איך מיין אז אין די נושא זענען די קהל'ישע ישיבות א ישועה, זיי וועלן אפילו אן די עלטערן'ס וויסן (אויב נישט שייך אנדערש) העלפן די בחורים מיט בויען, באקן העלפן די קעכער, העלפן די חסידות קאמפעני און געבן אן ארבעט ביי אן אחריות'דיגע בעה"ב. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט די נאמען פון די ישיבה
אזוי איז געווען אין די קהלישע ישיבה ווי איך בין געווען, אבער ווען איך בין דארט אנגעקומען איז שוין פון יארן פריער "אלעס" געווארן אוועקגענומען פון די בחורים.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
אין איינער וואס האט אחריות, האט אחריות צוענדיגן דעם שיעור אין זיך אלעס פארהערן וואס מען דארף אין קען מסדר זיין גוט ווען מען דארף סיי וועלכע מסיבה/עווענט אין ישיבה
אלס א פלאץ פאר איש את רעהו יעזורו ברענג איך דא אויף א ווייטאגליכע טעמע וואס דער ציל איז נישט צו ווייטאגן נאר צו ברענגען סאלושענס. דבר ידוע לכל. עס איז א סכנה היינט צוטאגס פאר א בחור, פון די 15 ביז די 20, וואס זיין קאפ איז נישט פארנימען מיט לערנעןצו זיין 'אין' ישיבה יעדער וואס ליינט דא ווייסט פון 1 אדער 2 בחורים וואס זענען קליא געגאנגען צוליב זיין 'אין' ישיבה אויב האט ער נישט געהאלטן ביים לערנען. לעצטענס געהערט האר אויפשטעלענדע מעשיות וואס רייסט ביים הארץ. רוב מאל קען מען נישט אפילו אנווייזן 'ווער' פון די סטעף איז שוךדיג. אבער דאס איז זיכער אז 'דער' סיסטעם איז נישט גוט. וואס איז די עצה ?
עס איז דא א סאך וואס א ישיבה קען טוהן כדי דאס צו פארערכטן. די פראבלעם איז אז די ישיבה סיסטעם איז געבויעט ארום לערנן און נאר דארך דעם קען מען מעסטן א בחור. די רגע וואס א בחור האט נישט די כשרון אדער געדולט וואס פארלאנגט זיך פאר לערענן פאלט ער ארויס פון די סיסטעם און ער פילט זיך געקלאפט. די פילינג פון זיין געקלאפט און דאס נישט זיין קאנעקטעג צו די סיסטעם ברעגט א בחור זאל ארויס פאלען פון די סיסטעם.
כדי דאס צו קענען פארעכטן מוזן מיר קודם כל פראבירן אויסצוגעפינען וואס די ישיבות קענען טוהן אז די בחור מיט די שוואכערע כשרון אדער אן געדולט זאך יא קענען מיט האלטן און זיין מאטאווירט צו זיין א חלק פון די ישיבה, און דערנאך ברויך מען זען וואס די ישיבות קענען טוהן אז די בחורים זאלן נאך אלס זיך פילען ווי א "ישיבה בוכער" אפילו ער לערנט נישט 12 שעה מעת לעת.
די פאקט איז אז רוב ישיבות ווילען נישט דילען מיט די בחור וואס עס ווייזט זיך ארויס אז ער האט א שוואכע כשרון, דאס לעניות דעתי איז נישט גערעכט און נישט יושר. האסט אנגענומען א בחור אין ישיבה, דיעל מיט אים און פראביר צו טוהן וואס די קענסט אז ער זאל מצליח זיין. אבער מען קען נישט טוישען די סיסטעם, און פאר די פראבלעם איז דא היינט א סאך פיינע קלענערע ישיבות וואס דיעלען יא מיט די זאכן, די עלטערן דארפן נאר זיין גענוג אפען און אמת'דיג מיט זיך אליינס צו פארשטיין וואס פאר א כלי זיין האבן און גענוג פרי טרעפן די ריכטיגע ישיבה פאר די בחור.
די צווייטע זאך איז אז וויבאלד די ישיבות זענען אוועק געשטעלט אז עס איז נישט דא א וועג וואס א בחור זאל שיינען און ישיבה, אחוץ אויב ער זיצט און לערנט א גאנצער טאג, ממילא אויב גייט ער אריבער א שוועריקייט און ער האט נישט געהאט קיין חשק צו לערנן שפירט ער אויטאמאטיש אז ער איז ארויסגעפאלען און ארויסגעשפיגען פון די סיסטעם. אבער טאמער איז עס א ישיבה וואס האט עקסטרע קאריקולער, אזוי ווי ענגליש, ספארטס, וואקעשענאל טרעינינג, א.א.וו. און דער בחור קען דארטן שיינען וועט ער יא שפירן אז ער האט אן אחוזה און די עולם הישיבות. למשל, אויב דער בחור לערנט און א ישיבה וואס מען שפילט דארטן בעסקעטבאל און דער בחור שיינט ביי בעסקעטבאל, האט ער א סיבה צו קומען און ישיבה און זיך אנשטרענגן צו זיין א חלק פון די ישיבה ווייל ער איז א חלק פון די ישיבה ווען עס קומט צו ספארטס און ער וויל דאס נישט פארלירן, און זוי אויכט ווען ער קומט אהיים וועט ער זאגן אז ער האט געהאט א גוטע טאג אין ישיבה.
ווען ישיבות זאלן ווען האבן א געהעריגער עקסטרע קאריקיולער פראגרעם וואלטן אסאך בחורים זיך געפינען די ארט און געווען א חלק פון די ישיבה סיסטעם.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
איך אין ישיבה קטנה בין געווען באמת א שוואכער בחור א ליידיגייער פאץ וויאזוי דו ווייסט עס רופן און איך פלעג פון צייט צו צייט פרעגן די גוטע בחורים צו איך קען לערנען מיט זיי פופצען מינוט קיינער האט נישט געהאלטן ביים לערנען מיט מיך היתכון איך גיי לערנען מיט די שוואכער בחור בקיצור וואס איך פרוביר ארויסצוברענגען איז אז די גוטע שארפע קעפ האבן אראפגעקוקט אויף די שוואכער בחורים אונז האבן ממש געפילט rejected איך האלט אז דאס איז א חלק פון די פראבלעם פארוואס די נישט בעסטער לערנערס פאלן אין ישיבה ווייל מען פילו rejected מקוקט דיך געהעריג אראפ די מינוט די קענסט נישט לערנען האסטו נישט קיין טראפ ייודישקייט און זיך די איינציגסטער סיבה וויאזוי איך האב דורכגעשוויצט די פאר יאר איז געווען ווייל איך פלעג ברענגן אסאך עסן צו ישיבה צו פארקויפן און ברוך השם זאכן האבן זיך פארקויפט די איינציגסטער פראבלעם איז געווען אז עס איז געווען אקעגן די תקנות צו מאכן ביזנעס און ישיבה און מען פלעגט מיך אריינרופן פון צייט צו צייט און סטראשענען צו אוים ערן טוהן די זאכן וואס באלאנגט נישט פאר בחורים א בחור׳ס קאפ דארף ליגן נאר און לערנען. ווען די ישיבות לאזן ווען בחורים זיך הייבן אביסל צו מיט בינדען ספרים צו פארקויפען עסן און אזוי ווייטער וואלטן אזויפיל בחורים מער מצליח געווען און מען דארף אויפקלערן די גוטע עילוישע בחורים נישט אראפצוקוקען אויף די שוואכער בחורים ווי א גארנישט
איך בין געגאנגען ארבעטן ביי די 19 און איך פלעג טרעפן אסאך חברים און זיי פלעגן מיר רודהפען גיי טרעף דיך א ישיבה קיינער גייט דיך נישט וועלן פאר א איידעם וכדומה .מען דארף לאזן בחורים ארבעטן סך הכל ווערט ער א מענטש וואס ווייסט וויאזוי אויפצושטיין האבן א עול פון זיין אויף צייט אוועקלייגן געלט די ארבעטס בחורים דארף מען די ערשטע כאפן פאר א איידעם איינער וואס ווייסט what life is all about
אפשר האסטו זיך אנגעהויבן דרייען אין אן אנדערע סביבה, און האסט באשלאסן אז די סביבה האט זיך געטוישט...
פון וואס איך זעה איז פילע פון די היינטיגע "חסידישע שטיפערס" בפרט ישיבה גדולה, קומען אן צו שלעכטס אויף א מבהילדיגע אופן. עס איז פשוט אזוי גרינג היינט אז אויב ביסטו נישט באמת סטימיולעיטעד און די האסט נישט קיין פילע טאג דאן איז כמעט אוממעגליך נישט אנצוקומען אהין. נאר איינמאל דארפסטו דיך אנשטויסן דערין און דיין ליידיגע פוסטע טאג וועט אנהייבן מאנען זיינס.
איך זאג עס נישט אלץ א כלל, אבער פון וואס איך האב געזעהן האב איך זייער מורא אז דאס איז די סיטואציע.
די בעסטע עצה פארן בחור איז צו לערנען און זיין פארנומען מיט לימודים שליבו חפץ, אינטרעסאנטע גמרות אגדתא'ס און מדרשים, אינטרעסאנטע הלכה ספרים, איך אלץ בחור בין איך נישט געווען פון די מצויינים אבער א יודע ספר האב איך געהייסן צוליב דעם וואס איך האב ליבגעהאט צו לערנען די אינטרעסאנטע אגדתא'ס, פון רבה בר בר חנא'ס שרעקעדיגע געשיכטעס ביז די ארבעה נכנסו לפרדס, אונז האבן געהאט אין ישיבה א שיינע אוצר הספרים מיט אסאך אינטערעסאנטע ספרים, הפך בה והפך בה דכולא בה
איך בין מיט דיר אז פאר געוויסע דארף מען נאר בקיאות, אבער פארוואס דארף מען טוישן שיעור עיון? די ווייסט וויפל בחורים זיצן אין קנאקן שטיקער? לא אלמן ישראל… סאיז דא פון אלע מינע
איך ווייס נישט ווי די האסט געלערענט, אבער ביי אונז אין ישיבה זענען געווען געניג בחורים וואס האבן גערידערט א בית המדרש יעדן פארמיטאג. פארשטייצעך, געווען וואס האבן גערידערט אין קאווע צימער און ביי די ווענדיג מאשינס, געווען וואס האבן ליידער געהאט סמארטפאונס אין זייער בעק טאש, עס מיינט אבער נישט די עקזיסטינג ישיבה סיסטעם דארף זיך סטאפן. מדארף צולייגן נאך זאכן פאר די שוואכערע.
איך בין מיט דיר אז פאר געוויסע דארף מען נאר בקיאות, אבער פארוואס דארף מען טוישן שיעור עיון? די ווייסט וויפל בחורים זיצן אין קנאקן שטיקער? לא אלמן ישראל… סאיז דא פון אלע מינע
ווייסעך. מיט "טוישן" האב איך געמיינט צו זאגן אז "עיון" זאל נישט זיין די main סדר, און זאל נישט זיין פאר all.
איך בין מיט דיר אז פאר געוויסע דארף מען נאר בקיאות, אבער פארוואס דארף מען טוישן שיעור עיון? די ווייסט וויפל בחורים זיצן אין קנאקן שטיקער? לא אלמן ישראל… סאיז דא פון אלע מינע
ווייסעך. מיט "טוישן" האב איך געמיינט צו זאגן אז "עיון" זאל נישט זיין די main סדר, און זאל נישט זיין פאר all.
קוק אהער. מיין ארעמע מיינונג אין דעם ענין איז אז עיון דארף יא זיין דער עיקר. אויב וועלן די קעכערס און עסן פארקויפערס ווערן דער עיקר און שיעור עיון וועט ווערן אזא יא יא ניין ניין וועלן קיין מציונים מער נישט זיין. נאר וואס דען, מען דארף זיך אנהייבן רעכענען מיט די וואס ״קענען נישט״ (נישט מיט די וואס ״ווילן נישט״ פארשטייט זיך אז די וואס ווילן נישט דארפן אויך א ישיבה מיט א מסגרת, אבער זיי דארפן קודם כאפן אפאר פעטש פאר נישט וועלן…)
הכלל, די פראבלעם אין די ישבות איז אז סהאט איין רעסעפי פאר אלע, מען קען נישט בלעמען די ראשי ישיבות, נישט יעדער איז געמאכט פאר אלעס, נאר וואס יא, דער עיקר דארף זיין לערנען, און לערענען פלייסיג, עיון, און פאר די וואס קענען נישט/ווילן נישט, פאר זיי דארף מען מאכן פרישע זאכן. זיי דארף מען זיכער מאכן פארן נישט מיט מיטן שטורעמישן ווינט אויף די גאס.