Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?
ס'איז זייער ווייטאגלעך נושא, אבער האלטסטו נישט אז רעדן דערפון אפן גייט אויפרייצן די יוגנט עס צו ''טעיסטן'' ''עקספערימענטן'' בלויז ''אויסטרייען''?טישטוך האט געשריבן:מסר׳ן און איבערגעבן צו די פאליציי איז אפשר אן אויסוועג, אבער אין אונזער דור איז שוין נישט קיין קונץ זיך ארויסצוזען פון טורמע. די חברה ווייסן גאר גוט וויאזוי צו באהאלטן זייערע שענדליכע ווערק. אראפרייסן און פארשעמען דורך מפרסם זיין וועט קיינמאל נישט אויפטון, ווייל רוב פון די דיעלערס זענען נישט קיין היימישע אידן וואס דרייען זיך אין ראדני, אויב זיי דאווענען.
די איינציגסטע וועג צו פארמיידן קרבנות איז דורכן אנכאפן דעם שלאפנדן עולם ביי די אויערן און אויפשאקלען ווי א סעלצער באטל.
מענטשן שטארבן פון דראגס! שטיי ווייט דערפון! שלא תמות כדרך שמתו פלוני ופלוני ופלוני ופלוני און די שורה איז ענדלאז!!!
חסד של אמת זאל עפענען די ארכיוון, די רבנים זאלן דערפון רעדן. מען זאל דאס ארויסרייסן מן השורש נאך מער ווי דער אינטערנעט, א מענטש וואס איז אויף וויד זאל ווערן אויטאמאטיש אויסגעשפיגן פון קהל עדת הנארמאלע מענטשן. עס איז נישט קיין ׳טשיל׳, עס איז א שפיל מיט פייער!
ווי איך האב געשריבן דא , האלטסט אז איך בין נישט גערעכט?