זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אין עוד מלבדו, א גרויסן יישר כח פארן מיטטיילן!!
זכותו הק' יגן עליך ועל כל בית ישראל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

יחסן נפלא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:19 pm
איך האב געהערט אז דער הסתלקות איז געווען פינף מינוט נאך זעקס זונטאג פארטאגס כוא"ב תשל"ט, אבער ביז האלב אכט (אנדערטהאלבן שעה שפעטער) האט מען נישט מפרסם געווען משום כמה סיבות, ד.ה. אז אין ארץ ישראל האט מען נאר געהערט ארום האלב דריי נאכמיטאג אא"וו ענגלאנד אנטווערפן, אויב איינער קען דאס באשטעטיגן תבוא עליו ברכה
וואאס זענען די סיבות ?
יחסן נפלא
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 20, 2023 10:02 am

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחסן נפלא »

לויט ווי איך האב געהערט אז מען האט געוואלט קודם פארשפארן אלע חפצים פון רבין איידער פרעמדע לייגן א האנט און נאך א סיבה
גמרא ניגון
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:06 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גמרא ניגון »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:08 pm
אין עוד מלבדו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 2:12 pm
נאך אפאר קרישקלעך לכבוד די יארצייט

ווען מ' האט אויסגערופן צעלימער רב זצ"ל צו מספיד זיין האט ער געזאגט (מ' הערט עס אויפן טעיפ) איך האב נישט קיין כח, פאר זיינע ארומיגע האט ער געזאגט אז ער פילט זיך נישט ראוי מספיד זיין אזא צדיק

די גרעסטע בכיות (חוץ ווען מ' האט אריינגעברענגט די ארון און ווען דער ב'מ האט מספיד געווען) איז געווען ביי די הספד פון הגה"צ מפאפא זצ"ל, א פאפא בחור האט מיר דעמאלס געזאגט וויפיל מאל מ' האט אויסגעבראכן אין א געוויין (איך מיין אז 15)
קלינגט מיר נאך ווי ער האט אויסגעשריגן "דא ליגט פאר אונז א ביהמ"ק" ( באקאנט וואס ער האט געזאגט פאר ר' סענדער דייטש דעמאלס ואכמ"ל )

אין אומרים בפני המת אלא דבריו של המת, די בעסטע און די לענגסטע ארויסגעברענגט די מלחמה לד' בעמלק וואס די רבי האט געפירט האט הגה"צ דומ"צ קר"י שליט"א

שפעטער נאך אפשר אי"ה

אין אישי האט מיר @אין עוד מלבדו געשריבן כדלהלן:

ער האט געפרעגט אויב ער קען דערמאנען די ממלא מקום, האט ר' סענדער געזאגט עס איז נאכנישט באשלאסן, האט פאפא רב געזאגט מ'וועט שטארק חרטה אויב נישט
דאס איז יא דא נאך וואס ווייסן צו זאגן אז ר משה איז געקומען בכלל?
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2753
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

ער האט געפרעגט ר' סענדער מער ווי איינמאל סהאט עם ממש געברענט
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובה דורך בעל דעת »

גדל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:00 pm

די מעשיות האב איך שוין געהערט פאר 30-40 יאר צירוק, אזוי האט מען אויך געהערט אפלייקענען פין אסאך
והבוחר יבחר ווי אזוי עס קימט אים גיט אויס פאר זיין מהלך אין עבודת השם
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
יחסן נפלא
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 20, 2023 10:02 am

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחסן נפלא »

די צוויטע סיבה פ"וו מען האט נישט תיכף מפרסם געווען דער פטירה (נאר אין ביהמ"ד האט מען נאך געזאגט תהילים ביז האלב אכט) איז בשייכות דער רבנות אין עדה החרדית ירושלים צווישן דער ברך משה און מנחת יצחק

בעל דעת האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:07 pm
גדל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:00 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:08 pm
ער האט געפרעגט אויב ער קען דערמאנען די ממלא מקום, האט ר' סענדער געזאגט עס איז נאכנישט באשלאסן, האט פאפא רב געזאגט מ'וועט שטארק חרטה אויב נישט
ער האט געפרעגט ר' סענדער מער ווי איינמאל סהאט עם ממש געברענט
די מעשיות האב איך שוין געהערט פאר 30-40 יאר צירוק, אזוי האט מען אויך געהערט אפלייקענען פין אסאך
והבוחר יבחר ווי אזוי עס קימט אים גיט אויס פאר זיין מהלך אין עבודת השם
פאפא רב האט געברענט אז מען זאל אויף נעמען א ממלה מקום בעלז סקווער סקולען קאלוב שאפרען יוכיח
לעצט פארראכטן דורך גדל אום זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:13 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

יחסן נפלא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:19 pm
איך האב געהערט אז דער הסתלקות איז געווען פינף מינוט נאך זעקס זונטאג פארטאגס כוא"ב תשל"ט, אבער ביז האלב אכט (אנדערטהאלבן שעה שפעטער) האט מען נישט מפרסם געווען משום כמה סיבות, ד.ה. אז אין ארץ ישראל האט מען נאר געהערט ארום האלב דריי נאכמיטאג אא"וו ענגלאנד אנטווערפן, אויב איינער קען דאס באשטעטיגן תבוא עליו ברכה
אין די באשרייבונגען פון דעם רבי'נס הסתלקות האב איך געזען אז די יציאת נשמה איז געווען 6:40 אדער 6:50 אינדערפרי
אין עוד מלבדו
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 05, 2023 4:32 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין עוד מלבדו »

אינמיטן די שבעה איז איינער פון די גרויסע מנהיגים אין די התאחדות הרבנים געקומען צו פאפא רב זצ"ל אנטראגן די נשיאות פון התאחדות הרבנים

פאפא רב זצ"ל האט אים גענטפערט אז אלע שטעלעס וואס סאטמאר רב זצ"ל האט געהאט באלאנגט פאר סיגעטער רב און ער וועט אים גארנישט צונעמען
געדענק, ווילט איר האבן א רואיג לעבן? פארלאזט זיך אינגאנצן אויפ'ן הקב"ה ווייל אין עוד מלבדו
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8527
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יחסן נפלא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:10 pm
די צוויטע סיבה פ"וו מען האט נישט תיכף מפרסם געווען דער פטירה (נאר אין ביהמ"ד האט מען נאך געזאגט תהילים ביז האלב אכט) איז בשייכות דער רבנות אין עדה החרדית ירושלים צווישן דער ברך משה און מנחת יצחק
ערשטע מאל איך הער דאס, און איך גלייב דאס בכלל נישט ווילאנג איך האב נישט קיין געהעריגע מקור דערויף

האט איינער גע'חלומ'ט אז מען גייט אויפנעמען דעם ברך משה פאר ירושלימ'ער רב?!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אין עוד מלבדו
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 05, 2023 4:32 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין עוד מלבדו »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:17 pm
יחסן נפלא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:10 pm
די צוויטע סיבה פ"וו מען האט נישט תיכף מפרסם געווען דער פטירה (נאר אין ביהמ"ד האט מען נאך געזאגט תהילים ביז האלב אכט) איז בשייכות דער רבנות אין עדה החרדית ירושלים צווישן דער ברך משה און מנחת יצחק
ערשטע מאל איך הער דאס, און איך גלייב דאס בכלל נישט ווילאנג איך האב נישט קיין געהעריגע מקור דערויף

האט איינער גע'חלומ'ט אז מען גייט אויפנעמען דעם ברך משה פאר ירושלימ'ער רב?!
ניין, קיינמאל נישט געווען א מדובר אפילו

און דער רבי איז אוועק בערך פאר 7 אזייגער, ביי אכט אזייגער האב מיר שוין אלע געוויסט
געדענק, ווילט איר האבן א רואיג לעבן? פארלאזט זיך אינגאנצן אויפ'ן הקב"ה ווייל אין עוד מלבדו
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8842
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יחסן נפלא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:51 pm
לויט ווי איך האב געהערט אז מען האט געוואלט קודם פארשפארן אלע חפצים פון רבין איידער פרעמדע לייגן א האנט און נאך א סיבה
מיינסט צו זאגן אז די פרעמדע הענט האבן געוואלט קודם פארשפארן....
כידוע דעם בריוו פון ברך משה וועגן די חפצים פון רבין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8527
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אין עוד מלבדו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:20 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:17 pm
יחסן נפלא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:10 pm
די צוויטע סיבה פ"וו מען האט נישט תיכף מפרסם געווען דער פטירה (נאר אין ביהמ"ד האט מען נאך געזאגט תהילים ביז האלב אכט) איז בשייכות דער רבנות אין עדה החרדית ירושלים צווישן דער ברך משה און מנחת יצחק
ערשטע מאל איך הער דאס, און איך גלייב דאס בכלל נישט ווילאנג איך האב נישט קיין געהעריגע מקור דערויף

האט איינער גע'חלומ'ט אז מען גייט אויפנעמען דעם ברך משה פאר ירושלימ'ער רב?!
ניין, קיינמאל נישט געווען א מדובר אפילו

און דער רבי איז אוועק בערך פאר 7 אזייגער, ביי אכט אזייגער האב מיר שוין אלע געוויסט

יא יא, עפ"י שכל איז נישט מעגליך צו חלומ'ען אזוינס אפילו, דעם רבי'ן זי"ע וואלטן זיי אויך נישט גענומען אלץ רב ווען נישט געוויסע סיבות וואס זענען נישט שייך געווען בכלל ביים ברך משה'ס צייטן.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4940
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:17 pm
יחסן נפלא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:10 pm
די צוויטע סיבה פ"וו מען האט נישט תיכף מפרסם געווען דער פטירה (נאר אין ביהמ"ד האט מען נאך געזאגט תהילים ביז האלב אכט) איז בשייכות דער רבנות אין עדה החרדית ירושלים צווישן דער ברך משה און מנחת יצחק
ערשטע מאל איך הער דאס, און איך גלייב דאס בכלל נישט ווילאנג איך האב נישט קיין געהעריגע מקור דערויף

האט איינער גע'חלומ'ט אז מען גייט אויפנעמען דעם ברך משה פאר ירושלימ'ער רב?!
גא"מ - מאכט קיין סענס כלל וכלל
יחסן נפלא
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 20, 2023 10:02 am

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחסן נפלא »

בנוגע דער רבנות פון ברך משה יש עוד להוסיף, אבל קודם צום עצם ענין אויב דער רבי איז אוועק פאר זיבן אזייגער פארוואס האט מאן נאר געוואוסט ביי אכט אזייגער? מען איז געזעצן אגאנצע נאכט אין ביהמ"ד ווארטנדיג צו הערן גוטע בשורות, און א גאנצע שעה האט געדויערט געוואר צו ווערן הדבר אומר דרשוני???
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8527
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יחסן נפלא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:34 pm
בנוגע דער רבנות פון ברך משה יש עוד להוסיף, אבל קודם צום עצם ענין אויב דער רבי איז אוועק פאר זיבן אזייגער פארוואס האט מאן נאר געוואוסט ביי אכט אזייגער? מען איז געזעצן אגאנצע נאכט אין ביהמ"ד ווארטנדיג צו הערן גוטע בשורות, און א גאנצע שעה האט געדויערט געוואר צו ווערן הדבר אומר דרשוני???

קענסט דיך פארשטעלן ווי פארלוירן מען איז געווען?
קיינער האט זיך כמעט נישט דערוואגט אין אנפאנג צו זאגן די ווערטער 'דער רבי איז אוועק'!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5032
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

@אין עוד מלבדו אמת'דיג א שכח פאר די ערשטהאנטיגע זכרונות. די אינגע דור וויל הערן און דארף הערן.
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

איך וועל שרייבען וואס איך געדענק פין יענער ביטערע טאג

מיר האבען געוואינט דענסמאל אין מאנסי, ווען כעהאב יענע אידערפרי געווארט אויפן באס, געדענק איך אז א אינגעל האט דערציילט אז מסתם וועט די באס היינט קימען שפעט, ווייל די אלע טאטעס זענען אויף געווען א גאנצע נאכט מתפלל זין פארן רבין, ווייל מען האט אים אריין געפירט אין שפיטאל, למעשה געדענט איך נישט צי די באס איז טאקע געקימען שפעט נאר אזויפיל געדענק אינזער יעדע טאג'עדיגע דרייווער ר' ארי' פריעד די מענעזשער דעמאלטס איז יענע טאג נישט געווען די דרייווער

(אגב האט מיר ר' ארי נישט לאנג צירוק דערציילט אז ער איז געווען יענע נאכט געווען ביזי מיט א לווי' ביי ר' י"ז אזוי איז אויך דארט געווען יחזקאל שמש, ער האט געהאט א רעדיא מיט די הצלה, אבער עס האט נישט געארבערט איבעראל, שפעטער ווען די רבי איז שוין אוועק האט מען געזיכט ר' יחזקאל שמש אבער מעו אים נישט געקענט כאפען , למעשה האט אים שפעטער געכאפט אויף זיין רעדיא פין הצלה אין ער איז געלאפעןן זיכען יחזקאל שמש וואס איז געווען אויפן וועג, אים צי טראגען צום רבין אין שפיטאל)

למעשה ווען מען איז אנגעקימען אין חדר האט מען געהייסן אלע קינדער ארוייף גיין אין עס זאל (מען האט עס געריפען די זשים) דארט האט ר' מרדכי זילנערשטיין זז"ג די מנהל דענסמאל גענימען די מייק אין גענימען וויינען מיט אזעלכע בכיות, (אגב ר' מרדכי האט דעמאלטס יענע טאג פארלורן זיין ברידער ר' יוסף ע"ה אבער זעט אויס ער האט נאך גארנישט געוויסט)כדענט נישט וואס ער האט געזאגט, אבער אזוי פיל געדנק איך ווי אלע קינדער האבן מיט געוויינט, למעשה איז מען צירוק אהיים געפארן

שפעטער ווען איך בין אנגעקימען אהיים האט דאמאלטס האט מיין טאטע זז"ג גערעדט מיט זיין טאטע אויף ארץ ישראל, כדערמאן ווי מיין מאמע שטייט נעבען אים אין ביידע וויינען אויפן קול, אזא מחזה ווי מיין טאטע אין מיין מאמע זאל אזוי וויינען אויפן קול האב איך קיינמאל נישט געזען חוץ יענע מאל, איך האב אויך מיטגעוויינט אזוי אויך מיין אינגערע שוועסטער אלע זענען געשטאנען דארן געוויינט, היינט אפילו 44 יאר שפעטער ווען כדערמאן אין דעם קימט מיר טרערן אין אויגען

שפעטער איז מייו טאטע געפארן צי די לוויה, כהאב נישט געוואלט מיט פארן וויייל יעדע צוויטע טאג פלעגט מען פארן אויף קר"י, איך פלעג נישט קיין כח צי דעם, אבער מיין טאטע האט מיר געבעטן כזאג דיר וועסט מיר איין טאג דאנקען פאר דעם,

אין קרית יואל בין איך נישט אריין בהמ"ד נאר געשטאננען אינדרויסען וואס כגדענט די בכיות וואס וואס איך האב עס פשוט נישט געקענט אריבער טראגען אזוי אויך ווי מען האט יעדע מיניט געשריגען הצלה אין געלאפען, געזען ווי א ווייבל פאלט ציזאם, די מצב וואס איז דארט געווען ספעשעל פין א אינג קינד בליק איז נישט פארשטיין ווי עס האט מיר איבערגעלאזט, וואס איך געדענק אז איך האב יארען נישט געקענט הערן די טעיפ פין די לויה עס האט מיר דערמאנט די שרעקליכע קאשמארען
לעצט פארראכטן דורך בעל דעת אום זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:13 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10603
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

@בעל דעת שכח פארן עס אראפשרייבן אינטערסאנט צו הערן די מצב אזוי גוט און ביטערליך אראפגעלייגט.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4940
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

בעל דעת האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:46 pm
איך וועל שרייבען וואס איך געדענק פין יענער ביטערע טאג

(אגב ר' מרדכי האט דעמאלטס יענע טאג פארלורן זיין ברידער ר' יוסף ע"ה)

יישר כח פארן מיטטיילן אייערע זכרונת. לגבי ר' יוסף הנ'ל האט מען נישט געזוכט פאר זונטאג נאכט.
ר' יוסף בן ר' שמואל ע"ה
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

איך דערמאן מיר יעצט ווי א טאג שפעטער בין איך געקימען אין חדר האט אינזער מלמד הרב יעקב יוסף דיימענד זז"ג גערעדט פאר די קינדער ער האט נישט געקענט קימען צום ווארט פין געוויין , אזוי אויך האט די גאנצע כתה מיט געוויינט, (מען קען דאס נישט פארשטעלען ווי יעדע אינגעל האט געשפירט ווי מען האט פארלוירן די רבי'ן)

וואס איך געדענט ווי ער האט געזאגט פאר די קינדער "כבעט ענק יעדע נאכט פאר קרי"ש חזר'ט ענק איין די צורה פין רבינו הקדוש ענק זאלען געדענקן אויף אייביג" אזאך וואס איך פלעג עס כסדר טיען אדאנק זיינע דיבורם, וואס א דאנק דעם ליגט מיר אין די ביינער די ה' מלך ביי של"ס מיט די גאלדענע בעקיטשע, ווי די רבי' שטייט אויפן סטעזש אינטערגעלאנט מיט ר' עזראל אין ר' יוסל אין פין אינטען שטייט ר שלום יוסף מיטן היט, אין זיינע הענט האט זיך געווארפען בשעת מעשה
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

יישר כח פאר מיטיילן דיינע זכרונות. מיר לעכצן פאר מער.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10603
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

בעל דעת האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:07 pm
איך דערמאן מיר יעצט ווי א טאג שפעטער בין איך געקימען אין חדר האט אינזער מלמד הרב יעקב יוסף דיימענד זז"ג גערעדט פאר די קינדער ער האט נישט געקענט קימען צום ווארט פין געוויין , אזוי אויך האט די גאנצע כתה מיט געוויינט, (מען קען דאס נישט פארשטעלען ווי יעדע אינגעל האט געשפירט ווי מען האט פארלוירן די רבי'ן)

וואס איך געדענט ווי ער האט געזאגט פאר די קינדער "כבעט ענק יעדע נאכט פאר קרי"ש חזר'ט ענק איין די צורה פין רבינו הקדוש ענק זאלען געדענקן אויף אייביג" אזאך וואס איך פלעג עס כסדר טיען אדאנק זיינע דיבורם, וואס א דאנק דעם ליגט מיר אין די ביינער די ה' מלך ביי של"ס מיט די גאלדענע בעקיטשע, ווי די רבי' שטייט אויפן סטעזש אינטערגעלאנט מיט ר' עזראל אין ר' יוסל אין פין אינטען שטייט ר שלום יוסף מיטן היט, אין זיינע הענט האט זיך געווארפען בשעת מעשה
שרייב שרייב די עולם האט הנאה.

די לעקטער איז געווען אנגעצינדען אז האסט אזוי גוט גיקענט זעהן?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8527
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: זכרונות פון כ''ו אב תשל''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:11 pm
בעל דעת האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:07 pm
איך דערמאן מיר יעצט ווי א טאג שפעטער בין איך געקימען אין חדר האט אינזער מלמד הרב יעקב יוסף דיימענד זז"ג גערעדט פאר די קינדער ער האט נישט געקענט קימען צום ווארט פין געוויין , אזוי אויך האט די גאנצע כתה מיט געוויינט, (מען קען דאס נישט פארשטעלען ווי יעדע אינגעל האט געשפירט ווי מען האט פארלוירן די רבי'ן)

וואס איך געדענט ווי ער האט געזאגט פאר די קינדער "כבעט ענק יעדע נאכט פאר קרי"ש חזר'ט ענק איין די צורה פין רבינו הקדוש ענק זאלען געדענקן אויף אייביג" אזאך וואס איך פלעג עס כסדר טיען אדאנק זיינע דיבורם, וואס א דאנק דעם ליגט מיר אין די ביינער די ה' מלך ביי של"ס מיט די גאלדענע בעקיטשע, ווי די רבי' שטייט אויפן סטעזש אינטערגעלאנט מיט ר' עזראל אין ר' יוסל אין פין אינטען שטייט ר שלום יוסף מיטן היט, אין זיינע הענט האט זיך געווארפען בשעת מעשה
שרייב שרייב די עולם האט הנאה.

די לעקטער איז געווען אנגעצינדען אז האסט אזוי גוט גיקענט זעהן?

אין די נישט געזונטע יארן איז אייביג געווען אנגעצינדן די לעקטער
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”