון די סטרא אח' ממש,
און אז עס איז דא אזויפיל וואס מען דארף און קען טון צו פאררעכטן און טוישן דעם סיסטעם,
וואלסטו עם בארוהיגט און געזאגט, אינגעל לעבן, מען גייט דאס אדורך, און מיט עטליכע יאר שפעטער פארשטייט מען אז קיען נישט גיין צופיל אנדערש,
וויפיל פוןן אונז עלטערע מיט גרעסערע קינדער האבן תחילה געמיינט אז איך גיי טון אנדערש ווי מיין טאטע, בעסער ווי מיין רבי,
און סוף כל סוף זענען מיר צוריק צו א'. (מען רעדט פארשטייט זיך נישט פון אויסעגעווענליכע פעלער פון קראנקע עלטערן רח"ל)

שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך, אזוי שטייט, נישט אמור לאביך ותגד לזקניך.

לאמיר נישט פארגעסן די בחורישע יארן זענען די יארן וואס מען אנטוויקלט זיך, און זענען גאר שווער פארן עוורידש בחור (רובא דרובא)
און נישט יעדער זאך קען מען העלפן און צומאל איז געזונטער אז דער בחור שוויצט עס דורך אליין, אפילו סאיז עם שווער און ביטער בשעת מעשה ווייל דאס שטעלט עם אויס פארן גאנץ לעבן.
פונקט ווי מען וועט נישט העלפן א קליין קינד א יאר צוויי וואס הייבט אן נעמען זיינע ערשטע טריט, אז ער זאל קיינמאל נישט פאלן, נאר אמאל כאפט מען עם און אמאל לאזט מען עם אראפפאלען,
איז דאס שלעכט, איבערהויפט נישט, אזוי ווערט ער שטערקער און שטערקער און ווערט גרייט פארן לעבן וואס ווארט עם אפ.

ווי באקאנט די וועלטס ווארט 'וראה בנים לבניך שלום על ישראל' הערשט ווען די קידער האבן די אייגענע קינדער פארשטייט זיי די עלטערן.
איך האב נייעס פאר דיר, אז פארן בחור איז בכלל נישט אזוי שווער. ער קען האקן א לעבן און טון וואס ער וויל און ניטאמאל פילן גילטי. אבער אויב אונז ווילן עפעס זאל אויסוואקסן פון אים, דאן דארפן מיר טוישן עפעס. איך ווייס נישט פונקטליך וואס, אבער עפעס.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

Bissli האט געשריבן:
יחיד מומחה האט געשריבן:
שברים האט געשריבן:
אך בין נישט אלט
איך בין בלויז עטליכע טעג אינדרויסן פון ישיבה...

איך פארשטיי אז אסאך וועלן טראכטן ווער האט געפרעגט דעם ראצער...
אבער איך בעט קבל את האמת ממי שאמרו
לאמיר נישט פארגעסן די בחורישע יארן זענען די יארן וואס מען אנטוויקלט זיך, און זענען גאר שווער פארן עוורידש בחור (רובא דרובא)
און נישט יעדער זאך קען מען העלפן און צומאל איז געזונטער אז דער בחור שוויצט עס דורך אליין, אפילו סאיז עם שווער און ביטער בשעת מעשה ווייל דאס שטעלט עם אויס פארן גאנץ לעבן.
פונקט ווי מען וועט נישט העלפן א קליין קינד א יאר צוויי וואס הייבט אן נעמען זיינע ערשטע טריט, אז ער זאל קיינמאל נישט פאלן, נאר אמאל כאפט מען עם און אמאל לאזט מען עם אראפפאלען,
איז דאס שלעכט, איבערהויפט נישט, אזוי ווערט ער שטערקער און שטערקער און ווערט גרייט פארן לעבן וואס ווארט עם אפ.

ווי באקאנט די וועלטס ווארט 'וראה בנים לבניך שלום על ישראל' הערשט ווען די קידער האבן די אייגענע קינדער פארשטייט זיי די עלטערן.
איך האב נייעס פאר דיר, אז פארן בחור איז בכלל נישט אזוי שווער. ער קען האקן א לעבן און טון וואס ער וויל און ניטאמאל פילן גילטי. אבער אויב אונז ווילן עפעס זאל אויסוואקסן פון אים, דאן דארפן מיר טוישן עפעס. איך ווייס נישט פונקטליך וואס, אבער עפעס.
הא גופא קשיא, פארוואס פארשטייט נישט דער בחור אז ער איז דא עפעס אויפצוטון, זאל ער יא פילן אביסל גילטי, פארוואס פארלאנגט נישט קיינער פן עם (טאטע?) וואס לערנט מען.... וויאזוי גייט עס... אפילו בלויז וויסן אז איך דארף ענטפערן פאר איינעם געט אריין התחייבות..
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

די שאלה איז וויאזוי מאכט מען עס ער זאל יא פילען גילטי
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

הייסט די ציל פון די יעצטיגע חינוך סיסטעם איז צו מאכן פילן גילטי א בחור וואס לערענט נישט?

#מממ
----

@יחיד, פרעגן פון א בחור (נישט אינגל אדער שיעור א' י"ק בחור) וואס ער קען וכדו' מאכט אים בכלל נישט לערנען, פילן גילטי אוודאי יא
לעצט פארראכטן דורך Rak Tov אום זונטאג יולי 31, 2022 1:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
שברים
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2022 2:48 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שברים »

Rak Tov האט געשריבן:
הייסט די ציל פון די יעצטיגע חינוך סיסטעם איז צו מאכן פילן גילטי א בחור וואס לערענט נישט?

#מממ
אויב יא האט עס א 0 פראצענט סוקסעס רעיט
הארציגע סטרונעס
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 12:52 am

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע סטרונעס »

יחיד מומחה האט געשריבן:
שברים האט געשריבן:
יחיד מומחה האט געשריבן:
שברים האט געשריבן:
אך בין נישט אלט
איך בין בלויז עטליכע טעג אינדרויסן פון ישיבה...

איך פארשטיי אז אסאך וועלן טראכטן ווער האט געפרעגט דעם ראצער...
אבער איך בעט קבל את האמת ממי שאמרו
ווי באקאנט די וועלטס ווארט 'וראה בנים לבניך שלום על ישראל' הערשט ווען די קידער האבן די אייגענע קינדער פארשטייט זיי די עלטערן.
איך הער
און איין ווארט דו פארשטייסט נישט אלעס

אקעי איך פארשטיי טאקע נישט אלעס
אבער וואס פון מיינע עצות זאל מען נישט קענען טוהן?

באמת וואלט איך געקענט שרייבן אלע מיינע עצות אן זאגן ווי אלט איך בין אבער שוין...
אויב האסטו דורכגעליינט מיין תגובה, און ריכטיג פארשטאנען, וואלסטו פארשטאנען אז די עצות איז נישט שלעכט נאר סאיז לאו דוקא אזוי דרינגענד, און נאכמער סאיז לאו דוקא די לעזונג, צומאל איז דא א יסוד פון גם זה יעבור, ומה שלא יעשה השכל יעשה הזמן,
און די איינציגסטע וועג דאס באמת צו פארשטיין איז דורך דורכלעבן עטליכע תקופות אין לעבן (בחור\פרישע יונגערמאן\קינדער\פרנסה) און איינזען אז עקפיריענס איז ווערט פיל מער ווי חכמה (אן עקספיריענס).
אויב גייט דורך עטליכע פאר יאר און דו גייסט בע"ה דורך יסודות'דיגע שינויים לטובה ווי דערמאנט פריער, גלייב איך מיט אן אמת דיין בליק וועט זיך טוישן.
אבער אויב אין די ערשטע פאזע ( בחור\פרישע יונגערמאן\קינדער\פרנסה) גליטשט ער זיך אויס מיט אזעלכע זאכן וואס איז זייער שווער זיך צוריק צו אויפהייבן איז נישט דא קיין עקספיריענס עט אלל!

(איך ווייס נישט צו איר וועט פארשטיין וואס איך שרייב אבער עס איז א גרויס ווייטאג)
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

Rak Tov האט געשריבן:
הייסט די ציל פון די יעצטיגע חינוך סיסטעם איז צו מאכן פילן גילטי א בחור וואס לערענט נישט?

#מממ
----

@יחיד, פרעגן פון א בחור (נישט אינגל אדער שיעור א' י"ק בחור) וואס ער קען וכדו' מאכט אים בכלל נישט לערנען, פילן גילטי אוודאי יא
מען רעדט פון אוועקשטעלן א ציל פריער (אן על פי דרכו ציל) כדי אויב דער ציל ווערט ערפילט זאל ער פילן גוט און עס זאל עם שטיפן צו גיין ווייטער, און אויב ליידער נישט, יא, פילט מען גילטי, און מען איז מטכס עצה מיט דער וואס האט אוועקגעשטעלט דעם ציל (טאטע - רבי - משגיח - מגי"ש) איבער וואס מקען טון....

לאחר המעשה איז עס טאקע בלויז א פאטש אין פנים וואס טוט באמת גארנישט אויף....

אבער ווען מען רעדט מיט די קינדער\בחורים און מען שטעלט אוועק וואס מען ערווארט, און פארוואס מען גייט צו חדר\ישיבה האט עס א שטארקע השפעה לטובה, פארשטייט זיך אויב איז מען אויפריכטיג מיט דער קינדס יכולת'ן
עקוועלט
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2014 3:05 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקוועלט »

איך וויל פרעגן אפאר שאלות וויפיל פראצענט בחורים האבען טעלעפאן'ס ? האט שוין איין ישיבה געמאכט א קאמפיין מען זאל לייגן פילטערס ?
אוודאי נישט ווייל נאכדעם גייט עס זיין די שוואכע ישיבה.
קען א בחור אריין וואקן צי פילטערן זיין פאון אן מורא אז מען וועט אויס זאגן זיין ישיבה ?
איך האב מיטגעהאלטען ווי א בחור האט געקויפט א סמארטפאון און איך האב אים געפרעגט האסט שוין פראבירט א פליפ פאון ? זאגט ער מיר אז דאס איז די ביליגסטע, א גיטע פליפ פאון קאסט ארים 200 דאללער און א סמארט פאון קאסט 30 דאללער, איך דארף עס סייווי באהאלטען פין יעדעם זאל שוין זיין א סמארט פאון. און פארשטייט זיך עס איז געווען אן א פילטער ווייל ווי קען ער פילטערן זיין פאון. ומה יעשה הבן שלא יחטא....
געדענק עס איז נישט עקוועלט
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

שברים האט געשריבן:
אך בין נישט אלט
איך בין בלויז עטליכע טעג אינדרויסן פון ישיבה...

טייערע חבר די מצב איז נישט סתם ביטער...

איך פארשטיי אז אסאך וועלן טראכטן ווער האט געפרעגט דעם ראצער...
אבער איך בעט קבל את האמת ממי שאמרו
אגרי מיט יעדעס ווארט
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

תגובה דורך namlich »

פיפיות האט געשריבן:

דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עקוועלט האט געשריבן:
פארשטייט זיך עס איז געווען אן א פילטער ווייל ווי קען ער פילטערן זיין פאון. ומה יעשה הבן שלא יחטא....
עס באלאנגט אפשר נישט דא, אבער היות כ'האב שוין געהערט די שאלה עטליכע מאל, וויל איך מודיע זיין אז אויב וויל מען אמת'דיג קען מען אינסטאלירן א פילטער אויף יעדע קאמפיוטער און סמארטפאון בלויז דורך דאונלאודן א שטיקל סאופטוועיר אדער דורכן טעלעפאן. למשל זשענטעק אדער נעטספארק. זיי פרעגן דיר נישט אויב ביסט א בחור אדער א מיידל. דו גיבסט זיי א קרעדיט קארד און אלעס איז מסודר.

געענדיגט מיט די תירוצים אז קיינער פילטערט נישט קיין דעווייסעס פאר בחורים!!!

דניאל אויערבאך האט געשריבן:

they dont know that

That's why I'm telling it
Please spread the word
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
That's why I'm telling it
Please spread the word
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
That's why I'm telling it
Please spread the word
ok will share it with myfriends,
הארציגע סטרונעס
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 12:52 am

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע סטרונעס »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
עקוועלט האט געשריבן:
פארשטייט זיך עס איז געווען אן א פילטער ווייל ווי קען ער פילטערן זיין פאון. ומה יעשה הבן שלא יחטא....
עס באלאנגט אפשר נישט דא, אבער היות כ'האב שוין געהערט די שאלה עטליכע מאל, וויל איך מודיע זיין אז אויב וויל מען אמת'דיג קען מען אינסטאלירן א פילטער אויף יעדע קאמפיוטער און סמארטפאון בלויז דורך דאונלאודן א שטיקל סאופטוועיר אדער דורכן טעלעפאן. למשל זשענטעק אדער נעטספארק. זיי פרעגן דיר נישט אויב ביסט א בחור אדער א מיידל. דו גיבסט זיי א קרעדיט קארד און אלעס איז מסודר.

געענדיגט מיט די תירוצים אז קיינער פילטערט נישט קיין דעווייסעס פאר בחורים!!!
רוב בחורים האבן ניט קיין אייגענע קרעדיט קארד, סא די סעלושן איז קיין סעלושן,

אין נארמאלערהייט באגנוגען זיי זיך מיטן דאונלאדן א פילטער עפפ וואס איז אדער יא אדער נישט קיין פילטער, איז געבליבן איין זאך מאכן א דרייוו אפילו עס וועט נישט זיין לכבודו פין די ישיבה, די אמת פאטשט אין פנים (פאר די סמארטפאון'ס וועט עס לכאורה נישט העלפן אבער כאטש פאר די פליפ פאונס)
עס'קען זיין בעסער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2012 7:27 am

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס'קען זיין בעסער »

טייערע ברידער
מקען זאגען אז דע נושא איז "דעם" נושא פון אונזער דור מתקן צו זיין
אלע אנדערע עניינים איז אלץ ארום און ארום

כהאב אסאך צו זאגען אבער ווייניג צייט און אויך שוואך און שרייבן אבער פטור בלא כלום א"א

דער שליסל צום דעם נושא איז דער חילוק צווישן דער מוסדות הלימוד ביי די מיידליך vs ביי די יונגלעך
מען זעהט אז ביי די מיידליך האבן א הצלחה ראטע פון איבער 80% נישט אלע מצוינים אבער רובם קומען ארויס פול מיט די טעג
א געוויסע פעסטקייט און יודישקייט, אמונה וכדו' (נישט אזוי אויפגעגעסן אויףן סיסטעם און אלעס ארום)
און בכלל געזונט בנפש און מיט אחריות אויפן לעבן.
און ביי די בחורים איז..... ליינט אויבן
דאס איז א פאקט. פארוואס זאל זיין אזוי??? ביי די 5, 6, 7, 8, 9, 10 יאר זעהט מען נישט אזיין גרויסען חילוק (עכ"פ די לעצטערע יארן) ווי ווערט מען פארקראכן?

מען קען אסאך שפעקאלירען..
איך וואלט געזאגט אז די מיידליך מוסדות זענען אויפגעשטעלט מיט רצון און א ציל מיטן זעהן געבענטשטע תוצאות
דאס מאכט זיי צו טוהן אלעס אויף דער וועלט כדי צוברענגען גיטע תוצאות ווי למשל כסדר פרישע מהלכים מוראדיגע השקעות און די לעסנס קאמפעטישען צווישען מוסדות און טיטשערס א א וו
און ביי די בחורים האט זיך אוועקגעשטעלט א געוויסע מסגרת וואס קיינער וויסט נישט פון ווי און פון וואנד און מען האט מצמצם געווען די יכולת פון די סטאף
וואס זענען פול מיט גיטע כוונות און רצונות אז זיי קענען נישט ממש קיין סאך אויפטוהן און ממילא הנהלת הישיבות גיין לכתחילה אריין אויף קליינע הצלחות ראטעס
און די ישיבה ווערט געפירט אויף נישט קיין רעיאליסטיגע אויפן אט אלל...

-ביי מיידליך וואלט קיינמאל זיך נישט אופגעשטעלט א טיטשער אויסלערנען וואס זי וויסט מתחילה אז נאר איינס פון צעהן וועלען מיטהאלטן... און ביי די בחורים מעשה שבכל יום ובכל מקום
-ביי מיידליך ווערן די סטעף געהייערט דורך עקספארטיעס, הצלחות און תוצאות און ביי די בחורים מיט אסאך אנדערע חשבונות צו דער זייט ואכה"מ
(דאס מאכט אז מען זעהט אסאך מאל און סקול פון חסידות X געלונגענע טיטשערס פון חסידות W און אפילו פון Z, אבער ביי די בחורים חלילה)
-ביי די מיידלעך אז סדא א טיטשער וואס טויג נישט מאכט מען זיכער אז זי גייט אויף איין אופן אדער א אנדערע,, און אין ישיבה קען שימלען א צוריקטע מגי"ש פאר יארן..
-ביי די מיידלעך ברעכט מען זיך קאפ וויאזוי אריינברענגען, קאנעקטען און אויפפלאמען איבער יודישקייט נושאים און זיי וועלען אלעס טוען צו זעהן הצלחות אונעם פעלד
זע די פראגראם פון טעג "הנני" איבער טעכנאלאגיע וואס לויפט ארום אין די סקולס און אין די סעמינארען מיט אזיין קליגע געזינטע וועג אנצוגרייטען די מיידליך אויףן לעבן מיטן טעכנאלאגיע.. און ביי די בחורים תקנות תקנות און דרשות (אוך האב גארנישט אקעגן דעם אבער די פאקטישע תוצאה איז אז מאכט דעס פארקערטע)
די ליסט איז נאך גרויס אבער מיינע פינגער טוהן מיך שוין וויי

כהאב אמאל געהערט א מעשה וואס ברענגט גיט ארויס די נקודה: א מנהל מוסד פון עפעס א חסידות איז אריין צום רבין זוך דורכשמיסען וועגען א מלמד וואס טויג נישט אבער ער האט נישט קיין הארץ עהם צו פארשיקען ווייל טפלי תלוין ביה.. האט עהם דעם רבין גיזאגט: זייער איטערעסאנט, איך זיץ שוין א יובל שנים אויף דעם כסא אדמורות אין שוין געהאט שואלי עצות לאלפים און אלע תחומים, איך האב נאן קיין איין מאל נישט געהערט פון א ביזנעס אנער אז ער קען נישט פארשיקען אן ארבייטער סאיז עהם טעקא גאר שווער אבער סנישט דא קיין ברירה, די ביזנעס מוז פארן, נאר פון די מנהלי תלמודי תורה און ישיבות הערט מען דאס...!!

און זעה נישט ממש קיין סעלושען ווייל אזויווי יעדער רעוולוציע מוז די עולם מיטארבייטען אבער דא נישט
דאס מיינט א ישיבה קען נאר מצליח זיין אז זיי האבן א געוויסע צאהל מצוינים און די מצב איז אז יעדער טאטע (אויך דער וואס שרייט אויף אייוועלט) וואס האט ב"ה א מצוין אדער קרוב צו דעם אדער קרוב לקרוב וכדו' וויל זיין בחור זאל גיין צו א באמבע ישיבה,,

סדא א שטיקעל הצלה פורתה פאר געטרייע משגיחים און מנהלים, אפשר א צווייטע מאל
שברים
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2022 2:48 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שברים »

יחיד מומחה האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
הייסט די ציל פון די יעצטיגע חינוך סיסטעם איז צו מאכן פילן גילטי א בחור וואס לערענט נישט?

#מממ
----

@יחיד, פרעגן פון א בחור (נישט אינגל אדער שיעור א' י"ק בחור) וואס ער קען וכדו' מאכט אים בכלל נישט לערנען, פילן גילטי אוודאי יא
מען רעדט פון אוועקשטעלן א ציל פריער (אן על פי דרכו ציל) כדי אויב דער ציל ווערט ערפילט זאל ער פילן גוט און עס זאל עם שטיפן צו גיין ווייטער, און אויב ליידער נישט, יא, פילט מען גילטי, און מען איז מטכס עצה מיט דער וואס האט אוועקגעשטעלט דעם ציל (טאטע - רבי - משגיח - מגי"ש) איבער וואס מקען טון....

לאחר המעשה איז עס טאקע בלויז א פאטש אין פנים וואס טוט באמת גארנישט אויף....

אבער ווען מען רעדט מיט די קינדער\בחורים און מען שטעלט אוועק וואס מען ערווארט, און פארוואס מען גייט צו חדר\ישיבה האט עס א שטארקע השפעה לטובה, פארשטייט זיך אויב איז מען אויפריכטיג מיט דער קינדס יכולת'ן
הרב יחיד איך ווייס נישט ווי איר לעבט אבער שוין...
איר געבט אן גוטע עצות אבער דאס איז נאר פאר בחורים מבקשים וואס זייערע בחורישע יארן איז פאר זיי א פלאץ וואס זיי ווילן שטייגן זיי לעבן מיט חיות וכו'
די פראבלעם היינט אין ישיבות איז אז א גרויס חלק בחורים זענען טרוקען ווי א לולב ערב פסח
קענסט זיי אוועק שטעלן צילן קענסט זיי פרעגן וואס זייער ציל איז זיין טאטע קען אים פרעגן ווי אזוי ישיבה איז...
אבער דו רעדסט בכלל נישט צו אים!
ער ווייסט נישט פון קיין אמתע רחניות צו זאגן... ווען די בת קול גייט ארויס יעדן טאג און מאכט עם פילן גילטי לערנט ער אפ חומש רשי ביז שני און צוריק צו זיין סעלפאון...

די היינטיגע ישיבות זענען אוועק געשטעלט מיט א ריזין דאזע פון טרוקענקייט
נישטא קיין געשמאקע אידישקייט און השקפה דרשות נישטא קיין פראגראמען מגיד שיעורים האבן די מינימאלסטע שייכות מיט א בחור, נישטא צו וועם צו רעדן
סאיז בלויז לערנען, פארטאגס, פארמיטאג, נאכמיטאג, נאכט סדר, וחוזר חלילה עד שיצא מאפכם
בשעת די וועלט איז קאלירפול ווי קיינמאל בעפאר און א בחור האט בדרך כלל א קליינע כח המעצר
-
איך דערמאן זיך יעצט ווי פאריאר אין קעמפ האמער אונז בחורים געכאפט א שמועס מיט אונזער צופרי משגיח (וואס איז נאך געווען ניי...) און אינמיטן די שמועס געבט ער א פרעג : ווער איז די משפיע וכדומה צו וועם מקען זיך גיין אויסרעדן? אונז זעמיר געווארן שאקט פון די קשיא וואס מיינט בכלל אזא זאך? אונז ווייסן איין זאך מוועקט, מטרייבט, מ'געבט קנסות און מלייגט... וואס עפעס דארף זיין אזא זאך?
-
עני וועי מ'גיימיר דא אין סירקילס אהין און צוריק

אדרבה זאג דו מיר,

לאמיר אוועקשטעלן דער ישיבה וואס מיר אלע וואלטן געוואלט באמת, וויאזוי זעהט עס אויס,

מערערע משפיעים גרייט צו העלפן יעדער בחור צו יעדער צייט...
חיזוק און התעוררות כסדר אויף נייע און אינטרעסאנטע אופנים, כדי יעדער זאל ווערן אריינגעשלעפט,

און דאך, וויל דער בחור נישט הערן, ער פילט ווי מען לויפט עם נאך, מען פייניגט עם, מען דערשטיקט זיין סעלף עקספרעשן,
איך וויל זיין 'יוניק', דיפפרענט.

אבער ניין, אונז פארשטייען דאס אויך, און וועלן זיי לייגן אין די זייט נאר ווען דער בחור וויל\דארף וועט ער צוגיין, און דעמאלטס וועלן די השפעות פליסן כמים קרים על נפש עיפה,

אבער (אייביג) איז עולם הזה מער קאלירפול, און נאר אויב מיט חינוך פון פאראויס און עפענען די אויגן דורך אנדערע, קען מען פארשטיין אז רוחניות איז באמת זיסער און געשמאקער מנופת צוף וכל טעם, אבער עס פעלט אויס דער 'טעמו' וראו כי טוב ה'
און ווי ביי קליינע קינדער (און ערוואקסענע) ווען עס קומט צום ערשטן מאל טועם צו זיין וויל מען נישט און עס קומט נישט מיט רצון, נאר אדער ווייל איינער שטיפט, אדער ווייל איך בין אביסל ברייטער און האב נישט מורא פון נייע זאכן,
הוא הדין דא, איינער דארף שטיפן דעם בחור וואס וויל אליין נישט פרובירן.

און ווער וועט דאס טון? דער משגיח איז דאך אפגעפרעגט מעיקרא ווייל אין ביהמ"ד ווייסט יעדער דער חורבן....
מייין טאטע זאגט קלאר אז די סיסטעם טויג נישט....

ביסט אמאל אריין אין א גלעזער געשעפט און געבעטן א טעלעפאון,
א ישיבה גדולה איז געמאכט פאר בחורים וואס ווייסן ווי זיי קומען אן, און וואס מען דארף טון דארט, ווען נישט דארף מען 1 פאר 1 און הערשט דעמאלטס וועט יעדער אנטלויפן.
ווער דארף זיי צוגרייטן? זייער טאטע, און זייערע יארן פון חדר - ישיבה קטנה.

אגב סאיז דא ישיבות פאר די וואס האבן פארפאסט די חדר - ישיבה קטנה יארן, דאס איז ישיבות פאר בעלי תשובה, אבער הערשט דארט קומט נאר אריין דער וואס וויל באמת טוישן זיין לעבן.

בקיצור, איך בין קלאר מסכים צום 'מציאות' פון גאר קאלטע בחורים רח"ל
די שאלה איז נאר וואס איז די עצה (און פון וואו שטאמט דער פראבלעם)
איז דאס די ישיבה פראבלעם,
אדער אז ביי טייל פון אונז איז אונזער גאנצע אידישקייט, איז געבויט אויף אן אופן ווי מיר רח"ל בעטן איבער אונזערע קינדער פארן זיין אידן חלילה און זיכן צו מאכן מער עקסיידינג און ווייניגער פרעשור, וואס דאס איז פארשטייט זיך נאר ביי איינער וואס האט נאכנישט געהאט די זכי' טועם צו זיין מנועם עריבות מתיקות התורה והעבודה.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”