דער ענין וואס איך וויל אייך דא שרייבן איז זיכער נישט עפעס וואס קען אויסגעשמועסט ווערן ברבים און אודאי נישט אויף א פלאטפארמע ווי אייער אפענע חינוך פאנעל ווייל דאס איז פון די ענינים וואס הצניעות יפה להם, אויך ווייס איך נישט וויפיל עס איז שייך צו טוהן דערוועגן אויב עפעס בכלל, פון דעסטוועגן וויל איך עס ברענגען צו די ליכטיגקייט פון אייערע אויגן (איך בין זיכער אז דאס איז נישט קיין נייעס פאר אייך) כולא האי ואולי, אפשר וועט אפילו נאר פאר איין איד ארויסקומען עפעס א טובה דערפון.
איך הייב אייך דא אן צו פארציילן א טרויעריגע מעשה ווי איך וועל גאר אין קורצן אראפ לייגן מיין לעבנס געשיכטע אויף וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר דעם ענין וואס איך וויל ארויס ברענגען, איך וועל עס פראבירן ארויס צוברענגען אויפן איידלסטן אופן מעגליך דעריבער וועל איך מוזן מגלה זיין טפח און מכסה זיין טפחיים.
וזה החלי בסייעתא דשמיא: איך בין היינט צוטאגס א דורך שניטליכער אינגערמאן אין די מיטעלע דרייסיגער יארן, איך גיי אין ביהמ"ד דאווענען דריי מאל א טאג איך האב א דזאב איבערן טאג פון וואס איך ברענג אהיים א דורך שניטליכע פרנסה, בקיצור אויסערליך זעהט נישט אויס ווי איך בין עפעס אנדערש פון א צווייטן (איך ווייס אויך נישט וואס יענעמס נארמאלע געשטעל באהאלט אונטער זיך, ממילא קען זיין איז איך בין טאקע נישט אנדערש פון א צווייטן).
אין מיינע קינדער יארן בין איך געגאנגען געהעריג אין חדר אבער זיך זייער שטארק געמוטשעט מיט עברי, איך האב פשוט נישט מצליח געווען מיטן אויף כאפן די עברי אין די צייט וואס אלע אנדערע קינדער אין די קלאס האבן עס יא געהעריג אויף געכאפט, דאס האט מיר גורם געווען צו פאררעכנט ווערן אלס די שוואכסטע אינגל אין קלאס און אלס די שוואכסטע מיטגליד אין מיין משפחה, איך בין גאר אסאך פארשעמט געווארן ברבים, דורך מיינע רבי'ס אין קלאס, דורך מיין מנהל ביי פארהערן, דורך מיין טאטע אינערהיים און אין ביהמ"ד און דאס האט פארשטייט זיך אויך גורם געווען אז אנדערע קינדער זאלן זיך שפירן בארעכטיגט מיך צו טשעפענען באונס וברצון במזיד ובשוגג, צום ביישפיל, ווען מ'האט אמאל געשפילט חדר כאשט וואס מ'האט נישט באמת געלערנט קיין עברי אין די שפיל-חדר איז אבער מיין חלק פונעם שפיל געווען אז די רבי שרייט מיך אן (און אויב האב איך נישט מיט געשפילט וואלט איך בכלל נישט געהאט קיין חלק אינעם שפיל דעריבער האב איך בוחר געווען הרע במיעוטו כאטשיג צו קענען שפילן מיט חברים) און פארשטייט זיך וואס האט דער רבי אינעם שפיל געשריגן אויף מיר, פארשייט זיך איבער מיין עברי פראבלעם, דער אינגל האט מסתמא נישט געמיינט קיין שלעכטס אבער נישט טראכטנדיג פון יענעמס געפילן האט ער עס געמאכט אויסזעהן אזויווי אין אונזער קלאס באמת.
דער סארט באנעמונג האט מיר גורם געווען אז איך האב זיך געשפירט כמעט אום בארעכטיגט צו שפילן מיט אנדערע קינדער סיי אין חדר סיי אין ביהמ"ד ווי אויך אין קאנטרי, פארוואס זאל דען א אינגל וואס קען יא עברי מסכים זיין צו שפילן מיט א אינגל וואס קען נישט קיין עברי (קיינער האט דאס נישט געזאגט אבער אזוי האב איך געשפירט).
איך האב זיך געשפירט זייער איינזאם און זוכנדיג עפעס סיפוק אין מיין לעבן, האט מיין אומשולדיג אינגע צוקלאפטע נשמה געטראפן עפעס מיט וואס צו פארנעמען די צייט בעת ווען אנדערע קינדער שפילן מיט חברים, און דאס איז געווען פשוט זיך שפילן מיט זיך אליינס, אויב האב איך נישט קיין חברים וועל איך אליינס ווערן מיין בעסטע חבר, איך פלעג זיך איין שפארן אין בית הכסא פאר לאנגע צייט אפשניטן און פשוט זיך שפילן מיט מיין אייגענע קערפער, געמיינט האב איך אז איך בין געווארן מיין בעסטע חבר אבער גאר ווייניג האב איך דעמאלט געוויסט אז דאס איז מיר גורם צו ווערן מיין גרעסטע שונא.
דאס זענען געווען די קערנדליך וואס האבן אנגעזייט א ביטערע געוואוינהייט [אדיקשאן בלע"ז], מיט די צייט איז זיך דער אדיקשאן מער און מער צו וואקסן און אנגעהויבן פארלאנגען פון מיר מער און מער, עס איז שוין נישט געווען נאר מיט מיר אליינס נאר זיך דרייענדיג אזוי פיל בין כותלי בית הכסא האב איך צוביסלעך אנגעהויבן באקומען חברים אויך, עס איז אין מיינע אויגן דעמאלט געווען ממש א ישועה, עס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב געשפירט אז איך האב חברים וואס זענען אינטערעסירט אין מיר, נישט אז זיי טוען מיר א גאנצע טובה אז זיי לאזן מיר שפילן מיט זיי, איי איך האב דאך געשפירט אז איך טוה אן עבירה האבן מיר אבער מיינע מחשבות זיך געלאזט איין רעדן אז איך בין נאך אינג און ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך עס אויסוואקסן, למעשה איז דאס פארקערטע געווען די אמת, ווי עלטער איך בין געווארן איז די אדיקשאן נאר מיט געוואקסן און מיך אפילו איבערגעוואקסן, עס האט פראגרעסירט גאר שטארק ביז איך האב אנגעהויבן שפירן אז איך מוז אויף הערן, איך בין דאך ממש א גוי, איך בין עובר אויף שרעקליכע איסורים און איך מוז ברענגען אן עק דערצו.
מיט דעם האט זיך אנגעהויבן גאר שווערע פיינפולע יארן ווי איך בין פשוט געפארן אויף א ראלי קאסטער, יעדע שטיק צייט מיט פרישע קבלות טובות און ווען די קבלות האבן נישט געארבעט האב איך מקבל געווען אויף זיך גאר הארבע קנסות און עונשים, תעניתים, צדקות, קאלטע מקוואות, שעות רצופות וכו' וכו' אבער ליידער האב איך געהאלטן אין איין צוריק אראפ טראסקען, וויפיל מאל איך האב שוין געהאלטן ביים זיך מייאש זיין און אויף געבן אינגאנצן האט מיין געוויסן ביסן מיך נישט געלאזט ממילא האב איך נאך אמאל און נאך אמאל פראבירט זיך אויף צוהייבן מאשפות און זיך געטרייסט אז עס איז נאך אלץ ענדערש צו פארן אויפן ראלי קאסטער ווי אראפ צו פאלן פונעם ראלי קאסטער און זיך צוברעכן אלע ביינער, און דאס איז טאקע אמת אבער איך זעה נישט די ליכטיגקייט ביי די ענד אוו די טאנעל, און היות איך האב נאך דעמאלט נישט פארשטאנען צו מיין אדיקשאן האב איך זיך אלעמאל איינגערעדט אז איך בין שולדיג און די סיבות צו מיינע ירידות זענען פשוט ווייל מיין רצון איז נאך נישט גענוג שטארק און אזוי זענען מיינע עליות וירידות און אפשר גאר מער ירידות ווי עליות אנגעגאנגען פאר לאנגע יארן ווען דורך אויס די יארן האב איך דורך געשטופט די ישיבה יארן און חתונה געהאט און אויף געשטעלט א שטוב מיט 5 קינדערליך קע"ה, אבער מיין לעבן מיט די סארט אדיקשאן איז גאר גאר ביטער.
ב"ה היינט צוטאגס האט דער בוכ"ע רחמנות געהאט און איך האב געטראפן הילף פאר מיין אדיקשאן און בעזהשי"ת וועל איך זיך נאך איין טאג אינגאנצן ארויס זעהן דערפון.
היות איך שפיר אז די שורש פון מיינע פראבלעמען איז געווען מיין עברי פראבלעם, דעריבער שרייב איך דאס צו אייך, אפשר האט איר א מהלך דאס אויפמערקזאם צו מאכן פאר די מלמדים און אפשר אפשר וועט אמאל מעגליך זיין צו ראטעווען אפילו נאר איין אידישע נשמה זאל נישט דארפן אן קומען צו דעם און דורך גיין דעם ביטערן גיהינום און דאס וועט זיין א שטיקל תיקון פאר מיין נשמה.