Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!
איך האב אמאל זיך מתווכח געווען מיט די בעל הבית פון איינע פון די פענסי פרוכט געשעפטן אין וויליאמסבורג פארוואס ער האט נישט קיין גוטע פרוכט און וועזשטעבעלס, איך האב אים געזאגט אז נאכן זען אז רוב גראסעריס האבן גאר שוואכע סחורה, האב איך באשלאסן צו פרובירן פרוכט געשעפטן, אויספרובירט איין צוויי מאל אלע פרוכט געשעפטן, און זיך איבערצייגט אז זיי האבן נאך שוואכערע סחורה פון די גראסעריס אדער ווערט עס פשוט אלע פון נישט פארקויפן קיין סך ,און סתם נאך אסאך טייערער פון די גראסעריס, בקיצור ער האט געמיינט אז ער קען מיר פארקויפן די ברידש, ווועגן למעשה אונזער ציבור ווערט געהעריג אפגעריפט , למעשה קויפט מען ממש פארשטינקענע ירקות און פירות און צאלן ארויף א פרימיום פאר עס , ווילאנג איך זאג אים אז איך קויף ביי העווימייער, דעמאלס איז אים שלעכט געווארן, און אויפגעגעבן, דערנאך האט ער מיר מודה געווען די איינציגע וועג וויאזוי א היימישע פרוכט סטאר קען לעבן אין וויליאמסבורג איז פון בעטן געשוואלענע פרייזן,און קיינער וואלט נישט געצאלט די געשוואלענע פרייזן פאר גאר גוטע סחורה, און ער זאגט מיר אז די ביזנעס איז פון די געשניטענע פרוכט, די פרישע פרוכט און וועזשטעבעלס איז אז עס זאל מיט גיין, ווען נישט די גאנצע ליין פון די געפאקטע געשניטענע פרוכט און וועזשטעבעלס וואלטען זיי שוין לאנג ארויס פון ביזנעס,פאפיגיי האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:30 pmדי געשעפט אויף העווימייער איז בכלל נישט אזוי ביליג אויף רוב אייטעמ'ס, און אסאך גאר טייערער, זייער אסאך זאכן גייען אויפן שטיק און נישט אויפן פונט, און ס'קומט אויס פיל טייערער.דאנק און לויב האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:12 amדי מיסטער מענגא איז א חלק פון א גרויסע נעץ פון גאר ביליגע פרוכט געשעפטן אין ברוקלין,וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:05 amמען דארף מעלדן די גוישע געשעפטן אז די פרייז פון טאמעיטאס זענען ארויף, זיי ווייסן נעבעך נישט און דערלייגן געלט יעדן טאג, אשאד גויאיש געלט.נויז מאשין האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:18 pmזייער שטארק ארויף, בפרט טאמעיטעסעס וועט זיין גוט האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:17 pm
וואסי פשט אז וועטעבלס איז אזו טייער ??
2 געשעפטן אין ברוקלין
1t.png
2t.png
זיי האבן די געשעפט Mr pina אויף העווימייער לעבן טשעיס באנק,
אויסער די נקודה פון ביליג , האבן זיי די בעסטע פרוכט און וועזשטעבעל סחורה פאר ביליגער פון סחורה וואס איז שוואך, די קוואליטי וואס זיי פארמאגן איז ניטמאל דא צו געפינען אין די וויליאמסבורגע געשעפטן אפילו אין אזוי גערופונע פענסי פרוכט סטארס, אבער זיי זענען ווי א קלאוזאוט געשעפט און נישט אייביג האבן זיי ממש אלעס, אבער יא זייער אסאך אידן קויפן דארט איין די בעסטע פיינע פרישע גרינצייג און פרוכט פונעם באשפערס נאטור, און עס קאסט בערך האלב פרייז ווי די וויליאמסבורגע געשעפטן, זיי זענען אפען 24 שעה, און כמעט אייביג טרעפט מען דארט אידן, זיי זענען ממש חצי בחנם במלוא מובן המילה, און אין איינוועגס באקומסטו די בעסטע סחורה וואס איז נישט דא ערגעץ אנדערש
ווי שוין צענדליגע מאל געווארן דערמאנט, אז אונזערע געשעפטן האבן בערך 10 יאר צוריק באשלאסן צו פארקויפן די שוואכסטע גרעיד פרוכט און וועזשטעבעלס על פי רוב און עס פארקויפן פאר טייער און זיי לייגן ארויף א גראבע מארקאפ וואס זיי קענען נישט טין ביי אלגעמיינע עסן מיט א הכשר, אונז דענק מיר נאך נישט לאנג צוריק ווען געשעפטן האבן נאך געהאט גוטע סחורה, ממש לעצטענס איז ממש נישט דא צו געפינען סחורה א ברכה צו מאכן