אייוועלט פרעזענטירט: 'נחמו'
נו, נו... וויזוי גייט נאך די סוף פסוק???
הא... בשם ה' נעשה ונצלי... אוטש!
בשם ה' נעשה ונשמע!!!
נמ"ש, נעקסטיים דריידעך דא אפטער וועסטו נישט פארגעסן די יוצרות
סא... וואו זענען מיר דא?
נ נח נחמ נחמן נחמנמ נחמנמנחמנח וואו בין איך פארפארן?
דער נמ"ש איז נישט ביי זיך היינט!!! דער איז ביי זיין שוויגער אין וויינבערגער!
נאופס! ס'גייטעפעס נישט... הא, מיין קיבארד אידאך אינגאנצן שטויביג...
נמ"ש, זיידעך מיישב! זעצטאך אראפ, א גלעזל קולמע וואסער, א גוטן האפטשו, און קום צוריק פריש און מונטער לכבוד שבת נחמו!
הא!! כ'האבעס!!! שבת נחמו איט איז!!!
שלום עליכם ר' נחמו, וואס מאכט איר עפעס??
נ נח נחמ נחמו נחמו נחמו נחמו עמי בבית, יאמר גם זו לטובה!
מיט פריידענישע געפילן און דערהויבנטע געמינטער ווערן מיר אצינד געקניפט און געפלאכטעוועט צו אייך מבשר'ענען די ביטערע שרעקלעכרליך נייעס אז מיר זענען דא מיט א פרישע, אבער נאך ווי א פרישע, נו פירט אליין אויס.... אט אזוי!
א שבת-נחמו סידי!!!
@א שרייבערל שיקט מיר אריין א מעסעדזש דא אין מיין קאלטן סטודיא, אז טאמער וויל איך נאכאמאל נעמען קרעדיט פאר זיין סידי איז יעצט די צייט!!!
סאו, נעמען קרעדיט האב איך אייביג ליב געהאט. כאטש וואס מיין מאמע פלעגט מיר אנזאגן מיט פרעסק און פעטש אז איך זאל נישט כאפן צופיל קרעדיט פון די טישן, עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבא לפניך התנהג בתמימות!
ס'איז פיין, וואס זאלעך טון, בפרט אז דער שרייבערל האט אהערגעשטעלט א באמבע! גלייבט מיר נישט, ס'איז נישטא פארוואס צו גלייבן, גלייבט מיר אז איך גליייב איך אז איר גלייבט אונז אלע וואס גלייבן אינעם פארגלויבטן גלויביגער גלויבער! ממש אזוי!!
סאו, דער שרייבערל האט געמאכט פון אונז א 'טאטאלע', נישט מער און נישט נאכמער! הערסט דו דארט? א טאטאלע! כ'עפן דעם בוקלעט זע איך ס'שטייט א טאטאלע.
וואסידאס טאטאלע, ווער זאגט נאך היינט טאטאלע? די היינטיגע מאדעס, גיי פארשטיי...
און רעדנדיג פון די בוקלעט, איי איי איי איז איי איי איי געזאגט... ס'איז שרעקעדיג! א שווארצע פאסטעך... גיבט נאר א קוק, דאס זענען די ארגינעלע ניגונים פון די שווארצע פאסטעכער... אבער דא רעצעך פון אזעכע וואס די גרעסטע צדיקים האבן נישט אנגעטראפן... וואס מאכסטו עפעס ר' פאסטעך? ס'פאסטעך נישט צו ענטפערן?? אונז האמיר שוין גענוג געפאסטעך, שוין געווען שבעסאר בתמוז און טישובאף, הערשוין אויף מיט די פאסטעכער פאר א גוט זומער!
אין איין ווארט, די קאווער איז איי איי איי!
ווייטער, ס'ווערט מער און מער שרעקעדיג! ביים צווייטן בלאט איז דער שווארצעך פאסטעך געווארן א באבא! גלייבט מיר נישט... א באבא! פארשטייסט? און די באבא'ס בעטן מיר נאך געלט דערפאר, כ'טענה שוין יארן אז די באבויסן זענען נישט מער ווי שווארצע פאסטעכער.
הקיצער, דא האט עפעס א אנאנימער איינער געשריבן גראמען, אבער נישט סתם... אכט שורות אויפן זעלבן גראם, אבער ס'נישט קיין חכמה, ער האט געשריבן גראמיים, אויף ירושלים, נחמו נחמיים, אייוועלטיים, שרייבערליים וכו'... נעקסטיים שרייב מיר שרייבערל ווער ס'שריבט וואס, כ'זאל וויסן וועם צו באזינגען...
איינער האט געזען דעם צווייטן נחמו? כ'זוך אים אויפן קאווער, ואין איין ואין צוויי! קוק איך אריין ביים צווייטן בלאט, דער 'איפכא מסתברא' פונעם קאווער, די עולם הפוך – דארט וואו שווארץ איז ווייס און הרב ווייס איז הרב שווארץ, בקיצור...
וואו פארפארפארפארפאפרפאפרר איך שוין ווייטער?
שוין ביים צווייטן ניגון א מיסטעיקאלע? ס'פעלט א שטיקל פיס פון ר' נחמן, דער לייגט א וואו אנשטאט א ענדע נו"ן, שעם דיך!
3 מיסטעיקטצעך אויך! עס שטייט 'רחם' בחסדך, חחח... ס'דאך 'נחם' בחסדך... איר זענט צוריקגעבליבן ר' איד, ס'איז שוין נחמו!
פיין, כאניש נערוון זוכן אלע מיסטעיקס פון שרייבערל, אין אדם רואה ואינו נראה נגעי חבירו שטייט אין עפעס א גליון דאכטצעך.
איין זאך זעה איך יא, אז עפעס א פרוק און א ליביליבי האבן זיך אריינגעגאנוועט צווישן די אלע נחמ נחמו נחום נוחם נחמה נאחמו נחמאל וכו' פונעם סידי, מיט וואס האבן זיי זוכה געווען.
וויפל נעמט צו הערן די סידי? 'כמעט א מינוט!', א בפירוש'ע לעצטע ניגון. לויף און קוק...
פיין, בקיצור, הכלל, למעשה, וואס האביך געוואלט זאגן? וויל איך אמאל עפעס זאגן? ווער זאגט אז כ'דארף וועלן?
שוין, מיר באדאנקען זיך פון טיפן הארצן פאר שרייבערל, און אלע מיטהעלפער, כ'ווייס נישט די נעמען ליידער. כ'שטעלזיך אבער פאר אז 'מתמיד' האט נישט געלייגט א האנט אין פייער, כ'מיין ער האט זיכער געהאלפן דא. און לכאורה אונזער אלעמענבאקאנטן הרוצה בעילום שמו האט אויך געגרעפיקט דא. בקיצער, נאר דער כביכול קען אייך באצאלן, נחמו נחמו נחמו עמו דארף מען דא יעצט שרייבן לכואו'.
קינדער, לויפט און קויפט, ווייל ס'נישטא צו באקומען אין די געשעפטן!
שמעו וראו מי ברא אלה, פאסט אויס אויף א גוטן שטיקל סטעיק!
שרייבערל, ס'קומט טאקע ארויס א סידי?