כ'בין נאכאלץ נישט אינגאנצן קלאר וואס הייסט חדא עבודה, וואס איז חצי מתיר חכמים ר מאיר איינמאל זעהט מען אז נאר איין ספעציפישע עבודה, איינמאל זעהט מען די גאנצע קרבן מתחלתו ועד סופו... איי דאנט קנאו.
בין איך די איינציגסטער וואס גייט ארויס אביסל צומישט נאך דעם פרק?
עס זענען דאָ פיר עבודות און צוויי מתירין בײ יעדע מנחה. עבודות זענעןקמיצה, מתן כלי, הולכה, הקטרה.חדא עבודה מיינט איינס פון דעי. מתירין זענעןקומץ והלבונה.חצי מתיר מיינט איינס פון דעי. אויב בשעת ער טוט אן עבודה האט ער געטראכט א מחשבת פיגול און ער האט עס נאר געטראכט בשעת טון די עבודה אויף חצי מתירין, איז א חילוק ביי וועלכע עבודה, ביי קמיצה און מתן כלי איז כ"ע מודה אז ס'איז א פיגול וויבאלד דעי צוויי עבודות איז נישטא בײם לבונה, ממילא לגבי דעי עבודות איז די קומץ כולו מתיר, משא"כ ביי הקטרה וואס דעיס דארף מען אויכעט טאן פאר דו לבונה איז דא א מחלוקת ר"מ וחכמים צו מ'איז חייב ווען די מחשבה איז נאר געווען בשעת הקטרה של חצי מתיר. (לדוגמה: בשעת הקטרת הקומץ האט ער געהאט א מחשבה אז ער איז מקטיר דו "קומץ" ע"מ ער וועט מפגל זײן די שײרים) ביי הולכה איז א מחלוקת אמוראים צו לבונה האט דעי עבודה, לר"י איז נישטא קיין הולכה ביי לבונה ממילא איז כ"ע מודה אז עס פיגול, לר"ל איז דא הולכה ביי לבונה ממילא איז ווייטער דא דו מחלקות ר"מ וחכמים.

איך האף אז דאס מאכט דיר גרינגער נישט שווערער.
און וואס טוט זיך ביי דם, דארט זעהט מען אז מתיר איז נאר ביי די ספעציפישע עבודה דייקא די דם אזויווי רש''י איז מסביר, אבער מ'רעכנט נישט פאר איין עבודה אפילו אפאר עבודות צוזאמען איז די מתיר
און וואס טוישט זיך די הלכה ווען מ'איז מפגל א חצי מתיר. דהיינו בשעת א כולו מתיר איז מען מפגל דעם חצי מתיר קריגט זיך ר' מאיר מיט די חכמים?
און וואס וויל דאכט זיך רב הונא זאגן? אז בשעת מ'איז מפגל עפעס ווערט נישט אלעס ארום פון די קרבן פיגול?

ווען מאיז מפגל ביי א גאנצע עבודה איז נישט קיין נ''מ צו סאיז א גאנצע מתיר צו א גאנצע (אליבא דמ''ד מתיר מפגל מתיר) ס''ה דארף מען טראכטן אויף א כזית, רב הונא האט געוולאט מחדש אז נאר אויף די חלק וואס מאיז מפגל איז נתפגל געווארן אין די איבריגע איז מען נישט חייב כרת
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט, (קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
א אינטערסאנטע זאך וואס מ'זעהט די לעצטע צוויי טאג שיעורם. אז די גאנצע ענין פון ביטול איז נישט נאר א רוחנידיגע זאך, נאר ס'טוט אויף ממש בפועל אז אויב זאג איך ס'העלפט נישט קיין ביטול זאג איך אז ס'איז כאילו בפועל איז די טייג געבליבן עבה אדער רכה, אפילו ס'האט זיך אויסגעמישט בפועל. איז ווייל אין ביטול בקדשים אדער מין במינו רעכן איך ווי ס'האט זיך בפועל נישט אויסגעמישט. נאך אפאר פלעצער זעהט מען עס אין די לעצטע בלאט
לערנענדיג דף לג עמוד ב די גמרא פון בית שער הפתוח לגינה ולקיטונית, קען איינער אפשר מסביר זיין די יסודות אין הלכות מזוזה אין אלגעמיין, ווען הייסט די טיר געמאכט געווארן אריינצוגיין אין הוז און סהייסט מזוזות ביתך און חייב במזוזה, אין ווען הייסט עס ארויסצוגיין און סאיז פטור פון מזוזה, לכאורה איז דאך יעדע טיר געמאכט פאר ביידע צוועקן,
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט, (קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוודאי א טיהר צו א הויז איז מחיוב במזוזה אבער א טיהר צו א גינה נישט. רש"י אין דעם ערשטן וועג איז די גאנצע שאלה אויף וואס די בית שער און די קיטונית איז געמאכט געווארן. לויט רב ושמואל איז די קיטונית א דירה פאר זיך, במילא איז די טיהר צו די קיטונית מחיוב, אבער די טיהר צווישן די גינה צום בית שער,דארט איז די מחלוקה פון ר"י וחכמים לויט ר"י איז די גאנצע בית שער געמאכט געווארן אלס דער פארצומער צום קיטונית במילא איז די טיהר אויך מחיוב. ווידער די חכמים האלטן אז די בית שער איז געמאכט געווארן אלס די פארצימער צו די גינה במילא איז עס פטור. לויט רבה ורב יוסף איז לכו"ע די בית שער געמאכט געווארן אלס די פארצימער צו די גינה במילא איז עס פטור לכו"ע, די שאלה איז נאר אויף וואס די קיטונית איז געמאכט געווארן, לויט ר"י איז עס א דירה פאר זיך במילא איז עס מחיוב און לויט די חכמים איז די גאנצע קיטונית געמאכט געווארן פאר דעם גינה במילא איז עס פטור. אין צווייטן וועג אין רש"י איז די קיטונית זיכער מחיוב במזוזה. די שאלה איז נאר אויף די בית שער. אבער אויך מיט די זעלבע הנחה אז אויב די בית שער איז אהערגעשטעלט געווארן וועגן דעם גינה איז עס פטור אבער אויב צוליב דעם קיטונית מחויב.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

מיין שאלה איז, לויט רבה ורב יוסף לויט די ערשטע צוויי מהלכים פון רש''י, וואס איז פשט אז די טיר מגינה לבית איז פטור לויט די חכמים, ווייל אדעתה דגינה עבידא, למעשה ווען מאיז אין גינה איז דאך דו טיר אויך אויף אריינצוגיין צום בית,

מגינה לבית טייטשט רש"י (עכ"פ לויט איין גירסא) די טיהר צווישן די בית שער און די קיטונית ד.ה. די אינוויינגסטע טיהר. און די חכמים האבן געלערנט אז די גאנצע קיטונית איז צוליב די גינה, כלשון הגמ' "כולה אדעתה דגינה הוא דעבידא". און וויבאלד די גאנצע זאך איז צוליב די גינה איז די טיהר נישט אריינצוגיין פון די בית שער צו די קיטונית, נאר אדרבה ארויסצוגיין פון די קיטונית צו די גינה.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
אוודאי א טיהר צו א הויז איז מחיוב במזוזה אבער א טיהר צו א גינה נישט. רש"י אין דעם ערשטן וועג איז די גאנצע שאלה אויף וואס די בית שער און די קיטונית איז געמאכט געווארן. לויט רב ושמואל איז די קיטונית א דירה פאר זיך, במילא איז די טיהר צו די קיטונית מחיוב, אבער די טיהר צווישן די גינה צום בית שער,דארט איז די מחלוקה פון ר"י וחכמים לויט ר"י איז די גאנצע בית שער געמאכט געווארן אלס דער פארצומער צום קיטונית במילא איז די טיהר אויך מחיוב. ווידער די חכמים האלטן אז די בית שער איז געמאכט געווארן אלס די פארצימער צו די גינה במילא איז עס פטור. לויט רבה ורב יוסף איז לכו"ע די בית שער געמאכט געווארן אלס די פארצימער צו די גינה במילא איז עס פטור לכו"ע, די שאלה איז נאר אויף וואס די קיטונית איז געמאכט געווארן, לויט ר"י איז עס א דירה פאר זיך במילא איז עס מחיוב און לויט די חכמים איז די גאנצע קיטונית געמאכט געווארן פאר דעם גינה במילא איז עס פטור. אין צווייטן וועג אין רש"י איז די קיטונית זיכער מחיוב במזוזה. די שאלה איז נאר אויף די בית שער. אבער אויך מיט די זעלבע הנחה אז אויב די בית שער איז אהערגעשטעלט געווארן וועגן דעם גינה איז עס פטור אבער אויב צוליב דעם קיטונית מחויב.
מיין שאלה איז, לויט רבה ורב יוסף לויט די ערשטע צוויי מהלכים פון רש''י, וואס איז פשט אז די טיר מגינה לבית איז פטור לויט די חכמים, ווייל אדעתה דגינה עבידא, למעשה ווען מאיז אין גינה איז דאך דו טיר אויך אויף אריינצוגיין צום בית,
עי' למעלה
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כ'האב נישט אין ערגעץ געזען א קלארע הסבר אויף די חילוק צווישן באו להכשיר ולא הכשירו, צו באו לכפר ולא כיפרו. לויט רב. ס'איז באמת פשוט אבער לאמיר זאגן מיין פארשטאנד:
אז די עומר וואס קומט פאקטיש מכשיר זיין עפעס אינעם עולם הגשמי, דהיינו דורך די הקרבה טוישט זיך די סטאטוס פון די חיטים אינעם עולם הגשמי און מ'קען עס שוין עסן די חיטין, און די זעלבע מיט אשם נזיר ואשם מצורע, ביז יעצט האט דער מענטש נישט געמעגט אריינגיין אין ביהמ''ק אבער יעצט נאכן הקרבה קען ער אריינגיין אין ביהמ''ק. און וועגן די סיבה איז נישט שייך מקריב צו זיין לאחר מיתה ווייל די גאנצע ציל איז עפעס מכשיר צו זיין דא אינעם עולם הגשמי, אז ער זאל קענען אריינגיין אין ביהמ''ק, און נאכן מיתה איז שוין נישטא וואס מכשיר צו זיין. ממילא וועגן דעם אויב קען עס נישט טון די פעולה פון מכשיר זיין עפעס בפועל איז אויס קרבן, ווייל גארנישט איז נישט געשען ''למעשה'' דורך די קרבן.
אבער אשם גזילות ואשם מעילות וואס באמת די קרבן טוט נישט גארנישט למעשה בעולם הגשמי. נאר ס'איז מכפר. ס'איז מער א פעולה רוחני וואס געשעהט דורך די קרבן, ס'טוישט נישט גארנישט נאכן כפרה דא אינעם עולם הגשמי. און וועגן די סיבה איז שייך מקריב צו זיין לאחר מיתה ווייל די קרבן מיט די כפרה און אן די כפרה איז נישט קיין צו גרויסע חלק אויף למעשה, איזאפילו יעצט איז נישט שייך כפרה לאחר מיתה קען מען עס נאך מקריב זיין. ממילא אפילו ס'איז לא כיפרו ווערט נישט יעצט די גאנצע קרבן אויס, פסול. ווייל די קרבן וואלט עניוועי גארנישט למעשה אויפגעטון למעשה בפועל נאר א כפרה איז אפילו ס'איז נישט מכפר איז די נישט כפרה נישט אזוי שטארק צו פסל'ן די קרבן.
ס'איז פשוט? אדער אפשר איז עס פאלטש פשט?
בפשטות ווי טייל ראשונים לערנען איז כפרה אויפן נפש יא שייך אפילו לאחר מיתה, און פארדעם ברענגט מען עס טאקע, משא"כ ביי א מכשיר.
די אויבערשטע דארף צו זיין פאר א צווייטע ראשון (דוכט זיך רבי אליקים) די אונטערשטע איז די עכטע רש״י, תוס׳ און שיט״מ ווען זיי ברענגן אראפ פי׳ הקונטרס איזעס פון די אונטערשטע רש״י
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.