ליקוטי הלכות וענינים על יום הכיפורים
דער טאג יום כיפור איז מכפר אויף די עבירות וואס מ'האט געזינדיגט (ויקרא ט"ז ל').
אבער עס איז נאר מכפר פאר די וואס טוען תשובה, און זיי גלייבן אז דער טאג יום כיפור איז מכפר, אבער פאר איינעם וואס איז מבעט אין יום כיפור, און ער טראכט זיך אין הארץ וואס איז מיר יום כיפור ווערד, איז יום כיפור נישט מכפר זיינע עבירות (רמ"א תר"ז ס"ו). און דערפאר זאל מען זיך שטארק אריינעמען אין הארץ די אמונה אז יום כיפור איז מכפר אויף די עבירות וואס מ'האט געזינדיגט. (אלה"מ תר"ו)
עבירות שבין אדם לחברו: אויף די עבירות שבין אדם לחברו איז יום כיפור נישט מכפר, ווילאנג מען בעט נישט איבער דעם חבר אויף דעם וואס מ'האט געזינדיגט קעגן אים (שו"ע תר"ו ס"א). דערפאר דארף מען ערב יום כיפור איבערבעטן איעדן קעגן וועם מען האט געזינדיגט, סיי מיט געלט און אפילו וועמען מען האט בלויז געטשעפעט בדיבור. (מטא"פ שם)
נאך א סיבה פארוואס מ'בעט זיך איבער יום כיפור איז, כדי אלע אידן זאלן זיין בשלום, ווייל אזוי קען דער שטן נישט מקטרג זיין אויף זיי. (טור שם מובא בשועה"ר סק"ח)
די עבירות שבין אדם לחברו האבן צוויי חלקים אין זיך, איינס דער טייל וואס מ'האט געזינדיגט קעגן דעם חבר, און די צווייטע וואס מ'האט געזינדיגט קעגן דעם אייבירשטען, ווייל מ'האט עובר געווען אויף זיין באפעל נישט צו פוגע זיין אינעם חבר. און אפילו אויף דעם טייל פון די עבירה וואס איז בין אדם למקום איז אויך יום כיפור נישט מכפר, בעפאר מען בעט נישט איבער דעם חבר. (אלה"מ שם)
עס איז אבער נישט גענוג וואס מען בעט איבער דעם חבר, נאר נאכדעם וואס דער חבר איז שוין מוחל, דארף מען זיך אויך מתודה זיין, און תשובה טוען און חרטה האבן דערויף, כדי עס זאל נתכפר ווערן דעם חלק פון די עבירה וואס מען האט געזינדיגט בין אדם למקום. (אלה"מ שם ועי' בשעה"צ תר"ז סקי"ג דאולי על אונאת דברים אין צריכים וידוי כלל)
עס ווערט געברענגט אז ווער עס בעט איבער איינעם וועמען ער האט מצער געווען, זאל ער אויך בעטן פון יענעם אז ער זאל מתפלל זיין אויף אים. און אויף דעם וואס מען בעט איבער, איז א מצוה אזוי צו טוען. (אלה"מ שם בשם היש"ש)
דיני פיוס: די ערשטע מאל וואס מען גייט איבערבעטן דעם חבר, זאל מען לכתחלה גיין אליינס. און מען זאל נישט קיין שליח איבערצובעטן. אין פאל וואס עס קומט אן זייער שווער צו גיין אליינס, אדער מען האלט אז דער שליח וועט בעסער קען פארמיטלען צווישן זיי צוויי אז דער חבר זאל אים מוחל זיין, קען מען יא שיקן א שליח. (מטא"פ שם ס"א)
ווען מען בעט איבער דעם חבר זאל מען ארויסזאגן פארן חבר וואס מ'האט געזינדיגט קעגן אים, סיידן אויב מ'ווייסט אז דער חבר וועט זיך שעמן מיט דעם, זאל מען עס נישט ארויסזאגן. (מטא"פ שם)
ווען מען האט געזינדיגט קעגן איינעם, און יענער ווייסט נישט דערפון, צ.ב.ש. מען האט גערעדט לשון הרע קעגן יענעם, אויב האט מען נישט געטוען קיין שאדן פאר יענעם מיט דעם- צ.ב.ש. אז די צוהרער'ס האבן נישט מקבל געווען דעם לשון הרע, דארף מען אים נישט איבערבעטן דערויף, נאר מען זאל פאר זיך תשובה טוען דערויף און זיך מקבל זיין עס מער נישט צו טוען. (חפץ כלל ה' סי"ב מובא בפסק"ת)
אויב האט מען יא שאדן געטוען פאר יענעם מיט דעם וואס מ'האט געטוען קעגן אים- ווייל די וואס האבן געהערט דעם לשון הרע האבן עס מקבל געווען, דארף מען אים יא איבערבעטן (שם). סיידן ווען מען ווייסט אז דער חבר וועט האבן צער ווען ער וועט געוואויר ווערן דערפון, זאל מען אים נישט ארויסזאגן וואס מ'האט געזינדיגט קעגן אים, נאר מ'זאל אים איבערבעטן בכלליות אזויווי מען בעט איבער יעדן איינעם. (פסק"ת בשם ר' ישראל סאלאנטער וכ"מ ממטא"פ ס"ב)
ווען מען בעט איבער אגאנצן רבים אויף אמאל, איז מען נישט יוצא ווען מען ווייסט אז עס איז דארט דא א יחיד קען וועמען מען האט פערזענליך געזינדיגט, נאר מ'ארף אים פריוואט איבערבעטן. (מטא"פ ס"ב)
ווען מען האט געזינדיגט קעגן איינעם, און יענער איז נישט אין שטאט און דערפאר קען מען אים נישט בעטן מחילה, זאל מען זיך מקבל זיין אין הארץ אז מען וועט אים איבערבעטן, און דאן איז יום כיפור מכפר דערויף. (אלה"מ סק"ג)
ממונות: אויב האט מען באגזל'ט אדער באשווינדעלט דעם חבר, דארף מען עס מתקן זיין פאר יום כיפור. און דאס איז נאך הארבער פון די אנדערע עבירות, ווייל די געגנב'טע געלט איז דער הויפט מקטרג ביים דין (משנ"ב שם סק"א). און אויסער דעם וואס מען דארף צוריקגעבן פארן חבר די געלט וואס מען קומט אים, דארף מען אים אויך איבערבעטן פאר דעם צער וואס מ'האט אים גורם געווען מיטן האלטן זיין געלט. (אלה"מ שם סק"ב)
אויב האט מען געלט אויף וואס דער חבר קען האבן תביעות אז עס קומט אים, זאל מען עס מודיע זיין פארן חבר אפילו ווען ער האט נישט קיין אנונג דערפון. אדער זאל מען פארלייגן דעם ענין פאר א רב אדער מורה צדק, און זאל אים באמת אויסזאגן די גאנצע דין ודברים מיט אלע פרטים, און מען זאל אים פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן. און מען זאל וויסן אז ביי געלט-זאכן זאל מען זיך נישט אליינס פסקנ'ען פאר זיך, ווייל דער יצר הרע האט דערביי אסאך היתרים. (משנ"ב שם)
וידוי: ווייל יום כיפור איז א טאג פון סליחה וכפרה, דערפאר דארף זיך איעדעס מענטש מתודה זיין, פונקט ווי מען האט זיך מתודה געווען אויף די קרבנות וואס האבן מכפר געווען. (שועה"ר תר"ז ס"א)
דער עיקר זמן פון וידוי איז אנהייב יום כיפור ד.ה. ממש פארנאכטס ווען יום כיפור קומט אריין. אבער די חז"ל האבן חושש געווען אז אפשר וועט ח"ו עפעס פאסירן פארן מענטש ביי די סעודה המפסקת, וואס צוליב דעם וועט ער זיך נישט קענען שפעטער מתודה זיין, דערפאר האבן זיי מתקן געווען אז מען זאל זיך מתודה זיין ביי מנחה פאר די סעודת המפסקת. (תר"ז שו"ע ס"א ושועה"ר סק"א)
אבער מען איז זיך נאכאמאל מתודה אנהייב נאכט, דהיינו מען זאגט די תפלת זכה פארנאכטס ווען מען קומט אין שול פאר כל נדרי (משנ"ב שם סק"א). כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע האט זיך געפירט, צו זאגן אנא תבא לפניך תפלתינו און אשמנו מיטן גאנצן ציבור, נאך די כל נדרי דרשה, כדי יוצא צו זיין די וידוי פון אנהייב נאכט. (מחזור דבר"י)
און מען איז זיך נאכאמאל מתודה ביי אלע תפלות אין יום כיפור, ווייל די גאנצע טאג יום כיפור איז מכפר. (שועה"ר שם ס"א)
דיני וידוי: מען דארף שטיין בשעת'ן זיך מתודה זיין (שו"ע ס"ג). און מען טאר זיך נישט אנלאנען, און אויב מען האט זיך אנגעלאנט אזוי שטארק אז אויב מ'וואלט ווען אוועקגענומען די זאך אויף וואס מ'האט זיך אנגעלאנט וואלט מען ווען אראפגעפאלן, איז א ספק צו מען דארף זיך נאכאמאל מתודה זיין. (משנ"ב סק"י)
בשעת'ן וידוי זאל מען זיך קלאפן אויפן חזה (טשעסט) אדער אויפן הארץ, ווייזענדיג אז זיי האבן גורם געווען אז מען זאל זינדיגען. (מטא"פ ס"י)
עס איז גלייך אז מען זאל שטיין איינגעבויגן -אזויווי ביי מודים בשעת'ן וידוי, אויב קומט אן שווער דאס זיך איינבייגן, קען מען מקיל זיין אז מען זאל זיך בלויז אביסל אראפבייגן דעם קאפ. און בפרט קען מען מקיל זיין ביים וידוי וואס מען זאגט מיטן בעל תפלה ביי די הויכע שמנה עשרה. (משנ"ב סק"י ושעה"צ סק"ו)
מען טאר נישט רעדן אינמיטן די וידוי. נאר נאכצוזאגן די דברים שבקדושה מעג מען מפסיק זיין. אויך מעג מען מפסיק זיין נאכצוזאגן אלע אמנים. (אלה"מ שם סק"ב וממשנ"ב סקי"א לכאו' מוכח דבאמצע אשמנו לא יפסיק לסתם אמנים)
דער עיקר וידוי איז "אבל אנחנו ואבותינו חטאנו" (רמ"א שם ס"ג). אנדערע זאגן אז אשמנו איז אויך דער עיקר וידוי (שעה"צ סקי"א). אבער די אלע דינים פון וידוי גייען אויך אן ביי די אנדערע טיילן פון די וידוי, ווי ביי די על חטא'ס וכדו'. (שעה"צ סקי"ב)
ווער עס ווייסט ביי זיך אז ער האט געזינדיגט אן עבירה וואס איז נישט אויסגערעכנט אינעם וידוי, זאל ער דאס ארויסזאגן, אבער נאר שטילערהייט כדי קיינער זאל נישט הערן, ווייל מען טאר נישט מגלה זיין די חטאים. (שו"ע שם ס"ב)
ווען מען זאגט זיך ארויס די אייגענע חטאים, אדער ווען מען זאגט אינעם וידוי א די זונד וואס מ'איז דורכגעפאלן דערמיט, זאל מען דאס זאגן מיט א ביטערניש און מיט דמעות שליש. (מטא"פ ס"ח)
אפילו אויף זונד וואס מען האט זיך שוין פאריאר מתודה געווען – און מען האט דאס נישט איבערגעטאן דאס יאר, דארף מען זיך נאכאמאל מתודה זיין דערויף, אזויווי דער פסוק זאגט וחטאתי נגדי תמיד [אז מען דארף שטענדיג האלטן די זונד פאר זיך]. ((שו"ע ס"ד)
מען זאל זיך נישט מאכן קיין אייגענע נוסחאות פון וידווי, נאר מען זאל זאגן דאס וואס דער גאנצער ציבור זאגט, ווייל אין די ימים נוראים איז דער עיקר אז מען זאל זיך כולל זיין מיט די תפלות פונעם גאנצן ציבור, ווייל אזוי ווערן די תפלות אנגענומען צוזאמען מיט די תפלות פונעם רבים. (מטא"פ סי"ב)