פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

אחראי: יאנאש

אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע:ווי די טראבעל געשעט

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

א גוטן טייערע חברים.
כ'בין נישט געווען אקטיוו פאר א שטיק צייט, און צוריקקומענדיג איז מיין אישי קעסטל געווען פיל מיט פראגעס ווי: 'ביסטו יוסף פריעד?' 'האסטו געשריבען אינעם נפשי די וואך?'
די תירוץ איז ניין! און פאר כ'האב באזיכט דעם אשכול האב איך אפילו נישט געוויסט פון וואס מ'רעדט... אבער ווי נאר כ'האב געזען פון וואס מ'רעדט דא בינעך ווי פארשטענדליך תיכף אריבערגעלאפן און געקויפט דעם פאריגע וואכע'דיגע 'נפשי'.

וואס זאלעך אייך זאגן טייערע ברודער.... אפילו איך האב געשפירט די זעלבע ווייטאג ווערט מען נאך צושאקעלט און דערשיטערט ביז טרערען יעדע מאל מ'ליינט דערוועגען... די גאנצע ארטיקל דארט איז א בחינה פון א מגלה טפח ומכסה טפחים, אבער פון צווישן די שורות שרייט קולות וואס אפילו א שטימער קען הערן און א בלינדער קען זעהן...

קוקט אויף די מעשיות וואס ווערן דערציילט וועט איהר זעהן אז מער ווייניגער זענען זיי אידענטיש: א פארמאכט קינד, קראכט אויס אויף סיי וואספארא אופן, באקומט סחורה פון א 'היימישער', דראפעוועט, דראפעוועט, דראפעוועט, וויל זיך ראטעווען, שפיטאל, ריהעב, כמעט אראפ פון די סחורה, און.... ברוך דיין...

אבער דאס זענען די מעשיות וואס ווערן יא דערציילט! ווי סאך ווערן נישט דערציילט, נאר ווערן באגראבן אינטערן טעפיך??

ליידער אסאך מער ווי איהר מיינט.

קודאס פאר ר' יוסף פריעד.
עס פאדערט גבורה, קוראזש און משונה'דיגע כוחות זיך צו זעצן אפשרייבן אזא בלוט פארוויקעלטע ארטיקעל אפ' ווען מ'איז אנאנים, און אוודאי ווען מ'שטעלט זיך ארויס און די עפענטליכקייט.
קודאס פאר מאמענט.
ס'איז א געוואלדיגע זיכו הרבים צו נעמען א פלאטפארמע און שרייבן פון א נושא וואס איז נאך נישט פאפולער צו שרייבן דערוועגען.
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

פאר די אלע וואס וואונדערן זיך נאך אויב סאיז טאקע אמת אז ס'דא עכט היימישע חברה וואס זענען פארכאפט אין דעם סם המות, איך בין אויך געוועהן סקעפטיש איבער דעם ביז דעי וואך. ווייל איך האב עס קיינמאל נישט באגעגנט פנים אל פנים.
אבער דעי וואך איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א שבע ברכות, זענען געזעצן ביי די לחיים טיש אביסל ווייטער פון מיר צוויי יונגעלייט, ביידע אין די עידש פון בר מצוה מאכן, און זיי האבן געשמועסט.
אינמיטן האבן מיינע אויערן אויפגעכאפט ווי איינע פון זיי זאגט "נע, ווען איך פיל אז עס איז שוין צו סאך נעם איך עס נישט פאר אפאר וואכן"
האבנדיג געליינט דעם אשכול האב איך בעסער אנגעשפיצט מיינע אויערן צו הערן פון וואס מרעדט, והנה,
אן עלטערע תמימות'דיגע איד וואס איז געזעצן אקעגן זיי פרעגט מיט נייגער, פון וואס רעדט מען?"
ענטפערט דער אינגערמאן, טשאקלאד!
פרעגט דער עלטערער יוד, וואס הייסט שטארקע טשאקלאד??
זאגט דער יונגערמאן, מיט אזא ביטול'דיגע בליק, (ווי אן ערוואקסענע מענטש וואס ענטפערט פאר א קליין קינד, ווען די וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין) ס'דא היינט צובאקומען זייער גוטע טשאקלאד, אזעלעכע טייערע שטארקע..
דער עלטערע יוד האט געמאכט אזא פנים ווי איינער זאגט, א רחמנות אויך די היינטיגע יווגעלייט... ביזי מיט טשאקלאד...
און די צוויי יונגעלייט האבן געמאכט א נאך ברכה און געגאנגען וואונטשן פאר די בעלי שמחה.

ווען איך וואלט נישט געליינט דעם אשכול, וואלט איך געקענט הערן דעם שמועס און נישט אויפכאפן אז מרעדט פון דעם.

א פחד!
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך וויל נאר מודיע זיין פארן עולם אז ליידער זיצן די וואך צוויי היימישע פאמיליעס שבעה נאך זייערע קינדער וועלכע זענען אומגעקומען פון אווערדאוז. און נישט נאר די וואך, נאר ליידער פאסירט דאס וואך איין וואך אויס, און דאסמאל האב איך עס געקריגן אינאיינעם מיט די נעמען. ס׳צייט זיך אויפצואוועקן.
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

טישטוך האט געשריבן:
איך וויל נאר מודיע זיין פארן עולם אז ליידער זיצן די וואך צוויי היימישע פאמיליעס שבעה נאך זייערע קינדער וועלכע זענען אומגעקומען פון אווערדאוז. און נישט נאר די וואך, נאר ליידער פאסירט דאס וואך איין וואך אויס, און דאסמאל האב איך עס געקריגן אינאיינעם מיט די נעמען. ס׳צייט זיך אויפצואוועקן.
אין רעפרענס צו די דיסקוסיע צו ס'דא הונדערטער געפאלענע יערליך רח"ל

פאר די וואס כאפן / דענקן נישט וואס @טישטוך זאגט.
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:
פאר די אלע וואס וואונדערן זיך נאך אויב סאיז טאקע אמת אז ס'דא עכט היימישע חברה וואס זענען פארכאפט אין דעם סם המות, איך בין אויך געוועהן סקעפטיש איבער דעם ביז דעי וואך. ווייל איך האב עס קיינמאל נישט באגעגנט פנים אל פנים.
אבער דעי וואך איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א שבע ברכות, זענען געזעצן ביי די לחיים טיש אביסל ווייטער פון מיר צוויי יונגעלייט, ביידע אין די עידש פון בר מצוה מאכן, און זיי האבן געשמועסט.
אינמיטן האבן מיינע אויערן אויפגעכאפט ווי איינע פון זיי זאגט "נע, ווען איך פיל אז עס איז שוין צו סאך נעם איך עס נישט פאר אפאר וואכן"
האבנדיג געליינט דעם אשכול האב איך בעסער אנגעשפיצט מיינע אויערן צו הערן פון וואס מרעדט, והנה,
אן עלטערע תמימות'דיגע איד וואס איז געזעצן אקעגן זיי פרעגט מיט נייגער, פון וואס רעדט מען?"
ענטפערט דער אינגערמאן, טשאקלאד!
פרעגט דער עלטערער יוד, וואס הייסט שטארקע טשאקלאד??
זאגט דער יונגערמאן, מיט אזא ביטול'דיגע בליק, (ווי אן ערוואקסענע מענטש וואס ענטפערט פאר א קליין קינד, ווען די וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין) ס'דא היינט צובאקומען זייער גוטע טשאקלאד, אזעלעכע טייערע שטארקע..
דער עלטערע יוד האט געמאכט אזא פנים ווי איינער זאגט, א רחמנות אויך די היינטיגע יווגעלייט... ביזי מיט טשאקלאד...
און די צוויי יונגעלייט האבן געמאכט א נאך ברכה און געגאנגען וואונטשן פאר די בעלי שמחה.

ווען איך וואלט נישט געליינט דעם אשכול, וואלט איך געקענט הערן דעם שמועס און נישט אויפכאפן אז מרעדט פון דעם.

א פחד!
שרעקליך צו הערן איין מעשה נאכן צווייטן...
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע:הארי הררט

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

איך וויל נישט אריינגיין אין דעם ענין בכלל, נאר אז מרעד שוין, דערציילט מיר מיין נאנטן ידיד, אז זיין זין איז געפארן אין א קאר סערוויס מיט נישט קיין היימישער דרייווער אין ער האט עמ מסביר געווען אויף א שיינע אויפן אז רייכערן איז נישט גיט אבער מאראיאנא וכד דילי איז געזינט אין גיט, קודם האט ער עס נישט געוואלט גלייבן אבער נאכן ווייזן סאטיסטיק אויפן פאן, איז ער געווארן מוראדיג איינגערעדט אין דעם

נ.ב. די בחור איז אן עלטערע בחור אין ער דארף אביסל חיות אין סיפוק, אין ער האט געטראפן,

איך שרייב עס ווייל סאיז דא מענטשען ארום אונז וואס זיי טרייען צו כאפן ווי מער, אין ליידער הערט מען ווי ספאלט אריין לעצטענס זייער אסאך אינגעלייט אלטע בחורים אין זייער נעץ, מטאר עס נישט לייקענען אין חלילה פארשווייגן,

ב"ה די טאטע האט עס געכאפט באצייטנס אבער סאיז דא אזויפיל וואס כאפן עס ליידער שוין נישט, סאיז הימל געשריי מדארף אויף'רידערין די וועלט עסקנים דארפען זיך אריינלייגן אין זעהן צו שטיל מאכן די כד רוצחים וואס לאקירן אויף די צובראכענע הערצער סאיז נאכנישט שפעט, אבער סקען ווערן שפעט...

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
פטור בלא כלום
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 15, 2020 12:17 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטור בלא כלום »

קען אפשר איינער אריין סקענען די ארטיקל פון נפשי?
כ' האב געזוכט צו קויפן די נפשי (און א"י) ולא מצאתיה.

ייש"כ
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פטור בלא כלום האט געשריבן:
קען אפשר איינער אריין סקענען די ארטיקל פון נפשי?
כ' האב געזוכט צו קויפן די נפשי (און א"י) ולא מצאתיה.

ייש"כ
קענסט עס ליינען אין די עברית משפחה דער וואך, עס איז דא די זעלבע ארטיקל נאר איבערגעטייטשט אין עברית
גימפעל
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימפעל »

עמוד 1.pdf
(92.89 KiB) געווארן דאונלאודעד 502 מאל
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6516
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

אין די ענגלישע משפחה פאמילע מאגעזין איז פאריגע וואך געווען אן ארטיקל פון א פרוי וואס האט נאכן האבן א שווערע יוגענט זיך פילע מאל געמוטשעט מיט דראגס, געווארן קלין דורך א ריהעב פאר אפאר יאר, צוריק געפאלן וחוזר חלילה.

איין שטארקע זאך וואס זי שרייבט איז אז אפי׳ נאכן זיין קלין אפאר יאר, איז עס א שטארקע מלחמה יעדע שטיק צייט... ס׳נישט גרינג.
ימים ידברוהאט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
פעטער ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 10:00 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער ברוך »

פארט ארים א קליפ ווי איינער דערציילט אזא מעשה פון זיין ברידע!!!):
איינער האט עס??
איך קען נישט ספעלן די בעסטע. אבער קענסט מיך פאררעכטן.. שיק מיך א פריוואטע מעסעדזש!! שכח
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע:ווי די טראבעל געשעט

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

דעקל פון 'נפשי' יו''ט סוכות תשפ''ג.
אטעטשמענטס
נפשי 60 תשרי תשפ״ג.jpeg
נפשי 60 תשרי תשפ״ג.jpeg (330.63 KiB) געזען 6525 מאל
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע:ווי די טראבעל געשעט

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

די בריוו אין 'נפשי' יו''ט סוכות תשפ''ג.
אטעטשמענטס
Pages from Nafshi 60 - FINAL DRAFT-1.jpg
Pages from Nafshi 60 - FINAL DRAFT-1.jpg (215.58 KiB) געזען 2120 מאל
Pages from Nafshi 60 - FINAL DRAFT-2.jpg
Pages from Nafshi 60 - FINAL DRAFT-2.jpg (205.98 KiB) געזען 2120 מאל
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

באבע מעשה האט געשריבן:
דעקל פון 'נפשי' יו''ט סוכות תשפ''ג.
נאכן ליינען די נפשי האב איך געטראפן דעם אשכול, איך טראכט צו כ'האב שוין געליינט דעם אשכול אמאל? דאן האב איך צוזאם געשטעלט אז די ערשטע תגובה האב איך דארט געליינט.

עניוועי, וויכטיג צו רעדן דערפון. איך האב שוין פערזענליך אויפמערקזאם געמאכט עטליכע מענטשן וואס טוען אין חינוך, און אויך סתם אינגעלייט וואס ווייסן נישט וואס טוט זיך ליידער.

אגב, פארוואס זענען אלע דראג אשכולות אין אקטועלע?
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

גימפעל האט געשריבן:
עמוד 1.pdf
המשך?
ייש"כ.
ודי לחכימא ברמיזא

פאר די וואס ווילן זעען די גאנצע ארטיקל:
https://he.mishpacha.com/column/%D7%90% ... %A8%D7%94/
ודי לחכימא ברמיזא
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

א שאלה בנוגע רעדן מיט די קינדער דערוועגן:
איז עס קענטיג פונדרויסן אז ס'רעדט זיך דא פון דראג'ס? קוקט עס דען נישט אויס ווי א תמימות'דיגע טשאקלעט באר / בראוני?
וא"כ, וואס זאגט מען פאר'ן קינד? פון וואס זאל ער זיין געווארענט?
ודי לחכימא ברמיזא
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

תגובה דורך צעטל קלעבער »

חכימא האט געשריבן:

ס'זעט אויס אינגאנצן תמימות'דיג.
קענסט אים ווארענען אז אויב איינער וויל אים געבן א פיצי שטיקל טשאקלעד (א בעגינער נעמט א פיצי שטיקל די סייז פון א בונדל...) זאל ער זיין באווארנט.
מיט קעיק איז שוין שווערער, ווייל מאנכע מישן אריין ממש אפאר טראפן, אזוי אז מ'קען עסן היבש אסאך.
אבער אויב איינער וויל אים חלילה געבן אומוויסנד איז נישט ממש דא וואס צו טון. דאווען!
יעדער דארף דאווענען.
ס'דא היינט דראגס אן קיין טעם, אן קיין ריח און אן קיין פארב, מ'קען עס אריין מישן אין וואסער, און דער קרבן ווייסט ניטאמאל אז ער האט עפעס געהאט..... רח"ל
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן:
א שאלה בנוגע רעדן מיט די קינדער דערוועגן:
איז עס קענטיג פונדרויסן אז ס'רעדט זיך דא פון דראג'ס? קוקט עס דען נישט אויס ווי א תמימות'דיגע טשאקלעט באר / בראוני?
וא"כ, וואס זאגט מען פאר'ן קינד? פון וואס זאל ער זיין געווארענט?
ס'זעט אויס אינגאנצן תמימות'דיג.
אינגאנצן?
ליגט אין די געהעריגע זילבערנע רעפער, און איז א געהעריגע באר?
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אושפיזין האט געשריבן:

יא, ס'דא אזאלכע
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10086
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע:אימבאקאנט

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן:
א שאלה בנוגע רעדן מיט די קינדער דערוועגן:
איז עס קענטיג פונדרויסן אז ס'רעדט זיך דא פון דראג'ס? קוקט עס דען נישט אויס ווי א תמימות'דיגע טשאקלעט באר / בראוני?
וא"כ, וואס זאגט מען פאר'ן קינד? פון וואס זאל ער זיין געווארענט?
ס'זעט אויס אינגאנצן תמימות'דיג.
אינגאנצן?
ליגט אין די געהעריגע זילבערנע רעפער, און איז א געהעריגע באר?
יא, ס'דא אזאלכע
אויב מען באקט אריין אין די קינדער צו זיכן די הכשר פון סיי וואס קן עס זיין א שטארקע גדר לכאורה.
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

כמדומני אז די באבוב'ע רב זז"ג האט שוין פאר אפאר יאהר צוריק עפענטליך אדרעסירט דעם פראבלעם אין א דרשת התעוררות בפני אנשי שלומו.
ודי לחכימא ברמיזא
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ר' דן האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן:
א שאלה בנוגע רעדן מיט די קינדער דערוועגן:
איז עס קענטיג פונדרויסן אז ס'רעדט זיך דא פון דראג'ס? קוקט עס דען נישט אויס ווי א תמימות'דיגע טשאקלעט באר / בראוני?
וא"כ, וואס זאגט מען פאר'ן קינד? פון וואס זאל ער זיין געווארענט?
ס'זעט אויס אינגאנצן תמימות'דיג.
אינגאנצן?
ליגט אין די געהעריגע זילבערנע רעפער, און איז א געהעריגע באר?
יא, ס'דא אזאלכע
אויב מען באקט אריין אין די קינדער צו זיכן די הכשר פון סיי וואס קן עס זיין א שטארקע גדר לכאורה.
ס'דא מיט א געהעריגע הכשר (געפעלטשט פארשטייצעך)
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן:
א שאלה בנוגע רעדן מיט די קינדער דערוועגן:
איז עס קענטיג פונדרויסן אז ס'רעדט זיך דא פון דראג'ס? קוקט עס דען נישט אויס ווי א תמימות'דיגע טשאקלעט באר / בראוני?
וא"כ, וואס זאגט מען פאר'ן קינד? פון וואס זאל ער זיין געווארענט?
ס'זעט אויס אינגאנצן תמימות'דיג.
קענסט אים ווארענען אז אויב איינער וויל אים געבן א פיצי שטיקל טשאקלעד (א בעגינער נעמט א פיצי שטיקל די סייז פון א בונדל...) זאל ער זיין באווארנט.
מיט קעיק איז שוין שווערער, ווייל מאנכע מישן אריין ממש אפאר טראפן, אזוי אז מ'קען עסן היבש אסאך.
אבער אויב איינער וויל אים חלילה געבן אומוויסנד איז נישט ממש דא וואס צו טון. דאווען!
יעדער דארף דאווענען.
ס'דא היינט דראגס אן קיין טעם, אן קיין ריח און אן קיין פארב, מ'קען עס אריין מישן אין וואסער, און דער קרבן ווייסט ניטאמאל אז ער האט עפעס געהאט..... רח"ל
פ"וו זאל עס איינער אריינלייגן אין דיין עסן ווען דו ווייסט נישט, וואס וועט ער פארדינען?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

לעכטל האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן:
א שאלה בנוגע רעדן מיט די קינדער דערוועגן:
איז עס קענטיג פונדרויסן אז ס'רעדט זיך דא פון דראג'ס? קוקט עס דען נישט אויס ווי א תמימות'דיגע טשאקלעט באר / בראוני?
וא"כ, וואס זאגט מען פאר'ן קינד? פון וואס זאל ער זיין געווארענט?
ס'זעט אויס אינגאנצן תמימות'דיג.
קענסט אים ווארענען אז אויב איינער וויל אים געבן א פיצי שטיקל טשאקלעד (א בעגינער נעמט א פיצי שטיקל די סייז פון א בונדל...) זאל ער זיין באווארנט.
מיט קעיק איז שוין שווערער, ווייל מאנכע מישן אריין ממש אפאר טראפן, אזוי אז מ'קען עסן היבש אסאך.
אבער אויב איינער וויל אים חלילה געבן אומוויסנד איז נישט ממש דא וואס צו טון. דאווען!
יעדער דארף דאווענען.
ס'דא היינט דראגס אן קיין טעם, אן קיין ריח און אן קיין פארב, מ'קען עס אריין מישן אין וואסער, און דער קרבן ווייסט ניטאמאל אז ער האט עפעס געהאט..... רח"ל
פ"וו זאל עס איינער אריינלייגן אין דיין עסן ווען דו ווייסט נישט, וואס וועט ער פארדינען?
בד"כ ווער ס'נעמט עס, שפירט א געוויסע גילט, און ער וויל אז ווי מער מענטשן זאלן נעמען....
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”