א בליק אריין אין סידור

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

בעזהי''ת וויל איך דא אנהויבען א נייער אשכול, איך האב נישט געזעהן אז עס זאל שוין זיין אזאנס דא, וואס דאס זאל דינען בלויז אויף די מקורות פון די תפילות וואס זענען געדריקט אין אונזער סידור, און ווי אויך די טעמים פארוואס דאס איז נתקן געווארן, מיר וועלן אי''ה פראבירן ארויפצולייגן ווי פיל מאל א וואך מעגליך, און מיר אפאלירן אז ווער עס האט סיי וואס צוצולייגען זאל זיך ביטע נישט שעמען דאס ארויסצושרייבען, אבער ביטע דאס האלטן נאר אויסדריקלעך אויף דעם ציהל אויף וואס עס איז נתקן געווארן, דהיינו נישט אריין גיין אין קיין פירוש המילות, אדער ענינים פון ספרי חסידות וכדו', נאר אויסדריקלעך אויף מקורות וטעמי התפילה. מיר וועלן אי''ה גיין אופן סדר פונעם סידור בעזהי''ת, און מיר האפען אז דער עולם וועט הנאה האבען.

היינט וועלן מיר אנהויבען מיט מודה אני, און בעזר ה' נאך תשעה באב וועלן מיר ממשיך זיין.
לעצט פארראכטן דורך גוטע נקודה אום דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 8:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

מודה אני

דער ערשטער מקור פאר דעם נוסח וואס מיר זאגן, קומט פון ספר סדר היום, און דאס איז נתקן געווארן לכאורה אויף דעם וואס די גמרא זאגט און ברכות ס: אז תיכף נאכען אויפשטיין זאל מען זאגן אלקי נשמה.
און שלחן ערוך הרב שרייבט ער אזוי, ועל ידי זה יזכור את ה' הנצב עליו ויקום בזריזות,

דער מגן אברהם ברענגט דאס אראפ אין סימן ד' ס''ק כ''ח, און ער זאגט דארט אז מען קען דאס זאגען פארן זיך אפגיסען נעגל וואסער, וויבאלד עס דערמאנט נישט אין דעם נוסח קיין שמות און כיניום. אבער דער יעב''ץ און קיצור השל''ה שרייבן אז מען זאל דאס נאר זאגן נאכן זיךאפגיסען. (אגב איז מתאמרא בפי כמה אנשים, אז מען ענדיגט צו רבה אמונתיך ''סלה'' וואס דאס איז יא א כינוי, ווער עס טרעפט א מקור אויף דעם סלה זאל ביטע צוצייכענען)

אין סידור ר' קאפל ווערט געברענגט א צווייטע נוסח אויף מודה אני ווי פאלגענד, מודה אני לפניך מלך חי וקים אדיר ונאור המפואר בגבורה ולו הבינה והחכמה הכתר והכבוד אשר ברוב חסדו ואמתו החזיר בי נשמתי אשר פקדתי בידו.

אין סידור היעב''ץ און ווי אויך שריייבט דער בוטשאטש'ער רב, אז מען זאל זאגן תיכף ביים אויפשטיין, ברוך שנתן תורה לעמו ישראל בקדושתו. דאס גייט לכאורה אין איינקלאנג מיט דעם וואס דער של''ה שרייבט, אז תיכף ווען א מענטש שטייט אויף זאל ער טראכטן בגדלות הבורא, און ווי אויך במתן תורה, און מיט דער נוסח איז מען מקיים שניהם.
די פסוקים שפעטער פון ראשית חכמה...ברוך שם...תורה צוה...שמע בני...ואתם הדבקים... זענען נתקן געווארן פאר די קינדער צו זאגען אזוי ווי די גמרא זאגט אז אביו מלמדו תורה צוה.

דער פסוק תורה תהא אמונתי שטייט בעצם נישט אין ערגעץ און האט נישט קיין מקור, נאר דאס איז ווערטער פונעם רוקח אין הלכות שבועות, און דארט זאגט ער קלאר אז דאס איז נתקן געווארן פאר קינדער, און דער טייטש דערפון איז תורה תהא אומנתי ''מיין פאך'' און נישט מיין אמונה ווי עס זענען דא וואס זענען זיך טועה, און דער מקור פון בעטען אויף דעם איז פון די גמרא ברכות טז: יהי רצון מלפניך ה' אלהינו שתהא תורתך אומנותנו:
לעצט פארראכטן דורך גוטע נקודה אום דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 2:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

זייער אינטערעסאנט און העכסט וויכטיג!
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

יישר כח פאר אזא שיינע אשכול!
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

WOW THANK YOU שוין לאנג געווארט אויך אזאנס!
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

דאס איז פאר מארגען, עקסטרע קרעדיט, נישט געפלאנט צו שרייבן נאך פאר תשעה באב.

מה טובו

אין סידור רבי עמרם, פון ר' עמרם גאון זאגט ער אז איינער וואס קומט אריין אין בית הכנסת, זאל זאגן די צוויי פסוקים מה טובו...ואני ברוב חסדיך... און דאס האט קיין שייכות מיט תפילה, נאר אלץ כבוד בית הכנסת, און אזוי אויך ווען מען גייט ארויס פון בית הכנסת זאל מען זאגען דעם פסוק, ד' נחני בצדקתך למען שוררי הישר לפני דרכך:
אזוי אויך שרייבט דער של''ה, אז דער סיבה פארוואס מען איז מפסיק צווישען זיך גיסען די האנט פארן דאווענען ביז מאכען דער על נטילת ידים מיטן זאגן מה טובו איז אלץ מורא מקדש, וז''ל, דודאי ראוי ונכון לכל אשר בשם ישראל יכונה בבואו לבית הכנסת שהוא מקדש מעט לקבל עליו מורא מקדש ולשבחו ולפארו. און אזוי שטייט אויך אין רבינו יונה ספר היראה, אז דער סיבה צו זאגן מה טובו איז אלץ מורא מקדש.

דער מהרי''ל אין סימן ק''נ (קס''א) לערנט פון דעם ארויס אז פסוקי שבח וריצוי מעג מען זאגן בעפאר ברכת התורה, (הגם להלכה איז דער רמ''א מחמיר)
ווי באקאנט שרייבט דער מהרש''ל סימן ס''ד, אז ער האלט זיך אפ פון זאגן מה טובו, נאר ער הייבט אן ואני ברוב חסדיך, ווייל מה טובו איז א קללה וואס בלעם האט געשאלטן די אידן ממילא איז עס נישט כדאי. און אזוי שטייט אויך אין עמדין סידור. אונטרעסאנט איז אנצומערקען, אז דער מטה משה א תלמוד פון מהרש''ל ברענגט יא אראפ דאס זאגן מה טובו, און דערמאנט אפי' נישט דאס אז זיין רבי האט דאס נישט געזאגט. די אחרונים שפעטער פארענטפערען דער טענה פון מהרש''ל און שרייבן יא צו זאגן מה טובו.

ואני ברוב חסדך

דער מקור צו זאגן דער פסוק איז אין זוהר הק' פרשת ואתחנן דף רסה ע"א, און עס שטייט נישט דארט קיין טעם אויף דעם. אבער אויף א צווייטע פלאץ אין זוהר שטייט אז דער פסוק איז אנקעגען די אבות הק'.
(דאס איז א גאנצער מחלוקה צווישען די מקובלים פונקטלעך וועלכע ווארט איז קעגן וועלכער פון די אבות און ווי אויך איז א גאנצער מדובר אויב דאס דארף מען זאגן מיט תפילין אדער אן תפילין מיר וועלן דאס איבערלאזן פאר די מקובלים דא.)

גאר אינטערעסאנט איז וואס שטייט אין ספר הפרדס פון רש''י, אז דער פסוק האט מען מתקן געווען דערמיט צו ציילן אויב עס איז דא מנין אין בית המדרש, אויף דעם שטייגער ווי מיר ציילן היינט הושיעה את עמך.

ד' אהבתי מעון ביתך

דער פסוק האב איך נישט געטראפען איינער זאל שרייבען א טעם דערצו, אבער נראה לי לומר אז דאס קומט פון די גמרא מגילה, אביי פלעגט פון אנהויב לערנען אינדערהיים, ביז ער האט געזעהן דעם פסוק ד' אהבתי.

ואני אשתחוה ואכרעה

אויף דעם האב איך נישט געזעהן קיינעם רעדן, און ווי אויך איז גוט אנצומערקען, אז דער פסוק איז אויפגעטוישט מלשון רבים ללשון יחיד, פון דאס וואס שטייט אין תהילים צ''ד, אויב איינער ווייסט פארוואס זאל ביטע מודיע זיין.
דער של''ה שרייבט בשם דער מהרש''ל, אז ווען מען זאגט אשתחוה ואכרעה, זאל מען זיך ביקען ווייל אז נישט איז ער הוחזק כפרן, אזוי ווי ביי עלינו לשבח.

ואני תפלתי לך ד' עת רצון

דאס קומט פון סידור רש''י, אבער ביסודו האט מען דאס מתקן געווען שבת ביי מנחה, אזוי ווי עס שטייט אין מדרש, אז דוד המלך האט געזאגט פארן אויבערשטען, אלע גוים ווען זיי ענדיגען עסן און טרינקען ווערן זיי שיכור און הייבן אן זינגען סתם צולאזטערהייט, אבער מיר אידן קומען אין בית המדרש דאווענען. און פארדעם שרייבט דער טור אין הלכות יו''כ אז מען זאל דאס נישט זאגן ווייל מען פאסט דאך.
דערפאר שרייבט דער מהרש''ל נישט צו זאגן דעם פסוק יעדן אינדערפרי, וויבאלד דער תקנה דאס צו זאגן איז דוקא שבת ''נאכן עסן''.
אבער לעניית דעתי קען מען זאגן דער טעם פארוואס מיר זאגן דאס יא, איז וויבאלד חז''ל דרש'ענען אין ברכות ח. פון דעם פסוק אז ווען איז אן עת רצון, דעמאלט ווען דער ציבור דאווענט.

בבית אלקים נהלך ברגש
אין מגן אברהם ברענגט ער פון אר''י הק' צו זאגן דעם פסוק ווען מען קומט אריין אין בית המדרש, און אזוי שטייט אויך אין סידור ר' שבתי (מראשקוב)
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

WOW
יישר כח!
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
נערוועזער חכם
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:29 pm
לאקאציע:אין איינער פין די ד' עולמות,אצילות, בריאה,יצירה,עשיה,

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער חכם »

א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע אשכול, מיט תוכן’פולע ידיעות!

האב מיר באמת הנאה, כה לחי!
לאז נישט דיין חכמה דיר נערוועז מאכן!
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
זייער אינטערעסאנט און העכסט וויכטיג!
זאג א גוטס האט געשריבן:
יישר כח פאר אזא שיינע אשכול!
הר ההר האט געשריבן:
WOW THANK YOU שוין לאנג געווארט אויך אזאנס!
להחיות האט געשריבן:
WOW
יישר כח!
נערוועזער חכם האט געשריבן:
א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע אשכול, מיט תוכן’פולע ידיעות!

האב מיר באמת הנאה, כה לחי!
מיר וועלן אי''ה פראבירן מהנה זיין דעם עולם, מיר האבן אסאך פלענער, אז מען וועט זעהן אז דער עולם האט הנאה, it will be my pleasure to please you.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

אדון עולם

דער פיוט איז אן קיין ספק, פון די שענסטע און שטערקסטע פיוטים וואס כלל ישראל פארמאגט נאר. עס איז אבער נישט קלאר ווער עס איז דער מחבר דערפון, און עס זענען דא אין דעם פארשידענע דעות.

1) רבי יוחנן בן זכאי, אזוי ברענגט דער לקוטי מהרי''ח אז ער האט געזעהן אין ספר התחיה ווי ער איז אזי מברר מיט ראיות.

2) ר' האי גאון, אזוי ווערט געברענגט אין ספר אמרי פנחס פון ר' פנחס קאריצער.

3) ר' שלמה אבן גבירול, (פון די ראשונים און א גאר באקאנטער פייטן, און מיר האבן געזאגט היינט זיין פיוט ביי קינות, דער שטיקעל וואס הייבט זיך אן שומרון קול תתן) עס ווערט אזוי געברענגט בכמה מקומות, אבער האט נישט קיין קראנטע מקור. (זענען דא וואס ברענגען דאס צו בשם ספר התחיה, אבער אין הספר תחת ידי, ממילא קען איך נישט מברר זיין וואס דארט שטייט, ווייל ווי געזאגט ברענגט דער לקוטי מהרי''ח פון ספר התחיה אז דער מחבר איז ר' יוחנן בן זכאי).

4) ר' יהודה הלוי, אויך נישטא קיין מקור מוסמך אויף דעם, נאר איך האב אזוי געזעהן צוברענגען.

דער פיוטלויט ווי עס לאזט זיך זאגן, איז בעצם נתחבר געווארן צו זאגן ביינאכט, אזוי ווי ער ענדיגט צו מיט דער פסוק בידו אפקיד רוחי בעת אישן ואעירה, נאר דער טעם פארוואס מען זאגט דאס פארן דאווענען שטייט אין ספר מטה משה בשם ר' האי גאון, און ר' שרירא גאון, און פון ר' יהודה החסיד, אז ווער עס איז מכוון אין די ווערטער פון אדון עולם, וועט אפילו דער שטן זיין מיט אים בשלום און פארדעם זאגט מען דאס פארן דאווענען.
וז''ל: ערב אני בדבר שתפילתו נשמעת ואין שטן מקטרג על תפלתו ואין לו שטן ופגע רע בר''ה וביוה''כ בתפלתו, ואויביו נופלים לפניו וי''א אף יצר הרע משלים אתו....ואפשר שמזה נתפשט המנהג שאומרים אותו קודם כל ברכה ותהילה.

און ספר אמרי פנחס, זאגט ער דער טעם משמיה דגמרא ר' אליעזר האט געזאגט, ברכות כ''ח: וכשאתם מתפללים דעו לפני מי אתם עומדים, און אזוי ווי דער פיוט איז געשטעלט אויף ארויסצוברענגען גדלות הבורא, דערפאר איז געווארן איינגעפירט דאס צו זאגן פארן דאווענען.

עס זענען דאוואס פירן זיך צו זאגן דעם פיוט אויך נאכן דאווענען, און דער טעם דערפון זאגט דער מטה משה, אז אזוי ווי ביי יעדן סיום הייבט מען תיכף אן נאכאמאל די ערשטער משנה, אדער ביי תהילים איז איינגעפירט אז ווען מען ענדיגט זאגט מען נאכאמאל אשרי האיש, כדי נישט צו לאזן א מקום פארן שטן לקטרג, אזוי אויך ווען מען ענדיגט דאווענען הייבט מען תיכף צוריק אן אדון עולם.

א בקאנטער קאצקער ווארט איז דא אויף דעם, אז ווען א איד ענדיגט דאווענען זאל ער וויסען אז מיט זיין גאנצער עבודה וואס ער האט אראפגעלייגט ביים דאווענען, דאך האלט ער נאך ביי אדון עולם.

אין טייל ספרדישע סידוריםאיז געדריקט אן אנדערע נוסח, ווי זייער שטייגער איז צוצולייגען אייגענע שטיקלעך וואס דער פייטן האט בכלל נישט געמאכט.
וְהוּא אֶחָד וְאֵין שֵׁנִי לְהַמְשִׁילוֹ וּלְהַחְבִּירָה בְּלִי רֵאשִׁית בְּלִי תַכְלִית וְלוֹ הָעֹז וְהַמִּשְׂרָה בְּלִי עֵרֶךְ בְּלִי דִמְיוֹן בְּלִי שִׁנּוּי וּתְמוּרָה בְּלִי חִבּוּר בְּלִי פֵרוּד גְּדָל כֹּחַ וּגְבוּרָה.וְהוּא אֵלִי וְחַי גּוֹאֲלִי וְצוּר חֶבְלִי בְּיוֹם צָרָה וְהוּא נִסִּי וּמָנוּסִי מְנָת כּוֹסִי בְּיוֹם אֶקְרָא וְהוּא רוֹפֵא וְהוּא מַרְפֵּא וְהוּא צוֹפֶה וְהוּא עֶזְרָה בְּיָדוֹ אַפְקִיד רוּחִי בְּעֵת אִישַׁן וְאָעִירָה וְעִם רוּחִי גְּוִיָּתִי אֲדֹנָי לִי וְלֹא אִירָא בְּמִקְדָשׁוֹ תָּגֵל נַפְשִׁי מְשִׁיחֵנוּ יִשְׁלַח מְהֵרָה וְאָז נָשִׁיר בְּבֵית קָדְשִׁי אָמֵן אָמֵן שֵׁם הַנּוֹרָא.
אוועטאר
פעטע פישל
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2022 7:40 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטע פישל »

שכח זייער שיין
א גריס פונעם לויתן
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5159
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

סובסקרייבד
א שיינעם דאנק
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

גוטע נקודה האט געשריבן:
אדון עולם
... רבי יוחנן בן זכאי, אזוי ברענגט דער לקוטי מהרי''ח אז ער האט געזעהן אין ספר התחיה ווי ער איז אזי מברר מיט ראיות.
ער זאגט ער האט עס געזען אין געוויסע סידורים בשם ס' התחיה.
למעשה איז עס א טה"ד ווייל "ספר התחיה" פון שניאור זקש ע' 58 איז משער אז ס'איז פון אבן גבירול.

...מתאמרא בפי כמה אנשים, אז מען ענדיגט צו רבה אמונתיך ''סלה'' וואס דאס איז יא א כינוי
סלה א כינוי?
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

להודות האט געשריבן:

עס איז זיכער א טעות.
דער לקוטי מהרי"ח ברענגט עס בשם סידור דפוס וויען, וואס ברענגט עס אין נאמען פון ספר התחיה.
אין 'סדר תפלת ישרים' דפוס וויען תרכ"ד (און נאך) שטייט העכער 'אדון עולם':
01.jpg
01.jpg (98.13 KiB) געזען 2271 מאל
אונטן איז דא א הערה:
02.jpg
02.jpg (93.17 KiB) געזען 2271 מאל
קומט אויס אז אויבן שטייט ארויסגעשריבן ר' שלמה ן' גבירול, און אונטן איז עס בקיצור רשב"ג.

פון רשב"ג[וואס קען אויך מיינען רבן שמעון בן גמליאל...] איז גרינג עס זאל ווערן ריב"ז.

איז דא א בעסערע וועג מסביר צו זיין וויאזוי ס'געווארן אזא טעות?
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח) .
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בימי התנאים האט מען נישט געשריבן קיין פיוטים באזירט אויף יתידות און תנועות! אפילו אויף גראם ווייס איך נישט צו מען האט שוין דעמאלטס געשריבן.
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

איטשע האט געשריבן:
בימי התנאים האט מען נישט געשריבן קיין פיוטים באזירט אויף יתידות און תנועות! אפילו אויף גראם ווייס איך נישט צו מען האט שוין דעמאלטס געשריבן.
פשוט ונכון.

דאך זענען דא וואס גייען פארקערט (כמובן מחמת חוסר ידיעה): פון דעם וואס מען זעט[!] אז רבן יוחנן בן זכאי האט שוין געמאכט דעם אדון עולם (עי' ליקוטי מהרי"ח...), איז דאך פשוט אז ס'זענען שוין יא געווען שירים בחרוזים (וכמובן גם שירים שקולים) בימי התנאים! זע פעלים לתורה, כו, עמ' קכ.

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:

אבער זיכער נישט ע״פ חכמת יתד ותנועות, וואס שטאמט פון די אראבער, און האט זיך אריבערגעכאפט הערשט אין די אראבישע תקופה, בימי הגאונים, צו כלל ישראל...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אגב, אין סדורי פראג, איז די נוסח ביי אדון עולם ׳לבדו ״הוא״ ימלך נורא׳, שטומט טאקע נישט מיט׳ן יתד ושתי תנועות, אבער אזוי געפונט מען אויך אין נאך סידורים, און אויך צוגעברענגעט אין ערבי נחל, וכן נהוג בבאבוב.
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

איטשע האט געשריבן:
אבער זיכער נישט ע״פ חכמת יתד ותנועות, וואס שטאמט פון די אראבער, און האט זיך אריבערגעכאפט הערשט אין די אראבישע תקופה, בימי הגאונים, צו כלל ישראל...
כמובן. והוא פשוט וברור.

איטשע האט געשריבן:
וכן נהוג בבאבוב.
אבער א טעות בלייבט עס. א הייליגע טעות, אבער דאך א טעות.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח) .
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעריב ערבים »

גוטע נקודה האט געשריבן:
דאס איז פאר מארגען, עקסטרע קרעדיט, נישט געפלאנט צו שרייבן נאך פאר תשעה באב.

מה טובו
וואס פשט אז אין באבוב זאגט מען נישט מה טובו.
אין זייערע סידורים שטייט אז קינדער. זאגען עס

אויס איז עס נתקן געווארען ווען מקומט אין בית הכנסת פארוואס זאלען עס קינדער זאגען ?
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
אבער זיכער נישט ע״פ חכמת יתד ותנועות, וואס שטאמט פון די אראבער, און האט זיך אריבערגעכאפט הערשט אין די אראבישע תקופה, בימי הגאונים, צו כלל ישראל...
כמובן. והוא פשוט וברור.

איטשע האט געשריבן:
וכן נהוג בבאבוב.
אבער א טעות בלייבט עס. א הייליגע טעות, אבער דאך א טעות.
מטעם היתד ותנועה זעהט עס אויס ווי א טעות.
נעמענדיג אין באטראכט אז די אשכנזים פון פראג און זולצבאך אין די לויף פון צענדליגע זענען נישט געווען קיין חסידישע שווענץ.ץ און די זולצבאך סידורים הייסן מדויקים. זעהט עס מיר ליבערשט אז עס איז נישט קיין טעות, נאר יש דברים בגוי.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

להודות האט געשריבן:
גוטע נקודה האט געשריבן:
מודה אני
...מתאמרא בפי כמה אנשים, אז מען ענדיגט צו רבה אמונתיך ''סלה'' וואס דאס איז יא א כינוי
סלה א כינוי?
גמרא עירובין נד. תנא דבי ראב''י כל מקום שנאמר נצח סלה ועד אין לו הפסק עולמית.
געדענק איך ערגעץ זעהן, אז דער לשון סלה איז נאר שייך ביים אויבערשטען ווייל נאר ער איז נצחי, און ווי מען זעהט טאקע איז דער לשון סלה אין גאנץ תנ''ך איז כמעט נאר גענוצט כלפי שמיא לדוגמא, לד' הושיעה על...סלה. ד' צבאות עמנו..סלה. מי זה מלך הכבוד...סלה. און ממילא איז דאס א כינוי, ווי צו זאגן שוכן עדי עד.

איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט א בילד דא אויף אייוועלט (אויב איינער קען מיר העלפען וועל איך אים שטארק דאנקבאר זיין), אבער איך האב א ספר עיון תפילה, פון ר' יעקב צבי מקלנבורג, און דארט ברענגט ער מחד מקמאי, אז סלה איז א שם להקב''ה און אין די הגהות צייכענט ער צו אז דאס איז ר' יחיאל היילפרין (איך ווייס נאר נישט אויב דאס מיינט דער בעל סדר הדורות)

ווי אויך האב איך גערעדט מיט צוויי עלטערע מלמדים וועגן דעם נוסח סלה וואס מען לערנט אויס די קינדער, זיי האבן ביידע נישט געוואוסט קיין מקור דערצו, אבער דאס האבן ביידע געוויסט אז פארן גיסען נעגל וואסער זאגט מען נאר רבה אמונתך, און נישט סלה ווייל דאס איז א כינוי.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

איטשע האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
בימי התנאים האט מען נישט געשריבן קיין פיוטים באזירט אויף יתידות און תנועות! אפילו אויף גראם ווייס איך נישט צו מען האט שוין דעמאלטס געשריבן.
פשוט ונכון.

דאך זענען דא וואס גייען פארקערט (כמובן מחמת חוסר ידיעה): פון דעם וואס מען זעט[!] אז רבן יוחנן בן זכאי האט שוין געמאכט דעם אדון עולם (עי' ליקוטי מהרי"ח...), איז דאך פשוט אז ס'זענען שוין יא געווען שירים בחרוזים (וכמובן גם שירים שקולים) בימי התנאים! זע פעלים לתורה, כו, עמ' קכ.
אבער זיכער נישט ע״פ חכמת יתד ותנועות, וואס שטאמט פון די אראבער, און האט זיך אריבערגעכאפט הערשט אין די אראבישע תקופה, בימי הגאונים, צו כלל ישראל...
דאכט זיך אז דער ערשטער איז געווען דונש, מיט זיין דרור יקרא.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין סידור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

איטשע האט געשריבן:
בימי התנאים האט מען נישט געשריבן קיין פיוטים באזירט אויף יתידות און תנועות! אפילו אויף גראם ווייס איך נישט צו מען האט שוין דעמאלטס געשריבן.
פון הקליר דאכט זיך איז יא דא.
און למעשה נעמען דאך רוב אן אז הקליר איז יא געווען א תנא.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”