די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

Ozd האט געשריבן:
כיהודה ועוד לקרא, מ'דארף טוישן די "שיעור עיון" סדר, און אריינברענגען א געשמאק פון בקיאות.

די שיעור עיון איז א תועלת בלויז פארן מגיד שיעור, פאר זיין כבוד, פאר זיין ספר וכו'.

ס'שאד אז אין די בעסטע שעות אין טאג האבן רוב בחורים אין ישיבה קיין געשמאק.
ח"ו אוועקצונעמן סדר עיון. פארוואס לאזן אסאך בחורים ליידן מ'זאל זיי אוועקנעמן זייער רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע הנאה פוו א שטיקל עיון? ער מיז דאך אויך לעבן. ער לעבט נישט פון באל אדער קאכן. ער לעבט און ענדזשויט א רשב"א אדער א רבי חיים.
די ציל איז צוצולייגן אז ווער נישט זאל האבן וואס יא. נישט אוועקצונעמן.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
בארג קריכער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:12 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארג קריכער »

איז ביי די ליטווישע ישיבות אויך דא די פראבלעם?

איך מיין אז נישט. עטליסט נישט אזוי ווי ביי אונז.

דאן פארוואס איז עס ביי אונז מער??
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

בארג קריכער האט געשריבן:
איז ביי די ליטווישע ישיבות אויך דא די פראבלעם?

איך מיין אז נישט. עטליסט נישט אזוי ווי ביי אונז.

דאן פארוואס איז עס ביי אונז מער??
הונדערט פראצענט אז ס'איז דא די פראבלעם דארט אבער טאקע אביסל ווייניגער ווייל זיי שטעלן יא צו עפעס.. כמעט יעדע ליטפישע ישיבה האט א פלאץ און צייט אין טאג מיחוד צו שפילן באל עקסערסייז וכדו'
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

ביי זיי איז דא אפאר חילוקים.

דער שוואכער אין לערנען פאלט גלייך ארויס

דער שוואכער אין לערנען האט גרינגער ווי צו גיין. מער אפשענס

דער שוואכער גייט שנעלער אין גאס און איז א פראבלעם פון בחורים אין גאס. און איז בכלל נישט מער אין ישיבה
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

פון די אנדרע זייט, איז חוץ פון די פאר שוואכע וואס פאלן ארויס, בלייבן זיי איבער מיט א גרויסע צאהל שטארקע לערנערס....
און איך מיין א גרעסערע פראצענט ווי ביינונז...
און פארגעס נישט אז זיי האבן נישט חתונה אזוי יונג..
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
Mountain Biker
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:14 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mountain Biker »

גראדע שכל האט געשריבן:

דארף מען אפלערנען פארוואס ביי זיי איז די מצב בעסער.
און דאס אימפלעמענטן ביי אונז.
זומער וואקאציע Colorado - Utah
[email protected] . http://www.AlpineTravelny.com

Mountain Biker האט געשריבן:

איך מיין אז ביי זיי איז תורה א גרעסערע עיקר!!
די טאטעס געבן עס אריין פאר די קינדער מדור דור ..
זיי לעבן מיט דעהם אויף גאר א שטארקע אופן, מפילעוועט אויף תורה מיט אן אמת... די קינד פילט אז די טאטע איז ערנסט..
און די בחור פארשטייט אז דוס איז די עיקר... און אז פאצן און ישיבה מיינט א פעליער...

און אנדערע ווערטער.

מברויך ארבעטן אויף די טאטעס, אפשר מאכן א קינוס.
זומער וואקאציע Colorado - Utah
[email protected] . http://www.AlpineTravelny.com
אוועטאר
שפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

מיין איך אז די קעפל איז מיסליעדינג.
מילא "דער פראבלעם מיט די 1 סייז פיט אלל ישיבה סיסטעם" אא"ו, אבער די "סכנה" פאר "בחורים" אין ישיבות?
אפשר "די סכנה פאר די נשמה אראפצוקומען אויף דעם עולם"

זענען מיר און גלות און די גאנצע לעבען איז נאכאנאנדע נסיונות
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
די בעסטע עצה פארן בחור איז צו לערנען און זיין פארנומען מיט לימודים שליבו חפץ, אינטרעסאנטע גמרות אגדתא'ס און מדרשים, אינטרעסאנטע הלכה ספרים,
איך אלץ בחור בין איך נישט געווען פון די מצויינים אבער א יודע ספר האב איך געהייסן צוליב דעם וואס איך האב ליבגעהאט צו לערנען די אינטרעסאנטע אגדתא'ס, פון רבה בר בר חנא'ס שרעקעדיגע געשיכטעס ביז די ארבעה נכנסו לפרדס,
אונז האבן געהאט אין ישיבה א שיינע אוצר הספרים מיט אסאך אינטערעסאנטע ספרים, הפך בה והפך בה דכולא בה
דאס איז א עצה פאר א געוויסן סעגמענט, פאר רוב אינטרעסירט נישט די זאכן, לויט ווי עס זעהט מיר אויס.

און פון די אנדערע זייט איז זיצן און האקן שטיקער בעיון, זיכער די בעסטע הצלה פאר אלע מעגליכע פראבלעמען, אזוי ווי עס שטייט שוין איבעראל. נאר נישט יעדער איז געמאכט פאר דעם אויך נישט.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איינער וויל דא מאכן א רעוואלוציע!!!

ער איז גערעכט מ'דארף מאכן א רעוואלוציע, אויפקלערן עלטערן אז די ישיבות קענען נישט איבערקנעטן א טייג, זיי קענען (קוים) אנהאלטן א גוט געקנאטן טייג עס זאל זיך קענען באקן.

דעריבער טייערע עלטערן נעמט אין אכט, זייט אייך מייאש אז די ישיבה זאל נעמען אייער מגושם'דיגער מפונק'דיגער אומערצויגענער בחור, און מאכן פון אים א לייט!

פאנגט אן צו לעבן אביסל א העכערן לעבן, געבט אריין אין אייערע קינדער א געשמאק אין תורה און מצוות, זייט אייך אביסל פורש פון אלע היינטיגע תאוות, שטעלט די שטוב אויף די ריכטיגע רעלסן, וועט די ישיבה האפענטליך קענען ווייטער פירן אייער בחור צום תכלית.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

ארשיווער ראש הקהל האט געשריבן:
בארג קריכער האט געשריבן:
איז ביי די ליטווישע ישיבות אויך דא די פראבלעם?

איך מיין אז נישט. עטליסט נישט אזוי ווי ביי אונז.

דאן פארוואס איז עס ביי אונז מער??
הונדערט פראצענט אז ס'איז דא די פראבלעם דארט אבער טאקע אביסל ווייניגער ווייל זיי שטעלן יא צו עפעס.. כמעט יעדע ליטפישע ישיבה האט א פלאץ און צייט אין טאג מיחוד צו שפילן באל עקסערסייז וכדו'
און יענעם'ס שטוב איז אויך דא ווייניגער פראבלעמען ווי אין דיין שטוב

וואס פאלט איין אז דארט איז עס ווייניגער
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

די פאקט איז אז מער פראצענט ליטווישע בחורים זיצן און קנאקן אריין שעות על גבי שעות גמרא בעיון.
דאס איז א פאקט וואס מקען זיך נישט קריגן.
דעיס מיינט נישט אז די ליטווישע זענען בעסער אויוויר אלל... אויף דעים קען מען זיך טענ'ן...
אבער און דעי חלק, יא.
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

גראדע שכל האט געשריבן:
די פאקט איז אז מער פראצענט ליטווישע בחורים זיצן און קנאקן אריין שעות על גבי שעות גמרא בעיון.
דאס איז א פאקט וואס מקען זיך נישט קריגן.
דעיס מיינט נישט אז די ליטווישע זענען בעסער אויוויר אלל... אויף דעים קען מען זיך טענ'ן...
אבער און דעי חלק, יא.
ביי זיי איז לערנען מיט טון אנדערע זאכן נישט קיין סתירה, דאס אז ער לערנט צייגט ווייט נישט אויף זיין ערליכקייט, אויך נישט אויף וואס ער טוט ביינאכט וכו'

וויל זיין גוט האט געשריבן:

קען זיין...
אבער דאס ווייזט נאכאלטס אז מקען אריינברענגען אהבת תורה פאר נישט נאר די גרויסע מציונים, נאר אויך פאר די עוורידזש בחור.
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
איינער וויל דא מאכן א רעוואלוציע!!!

ער איז גערעכט מ'דארף מאכן א רעוואלוציע, אויפקלערן עלטערן אז די ישיבות קענען נישט איבערקנעטן א טייג, זיי קענען (קוים) אנהאלטן א גוט געקנאטן טייג עס זאל זיך קענען באקן.

דעריבער טייערע עלטערן נעמט אין אכט, זייט אייך מייאש אז די ישיבה זאל נעמען אייער מגושם'דיגער מפונק'דיגער אומערצויגענער בחור, און מאכן פון אים א לייט!

פאנגט אן צו לעבן אביסל א העכערן לעבן, געבט אריין אין אייערע קינדער א געשמאק אין תורה און מצוות, זייט אייך אביסל פורש פון אלע היינטיגע תאוות, שטעלט די שטוב אויף די ריכטיגע רעלסן, וועט די ישיבה האפענטליך קענען ווייטער פירן אייער בחור צום תכלית.
שפתים ישק
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע:חק"ס שטיבל

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

מען דארף פארברייטערן די חק"ס שטיבל

די קאך דארף אריינעמען מער בחורים הילף

מגידי שיעור שיקן מען בחורים מאכן קאוועס

ספרים בינדון שטיבל פארגרעסערן
---
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

גראדע שכל האט געשריבן:
די פאקטאיז אז מער פראצענט ליטווישע בחורים זיצן און קנאקן אריין שעות על גבי שעות גמרא בעיון.
דאס איז א פאקט וואס מקען זיך נישט קריגן.
דעיס מיינט נישט אז די ליטווישע זענען בעסער אויוויר אלל... אויף דעים קען מען זיך טענ'ן...
אבער און דעי חלק, יא.
איך זיך שוין לאנג ווי אזוי מען מאכט פאקטען
לאזט מיר אייך קלאר מאכען, איך בין שטארק באקאנט מיט די ליטווישע וועלט, מיר דארפען זיך גארנישט שעמען, די ווייסט נישט וואס עלטערן וויינען דארטן צאם

#יענעמס גראז איז גרינער
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

לעמאן סאדע האט געשריבן:
מען דארף פארברייטערן די חק"ס שטיבל

די קאך דארף אריינעמען מער בחורים הילף

מגידי שיעור שיקן מען בחורים מאכן קאוועס

ספרים בינדון שטיבל פארגרעסערן
---
אלעס איז לאטעס אויף לאטעס און דער פראבלעם וועט קיינמאל זיך נישט ענדיגן, עס איז אויך א סכנה פאר א בחור וואס ווען נישט די אלע באשפעטיגונג וואלט ער נאך זיך אנגעשטרענגט אביסל מער.

אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי שארף, מ'דארף מחנך זיין די בחורים אין שטוב פון קליינווייז אן צו א לעבן פון טראגן אן עול, לעבן מיט א ציל, א תכלית, גרייטקייט זיך צו פלאגן אויף די וועלט וכו' וכו'
אם לא עכשיו אימתי
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
איינער וויל דא מאכן א רעוואלוציע!!!

ער איז גערעכט מ'דארף מאכן א רעוואלוציע, אויפקלערן עלטערן אז די ישיבות קענען נישט איבערקנעטן א טייג, זיי קענען (קוים) אנהאלטן א גוט געקנאטן טייג עס זאל זיך קענען באקן.

דעריבער טייערע עלטערן נעמט אין אכט, זייט אייך מייאש אז די ישיבה זאל נעמען אייער מגושם'דיגער מפונק'דיגער אומערצויגענער בחור, און מאכן פון אים א לייט!

פאנגט אן צו לעבן אביסל א העכערן לעבן, געבט אריין אין אייערע קינדער א געשמאק אין תורה און מצוות, זייט אייך אביסל פורש פון אלע היינטיגע תאוות, שטעלט די שטוב אויף די ריכטיגע רעלסן, וועט די ישיבה האפענטליך קענען ווייטער פירן אייער בחור צום תכלית.
די אשכול איז געמאכט פאר עצות וואס מען קען "יא" טון. למעשה איז מען שוין אומגעקומען מיט א שיינע פאר עצות. סתם זאגן אז די עלטערן זאלן זיך מייאש זיין איז בכלל נישט קיין עצה.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
איינער וויל דא מאכן א רעוואלוציע!!!

ער איז גערעכט מ'דארף מאכן א רעוואלוציע, אויפקלערן עלטערן אז די ישיבות קענען נישט איבערקנעטן א טייג, זיי קענען (קוים) אנהאלטן א גוט געקנאטן טייג עס זאל זיך קענען באקן.

דעריבער טייערע עלטערן נעמט אין אכט, זייט אייך מייאש אז די ישיבה זאל נעמען אייער מגושם'דיגער מפונק'דיגער אומערצויגענער בחור, און מאכן פון אים א לייט!

פאנגט אן צו לעבן אביסל א העכערן לעבן, געבט אריין אין אייערע קינדער א געשמאק אין תורה און מצוות, זייט אייך אביסל פורש פון אלע היינטיגע תאוות, שטעלט די שטוב אויף די ריכטיגע רעלסן, וועט די ישיבה האפענטליך קענען ווייטער פירן אייער בחור צום תכלית.
אוי ביסטו גערעכט, ס'שוין צייט איינצוזעהן אז אין הדבר תלי אלא בי!
קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז די ישיבה און די מוסדות וועט מחנך זיין און אויסמענטשלען אינזערע קינדער.
אבער למעשה דא רעדט מען אפילו טאקע פון גוטע בחורים, וואס די יעצטיגע מהלך אין ישיבות מאכט אז עס זאל זיי אויסברענען, אן קיין חיות פארן סדר היום,
וואס קען א טאטע טוהן?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

מסתמא האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:
עצה נא.1
ישיבות זאלן מאכן א פלאץ און צייט ווען בחורים קענען זיין פארנימען מיט כשר'ע אקטיוויטעטן וואס א בחור האט סייווי ליב צו טוען, למשל צוזאמשטעלן פורניטשער, און דער בחור באקומט פוינטס לויט וויפיל ער שטעלט צו פאר'ן אויבערשטן קען ער דארט פארברענגען.
למשל 2 שעה לערנען. = איין שעה אקטיוויטי.
פארוואס די בחורים קאכן נישט און רוימען נישט די ישיבה פאר א געלט אפצאל (ווייניגער ווי דעם גויאישן ארבעטער) איז מיך פלא
פארוואס רוב מסיבות אין רוב ישיבות ווערן נישט ציגעשטעלט און באשטעלט דורך די בחורים איז מיך א פלא

סאיז אלעס איינס און די זעלבע קולטור, מ'וואקיום פעקט די בחורים, מציעט ארויס יעדעס ביסל אקסידזשען און רוח חיים (שלא בכוונה) פון די ישיבה ווענט.
ניין, נישט יעדער האלט ביים לערנען. און ניין, די היינטיגע ישיבות שטייען נישט צוליב לערנען.. נאר צוליב אוועקהאלטן די בחורים פון די גאס.
סאיז א לענגערע נושא אבער כמיין אז פון די קדושת ציון'ס זצ"ל'ס ווערטשאפט בימים ההם קען מען לערנען אויף היינטיגע טעג, אנגעהויבן פון די בחורים'ס שיין מאכן די סוכה און אריבער צו די קאזאקן ביי די רבישע חתונות.. סאיז געווען דארטן א רוח חיים. אין גאליציע האט מען אמאל נישט געהאלטן פון ישיבות, וואס האט זיך געטוישט? פשוט, די ישיבות איז א רוחניותדיגע בעיביסטיטינג!!!
מקען מסכים זיין דערמיט.. מקען זיך דינגען דערויף.. די פאקט גייט זיך נישט טוישן.. אוואדע דארף מען לערנען! אבער ווען משטיפט דארטן אריין 90 פראצענט בחורים דארף דאס פלאץ זיין ציגעשטעלט פאר כאטשיג 80 פראצענט פון זיי און סאיז ווייט נישט..
האט מיר טאקע שטארק געבאדערט אריבערצופארן א ישיבה, און געזעהן ווי בחורים שמיעסן אינדרויסן, שטיפען צייט, בשעת ווען צוויי גוים בויען אויף די סוכה פאר די ישיבה.
עס מאכט דאך נישט קיין סענס? האסט בחורים געב זיי צו טוהן.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

ניינער האט געשריבן:
Ozd האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:
Ozd האט געשריבן:
כיהודה ועוד לקרא, מ'דארף טוישן די "שיעור עיון" סדר, און אריינברענגען א געשמאק פון בקיאות.
מדארף ׳נישט טוישן׳ גארנישט. מדארף צולייגן זאכן פאר די וואס פארנעמען נישט.

איך בין מיט דיר אז פאר געוויסע דארף מען נאר בקיאות, אבער פארוואס דארף מען טוישן שיעור עיון? די ווייסט וויפל בחורים זיצן אין קנאקן שטיקער? לא אלמן ישראל… סאיז דא פון אלע מינע
ווייסעך. מיט "טוישן" האב איך געמיינט צו זאגן אז "עיון" זאל נישט זיין די main סדר, און זאל נישט זיין פאר all.
קוק אהער.
מיין ארעמע מיינונג אין דעם ענין איז אז עיון דארף יא זיין דער עיקר. אויב וועלן די קעכערס און עסן פארקויפערס ווערן דער עיקר און שיעור עיון וועט ווערן אזא יא יא ניין ניין וועלן קיין מציונים מער נישט זיין.
נאר וואס דען, מען דארף זיך אנהייבן רעכענען מיט די וואס ״קענען נישט״ (נישט מיט די וואס ״ווילן נישט״ פארשטייט זיך אז די וואס ווילן נישט דארפן אויך א ישיבה מיט א מסגרת, אבער זיי דארפן קודם כאפן אפאר פעטש פאר נישט וועלן…)

הכלל, די פראבלעם אין די ישבות איז אז סהאט איין רעסעפי פאר אלע, מען קען נישט בלעמען די ראשי ישיבות, נישט יעדער איז געמאכט פאר אלעס, נאר וואס יא, דער עיקר דארף זיין לערנען, און לערענען פלייסיג, עיון, און פאר די וואס קענען נישט/ווילן נישט, פאר זיי דארף מען מאכן פרישע זאכן. זיי דארף מען זיכער מאכן פארן נישט מיט מיטן שטורעמישן ווינט אויף די גאס.
אגרי.
און בנוגע צי די וואס ווילן נישט דארפן קודם כאפן אפאר פעטש פאר נישט וועלן, טובה מרדות אחת בלבו של אדם יותר מכמה מלקיות [לשון רדוי והכנעה שאדם שם על לבו מאליו. רש"י]. אז דער בחור וועט לערנען אנדערע שיעורים א שטייגער ווי מוסר אדער אגדות חז"ל איז דא א שטארקע שאנס אז המאור שבה יחזרנו למוטב און ער וועט זיך אליין משים זיין על הלב און "יא וועלן" און מיט דער צייט קען זיין אז ער וועט זיך צוריק וועלן אנשליסן אין דעם שיעור עיון סדר.
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

אמאל האט א בחור נישט געלערנט האבער געטראפן מצוות צו העלפן די ישיבה וכדומה ווייל דער משגיח האט פארשטאנען אז נישט יעדער קען און וויל לערנען......
היינט זענען די משגיחים יפה נפש און זיכט נישט צופארשטיין און צוהעלפען א בחור וואס פארשטייט נישט וואס דע ריטב"א נישט צופרידען פון דעם רשב"א במילא וועט דער בחור זיך א עצה געבן מיט אנדערע דרכים
אזוי ווי עס שטייט אין ספר הערוך
בחור: פירוש חיה הדר בישיבה
שברים
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2022 2:48 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שברים »

אך בין נישט אלט
איך בין בלויז עטליכע טעג אינדרויסן פון ישיבה...

טייערע חבר די מצב איז נישט סתם ביטער...

יעדער פון ענק איז געווען אין ישיבה אבער וואס עטס ווייסטס נישט איז אז אין לך יום שאין קלילתה מרובה מחברתה!

יעצט די עלטערע וועלן מסתמא האלטן אז איך רעדט שטותים, די מער אינגערע וועלן האלטן אז איך רעד פון די שוואכע קעפ און אויך אביסל גוזמאות...
אבער די בחורים וואס דרייען זיך דא (יא סאיז דא אסאך...) וועלן מודה זיין צו יעדע ווארט און פארשטיין אז מ'רעדט פון א ריזיגע פראצענט און לאו דווקא שוואכע קעפ!

קודם פאקטן;
א עוורידזש בחור אין ישיבה גדולה קען זיצן אויף שטותים והבלים טעקסט גרופעס וכו וכו און קוים עפנען א ספר מידי שבת ליום טוב, קען זיין סאיז דא וואס לערנען א שעה צויי א טאג אבער האבן ווייטער א ליידיגע טאג און א לויזע לייף סטייל, און סאיז נישט דוקא די שוואכע קעפ... בכלל נישט!

די מער "קאאל" חברה האבן זירא פראבלעם מיט וואטשען גוישע שאוס (וואס האבן יא אדער נישט ראוית אסורות)

אביסל א שוואכרע בחור האט אויף זיין סעלפאון סאושעל מידיע לרחצה

אביסל שוואכער... וד''ל

און ניין די פאר קאטאגאריעס נעמן נישט אריין צען פראצענט נאר קרוב (אדער אמאל מער) ווי האלב ישיבה

איך גיי נישט מאריך זיין דעראין ווייל ס'וועט גארנישט העלפן,
איך וויל נאר ארויסברענגען די נקודה אז ס'איז א פראבלעם און יעצט פארשידענע זאכן וואס מען קען טוישן

א. די מגיד שיעורים זאלן האבן א נאנטע שייכות מיט'ן בחור און דאס מיינט אטאמאטיש קליינע כיתות פון אפשר צוואנציג בחורים.

ב. עס זאלן זיין אין ישיבה פראפעשינעל ווארעמע יונגעלייט וואס זאלן ארומגיין קלאפן אויף פלייצעס געבן חיזוק און זיך אראפלאזן צו בחורים.

ג. עס איז צייט אז ישיבות זאלן האבן ריכטיגע פראפעשענעלס אויף ערענסטערע נושאים און זיך אנהייבן מאכן וויסנדיג וד"ל

ד. גרעסערע אויסוואל פון שיעורים

ה. ווי אסאך אנדערע האבן שוין געשריבן גוטע און ערליכע ארבעט געלעגנהייטן פאר יעדע בחור וואס דארף עס האבן און ניין! בינדען ספרים אדער קניפען ציצית איז ווייט נישט גענוג, ס'קען אפשר זיין א פראגראם וואס לייגט אוועק חלקים פון די געלט אבער עפעס...

ו. אנהייבן צושטעלן קאושער אינטערטעימענט אויף א מאסן פארנעם! ברענגען א רעדנער איינמאל א חודש מיינט "נישט" קאושער אינטערטעימענט ס'מוז זיין אפט מיט גאנצע פראגרמען! ס'קען זיין אויף אידישקייט נושאים, ס'קען זיין אויף נפלאות הבורא,
-די וועלט זעהט אויס אזוי ציענד און אינטערסאנט אז אפילו מיט געלונגנע פראגראמס דארף מען רחמי שמים מרובים אז א בחור זאל נישט זוכן גויעיש איז כל שכן אנדעם-

דאס איז וואס איך טראכט יעצט אויף די מינוט

איך פארשטיי אז אסאך וועלן טראכטן ווער האט געפרעגט דעם ראצער...
אבער איך בעט קבל את האמת ממי שאמרו
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”