סעלמאן פיש לכבוד שבת
ערשטע פראגע, וועלכע סארט סעלמאן פיש קויפט איר און וויפיל צאלט איר פאר א פונט?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אויף יעדע רעסיט שטייט געווענליך די פרייז פער פונט, ווען מ'קויפט עס אין גראסערי שוין איינגעפאקט שטייט אויף די פעקל אויךפשטא האט געשריבן:איך בין א קרעזי פיש-לאווער
די מאכל פיש איז סאמטינג ווען ס'איז גוט איז עס משוגע פיין און דערקוויקענד, און ס'זעטיגט פאר לאנג, און גיבט אסאך כח.
יעצט צו דיין שאלה: איך בין נישט אינוואלוד אין די פיש אפטיילונג פון פונד, פרייזן וכו'.
איך באקום עס אין טעלאר אריין, און ס'בלייבט גארנישט איבער.
איך צאל בערך 16 דאלער א פונט סעלמאן, אנדערע פיש איז דען נישט ארויף?חידוש נפלא האט געשריבן:די פרייז פאר סעלמאן פיש איז לעצטענס זייער שטארק ארויף, ס'איז איבעראל ביי אלע היימישע פיש סטאר'ס.
פאר אויסגעביינערטע (פילעיד) בעיבי סעלמאן פיש בעטן שוין היינט אסאך פיש סטאר'ס נאנט צו 20 טאלער א פונט.
רעגולע סעלמאן פילעיד בעט מען דאכט זיך א דאלער ביליגער פער פונט.
וויפיהל צאלט איר פאר'ן טעלער?פשטא האט געשריבן:יעצט צו דיין שאלה: איך בין נישט אינוואלוד אין די פיש אפטיילונג פון פונד, פרייזן וכו'.
איך באקום עס אין טעלאר אריין, און ס'בלייבט גארנישט איבער.
די טעלער האב איך באקומען אלס דרשה געשאנק פון מיין שוויגער עלטערן.כ'וויל האט געשריבן:וויפיהל צאלט איר פאר'ן טעלער?פשטא האט געשריבן:יעצט צו דיין שאלה: איך בין נישט אינוואלוד אין די פיש אפטיילונג פון פונד, פרייזן וכו'.
איך באקום עס אין טעלאר אריין, און ס'בלייבט גארנישט איבער.
מאור ושמש(ליקוטים חולין ס"ו ע"ב) וז"ל :
ידוע בספרי קודש שכל הברואים יש להם שורש בעולמות העליונים,
והנה דגים באים מעולם באים מעולם קדוש וגבוה מאוד מאוד שהוא מרמז על עינא פקיחא כידוע מספרי קודש,
אשר על כן הזהירו לאכול בכל שבת דגים. והנה כל הנבראים נבראו בכח התורה הקדושה כידוע ממאמר חז"ל,
ומפני זה כל דבר שהוא מעולם היותר גבוה יש לו מקום גבוה בתורה כו',
ובדרך הלצה יש בנמצא מין דג הנקרא במדינתנו לאקו"ס, ויש לו סנפיר יותר על שארי הדגים,
והוא מפני שהוא מובחר ממיני הדגים, ובודאי יש לו שורש גדול בתורה.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ש'כויח פאר'ן עפענען די אשכול.יצחק אייזיק האט געשריבן:שוין לאנג געזוכט אן אשכול צו דיסקוסירן דעם מאכל סעלמאן פיש, וואס איז פון די מערסט געגעסענע מאכלים אין כלל ישראל.
ערשטע פראגע, וועלכע סארט סעלמאן פיש קויפט איר און וויפיל צאלט איר פאר א פונט?
די מיינסט אוודאי א גוטע קאטשעניא רעסעפי מיט אביסל פיש אינדערזייט...Thank you האט געשריבן:אז מרעדט שוין יא..... אהער מיט א גוטן רעסעפי, מוז קומען מיט א גוטן קאטשעניא!!
ווייט פיש האט אויך ליב סעלאמאן?ווייט פיש האט געשריבן:איך בין זיך מחי' מיט סעלאמאן פיש, אבער איך שטיי ווייט פון געבאקענע
זאג נאר, א פיש כאפער האט ליב פיש?ר' דן האט געשריבן:ווייט פיש האט אויך ליב סעלאמאן?ווייט פיש האט געשריבן:איך בין זיך מחי' מיט סעלאמאן פיש, אבער איך שטיי ווייט פון געבאקענע
וואט עבאוט ווייט פיש?
דער עולם באציט זיך דא צו סעלמאן און בעיבי סעלמאן כאילו זיי וואלטן געווען ברודער אדער אפשר גאר א מאמע מיר איר בעיבי, להוי ידוע אז לא קרוב זה אל זה, זיי זענען צוויי אנדערע סארט פישן.אוראייניקל האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז סעלמאן איז לאקס פיש.. וואס דער מאור ושמש שרייבט אז עס האט א גרויסע שורש אין תורה.
גא"מווייט פיש האט געשריבן:איך בין זיך מחי' מיט סעלאמאן פיש, אבער איך שטיי ווייט פון געבאקענע
אינטרעסאנטע חידושיםיודל קליין האט געשריבן:דער עולם באציט זיך דא צו סעלמאן און בעיבי סעלמאן כאילו זיי וואלטן געווען ברודער אדער אפשר גאר א מאמע מיר איר בעיבי, להוי ידוע אז לא קרוב זה אל זה, זיי זענען צוויי אנדערע סארט פישן.אוראייניקל האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז סעלמאן איז לאקס פיש.. וואס דער מאור ושמש שרייבט אז עס האט א גרויסע שורש אין תורה.
דער בעיבי סעלמאן האט לכאורה נישט קיין שייכות צום לאקס.
דאכט זיך מיר אז אין די אלגעמיינע מארקעט איז נישט פארהאן אזא פיש מיטן נאמען בעיבי סעלמאן (דער בעיבי פון א סעלמאן פיש רופא אפשר אזוי) דער נאמען האבן די היימישע סוחרים געגעבן צוליב די חשיבות וואס סעלמאן האט ביי חסידישע אידן.
אונזער אזוי גערופענע בעיבי סעלמאן וואס איז גראדע זייער א געשמאקע פיש און האט א שטארק ענליכע קאליר צו סעלמאן רופט זיך אין די אלגעמיינע מארקעט טראוט פיש Trout fish.