לעצטנס האב איך געקויפט די Travelpro Max Lite 5 "29 איך בין מיך מחי' מיט דעם. ס'איז די גרינגסטע רענצל וואס איך האב אמאל געהאט (איך האב שוין גענוצט Samsonite, American Tourister און US Traveler) און די רעדער פארן מורא'דיג smooth. ס'שלעפט זיך גרינג אפילו ווען ס'איז אנגעפילט על כל גדותיו. To top it off, האט עס א לייפטיים ווארענטי.
ס'איז נישט ביליג, איך האב עס געקויפטמיט די פראמאושנס, אבער איך בין אזוי צופרידן, און איך גיי יעצט קויפן די carry-on סייז אויך פון די סעריע.
--- בכלליות, די hard shell רענצלעך וואס עפענען זיך אינמיטן זענען זייער אומפראקטיש, בפרט פאר א carry-on וואס מ'וויל קענען צוקומען צו די סענדוויטש אדער ר"ת תפילין אויף א פליגער אדער אין א קאר. איך כאפ נישט פארוואס דעיס איז געווארן די פאפולערע מין רענצל.