Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט
די ביהמ”ד איז נאך געווען האלב רוי, מיין טאטע האט דערציילט אז ער געדענקט זיך זיצן אויף דער ערד אין ביהמ”ד און קוקן ווי אלע טאטעס וויינען.
עטליכע יאר צוריק האבן איך געטראפן א ליטווישער אידל וואס איז דאן געווען א בחור און ער האט געלערנט אין א ליטווישע קעמפ אור שרגא, ער האט געהערט אז די רבי איז אוועק האט ער געכאפט א היטש אראפ קיין קרית יואל.
האט ער מיר דערציילט אז דאס בילד ווי גרויסע טאטעס און זיידעס וויינען הויעך אויפן קול, יעדער איינער אן אויסנאם, איז עפעס וואס איז אים געווארן איינגעקריצט אין זיכרון, הערשט דאמאלטס האט ער פארשטאנען די גרויסקייט פון די אבידה, און וואס עס מיינט פאר סאטמארע אידן.
אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.