זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

כ''ו אב תשל''ט
רוב עולם פון דא זענען דעמאלט אדער נאכנישט געווען געבוירן אדער געווען גאר קליין עס צו געדענקן,
אבער לויט ווי מען פארציילט איז עס פאר טויזענער אידן געווען א טאג וואס איז געווען עולם חשך בעדם ממש מיט די פטירה פון רביה''ק מסאטמאר זצ''ל,
א זאך וואס מענטשען האבן נישט געגלייבט אז עס קען פאסירן זייענדיג זיכער אז ער גייט אונז פירן קעגן משיח צדקינו,

עפען איך א אשכול ווי מען זאל אריינקומען מיט זכרונות וואס מען געדענקט אליין
אדער וואס מען האט געהערט פון אנדערע איבער אלעס וואס האט זיך אפגעשפילט יענעם טאג אין די אידישע וועלט,
איבער די פטירה, די לוי', וויאזוי די גדולי הדור און מענטשען איבעראל האבן אויפגענומען די בשורה, די טעג נאכדעם, און אלעס ארום
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

לוי'
אטעטשמענטס
unnamed (16) (1).jpg
unnamed (16) (1).jpg (33.34 KiB) געזען 3448 מאל
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9048
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

אין ביהמ''ד פארן אריינברענגען די ארון
אטעטשמענטס
CCI08082018.jpg
CCI08082018.jpg (399.33 KiB) געזען 3414 מאל
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14413
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

איך בין נאכנישט געווען געבוירן אבער פון מיין טאטע און שווער האבעך געהערט. ס'איז געווען ממש כאאס, מענטשן האבן ממש נישט געקענט עסן פאר א שטיק צייט, מ'האט געקענט זעהן יודן גיין אויפן גאס און וויינען ווי א קינד, מענטשן זענען אוועק געפאלן אין חלשות, מענטשן האבן זיך געוואלגערט אויפן פלאר וכו', ווען די מטה איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד איז עס געווען פי כמה פעמים ערגער
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

הער נאר אויס די שמועס פין הרב שאול קליין אויף חצי שיעור אין קול מבשר אפאר יאר צוריק ווי ער שילדערט די טאג כ''ו אב תשל''ט און ליינט פאר זיין טאג בוך וואס ער האט פארצייכנט יענע טעג און וואכן נאכ'ן הסתלקות וואס ס'האט געמיינט פאר עם און פאר גאנץ כלל ישראל
ס'האט מיך גערינען טרערן ווען כ'האב עס געהערט, וואס מיינט די טאג כ''ו אב תשל''ט פאר כלל ישראל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איך טרעף עס נישט יעצט אין די ארכיוון, אבער אין איינער פון די דעמאלטדיגע צייטונגען איז געווען א בילד ווי עטליכע אידן זיצן אויף דער ערד אין פעלד נאכן קבורה, מיט מאכטלאזע יאוש'דיגע אויסדרוקן אויפן פנים, דאס בילד האט צו מיר גערעדט אלעמאל מער ווי טויזנט ווערטער!

אז איינער האט עס ביטע ארויפלייגן

יישר כח
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

מיין טאטע האט מיר דערציילט אזוי, ער איז געווען בעל תפלה אין קינגסטערעס אויבן ,סעגעווען זונטאג אין די זומער קוים געוועיזען מנין, אינמיטן הויך שמונ''ע איז ר ברוך יודא שניטצלער (שליט''א דער מלמד) אריינגעקומען אין ארפגעריסן די פרוכת)מיין טאטע זאגט מיר יעדער, אבער יעדער ,האט אנגעהויבן וויינען אויפן קול ,מיין טאטע האט שנעל געענדיגט שמו''ע ער זאגט מיר ,רוב ביהמ''ד איז געזעצן מיט אראפ געלאזטע קעפ אין געברעטשעט ווי א קינד אין חדר אן א בושה.מיין טאטע איז זייער ווייט פין א מגזם
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
איך טרעף עס נישט יעצט אין די ארכיוון, אבער אין איינער פון די דעמאלטדיגע צייטונגען איז געווען א בילד ווי עטליכע אידן זיצן אויף דער ערד אין פעלד נאכן קבורה, מיט מאכטלאזע יאוש'דיגע אויסדרוקן אויפן פנים, דאס בילד האט צו מיר גערעדט אלעמאל מער ווי טויזנט ווערטער!

אז איינער האט עס ביטע ארויפלייגן

יישר כח
געטראפן, אבער זייער נישט קלאר
לוי'.png
לוי'.png (54.43 KiB) געזען 3137 מאל
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

וואס איז די מעשה געווען מיט די קבורה?
עפעס האט געהייסן אז פון די גרויסע בהלה און צומישעניש האט מען באגראבן פארקערט ווי געפלאנט, און פארדעם ווען מ'קומט אריין פון די געהעריגע אריינגאנג זעהט מען די רוקענ'ס פון די מצבות
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

מאכט טשילס ווען מ' דערמאנט זיך דערפון

יעדעס ווארט איז אמת

מענטשן האבן ארויפגעקוקט אויף די זון נישט גלייבענדיג אז עס שיינט כאילו לא הי'
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אפשר מאכט מען א אנקעטע וויפיל פון די חברים דא געדענקען עס נאך?
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

היסטאריקער האט געשריבן:
אפשר מאכט מען א אנקעטע וויפיל פון די חברים דא געדענקען עס נאך?
מאך אויך א אנקעטע וויפיל פון די חברים'ס עלטערן געדענקען עס...
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

אליעזר ווייס האט געשריבן:
הער נאר אויס די שמועס פין הרב שאול קליין אויף חצי שיעור אין קול מבשר אפאר יאר צוריק ווי ער שילדערט די טאג כ''ו אב תשל''ט און ליינט פאר זיין טאג בוך וואס ער האט פארצייכנט יענע טעג און וואכן נאכ'ן הסתלקות וואס ס'האט געמיינט פאר עם און פאר גאנץ כלל ישראל
ס'האט מיך גערינען טרערן ווען כ'האב עס געהערט, וואס מיינט די טאג כ''ו אב תשל''ט פאר כלל ישראל
שוין געהערט פין דעם, געהערט זאגן אז סאיז זייער אינטערסאנט.. אויב די קענסט שיקן א לינק אדער אויף וועכע נאמבער די שמועס איז,. לתועלת הרבים... שכח
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14413
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

לעורר לב האט געשריבן:
וואס איז די מעשה געווען מיט די קבורה?
עפעס האט געהייסן אז פון די גרויסע בהלה און צומישעניש האט מען באגראבן פארקערט ווי געפלאנט, און פארדעם ווען מ'קומט אריין פון די געהעריגע אריינגאנג זעהט מען די רוקענ'ס פון די מצבות
העליקאפטערס מיט פאליס זענען געשטאנען העכער דעם צו מאכן סדר מיט די גרויסע עולם, האט מען געמאכט עפעס א געשלעג אביסל ווייטער אז די פאליציי זאלן אהין גיין און נישט זעהן וויזוי מ'נעמט ארויס די אונטערשטע ברעט (ס'איז אום לעגאל) און פון די צעמישעניש האט מען זיך געטראפן אז די רבי איז פארקערט אבער מ'האט שוין גארנישט געקענט טון. ווען מ'האט ארויסגענומען די ברעט האט די עולם עס צובראכן און יעדער האט אפגעבראכן א שטיקל פאר זיך און ס'איז נישט געבליבן קיין זכר דערפון. בד"וו די רבי ליגט נישט גראד אינעם גריב, ער ליגט שיעף.

אלעס איז מפי השמועה סאו כ'האב עס נישט געפרוווט מיט קיין עדות
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

sheetrock האט געשריבן:
לעורר לב האט געשריבן:
וואס איז די מעשה געווען מיט די קבורה?
עפעס האט געהייסן אז פון די גרויסע בהלה און צומישעניש האט מען באגראבן פארקערט ווי געפלאנט, און פארדעם ווען מ'קומט אריין פון די געהעריגע אריינגאנג זעהט מען די רוקענ'ס פון די מצבות
העליקאפטערס מיט פאליס זענען געשטאנען העכער דעם צו מאכן סדר מיט די גרויסע עולם, האט מען געמאכט עפעס א געשלעג אביסל ווייטער אז די פאליציי זאלן אהין גיין און נישט זעהן וויזוי מ'נעמט ארויס די אונטערשטע ברעט (ס'איז אום לעגאל) און פון די צעמישעניש האט מען זיך געטראפן אז די רבי איז פארקערט אבער מ'האט שוין גארנישט געקענט טון. ווען מ'האט ארויסגענומען די ברעט האט די עולם עס צובראכן און יעדער האט אפגעבראכן א שטיקל פאר זיך און ס'איז נישט געבליבן קיין זכר דערפון. בד"וו די רבי ליגט נישט גראד אינעם גריב, ער ליגט שיעף.

אלעס איז מפי השמועה סאו כ'האב עס נישט געפרוווט מיט קיין עדות
קיינמאל נישט געהערט אז די רבי ליגט שיש, מקור? פארוואס?

ווי געשריבן איז פאליציי דארט געווען אגאנצן צייט און זיי האבן נישט געטארט זעהן וויזוי מ'נעמט ארויס דעם אונטערשטן ברעיט און אוודאי נישט וויזוי מ'איז מסדר דעם הייליגן גוף דארט אין גריב, סאו מ'האט אלעס געמוזט מאכן אין גרויס איילעניש נישט קענענדיק פאוקעסן אויף די זאכן וואס זענען נישט אזוי וויכטיג להלכה
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14413
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

מקור? כ'מייןמאז כ'האב עס געהערט פון מיין טאטע
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
winner
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

מיין טאטע דערציילט אז אינמיטן וועג צום לוי' האט זיך די קאר געמוזט אפשטעלן פשוט דער עולם האט אויסגעבראכן אין א שרעקליכע געוויין
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
איך טרעף עס נישט יעצט אין די ארכיוון, אבער אין איינער פון די דעמאלטדיגע צייטונגען איז געווען א בילד ווי עטליכע אידן זיצן אויף דער ערד אין פעלד נאכן קבורה, מיט מאכטלאזע יאוש'דיגע אויסדרוקן אויפן פנים, דאס בילד האט צו מיר גערעדט אלעמאל מער ווי טויזנט ווערטער!

אז איינער האט עס ביטע ארויפלייגן

יישר כח
געטראפן, אבער זייער נישט קלאר
לוי'.png
די בילד איז אינעם ספר 'שקעה חמה' אלע הספדים און אלע צייטונג באריכטען פון די הסתלקות און לויה
די צייטונג האט אויך א בילד פון קארס געפארקט ביז אינמיטן די 17
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אורח הכבוד האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
איך טרעף עס נישט יעצט אין די ארכיוון, אבער אין איינער פון די דעמאלטדיגע צייטונגען איז געווען א בילד ווי עטליכע אידן זיצן אויף דער ערד אין פעלד נאכן קבורה, מיט מאכטלאזע יאוש'דיגע אויסדרוקן אויפן פנים, דאס בילד האט צו מיר גערעדט אלעמאל מער ווי טויזנט ווערטער!

אז איינער האט עס ביטע ארויפלייגן

יישר כח
געטראפן, אבער זייער נישט קלאר
לוי'.png
די בילד איז אינעם ספר 'שקעה חמה' אלע הספדים און אלע צייטונג באריכטען פון די הסתלקות און לויה
די צייטונג האט אויך א בילד פון קארס געפארקט ביז אינמיטן די 17
מיינסט 'שקיעת החמה'

איך האב עס טאקע גענומען פון דארטן, אבער דארט אליין איז עס אויך נישט אזוי קלאר, וכ"ש א קאפי דערפון
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נאך סתימת הגולל האט הרבני החסיד ר' חיים הערש יאקאבאוויטש ע"ה זיך אנגערופן אידן! מיר זענען אנגעקומען קיין אמעריקא! מיינענדיג צו זאגן אז ביז איצט האט מען געשוועבט אין א העכערקייט, בצילא דמהמנותא ועתה חסרנו כל אלה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

הער חנן האט געשריבן:
אליעזר ווייס האט געשריבן:
הער נאר אויס די שמועס פין הרב שאול קליין אויף חצי שיעור אין קול מבשר אפאר יאר צוריק ווי ער שילדערט די טאג כ''ו אב תשל''ט און ליינט פאר זיין טאג בוך וואס ער האט פארצייכנט יענע טעג און וואכן נאכ'ן הסתלקות וואס ס'האט געמיינט פאר עם און פאר גאנץ כלל ישראל
ס'האט מיך גערינען טרערן ווען כ'האב עס געהערט, וואס מיינט די טאג כ''ו אב תשל''ט פאר כלל ישראל
שוין געהערט פין דעם, געהערט זאגן אז סאיז זייער אינטערסאנט.. אויב די קענסט שיקן א לינק אדער אויף וועכע נאמבער די שמועס איז,. לתועלת הרבים... שכח
חצי שיעור: פרשת ראה ע״ח
https://www.yiddish24.com/miscellanies/117/1650
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

אליעזר ווייס האט געשריבן:
הער חנן האט געשריבן:
אליעזר ווייס האט געשריבן:
הער נאר אויס די שמועס פין הרב שאול קליין אויף חצי שיעור אין קול מבשר אפאר יאר צוריק ווי ער שילדערט די טאג כ''ו אב תשל''ט און ליינט פאר זיין טאג בוך וואס ער האט פארצייכנט יענע טעג און וואכן נאכ'ן הסתלקות וואס ס'האט געמיינט פאר עם און פאר גאנץ כלל ישראל
ס'האט מיך גערינען טרערן ווען כ'האב עס געהערט, וואס מיינט די טאג כ''ו אב תשל''ט פאר כלל ישראל
שוין געהערט פין דעם, געהערט זאגן אז סאיז זייער אינטערסאנט.. אויב די קענסט שיקן א לינק אדער אויף וועכע נאמבער די שמועס איז,. לתועלת הרבים... שכח
חצי שיעור: פרשת ראה ע״ח
https://www.yiddish24.com/miscellanies/117/1650
שכח
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9048
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

אורח הכבוד האט געשריבן:
די צייטונג האט אויך א בילד פון קארס געפארקט ביז אינמיטן די 17
ווען אינסייט קרית יואל איז שוין געווארן איבערגעפילט מיט קארן האבן די סטעיט טרופעס געהייסן פאר אלע אידישע קארן צו פארקירן אויף די ניו יארק 17 אויפן שאלדער און שפעטער אויך אויפן טראוועי.
לייב ירק
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:13 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייב ירק »

ארטיקל און דער איד דעי וואך פון ר' ברוך יודא קליין וואס ער איז געווען א שרייבער און דער איד וויאזוי עס האט אויסגעקוקט יענער וואך און די איד אפיס . און די אריגינעלע הספד פון הרב שך וואס די לינקע האבן צענזורירט די ווערטער ווען מען האט עס געדרוקט און הרב שך האט געהייסן עס איבערדרוקן און א קונטרס
אטעטשמענטס
גם ברוך יהי'-compressed.pdf
(163.05 KiB) געווארן דאונלאודעד 420 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”