Re: א בליק אריין אין סידור
אין די אלטע דריק פון ספר הרוקח אינען מבוא, האב איך געזעהן אז דאס זאגן ברכי נפשי פארן לייגן טלית, ביים בודק זיין די ציצית, איז א תקנה פונעם בעל הרוקח. (איך האב אבער נאר די נייע דרוק, און דארט זעה איך עס נישט, דערפאר קען איך דאס נישט באשטעטיגען, און ווי אויך נישט אנצייגען קיין מקור פון ווי זיי ברענגן דאס)
עס איז קאמיש צו זעהן אין בית המדרש, ווי אזוי אינגערלייט לייגן די טלית אויפן פלייצע, און זאגן דעם פסוק ברכי נפשי, אבער זיי פארגעסן אז דער עיקר ציהל איז צו בודק זיין די ציצית, אזוי ווי עס שטייט אין שלחן ערוך (סימן ח' ט'). און ווי אויך ווי דער אר''י הק' שרייבט, אז מען זאל מפריד זיין די ציצית איינס פון צווייטען וזכר לדבר צדיק יפריד ציציותיו תמיד.
לשם יחוד.
איך וועל נישט דא אריין גיין אין דעם גאנצען פולמוס פונעם לשם יחוד, ווייל אין לי עסק בנסתרות.
אבער חוץ מטעם עפ''ק, איז אויך פשוט דא א טעם צו זאגן די פסוקים מעין המצוה, ביי יעדע לשם יחוד, פשוט כדי מכוון צו זיין די מצוה.
איך וואלט מיך אבער אפגעשטעלט אויף איין ענין וואס מיר זאגן ביים לשם יחוד פארן עטיפת הטלית.
מיר זאגן אזוי, כשם שאני מתכסה בטלית בעולם הזה, כך אזכה לחלוקא דרבנן ולטלית נאה לעולם הבא בגן עדן.
איז אזוי, דער מחבר זאגט אין סימן ט' סיעף ה', אז די שטריק פון די ציצית זאלן זיין די זעלבע קאליר ווי דעם בגד הציצית.
דער רמ''א קריגט אויף דעם, און זאגט אז די מנהג האשכנזים איז אלעמאל צו לייגן דוקא ווייסע ציצית, נישט קיין נפקה מינה וועלכע קאליר דער בגד איז.
קומט דער עטרת זקנים, און זאגט דער טעם פארוואס מען זאל לייגען דוקא ווייסע ציצית איז, וויבאלד מיר טוהן דאך אן א טלית, אזוי ווי משה רבינו האט געזעהן כביכול דעם אויבערשטען אנטוהן א טלית. אזוי ווי די גמרא זאגט, מלמד שנתעטף הקב''ה כש''ץ... און ביים אויבערשטען זעהען מיר אז עס שטייט, לבושיה כתלג חיור, אז זיין טלית איז שניי ווייס. ממילא פארדעם טוהן מיר אויך אן א ווייסע ציצית, און ממילא זאל דער בגד הטלית אויך זיין ווייס.
די מגן אברהם (סימן כ''ד) שרייבט יזהר לעשות טלית נאה משום זה אלי ואנוהו. (ומקורו לכאורה מג' שבת קלג:)
יעצט לעניננו, אין בית המדרש זעהען מיר אסאך אידן וואס זענען נישט אזוי נזהר אין דעם, און אפי' צווישען די ערענסטע אידן זעהט מען אין דעם נישט אזוי נזהר זיין. איז אבער כדי צו געדענקען אז מיר בעטן כך אזכה לחלוקא דרבנן ולטלית נאה לעולם הבא בגן עדן.וועלכע מין טלית נאה ווילן מיר האבן לעולם הבא בגן עדן? ווילן מיר דען טאקע א גרויע טלית, וואס די עטרה הענגט דערפון??
עד כן.
עטרה.
אז מען רעדט שוין פון עטרה וואלט געווען אינטערעסאנט צו ברענגען דער מקור צו גיין מיט אן עטרה.
אין לקט יושר שרייבט ער אז זיין רבי דער תרומת הדשן האט מקפיד געווען צו האבן אן עטרה אויפן טלית, און עס זאל זיין דוקא תכלת (ווי ער רופט עס אן הימעל בלוא) איינמאל האט זיין ווייב נישט וואוסענדיג פון זיין הקפדה אז עס זאל זיין BLUE און זי האט אים געקויפט א רויטע. האט ער זיך מפני כבודה באנוצט מיט דעם עטרה אפאר טאג, און הערש דערנאך צוריקגענומען זיין בלויער עטרה.
אזוי אויך ברענגט ר' זעליקמאן בינגא (תלמיד המהרי''ל) אז גיין אן עטרה איז רמז לעטרה שהיא למעלה..והמשכיל יבין. (אבער ווי געזאגט, אין לי עסק בניסתרות)
(אזוי אויך איז מיר משמע פון תשובות הרמב''ם, ער שרייבט דארט שארף קעגן דאס שרייבן א פסוק אויפן טלית, לכאורה רעדט ער דארט וועגן דאס שרייבן כדי לעשות עטרה, אבער עס איז נישט מוכרח.)
דער מגן אברהם ברענגט משם השל''ה, אז דער טעם פון עטרה איז כדי צו מאכן א סימן, וועלכער איז די ציצית פון אויבן, און וועלכע פון אונטען. כדי דאס זאל זיך נישט אויפטוישען. אזוי ווי מען זעהט אז ביי די קרשי המשכן האט מען אזוי געטוהן. און ער שרייבט אז דער עטרה זאל זיין פון משי, זיידן.
אין לחם חמודות שרייבט ער דעם טעם. אז דאס איז ווייל מעלין בקודש ואין מורידין, ממילא לייגט מען א היכר פאר די אויבערשטער חלק פון די טלית.
אין כנסת הגדולה שרייבט ער אז ער כשלעצמו וואלט געזאגט דער טעם, אז וויבאלד ביי די קאפ ווערט די טלית צוגאנגען שנעלער, דערפאר האט מען געלייגט אן עקסטערען שטיקעל ביים קאפ, אבער כדי דאס זאל זיין שיין האט מען דאס געמאכט פון זיידן. (לכאורה אזא שטייגער ווי מיר האבן היינט אונטערן טלית) אבער ער פירט דארט אויס, אז די וואס פירן זיך אזוי זענען מער בקי אין מנהגים ווי מיר, ממילא זאגט ער עס נישט.
מצד אחר שרייבט דער לבוש קעגן דעם מנהג, ווייל ווען מען לייגט אן עטרה מאכט מען דאס פאר אן עיקר, און דאן זעהט עס אויס ווי כאילו דער טלית איז א בגד פארן קאפ, אבער באמת איז א טלית דייקא נישט קיין בגד פארן קאפ, נאן פאר די אקסלען און די רוקן.
דער ערוך השלחן זאגט אז דערפאר זענען דא וואס פירן זיך צו לייגן אויך א רוקן עטרה, כדי נישט צו מאכן אויסזעהן ווי דער טלית איז א בגד הראש.
די שווארצע/בלויע שטריכען אויפן טלית, איז משמע פון פרי מגדים (סימן ט' משבצות ו'), אז דאס איז א זכר לתכלת.
עכ''פ ווי האלט איך דא?
להתעטף בציצית.
דער לשון הברכה להתעטף, איז ווייל די עיקר מצוה איז להתעטף.
מה יקר.
די פסוקים זענען נתקן געווארן צו זאגן ע''פ קבלה.
די עשטער מקור פאר דעם איז אין ספר מצת שימורים, פון ר' נתן שפירא.
די סיבה פארוואס מען גייט מיט א טלית ביים דאווענען.
דאס אז מען דארף האבן אנגעטוהן א טלית ביי קריאת שמע, איז באקאנט דער זוהר וואס זאגט אז ווער עס ליינט קריאת שמע אן ציצית, איז כמעיד עדות שקר.
אבער אויף דער עצם אנטוהן א טלית האב איך נישט געפונען קיין טעם.
נאר ווי מיר זעהען שוין פון די גמרא, אז דער סדר איז געווען אזוי צו דאווענען, ווי מיר האבן אויבן געברענגט, מלמד שנתעטף הקב''ה כשליח ציבור.
און ווי אויך זאגט דער רמב''ם (הלכות ציצית פרק ג' הל' י''א) א לשון, לעולם ישתדל להיות עטוף בכסות המחוייבת בציצית כדי שיקיים מצוה זו, ובשעת התפלה צריך להזהר ביותר, גנאי גדול הוא לתלמידי חכמים שיתפללו והם אינם עטופים.
עס איז אבער אינטערעסאנט אנצוצייכענען, דאס וואס דער אבן עזרא זאגט אין פרשת שלח.
אז דער סיבה פארוואס מען גייט א טלית ביים דאווענען, איז וויבאלד מען זאל ליינען קריאת שמע מיט א טלית, ווייל מען זאגט די פרשה פון ציצית. אבער ער לייגט צו, אז בעצם וואלט מען ענדערש געדארפט גיין מיט א טלית א גאנצען טאג, און נישט בשעת התפילה. ווייל ציצית איז דאך נאר למען תזכרו ועשיתם, וואס ביים דאווענען דארף מען צו דעם נישט צוקומען, ווייל בשעת התפילה לא יעשה עבירה.
סגולת המצווה.
לשון הרמב''ם
לשון המחבר.לעולם יהא אדם זהיר במצות ציצית, שהרי הכתוב שקלה ותלה בה כל המצוות כולן, שנ' וראיתם אותו וזכרתם את כל מצוות ד' ועשיתם אותם.
גדול עונש המבטל מצות ציצית, ועליו נאמר לאחוז בכנפות הארץ וגו'. והזהיר במצות ציצית זוכה ורואה פני השכינה.
אגב אזכיר מה שקשה לי.
מיר איז שווער פארוואס מאכן מיר נישט קיין ברכה אויפן טלית קטן?
לכאורה צווישען דעם וואס מיר טוהן אן דעם טלית קטן, ביז ווען מען טוט אן דעם טלית גדול איז זייער א לאנגער הפסק. איינער לערנט א בלאט גמרא, א צווייטער שמועסט אין קאווע שטיבעל, א דריטער זיצט אין קאר און ענטפערט אימעילס. לכאורה וואלט מען געדארפט מאכן צוויי עקסטערע ברכות?