ספורי צדיקים לחג הסוכות

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ספורי צדיקים לחג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די צייטען פון דעם צדיק ר' מרדכי פון נאדווארנא זי"ע, האט געוואוינט אין זיין שטאט א הויפט - שופט וועלכער איז געווען א גרויסע פארביסענע שונא ישראל. ער האט געטראכט בייטאג און ביינאכט ווי אזוי אנצוטוהן צרות פאר די יודן פון שטאט
אמאל האט פאסירט אז אין נאדווארנא האט אויסגעבראכן א שווערע מגיפה, און פיל מענטשן זענען קראנק געווארן אין א אנשטעקיגע קראנקהייט. די דאקטוירים האבן געווארנט די גאנצע שטאט אז זיי זאלן מער אוֹיפְפַּאסֶען אויף די ריינקייט פון זייערע הייזער און הויפען, ווייל די שמוץ איז איינע פון די הויפט זאכן וועלכע האבן צוגעברענגט די קרענק.
דער שופט האט ארום געשיקט ספעציעלע שטרענגע פאליציי, זיי זאלן נאכקוקען אין אלע גאסן פון נאדווארנא און אין די הייזער מיט די הויפען און גערטנער, צו די מענטשן האלטן איין די ריינקייט אזוי ווי עס דארף צו זיין. און אויב נישט, וועלן זיי שטארק באשטראפט ווערן
די שטרענגע באפעהל איז ארויסגעגעבן געווארן צווישן ראש השנה און יום כיפור. און דאס האט אויפגעוועקט ביי די יודן גרויס זארג, ווייל לויט דעם באפעהל וואלטן זיי נישט געמעגט אויפשטעלן קיין סוכות און זייערע הויפען. לויט דעם מיינונג פון דעם שופט, קען דאס צוברענגן צו שמוץ.
זיי האבן אבער געהאפט און מתפלל געווען צום באשעפער, אז ער זאל שיקען א רפואה שלימה און די קראנקהייט זאל שנעל אוועק גיין, און זיי זאלן קענען אויפשטעלן סוכות לויט דעם דין.
באלד מוצאי יום כיפור האט דער צדיק ר' מרדכי זי"ע אנגעהויבן צו בויען זיין סוכה אין זיין הויף. ער האט זיך איבערהויפט נישט גערעכענט מיט דעם שטרענגן "איסור".
ווען דער שופט איז געוואויר געווארן אז דער אידישער רב האט אויפגעבויט א סוכה אין זיין הויף איז ער געווארן אנגעפוהלט מיט צארן, און געשיקט א שליח מעלדן אז דער רבי זאל געשווינד צוזאמען לייגן זיין סוכה וועלכע איז געבויט געווארן קעגן דעם געזעץ.
דער רבי האט זיך אבער נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם שליחות, און ווייטער צוגעגרייט די סוכה. ווען דער שופט האט דאס געהערט, האט ער באשלאסען אז ער אליין וועט אריבער גיין און צוברעכן די סוכה, פאר דעם רבי'נס פנים.
ווען דער שופט איז אריין געקומען אין די סוכה, האט ער געטראפן דעם צדיק שטיין
אין די סוכה אויסלייגען דעם סכך. ער הייבט אן צו שרייען מיט קאכעניש: "איהר זאלט שוין די מינוט צונעמען דעם סוכה, און אויב נישט וועל איך דאס אליין צוברעכן אויף שטיקער"!!!
דער צדיק ענטפערט אים צוריק רוהיג מיט א שמייכיל: "איך האב אויפגעשטעלט די סוכה אז דאס זאל בלייבן שטיין, און נישט אויף צו צוברעכן". דער שופט לאזט זיך צו און וויל אנהייבן צו צוברעכן, און דער צדיק רופט זיך אן צו אים אויפן קול: "דו זאלסט וויסן אז דער הייליגער צדיק רבי מאיר פרעמישלאנער זי"ע איז געווען מיין עלטער פעטער"!!
דער שופט שפרינגט אויף מיט כעס און שרייט צוריק: "וואס אינטערעסירט מיר דען ווער דיין עלטער פעטער איז געווען, איך וויל נישט דא זען קיין סוכה"!
דאן האט זיך דער רבי אוועק געשטעלט נעבן דעם שופט און אים אריין געקוקט אין די אויגן, און זיך אנגערופען: "הער מיך ביטע צו עטליכע מינוט צו א מעשה וואס וועט דיך אינטערעסירן". - און דער רבי הייבט אן צו דערצעהלן:
"אין א קליין שטעטל נישט ווייט פון פרעמישלאן האט געוואוינט א פריץ וועלכער האט געהאט 10 זוהן, אלע הויכע, געזונטע און שטארקע. ער האט געוואוינט אין א גרויסן פאלאץ ארום גענומען מיט א שיינעם גארטען איינגעפלאנצט מיט פרוכט ביימער.
איינמאל איז דער פריץ צוריק געקומען פון א רייזע פון א ווייטע לאנד, און ער האט מיטגעברענגט מיט זיך א גאנצע בינטל מיט זייער שיינע און טייערע בלומען.
ער האט געוואלט איינפלאנצען די בלומען ביי זיך אין גארטען. דערפאר האט ער אבער געמוזט אויסרייסען אסאך פרוכט ביימער, און אויף זייער ארט איינפלאנצען די שיינע בלומען.
דער פריץ האט געהאט גרויס פארגעניגן, ווייל די בלומען האבן פארשפרייט א געשמאקן ריח אין די גאנצע געגענט. און אויך אלע מענטשן האבן באוואונדערט די הערליך שיינע בלומען, וואס מ'זעט נישט אין גאנצן לאנד.
נאך א קורצע צייט איז דעם פריץ'ס עלטסטער זוהן קראנק געווארן אויף א שווערע קרענק, און אין געציילטע טעג איז ער געשטארבן. און נאך אים איז דער צווייטער זוהן קראנק געווארן, און ער איז געשטארבן. אזוי, ניין זוהן איינער נאך דעם צווייטן זענען אויסגעשטארבן.
דער פריץ האט געלאזט רופען די בעסטע דאקטוירים פון לאנד, אבער קיינער האט נישט געקענט ערקלערן די באדייט פון זייער קרענק און ווי אזוי מ'קען דאס אויסהיילען.
ווען זיין צענטער זוהן איז קראנק געווארן, איז ער געווארן שטארק טרויעריג, ווייל ער האט געוואוסט וואס עס וועט פאסירן. האט איינער פון זיינע גוטע פריינד אים געגעבן אן עצה: אז עס געפונט זיך א אידישער רב אין דעם נאהנטן שטעטל פרעמישלאן, וואס ער קען באווייזען גרויסע מופתים. אפשר וועט דער צדיק אים קענען העלפן.
דער פריץ איז אבער געווען א גרויסער שונא ישראל, און ער האט נישט געקענט אריין נעמען אין געדאנק אז ער וועט גיין צו א אידישער רב. אבער נאך דעם וואס זיין גוטער פריינד האט אים שטארק צוגערעדט צו דעם, און דער מצב פון זיין צענטן זוהן איז נאר ערגער געווארן, האט ער באשלאסן אז ער וועט פאהרן קיין פרעמישלאן צום צדיק בעטן א ברכה.
אריין קומענדיג צו מיין עלטער פעטער ר' מאיר פרעמישלאנער זי"ע, האט זיך דער פריץ צעוויינט און אויסגעגאסן זיין ביטער הארץ אויף אלעס וואס איז געשען מיט אים, און אז זיין יונגסטע זוהן גייט שוין אויך באלד שטארבן.
רבי מאיר האט אים אויסגעהערט, און זיך אנגערופען צום פריץ: "דו זאלסט וואוסען אז דיינע צרות זענען געקומען אויף דיר, ווייל ווען דו האסט איינגעפלאנצט אין דיין גארטען די שיינע בלומען, האסטו אויסגעריסן פון דארט גוטע פרוכט-ביימער. מיט דעם ביזטו באגאנגען זייער א געפערליכע זאך. ווייל עס שטייט אין פסוק: "כי האדם עץ השדה" - ווייל דער מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, און ווען מען רייסט ארויס א בוים, איז אזוי ווי מען רייסט ארויס א מענטש. און וויבאלד דו האסט אויסגעריסן ביימער פון דעם באשעפער, האט דער באשעפער אויסגעריסן דיינע ביימער - דאס זענען דיינע קינדער. יעצט, אז דו וועסט מיר צוזאגען אז דו וועסט מער נישט טון אזא געפערליכע זאך, וועט דיין יונגסטע זוהן געזונט ווערן"!
דער פריץ האט מיט טרערן אין די אויגן צוגעזאגט, און ווען ער איז צוריק אהיים געקומען, איז מען אים אקעגן געקומען מיט א בשורה טובה, אז זיין יונגסטע זוהן באווייזט צייכענס אז זיין קראנקערהייט ענדיגט זיך, און ביז א קורצע צייט איז ער אינגאנצן געזונט געווארן.
"יעצט" - האט ר' מרדכי נאדווערנער זי"ע געענדיגט זיינע ווערטער - "וויל איך דיר זאגן, אז יענער צענטער יונגל וואס איז אויסגעהיילט געווארן דורך מיין עלטער פעטער, איז נישט קיין אנדערער ווי די אליין. און פאר די גרויסע טובה וואס ער האט דיר געטון, באצאלסטו צוריק מיט שלעכטס"?!
ווען דער שופט האט געהערט די רייד פון דעם צדיק, איז ער באלד געפאלען אויף זיינע פיס און אים געבעטן ער זאל אים מוחל זיין אויף דעם ווייטאג מיט'ן סטראשען.
רבי מרדכי זי"ע האט געענטפערט דעם שופט, אז נאר מיט דעם באדינג איז ער אים מוחל פאר די שטרענגע רייד, אויב ער וועט אים צוזאגן אז ער וועט מער קיינמאל נישט ארויס ווייזען קיין שלעכטס פאר אידישע קינדער, און זיך אויף פירן צו זיי אזוי ווי צו א ברודער.
דער שופט האט זיך דאס אונטערגענומען מיט זיין גאנצן הארץ, און יענעם יום טוב סוכות, האבן די יודן אין נאדווארנא אנגעפיהרט מיט גרויס שמחה, און קיינער האט זיי נישט געשטערט מקיים צו זיין די מצות פון באשעפער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין פנקס הקהל פון די שטאט קראקא איז פארשריבן א מעשה נורא וואס ס'האט פאסירט ביים מגלה עמוקות אלס יונגערמאן, ומעשה שהיה כך היה:
אין די שטאט קראקא האט געוואוינט א יוד א גביר א ת"ח ויר"ש, ער האט גענומען איידעמער תלמידי חכמים מופלגגין, דריי איידעמער האט ער געהאט, פאר זיין יונגסטע טאכטער האט ער גענומען א חתן, א בחור א געוואלדיגער ירא שמים און א גרויסער למדן, (ער האט געהייסן ר' נתן נטע שפירא זי"ע מחבר פון ספרה הקדוש מגלה עמוקות), וועלכער האט זיך געפירט בקדושה ובטהרה בפרישות יתירה, זיין שווער האט אים ליב געהאט אהבת נפש, דרכו בקודש איז געווען אז ער פלעגט אויפשטיין יעדע נאכט חצות און אפגעראכטן תיקון חצות מיט גרויס בכיות, אמאל האט ער אנגעזאגט פאר זיין פרוי אז זי זאל אנזאגען שטרענג איר פאטער און זיינע קינדער אז זיי זאלן נישט אריינקומען אין זיין צומער ווען ער רעכט אפ תיקון חצות, ווייל ס'וועט זיי אריינשטעלן אין א סכנה ח"ו.
ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך אויסגעלאכט דערפון, זיינע שוואגערס האבן געזאגט היתכן, ווי קומט פאר אזא יונגערמאן זיך צו האלטן אזוי בגאות און שטאלצירן מיט זיך אז קיינער קען נישט זיין דעמאלטס מיט אים אין צימער!, האבן זיי זיך אפגעשמועסט איינער מיט'ן אנדערן, אז ווען ער וועט גיין מערביד דאווענען אין שוהל אריין, וועלן זיי זיך דעמאלטס באהאלטן אין יענעם צימער צו זען וויאזוי ער רעכט אפ תיקון חצות, און ס'וועט זיי זיכער נישט שאדן, ס'וועט זיי גארנישט געשען.
זיי האבן טאקע אזוי געטון, זיי האבן זיך באהאלטן אונטער א בעט, און דא האט פאסירט אן אומגליק, ווען דער הייליגער יונגערמאן האט אנגעהויבן זאגן דעם תיקון, זענען זיי רח"ל אויסגעגאנגען אויפ'ן פלאץ, אנדעם וואס איינער זאל האבן אפילו געוואוסט פון עפעס.
דעם אנדערען צופרי ווען זיי זענען נישט אהיין געקומען, זענען די ווייבער זייערע געווארן שטארק אומגעדולדיג וואס מיט זיי איז געשען, איז מען זיי געגאנגען זוכן אין ביהמ"ד וואו זיי האבן פריער געלערענט, אבער מ'האט זיי נישט געטראפן דארט, ווען דער הייליגער יונגערמאן איז געגאנגען אין שוהל אריין דאווענען שחרית, איז דער משרת אריין אין זיין צימער אויפרוימען, ווי ער עפענט די טיר האט זיך מיט אים געווארפן פאר פחד זעענדיג פאר זיך די צוויי איידעמר פונם בעל הבית זיינעם ליגן אויף דער רח"ל, ס'איז געווארן א גרויסער רעש, אלע האבן געוואוסט אז זיי זענען אויסגעגאנגען הערנדיג דעם תיקון חצות פון דעם הייליגען יונגערמאן ר' נטע. די גאנצע שטאט איז געווען איינגעהילט אין גרויס טרויער, יעדער איז גאגאנגען אפגעבן דעם כבוד אחרון פאר די נפטרים, ס'זענען פארגעקומען רייסענדע בכיות ביי די לוי', און דער יונגערמאן ר' נטע ווידער האט נישט געהאט קיין מנוחת הנפש וויסענדיג אז צוליב אים איז געשען דער אומגליק, האט ער געטראכט בשעת די לוי' אז אזוי ווי זייינע שוואגערס זענען אוועק נאר וויילס'האט זיי געשאדט דאס הערן מיין תיקון חצות, בין איך דאך בגדר פון א הורג נפש בשגגה וואס על פי תורה בין איך מחויב גלות, דערפאר האט ער מחליט געווען צו גיין גלות ליידן אלס א כפרה אויף דעם חטא.
ס'איז אדורך די שבעה רח"ל, האט ער דערציילט זיין ווייב וואס ער האט באשלאסן, ער האט איר באשוואוירן למען השם קיינעם נישט מגלה זיין דעם סוד, ער האט זיך איבערגעטוהן אין אנדערע מלבושים און אזוי ארויס שפאצירט פון שטאט און זיך צוגעטשעפעט צו א חברותא פון ארעמע ארחי פרחי'ס, און מיט זיי אינאיינען געגאנגען פון טיר צו טיר.
אין דעם זעלבע צייט איז ביי זיין שווער געווארן חושך, דער הייליגער טייערער יונגערמאן נטע'לע איז נישט דא, מ'האט אים גענועמן זוכען אין אלע גאסן אבער אן ערפאלג, ער איז נישט דא, זיין שווער האט אפגעשריבן פריווען צו אלע רבנים פון די ארומיגע שטעט, אזו אויב זיי וועלן זען זיין איידעם מיט די און די סימנים, זאלן זיי אים פארשטענדיגען תיכף ומיד, ער וועט דערפאר באצאלן א שיינם סכום.
ר' נטע איז אזוי ארום געגאנגען א גאנץ קיילעכדיג יאר מיט די באנדע ארימעלייט, ביז ס'איז אנגעקומען חודש אלול, האט ער אנגעהויבן זיך צו זארגען, וואו וועל איך טרעפן א אתרוג א הדר, וואו וועל איך קענען מקיים זיין די מצוה פון שלאפן אין א סוכה אזוי ווי איך בין געווען צוגעוואוינט ביי מיין שווער, ער איז אנגעקומען פאר יו"ט אין א גרויסע שטאט און איז צוזאם מיט אלע ארעמעלייט אריבער געגאנגען צום פרנס החודש אז ער זאל זיי געבן א גורל צו וועלכען בעה"ב ער זאל אנקומען און זיין דארט איבער יו"ט, דער פרנס איז געווען א שטיקל מבין אויף א צורה פונעם מגלה עמוקות, האט ער אים געפרעגט ווער ער איז? האט ער אים געענטפער אז ער איז אן עני ואביון אזוי ווי די אנדערע דא, ער האט אים נישט געוואלט זאגן ווער ער איז.
דער פרנס האט אים געגעבן דעם גורל-צעטיל אין איז געגאנגען דערמיט צו א גביר דארטן, א בר אוריין א ת"ח, אזוי ווי דער יונגערמאן ר' נטע האט נאר איבערגעטרעטן די שוועל פון דעם גביר איברגעבנדיג אים דאס צעטיל, האט דער בעל אכסניא געזען אויף אים, אז ער איז עפעס א העכעער מענטש און פרעגט אים ווער ער איז, ר' נטע האט נישט געענטפערט קיין קלארע תשובה, ער האט אים אויפגענומען בסבר פנים יפות, אריינגענומען אין אן עקסטערן חדר, מכבד געווען אזוי ווי ס'פאסט זיך פאר אזא יוד, ער האט אים געוויזן זיין הערליך שיינעם אתרוג און אים געזאגט אז ער קען אויך אתרוג בענטשן דערמיט, ר' נטע האט געדאנקט דעם באשעפער פאר האבן די מעגליכקייט מקיים זיין די מצות ארבעה מינים מהודרים אויך אין דער פרעמד.
ביינאכט נאכ'ן דאווענען זענען זיי אריין אין די הערליכע און שיין אויסגעצירטע סוכה, וכלים מכלים שונים, זילבערנע און גאלדענע כלים אויפ'ן טיש, ר' נטע האט געמאכט קידוש מיט גרויס התלהבות דקדושה און מחדש געווען חידושי תורה ביים טיש, דער בעה"ב דער גביר האט זיך מיט אים שטארק געווען משתעשע געווען און פארברענגט מיט אים א האלבע נאכט, נאכ'ן בענטשן זאגט אים דער בעה"ב אז ער קען שלאפן אין די סוכה א גאנצען יו"ט נאר איין זאך פארלאנגט ער פון אים, נישט צו פארגעסן צו צומאכן די טיר פון די סוכה ווען ער גייט שלאפן, דער בעה"ב איז זיך געגאנגען לייגן שלאפן און ר' נטע האט ארויסגענומען פון טאש א קבלה ספר און זיך אראפגעשטעלט אין מיטן די סוכה און אזוי שטייענדיג געלערנט א גאנצע נאכט און אפילו נישט מרגיש געווען אז ס'זענען אריין געקומען די גנבים און גענומען אלעס פון טיש מיט די בעטגעוואנט אינאיינעם, און ער איז געשטאנען בהתפשטות הגשמיות נישט געזען און נישט געהערט גארנישט.
אין די פריע שעה'ן זייענדיג שוין שטארק מיעד, האט ער זיך אראפגעלייגט אביסל און געדרימלט, אביסל שפעטער איז דער בעה"ב אריינגעקומען אין די סוכה און צו זיין שטוינונג, טרעפט ער די טיר אפען אויסגעליידיגט פון אלעם, ער וועקט אויף ר' נטע'ן און פרעגט אים ר' יוד וואו זענען אלע זאכן פון די סוכה? ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אאם האבן, דער בעל הבית איז געווארן אין כעס און האט אים געשלאגין.
באלד דעם ערשטן טאג חוהמ"ס, האט אים דער גביר גענומען צום רב פון שטאט און דערציילט אים וואס דער אורח האט געטון, און ר' נטע ענטפערט דעם רב, אז דער איינציגער באשעפער איז עדות אז ער ווייסט נישט פון קיין גניבה, ער פילט זיך נאר שולדיג מיט דעם ואס ער האט פארגעסן וואס דער בעה"ב האט אים אנגעזאגט צו צושפארן די טיר פון די סוכה,
דער רב איז אויך געווען פון די צו וועמען ס'איז אנגעקומען א בריוו פון ר' נטע'ס שווער וועגן זיין "אנטלויפן" פון דער היים מיט אלע סימנים זיינע, אזוי קוקענדיג אויף אים און קוקענדיג אינעם בריוו, האט זיך דעם רב צוגעדאכט אז דא שטייט פאר נישט קיין אנדערער ווי דער "איידעם" פון קראקא, די סימנים שטימען! זאגט ער דעם גביר לאז אים אריין טראגען צו מיר אין צימער און דארט וועט ער מודה זיין אויף די גניבה, דער גביר האט מסכים געווען,
דער רב טראגט אים אריין און ווייזט אים דעם בריוו און פרעגט אים, "יונגערמאן" וואס זאגסט דו צו דעם בריוו? ר' נטע איז שטיין געבליבן און זאגט אים, יא! דאס איז מיין שווער פון קראקא, האט אים דער רב געזאגט איך בין גוזר בגזירת מרא דאתרא אז די זאלס מיר דערציילן די סיבה פון דיין אנטלויפען פון דיין שווער, ר' נטע האט נישט געהאט קיין ברירה און האט דערציילט אלעס וואס איז געשען מיט זיינע שוואגערס, אז זיי זענען געווען און זיין שטוב בשעת ער האט געזאגט תיקון חצות, און זענען דארט אויפן פלאץ אויסגעגאנגען ל"ע, דערפאר זעט ער זיך א שוליגער דערין וואס ער האט דערפאר דעם דין ווי א הורג נפש בשגגה, האט ער דעריבער גענומען אויף זיך גלות ליידן, האט אים דער געפרעגט ער זאל אים זאגן די סיבה פון וואס זענען די שוואגערס געשטארבן? האט ער אים געענטפערט אז "ווען איך רעכט אפ תיקון חצות, וויין איך אזוי שטארק אז מ'קען עס נישט אויסהאלטן הערענדיג, און איך האב א זכי' פון הימעל אז איך הער דעמאלטס דאס זינגען פון די מלאכי השרת און דאס האלט מיך ביים לעבן, דערפאר האב איך אנגעווארענט יעדן אז קיינער זאל זיך נישט געפונען דעמאלטס אין צימער ווייל עס וועט זיי שאטן, מיינע שוואגערס האבן זיך אויסגעלאכט דערפון זאגענדיג, ס'איז גארנישט, מ'דארף נישט מורא האבן, און זענען יא אריינגעקומען, הערנדיג דאס קול פון די מלאכי השרת זענען זיי פון נעימות הקול דאס זיסן און געשמאקן קול אויסגעגאנגען רח"ל.
און וועגן די גניבה מעג מיר דער רב גלייבן אז איך בין אינגאנצען ריין דערפון, ער האט דערציילט דעם רב אז ער האט געלערנט א גאנצע נאכט אין די סוכה און ער האט גארנישט באמערקט און גארנישט געהערט און נישט געזען.
דער רב איז שטארק נתפעל געווארן פון דעם יונגערמאן און איז ארויס צום גביר וועלכער האט געווארט אינדרויסן און ער האט אים געזאגט, לפי דעתי איז דער יוד ריין פון די גניבה און דו דארפסט אים מפייס זיין יעצט דא, דער גביר הערנדיג דאס איז שטארק נתפעל געווארן און איז צוגעגאנגען צו אים מיט גרויס הכנעה און געבעטן פון אים מחילה, האט אים דער יונגערמאן ר' נטע געזאגט אזוי, "זאלסט וויסן, אז ווען דו האסט מך געשלאגען אויף מיין פנים צוויי דריי מאל אן קיין שום חקירות ודרישות, האט מען גע'פסק'נט אין הימעל אויף דיר אדער דארפסטו אוועקגיין פון די וועלט רח"ל, אדער זאלסטו א גאנץ לעבן זיין א גרויסער ארעמאן ועני חשוב כמת", די ברירה איז ביי דיר אין די האנט אויס צו וועהלן איינע פון די צוויי.
דער גביר איז געווארן שטארק דערשראקן, און מיט א צעבראכן הארץ האט ער אויסגעוועהלט און מקבל געווען אויף זיך עניות, באלד איז ביי אים געשען א גרויסע שריפה, ס'איז אים אפגעברענט דאס גאנצע פארמעגן ל"ע, זעענדיג דאס, איז דער בעל הבית געפאלן צו די פיס פון דעם יונגערמאן און אים געבעטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים, האט ער אים געזאגט, איך האב רחמנות אויף דיר און איך בין דיר מוחל במחילה גמורה וואס דו האסט מיך געשלאגען, ווייל ווען נישט דו וואלט עס אן אנדערער געטון אויב דארף איך עס באקומען, דערפאר בין איך מבטל דעם פסק דין דעם הארבן, נאר איך פסק'ען אז דו זאלסט מער קיין עושר נישט זיין, נאר פרנסה זאלסטו האבן,
דער סוף איז געווען אז ער האט געטראפן די גניבה, און ער האט זיך געמאכט א געשפעט און פון דעם האט ער געצויגען זיין פרנסה, פרנסה בדרך כבוד, אויף צו קענען לעבען.
דערנאך האט ר' נטע געזאגט דעם רב, אז ער וויל שוין אהיים פארן קיין קראקא דער רב איז מיטגעפארן מיט אים, די שמחה ביי זיין שווער איז געווען עד אין לשער,
עטליכע טעג שפעטער איז דער רב אין קראקא נפטר געווארן האט מען געוואלט אויפנעמען אויף זיין פלאץ דעם רב, האט ער געזאגט, איך וויל נישט איבערלאזן מיין שטאט, נאר איך בין אייך מייעץ אז איר זאלט אויפנעמען פאר רב דעם יונגערמאן ר' נטע, ווייל ער איז א גאון און קדוש, מ'האט אזוי געטון און ר' נטע איז דאן געווארן די רב אין די גרויסע שטאט קראקא, ער האט דארט מחבר געווען דאס הייליגע ספר "מגלה עמוקות זי"ע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איינע פון די חסידים פון מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט זיך אמאל באהאלטן אין צימער ווי דער רבי האט צוזאמען געבינדען די הושענות פאר הושענא רבא, וואס איז באוואוסט אז דעמאלטס איז געווען זייער א הייליגער און פארכטיגער צייט. דער רבי זי"ע האט דערפיהלט אז עס געפונט זיך אין צימער א פרעמדער מענטש, האט ער זיך אנגערופען צו אים: "נישט אזוי גרייט מען זיך צו צום יום טוב, דורך דעם וואס מען קוקט ווי דער רבי בינדט צוזאמען די הושענות. נאר דער ריכטיגער צוגרייטונג איז, דורך דעם וואס מען לערנט די אלע ענינים פון יום טוב אין גמרא, רש"י, תוספות און הלכות פון שולחן ערוך. - הערשט דאן פיהלט מען ריכטיג די טעם פון דעם הייליגן יום טוב:
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער שינעווער רב זי"ע האט אמאל סוכות ביינאכט ביים טיש געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז אים ב"ה אויסגעקומען צו האבן דאס יאר גאר א שיינער אתרוג. און איינער פון די חסידים האט זיך אנגערופען, אז זיין אתרוג איז נאך פיל שענער פון דעם רב'ס אתרוג, און פון אלע איינוואוינערס פון שטאט. האט אים דער רב זי"ע געענטפערט: "דיין אתרוג איז פסול"! - יענער חסיד איז שנעל אהיים געלאפען און געברענגט זיין אתרוג צו ווייזען פאר אלעמען. ווען דער שינעווער רב זי"ע האט גענומען דעם אתרוג אין האנט אריין, האט ער באלד אראפ גענומען דעם פיטום און געוויזען אז דער פיטום איז בכלל נישט געווען באהאפטן נאר אריין געשטעקט מיט א נאדעל. יענער חסיד וואונדערט זיך שטארק פון ווי דער רב האט געוואוסט אז דער אתרוג איז פסול. האט דער רב געענטפערט: "אתרוג איז מרמז אויף "ענוה". און ווען איך האב געזען די שטאלצקייט וואס דער אתרוג האט דיך צוגעברענגט, האב איך פארשטאנען אז דאס איז פסול".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער' "בית אהרן" פון קארלין זיע"א האט דערציילט א מעשה שהי', וואס ווייזט ווי א יוד דארף צו הארעווען אויף די מדה פון שמחה, אז ער זאל זיך ח"ו נישט פארלירן אין די שווערסטע זמנים:
אין א געוויסע שטאט האט געלעבט א יוד א ירא שמים, מען האט אים גערופן ר' אביש חסיד, און טראץ וואס ער איז געווען א בלוטיגער ארעמאן ל"ע, האט ער זיך קיינמאל נישט באקלאגט און נישט געהאט טענות אויף קיינעם. ער איז געווען צופרידן מיט דאס וואס ער האט געהאט, מיט'ן ביסל וואס ער האט פארמאגט. ער האט זיינע דאגות ארויפגעווארפן אויף השי"ת, וואס דארף ער זארגן אז עס איז דא איינער וואס זארגט פאר אים, און אלעמאל אלעס אנגענומען מיט ליבשאפט. וואס עס האט פאסירט צו אים, האט ער געזאגט "גם זו לטובה, וואס דער באשעפער טוט איז צום גוטן". זיין פנים האט שטענדיג געשיינט פון שמחה. אין אלע צייטן האט געהערשט שמחה אין זיין קליינעם וואוינונג. ער איז געווען פול מיט פרייד.
אין דער זעלבער שטאט האט אייך געלעבט א צווייטער יוד א גביר, וואס האט געהייסן ר' געציל, מען האט אויף אים געזאגט אז עס האט זיך רח"ל אין אים אריינגעכאפט די "השכלה", און אז מען איז א משכיל דינט מען נישט דעם אייבערשטן מיט שמחה, נאר מען פאלט אריין אין מרה שחורה, און טראץ זיין געוואלדיגע רייכקייט האט ער שטענדיג געלעבט אין שרעק פאר'ן טויט, און וואו ער האט זיך געדרייט האט זיך אים אלץ געדאכט, אז דער מלאך המות גייט קעגן אים, גרייט אים צו נעמען מיט זיך.
צוליב דעם גרויסן פחד און טרויער איז ער פארשלאפט געווארן און ער האט ויך שווער געשלעפט אויף זיינע פיס. וואס עס האט אים באזינדערס שטארק פארדראסן און פארשאפט גרויסע יסורים איז געווען, צוקוקנדיג ווי ר' אביש חסיד, דער עני ואביון וואס האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה, איז אלץ פרייליך און מונטער און טאנצט פאר שמחה און נחת, ווי ער וואלט ווען געווינען עפעס גאר א גרויסן לאטערי. ר' געציל האט אים שרעקליך מקנא געווען. קנאה ברענגט שנאה, און אין זיין הארץ האט ר' געציל דער גביר פיינט באקומען דעם חסיד ר' אביש, ער האט אים נישט געקענט דער ליידן און האט געזוכט אים צו פארטרייבן פון שטאט און פטור ווערן פון אים.
א גאנצע וואך ווען ער איז געווען פארנומען מיט זיינע געשעפטן, האט ער נישט געהאט צופיל צייט צו טראכטן, אבער ווען עס איז אנגעקומען דער שבת, דער יום טוב, און זיי האבן זיך צוזאמענגעטראפן אין בית המדרש, און צוקוקנדיג ווי ר' אביש דער חסיד איז פרייליך און זיין פנים שיינט פון גליק, פלעגט אים ממש אנכאפן אן אויפרעגעניש. ווי מער דער חסיד איז געווען בשמחה, אלץ מער איז דער עושר אויפגעברויזט געווארן מיט כעס און מרה שחורה, עצבות און שרעק.
דער עושר איז מער חוצפה'דיג ווי יעדן, און ווארפט אן א פארכט אויפ'ן ציבור ובפרט אויף די אומבאהאלפענע, וואס האבן געדארפט אנקומען צו זיין שטיצע און הילף, און קעגן זייער ווילן זענען זיי געווארן זיינע געשוואוירענע פריינד און זיי האבן געטון אלעס וואס ער האט זיי געהייסן. צוקוקנריג ווי דער גביר רודפ'ט דעם חסיד און שפעט אפ פון אים, האבן זיי אויך אנגעהויבן טשעפענען מיט אים, כאטש אין הארצן האבן זיי אים יא געשעצט. זיי האבן פשוט געוואלט געפעלן אין די אויגן פוגעם גביר, צו געניסן פון זיין נאנטשאפט און פון זיינע נדבות. איז וואס טוט מען דען נישט פאר א שטיקל ברויט, און ווי באקאנט האבן אמאל אין די קלענערע שטעטלעך זענען די עשירים געווען די בעלי-בתים און יעדער האט מורא געהאט פאר זיי.
ווען עס האט זיך דערנענטערט דער יום טוב סוכות און דער חסיד האט געדארפט ברעטער אויפצושטעלן זיין סוכה, זענען פלוצלינג פארשוואונדן געווארן אלע ברעטער פון די שטאט, און וואו ער האט זיך געוואנדן און געבעטן ברעטער, האט יעדער געהאט פאר אים דעם זעלבן ענטפער: עס איז נישט דא קיין ברעטער. אין יענע צייטן זענען ברעטער געווען א יקר המציאות, עס האט געקאסט פיל געלט, נישט ווי היינט.
ר' אביש חסיד האט פארשטאנען אז די הענט פון געציל דער עושר שטעקן אין דעם. מילא, האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געואגט, "כל מה דעביד רחמנא לטב עביד", וואס דער באשעפער טוט איז צום גוטן, אויב דאס איז דער רצון פון אייבערשטן, וועט ער דאס יאר נישט אויפשטעלן א סוכה אליין. עס וועלן זיך זיכער אפירזוכן גוטע יודן וואס וועלן אים לאדענען אויף יום טוב, און ארייננעמען אין די סוכה. ער וועט אי"ה נישט בלייבן אויפ'ן גאס.
דער גביר האט אבער אנדערש געטראכט, ער האט נישט נאר געטראכט נאר געטון למעשה. ער האט זיך געזארגט דערויף אז די גאנצע שטאט זאל אויף אים צושפארן די טיר, און האט אנגעווארנט, אז ווער עס וועט אים ארייננעמען אין די סוכה וועט זיין אחת דתו... און פאר ר' אביש'ן האט ער באפוילן, אז אויב ער וויל נישט אייננעמען קיין חרפות און בושות און מאכן זיין יום טוב וואכנדיג, האט ער א ברירה צו פארלאזן די שטאט און פראווענען דעם יו"ט סוכות ערגעץ אנדערש-וואו.
ר' אביש האט זיך אבער נישט מייאש געווען. עס איז אים נישט איינגעפאלן מוותר צו זיין אויף זיין שמחה, וואס איז א יסוד אין עבודת ה'. די תורה הק' האט דאך אונז קלאר געווארנט או די גאנצע תוכחה און די קללות פון פרשת כי תבא, איז געקומען נאר ווייל מען האט נישט געדינט דעם אייבערשטן מיט שמחה. פונקט ווי פאר דער מענטשליכער קערפער פארלאנגט זיך צו שפייזן, רוען און שלאפן, אזוי פעלט אים אויס די שמחה. זאל ער מוותר זיין אויף די שמחה? אה, בשום אופן! איי די סוכה? דער אויבערשטער וועט שוין העלפן !
איינגעזינקען אין זיינע געדאנקען האט ער אזוי פרייליכערהייט געשפאנט אין די גאסן פון שטאט און ער האט נישט באמערקט ווי ער האט זיך שוין לאנג דערווייטערט פונעם צענטער פון שטאט און ער דערנענטערט זיך צום אידישן בית עולם, וואס געפינט ויך נאך די לעצטע הייזער פון שטאט.
פאר פלטיאל דער קברן און דער שומר פונעם בית הקברות האט זייער פארדראסן די געפירעכץ פון געציל'ן דעם עושר, ער האט זיך געהאלטן אין-איין אנבייזערן, וואס איז דאס עפעס אז אים איז אים געלונגען אנשרעקן א גאנצע שטאט, וואס איז דא פון אים מורא צו האבן? געצלל אליין ווייסט דאך אז צום סוף, אזוי ווי יעדער, וועט ער זיך נישט ארויסדרייען פון אים, פלטיאל דער קברן. ער וועט האבן דעם זעלבן סוף ווי אלע מענטשן.
צו פלטיאל'ס אויערן איז אויך דערגאנגען דאס וואס דער עושר האט אפגעטון אין שטאט, נישט דערלאזנדיג דעם גרויסן חסיד און טייערן יוד צו מקיים זיין דעם באליבטן מצוה און בויען א סוכה, און נאר פאר זיין איינציגסטע 'זינד' וואס ער איז א צופרידענער מענטש און שטענדיג בשמחה. ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן: וואו איו דאס דער יושר אז אלע שטאט איינוואוינער זאלן זיך אפשרעקן פון די סטראשונקעס פון איין מענטש ; ער וואלט אזא איינעם אנגעלערנט צו געדענקען, עס זאל זיך אים שוין נישט גלוסטן צו טון אזוינס נאכאמאל.
עס האט נישט לאנג גענומען און פאר פלטיאל האט זיך געמאכט די געוואונטשענע געלעגנהייט. ווי פריער דערמאנט, האט ר' אביש יענעם ערב סוכות פארבלאנדזשעט נעבן בית הקברות, פלטיאל האט אים באמערקט און אים אויפגענומען מיט גרויס פרייר. ער האט אים אריינגערוימט אין אויער: גייט אהיים געזונטערהייט ר' אביש, זארגט אייך נישט, עס וועט זיין ברעטער פאר די סוכה, איר וועט אויפשטעלן א סוכה, איר וועט מקיים זיין דעם מצוה און זיך פרייען מיט איר.
ר' אביש איז נאכנישט געווען אהיים, און די ברעטער זענען שוין געווען ביי אים אין הויף.
פון וואנען האט ר' פלטיאל יא געהאט ברעטער? היינט שטעלט מען מצבות פון מארמארשטיין. מיט יארן צוריק האט מען אין די קליינע שטעט גענוצט האלצערנע מצבות. דער פלטיאל האט געהאט גרויסע הויפענעס פון אלע ערליי העלצער. זייער שפיצן זענען געווען רינדעכיג, און אויבן ביים שפיץ איז געווען אויסגעקריצט 'פ"נ' (- פ'ה נ'טמן, דא ליגט באהאלטן) און ווען מען האט געוואלט שטעלן א מצבה אויף א קבר האט מען צוגעלייגט דעם נאמען און דעם דאטום, און אט פון די ברעטער האט דער קברן ר' פלטיאל געברענגט פאר ר' אביש'ן אויפצושטעלן א סוכה.
ווען דער קברן האט געברענגט פאר ר' אביש'ן די ברעטער איז שוין געווען ערב סוכות. ר' אביש האט גענומען די ברעטער און ער האט אזוי אויפגעשטעלט די סוכה אז די אותיות 'פ"נ' איז אויסגעקומען פון די דרויסנדיגע זייט. ער האט ארויפגעווארפן צווייגן פאר סכך, און זיין הארץ איז אים געווען פול מיט פרייד און גליק אז אינעווייניג אין די סוכה וועט ער זיך קענען פרייען מיט א ריכטיגע שמחה ווי עס דארף צו זיין און ווי די הייליגע תורה פארלאנגט.
דער עושר ר' געציל איז דאך געווען זיכער ביי זיך, אז דער פרייליכער חסיד ר' אביש איז געבליבן אן א סוכה און די שמחה איז אים פארשטערט געווארן. ענדליך וועט מען זען א טרויעריגע ר' אביש. ער איז ארויסגעגאנגען דעם ערשטן טאג סוכות שפאצירן אין שטאט, כדי זיך צו טרעפן מיט'ן חסיד אין וועמען ער וועט דערלעבן א נקמה, אבער ווי ערשטוינט איז ער געווארן ווען ער איז אריבער דורך איינעם פון די סוכות פון וואו עס האט ארויסגעקלינגען געזאנגען און יום טוב'דיגע ניגונים, "ושמחת בחגך והיית אך שמח, אך אך שמח", און ר' געציל האט דערקענט דעם קול פון ר' אביש חסיד. זיין כעס האט זיך אים אנגעצינדן און די קנאה האט ווידער אנגעהויבן ברענען, אז דער בלוטיגער ארעמאן איז בשמחה און ער דער רייכער עושר ווערט אויפגעגעסן פון מרה שחורה. נאכמער האט אים אויפגערעגט, דער פאקט אז איינער פון די איינוואוינער האט אים נישט געפאלגט און פארשאפט ברעטער פאר דעם חסיד.
ער האט געוואלט באלד אנטלויפן איידער דער חסיד וועט אים באמערקן, אבער זיין כעס און נייגעריגקייט האט איבערגעוואויגן. ער האט זיך איינגעהאלטן דעם כעס און מיט נייגער צוגעגאנגען צו די סוכה. ער האט אויפגעעפנט דעם טיר פון סוכה מיט חוצפה און עזות, און אן "א גוט יום טוב" גיט ער א שריי : "אביש, פון וואנען האסטו די ברעטער? ! "
ר' אביש האט זיך נישט דערשראקן און אוודאי נישט געווארן פארלוירן. ער איו דווקא געווען רואיג. ער האט ארויסגעוויון פאר דעם נישט-גערופענעם גאסט א פרייליך פנים און אים געווינטשן "א גוט יום טוב". מיט געלאסנקייט האט ער זיך אויפגעהויבן פון ארט און ארויס אינדרויסן. ער האט געוויון מיט זיינע פינגער אויף די אותיות 'פ"נ', וואס איז געשטאנען אויפגעצייכנט אויפ'ן שפיץ פון די ברעטער.
אצינד זעט איר, ר' געציל, פון וואנען די ברעטער זענען? דער גביר, ווי ער האט נאר געזען די אותיות, האט ער באלד פארשטאנען דעם באדייט דערפון, ער איו געווארן דערציטערט און דערשראקן, ער איז שיעור נישט ארונטערגעפאלן אויף דער ערד. א טויט שרעק האט אים באפאלן און עס האט זיך אים געדאכט אז דער מלאך המות שטייט פאר אים...
"בארואיגט אייך ר' געציל", האט זיך ר' אביש צו אים אויסגעדרייט און געזאגט, "הערט אוים וואס דא האט פאסירט. איך גיי מיר ארום אויף די גאסן פון שטאט פארטראכט און פאר'דאגה'ט : פון וואו וועל איך נעמען ברעטער צו די סוכה? צו וועמען איך ווענד זיך זאגט מיר אפ, אז עס איז נישטא קיין ברעטער. פלוצלינג זעה איך פאר מיר דעם מלאך המות. איך דערשרעק זיך נישט. 'וואס טוסטו דא און צו וועמען גייסטו?' האב איך אים א פרעג געטון. "צו געציל דעם גביר גיי איך, נעמען זיין נשמה"... האט מיר דער מלאך המות געענטפערט. און הייבט אן זיך צו רעגן, "א חוצפה פון א גביר. וואו איז געהערט געווארן אזא זאך, דערביטערן דאס לעבן פון אן ארעמאן, וואס זיין גאנצער זינד יוד נאר פון דעם וואס ער איז שטענדיג פרייליך און ער האט בטחון אין רבונו של עולם. וואס איז דער וואונדער אז דער גביר האט מורא פונעם טויט און ער איז אינגאנצן איינגעדינקען אין מרה שחורה. ביי מיר איז דער עושר מיט'ן ארעמאן אין איין מדריגה, היינט איז ער דא און מארגן איז ער אין קבר".
דער גביר ווי ער האט געהערט די מעשה פון ר' אביש חסיד, איז ער אינגאנצן דערציטערט געווארן, דאס פנים איז אים בלאס געווארן, א צאן צו א צאן האט אין אים געקלאפט, כמעט וואס ער האט אוועקגע'חלש'ט.
איך... איך... איך... לעב דאך נאך!... - האט ער ארויסגעשטאלפערט.
נ'אוודאי - ענטפערט אים ר' אביש חסיד - אוודאי לעבסטו, כ'האב דאך אים נישט געלאזט גיין צו דיר, כ'האב נישט געוואלט אז א יוד זאל געשטראפט ווערן צוליב מיר, אז א יוד טוט א זאך נישט ריכטיג זאל איך אויך טון נישט ריכטיג?! חס ושלום! אין די הייליגע תורה שטייט דאך בפירוש לא תקום ולא תטור. אויסער דעם, וועט ער נאך אוודאי תשובה טון.
דריטנס, האב איך גע'טענה'ט צום מלאך המות - האט ר' אביש ווייטער געואגט ערנסט צו דעם דערציטערטן ר' געציל - אז דערפון קען דאך ארויסקומען שלעכטס פאר אפאר יודן אין שטאט, ווייל אסאך יודן האבן פרנסה דורך דעם גביר, און אז ער וועט שטארבן וועלן אסאך מענטשן בלייבן אן פרנסה. און בכלל דארפסטו אים נישט הרג'ענען, ווייל ער איז אזוי טרויעריג, אז ער איז שוין אזויווי א טויטער...
אויב דאס איז דיין מיינונג - האט זיך דער מלאך המות אנגערופן צו מיר - צי איך צוריק, איך האב נאר געוואלט דיך צו בארואיגן, איך האב נאר געמיינט דיין טובה.

ר' געציל'ן זאלסטו נישט צורירן ח"ו - האב איך אים שטרענג אנגעזאגט - נאר אויב דיין כוונה איז טאקע מיר א טובה צו טון, האב איך צו דיר איין בקשה, זאלסט מיר פארשאפן ברעטער צו די סוכה.
עס איז מיר בייגעפאלן א גוטע עצה - האט מיר דער מלאך המות געענטפערט - איך האב דא א גוטן פריינט, איך בין כמעט א בן-בית ביי אים. דאס איז פלטיאל דער קברן, ער האט א גאנצע הויפן מיט ברעטער פאר זיינע מצבות, ער וועט עס דיר אויסבארגן מיט זיין גאנצן ווילן, און דאס וועט פאר דיר גוט זיין פאר א כשר'ע סוכה. און אזוי איז טאקע געווען, פלטיאל דער קברן האט מיר געברענגט ברעטער, און ווי דו זעסט, זיץ איך ב"ה אין די סוכה לעבעדיג, פרייליך און מונטער, איך בין מקיים די מצוה ווי עס דארף צו זיין. איך פריי זיך מיט די שמחה פון יו"ט.
הערט מיר אויס ר' געציל, לאמיר איבער דרייען דעם "פה נטמן" צו א ניי לעבן, פון דעם מרה שחורה און עצבות צו א קוואל פון שמחה און בטחון, און לאמיר צוואמען מקיים זיין דעם מצוה "ושמחת בחגך". און אזוי שמועסנדיג האט ער אים אנגענומען ביים האנט און זיך גענומען טאנצן "ושמחת בחגך, והיית אך שמח"...
ר' געציל דער גביר האט אויסגעשאסן אין א געוויין. די ווארעמע ווערטער פון ר' אביש'ן האבן געטראפן אין פינטל, און זיין פארשטאפט הארץ האט זיך צועפנט. א קוואל פון טרערן האט גענומען פליסן. אומווילנדיג איז ער מיטגעשלעפט געווארן אין דעם פרייליכן טענצל.
דער גביר ר' געציל האט געפילט אז ער איז געווארן אן אנדערער מענטש. די מרה שחורה איז פון אים צוביסלעך פארשוואונדן געווארן, און אויף איר ארט איז זיין הארץ געווארן פול מיט שמחה. א דערהויבנקייט וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט האט אים ארומגענומען. דער פחד האט זיך פון אים שנעל אפגעטון. דער מח איז אים אויפגעפרישט געווארן, עס האט אים אריינגעברענגט אין אן אנדערע וועלט. .
פון דאן אן איז ר' געציל דער גביר געווארן א נייער מענטש. ער איז שטענדיג געווען בשמחה, ער האט שוין מער נישט גע'רודפ'ט ר' אביש חסיד. פארקערט, ער האט אים שטארק מכבד געווען, זיי זענען געווארן נאנטע ידידים, און פון דעמאלטס האט ר' אביש שוין נישט געוואוסט פון קיין ארעמקייט, דער גביר האט אים אויסגעהאלטן מיט זיינע אלע באדערפענישן.
דער בית אהרן האט מסיים געווען די מעשה, אז דער מוסר השכל פארשטייט זיך אליין, און ער האט צוגעלייגט : "הלוואי אז מיר זאלן זיך שוין קענען אלע פרייען מיט די אמת'דיגע שמחה, און מיר זאלן זוכה זיין צו זיצן אין דעם סוכות עורו של לויתן לשנה הבאה בירושלים". אמן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווי באקאנט, האבן חסידים שטענדיג געהארעוועט אויף דער מדה פון שמחה. אים ווערט נאכגעזאגט פון בעל שם טוב הק' זיע"א אז מיט שמחה קען מען אלעס פועל'ן. צדיקים האבן שטענדיג גערעדט און פארלאנגט פון זייערע חסידים צו זיין בשמחה, צו זיין פרייליך, גוט אויפגעלייגט און מונטער.
אן אמת'דיגע שמחה וואס קומט פון אינווייניג אין הארץ - און אוודאי ח"ו נישט קיין שמחה פון צולאזנקייט און ליצנות - איז דער יסוד פון קדושה. מ'זאגט נאך א ווארט פון רבי אהרן הגדול פון קארלין זיע"א, "עצבות איז נישט קיין עבירה, אבער צו וואס'פארא שלעכטע זאכן עצבות קען צוברענגען, קען קיין שום עבירה נישט צוברענגען. שמחה, איז נישט קיין מצוה, אבער צו וואספארא גוטע זאכן שמחה קען צוברענגען, קען קיין שום מצוה נישט ברענגען".
איז על אחת כמה וכמה ווען עס קומט דער יו"ט סוכות, דער זמן שמחתינו, ווען עס איז א מצות עשה דאורייתא צו זיין בשמחה, ווי עס שטייט קלאר געשריבן אין די תורה "ושמחת בחגך", און "והיית אך שמח", דארף מען דאך אוודאי זיין בשמחה, און די תורה ווינטשט אן, אז אויב "ושמחת בחגך", מען וועט זיך פרייען אין יו"ט, דאן "והיית אך שמח", וועט מען זיין פרייליך אגאנץ יאר. אזוי ווי דער טשערנאבלער מגיד האט געטייטשט, "זמן שמחתינו", זמן איז א לשון פון אנגרייטן (פון לשון זימן), מען דארף אין דעם הייליגן יו"ט סוכות אנגרייטן, "שמחתינו", שמחה אויף אגאנץ יאר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איינער פון די חשוב'ע חסידים, א גרויסער יחסן און זייער אן ערליכער יוד, וואס איז געווען פוז די יושבים ראשונה במלכות ביים הייליגן וועלט-בארימטן צדיק הרב הקדוש רבי ר' מאטעלע מטשערנאבל, דער זון פון דעם גרויסן טשערנאבלער מגיד הרב הקדוש בעל "מאור עינים" זי"ע, האט געהאט א בת יחידה, וואס איז אויך געווען זייער א געראטענע, א צנועה מיט כל המעלות וואס עס פאדערט זיך פאר א אידישע טאכטער, אבער טראץ אירע אלע מעלות און דער חשוב'ער פארנעם פון איר פאטער איז זייער שווער אנגעקומען פאר איר צו פאסן א שידוך. ס'האט זיך איר נישט צוגעטראפן עפעס פאסענד, און די צייט רוקט זיך פאראויס, אין עס פירט זיך נישט צו עפעס וואס מ'זאל קענען שליסן א שידוך.
דער פאטער אירע איז שוין געווען באזארגט, אין די דאגה וועגן איר צוקונפט האט אים גענומען עגבערן. געוויינטליך האט ער שטענדיג זיך אויף דעם 'מזכיר' געווען ביים רבי'ן, אבער דער רבי פלעגט אים שטענדיג מדחה זיין מיט'ן אויסרייד, אז זי איז נאך יונג און וואס דארף ער זיך איילן, עס איז נאך דא גענוג צייט. דאס זעלבע פלעגט זיך איבער'חזר'ן, יעדעס מאל ווען ער האט דערמאנט עפעס וועגז א שידוך. ביז ווען ער האט שוין אנגהויבן אביסל צו זארגן, ווער ווייסט צי עס שטעקט נישט עפעס נישט קיין גוטע סיבה דערין. פארוואס איז דער רבי שטענדיג מדחה זיין בקשה, און לייגט דאס אפ פון יאר צו יאר, נישט ווי זיין שטייגער איז אנצוא'ווינטשן, מ'זאל טרעפען דעם זיווג במהרה. ער האט שוין מורא געהאט אז זי זאל נישט חלילה ווערן פארזעסן.
די זארג האט זיך ביי אים אלץ מער געשטארקט, ביז ווען אמאל, ווען עס האט אים שוין זייער געדריקט ביים הארצן, איז ער צוגעשטאנען צום רבי'ן, און געבעטן ער זאל אים כאטש ערקלערן וואס איז דער אורזאך וואס ער שטופט אים אזוי אפ.
דער הייליגער טשערנאבלער זי"ע האט א שמייבל געגעבן, און זיך אנגערופן: הלוואי אויף אנדערע יודן געזאגט געווארן אזא שידוך ווי עס ווארט אויף דיין טאכטער. נאר ס'איז גאנץ פשוט, דיין טאכטער'ס באשערטער געפינט זיך דא נישט ווייט פון אונז, כ'ווייס ווער ער איז, ער וועט זיין א צירונג פאר דיר און ער וואלט געווען אזוי פאר יעדן ביי וועמען ער וואלט געווארן אן איידעם, אבער וואס טוס מען אז ער וויל נאך נישט חתונה האבן. אבער נישט-קשה איך וועל אים נאך איבערצייגן אז א יוד טאר נישט אזוי לאנג ווארטן, איבערהויפט נאך ווען זיין זיווג ווארט אויף אים.
ווי ס'איז באקאנט האט דער הייליגער רבי ר' מאטעלע פון טשערנאבעל זי"ע זיך באפאסט מיט אויסהאלטן און שטיצן די למ"ד-וא"ו צדיקים פונ'ם דור, און ווען זיי זענען נאר געווען אין עפעס א נויט האט ער זיי אין דער געהיים געשטיצט און זייער בקשות ערפילט, און דערמיט זיי ערמעגליכט זיך צו פירן אין זייערע הייליגע התנהגות.
זעלבסט פארשטענדליך אז ווען דער חסיד האט דערהערט אזעלכע דיבורים פונ'ם רבי'ן איז אים שוין לייכטער געווארן אויפ'ן הארצן, און האט געוואוסט אז פון דעם הייליגן רבי'נס דיבורים וועט גארנישט פארפאלן גיין. בעיקר האט ער זיך דערפרייט, אז זיין טאכטער וועט חלילה נישט פארבלייבן אן אלט מיידל, און אז איר זיווג איז שוין אנגעגרייט. אבער ער איז נאך נישט געווארן אינגאנצן בארואיגט, הערנדיג אז דער באשערטער האלט נאך נישט ביי חתונה האבן. און ווער ווייסט ווי לאנג דאס וועט נאך נעמען. ער איז און זייער נייגעריג געווען צו וויסן ווער דער באשערטער איז, אבער דאס האט אים שוין דער רבי נישט געוואלט מגלה זיין, נאר געזאגט: די צייט איז נאך נישט געקומען דערצו.
ווי אן אמת'ער חסיד, האט ער ווייטער געווארט מיט געדולד, כאטש עס איז אים זייער שווער אנגעקומען. און מער האט ער שוין נישט גערעדט דערפון, נאר געגלויבט באמונה שלימה אין זיין רבי'נס ווערטער, אז עס דארף קומען די ריכטיגע צייט דערצו.
איינמאל, ווען דער חסיד איז געקומען - ווי זיין שטייגער איז געווען - צום רבי'ן אויף די הייליגע טעג אין טשערנאבל, האט אים דער רבי ר' מאטעלע זי"ע געלאזט אריין רופן צו זיך און אים געזאגט: "גרייט זיך צו צום פארן אין וועג אריין און דיין טאכטער זאלסטו אויך מיטנעמען, און דערביי האט אים דער רבי אויך געזאגט וואו אהין ער זאל פארן - אין א קליין שטעטעלע, וואס געפינט זיך געציילטע מייל פון טשערנאבל, דארט אהין זאלסטו פארן און פארבלייבן דארט מיט דיין בני בית ביז נאך סוכות. דו זאלסט דיך דארט איינארדענען מיט א געהעריגע דירה, און זאלסט דיר אויפשטעלן א שיינע סוכה, און אהין זאלסטו איינלאדענען ר' יאסל'ען, אויף וועמען דו וועסט קענען זיך נאכפרעגן אין שטאט, דעמאלטס ווען ער וועט ביי דיר אין סוכה זיין, וועט קומען דער עת רצון, און דער ר' יאסל'ע וואס איז דער באשערטער פון דיין בת יחידה, וועט דאן באוויליגט זיין צו שליסן דעם שידוך. דאס איז דער איין איינציגער אופן וואס איך האב אויסגעטראפן פאר ריכטיג ווי צו קענען ברעכן ר' יאסעלע'ס עקשנות. גלייכצייטיג האט אים דער רבי דערציילט אז ער האט אפילו שוין פראבירט צו ברענגען ר' יאסעלע'ן צו זיך און אים צוזאמענזעצן מיט'ן חסיד, אבער ער האט זיך קאטעגאריש אפגעזאגט דערפון און בשום אופן נישט געוואלט הערן פון דעם.
אבער היות ס'איז שוין געקומען די ריכטיגע צייט וואס ער דארף שוין נתגלה ווערן, און ער דארף שוין צוקומען צום ריכטיגן תכלית, דארף מען שוין טון צו דער זאך.
ס'איז איבעריג צו דערציילן אז דער חסיד האט גלייך געטון ווי דער רבי האט אים געהייסן, זיך באלד געגרייט צום וועג און אויך מיטגענומען זיין טאכטער מיט זיינע בני בית.
ווי זיי זענען אנגעקומען אינ'ם שטעטל, האט ער זיך געדונגען א שיינע דירה, און זיך בעל-בתי'ש איינגארדענט ווי ס'פאסט פאר א פארמעגליכן יוד.
דאס אנקומען פון א פרעמדן בעל-הבית'ישן יודן אין א קליין שטעטעלע צוזאמען מיט א טאכטער און באזעצן זיך דארט, האט פארשטייט זיך אויסגערופן אינטערעס ביי אלע איינווינער. איבערהויפט אז דאס איז געווען אין די סאמע ברען פון די ימים טובים. און יעדער האט פארשטאנען אז עס שטעקט דערין עפעס א צוועק. ממילא איז יעדער געגוען נייגעריג צו וויסן וואס איז דער צוועק.
ווי דער שטייגער איז פון יודן, ווען מ'וויל עפעס וויסן דערגייט מען די זאך און מ'געפינט באלד אויס וואס דער אורזאך איז. אזוי אויך אין אונזער פאל איז מען שוין דערגאנגען אז דער אומבאקאנטער יוד איז געקומען וועגן א שידוך פאר זיין טאכטער.
באלד האבן זיך שוין אונטערגערוקט שטאטישע-לייט פון די שכנים און אויספרובירט זייער מזל צו ווערן שדכנים. אבער ווען די אלע זענען געקומען צו אים האט ער זיך גארנישט אינטערעסירט ביי זיי אויף קיין איינצלהייטן פון דעם אנגעטראגענעם בחור, נאר זיך נאכגעפרעגט צו זיי קענען נישט איינעם מיט'ן נאמען 'ר' יאסעלע'.
ר' יאסע'לע - פלעגט יעדער א קוועטש געבן מיט דער פלייצע ווען זיי האבן דערהערט דעם נאמן - ביי אונז איז נישט פארהאן קיין ר' יאסעלע. דעם זעלבן ענטפער האט ער באקומען פון יעדן איינעם, ביז ווען ער האט זיך טאקע איבערצייגט אז עס וואוינט דארט נישט איינער מיט'ן נאמען 'ר' יאסל'. ער איז געווען זייער פארוואונדערט דערויף. "וואס קען דאס זיין – טראכט ער ביי זיך - איז דען מעגלעך אז זיין רבי האט חלילה געמאכט א טעות און אנגעוויזן פאר אים נישט דעם ריכטיגן אדרעס? ניין, קלערט ער ביי זיך, עס קען נישט זיין. מ'קען אזא זאך אפילו נישט טראכטן".
ער נעמט זיך ווייטער נאכפרעגן ביי די איינוואוינער: "ס'איז טאקע נישטא אין שטעטל קיינער מיט'ן נאמען 'יאסל'?
יאסל? האבן זיי צו אים געזאגט, 'יאסל' איז שוין עפעס אנדערש. יאסעלעך האבן מיר גאר עטליכע. ווי ער האט דאס דערהערט, האט ער זיך גענומען נאכפרעגן אויף יעדן איינעם פון זיי באזונדער, און זיי האבן אנגעפאנגען זיי אויסצורעכענען.
מיר האבן א 'יאסקע בעדער', ער איז א יוד אין די פופציגער, וואס האט שוין לאנג חתונה געהאט, - מיר האבן אויך א 'יאסעלע בעל עגלה' דער עזות פנים פון שטעטל, אבער ער איז שוין אויך פארהייראט און ער איז א טאטע פון עטליכע קינדער. אויך האבן מיר דא יאסל דער אונטער שמש, וואס ער איז נאך טאקע א בחור אין די יארן, וואס האט שוין טאקע געמעגט פון לאנג חתונה האבן, אבער ער איז א פשוט'ער שוטה און א אומבאהאלפענער, א גרויסער שלימזל.
ווי דער חסיד האט דאס דערהערט, האט אים גענומען דריקן ביים הארץ, און ער האט זיך געשטעלט ביי דעם נאמען, ווי ער וואלט געפילט אז דאס איז דער וואס זיין רבי האט אים געמיינט.
אבער ער האט זיך זייער געוואונדערט, ווייל לויט ווי די מענטשען האבן אים פארגעשטעלט, איז ער א שוטה און א שלימזל, און דער רבי האט דאך נאר געזאגט אז ער איז א נסתר, אבער נישט קיין שוטה... וויבאלד אבער קיין אנדערער יאסל האט נישט געקענט קומען אין באטראכט, און א 'ר' יאסל' איז דאך סייווי נישטא, האט ער זיך גענומען מער נאכפרעגן און נאכקוקן אזיף יאסל דער 'אונטער-שמש'.
דער יאסל, דער 'אונטער-שמש', איז געווען א הויכער בחור, מיט א קליין בערדל, זייער א פאר'טראכטער, וואס האט זיך שטיל געטון זיין ארבעט, וואס איז באשטאנען פון אויסקערן די פאדלאגע, פוצן די לייכטער און צוגרייטן די ליכט, אנהייצן דעם אויווען און נאך אזעלכע קליינע פשוט'ע ארבעט וואס האט זיך דארט אין בית המדרש געפאדערט.
געשלאפן איז ער שטענדיג אונטערן אויווען. זעלטן וואס מ'האט אים געזען עסן, און וואו ער האט פארברענגט זיין ליידיגע צייט, האט קיינער נישט געוואוסט, ווייל ס'האט קיינעם נישט אינטרעסירט. אמאל האט מען אים אפילו געהאט געטראפן פארטאגס זיצנדיג און שאקלנדיג זיך ביי א ספר, מ'האט אויך געהערט ארויסקומען עפעס א קול תורה פונ'ם בית המדרש קומענדיג פארטאגס אין בית המדרש, אבער ווען מ'איז אריינגעקומען אין בית המדרש, און צוגעגאנגען קוקן וואס א ספר דער יאסל האלט, האט מען אים געטראפן האלטנדיג א ספר פארקערט... פארשטייט זיך אז ס'איז שוין געווען וואס צו לאכן.
קיינער האט אפילו קיינמאל נישט געזען אז יאסל זאל דאווענען געהעריג. מ'האט אויך געשמועסט, אז אפילו קיין עברי קען ער נישט געהעריג. ווייל קיינער האט פון אים נישט געהערט איין איינציג ווארט הויך דאווענען. עטליכע וואס האבן יא פרובירט זיך צוהערן ווי ער דאווענט, האבן געהערט ווי ער שלינגט די ווערטער, אדער זאגט צוהאקטע האלבע ווערטער, און פארמישט איין ווארט אינ'ם צווייטן, און שטענדיג נאכדעם האט מען זיך געהאלטן ביי די זייטן, און ס'האט געהילכט א גרויס געלעכטער.
אונזער חסיד האט זיך די אלע מעשיות צוביסלעך דערוואוסט, און עס איז אים שלעבט געווארן אויפ'ן הארצן. וואלט נישט געווען די צייט ערב יום טוב, וואלט ער איינגעשפאנט פערד און וואגן, און צוריק אהיימגעפארן. אבער פון דער צווייטער זייט, האט ער נישט געקענט ברענגען אויפ'ן געדאנק, אז דער הייליגער רבי האט חלילה א טעות געהאט. און אים נישט ריכטיג אנגעוויזן וואו צו פארן.
ערב סוכות, האט דער חסיד זיך געלאזט אויפבויען א שיינע פראכטפולע סוכה, און האט פון יאסל'ען אינגאנצן פארגעסן. ער איז געווען פארטוהן אינגאנצן אין דער מצוה. ער האט טאקע אינזינען געהאט וואס דער רבי האט אים געזאגט, אז ער זאל לאדענען צו זיך אין סוכה ר' יאסעלע'ן אויף סוכות, אבער צו איינלאדענען יאסל'ען דעם 'אונטער-שמש', איז אים גארנישט ארויף אויפ'ן געדאנק.
ווען דער חסיד איז אהיימגעקומען יום טוב ביינאכט פונ'ם בית המדרש, און האט זיך שוין געגרייט אנצופאנגען זאגן די 'אושפיזין' און קידוש מאכן. האט ער זיך דערמאנט אין יאסל דער 'אונטער-שמש', און האט געטראכט צו זיך: מילא קיין ר' יאסעל האט ער טאקע נישט געטראפן, אבער דאס איז דאך זיכער אז יאסעל דער 'אונטער-שמש' האט דאך געוויס נישט וואו צו עסן יום טוב, קיינער האט אים זיכער נישט גערופן צו זיך אהיים, ווייל קיינער האט דאס נישט געהאלטן פאר וויכטיג, דעריבער וועט ער אים רופן צו זיך. ס'איז דאך א רחמנות אויף אים, - אן עלנדער איינזאמער מענטש, און ס'איז דאך א גרויס ענין מהדר צו זיין צו האבן ביי זיך אין סוכה א גאסט אויף יום טוב.
און טראכטענדיג אזוי, האט ער זיך אויפגעהויבן, און געלאזט זיך אויפ'ן וועג צום בית המדרש.
ווען ער האט זיך דערנענטערט צום בית המדרש, איז שוין דארטן געווען כמעט גענצליך טונקל, די ליכט און לאמפען זענען שוין כמעט געווען אינגאנצן אויסגעלאשן, ס'איז נאר געבליבן ברענען די עטליכע יאר-צייט ליכטעלעך, וועלכע האבן געווארפן זייער קליינע איינגעשרומפענע ליכט שטראלן און ס'האט זיך גוט געהערט אין די שטילקייט פון די נאכט ווי זיי צאנקען. און דער גאנצער בית המדרש איז געווען איינגעהילט אין א ג-טליכע שטילקייט.
ווי ער האט זיך דערנענטערט צום טיר איז ער שטיין געבליבן אויפ'ן ארט. פלוצלינג האבן זיינער אויערן דעהערט א שטילע מתיקות'דיגע דאווענען. א דאווענען פון דער טיפענישער פון א ריינע הארץ. מיט א זיסע שטימע, א שטימע וואס האט דורכגענומען זיינע אלע איברים, און האט דערהויבן זיין נשמה פון גרויס דביקות און מתיקות.
ער האט אריינגעקוקט דורכץ פענצטער און צו זיין גרויס ערשטוינונג האט ער באמערקט ווי אין א ווינקל שטייט נישט קיין אנדערער נאר יאסל דער "אונטער-שמש", און ער איז דער וואס דאוונט מיט אזא מתיקות. דא האט ער שוין פאר זיך געזען גאר אן אנדערן יאסל, גארנישט דער זעלבער יאסעלע וואס ער האט אויף אים אזוי פיל מעשיות צוגעהערט פון די שטאט-לייט וועגן זיין גרויסע פשטות.
אצינד האט ער שוין פארשטאנען וואס ער טוט ווען קיינער זעט נישט, ער האט שוין פארשטאנען פון וואו עס הערט זיך ארויס פון בית המדרש א קול תורה פארטאגס, ווען די מענטשן קומען אין שול, נאר דער יאסל, וואס באהאלט זוך פון מענטשן, מאכט זיך ווי ער וואלט געהאלטן דעם ספר פארקערט, כדי מען זאל נישט דערגיין זיינע מדריגות. מיט אזא חכמה באהאלט ער זיך - טראכט צו זיך דער חסיד - אז מ'קלערט גאר אויף אים אז ער איז גאר א בטלן און א שלימזל. ממש צו באוואונדערז. יא טראכט ער ביי זיך, מיין רבי האט גארנישט קיין טעות געהאט.
זיין דאווענען איז שוין גארנישט געווען פון א פשוט'ן און געווענטליכען יונגערמאן. דאס איז געווען א דאווענען פול מיט התלהבות און קדושה, מיט גרויס דבקות און טיפע כוונה, יעדעס ווארט האט זוך ארויסגעזאגט פון יאסלע'ס מויל מיט עפעס א באזונדער מתיקות און געשמאק, מ'האט געשפירט די העכער'קייט פון אזא דאווענען און ס'האט זיך ממש צוגאסן אין אלע אברים. ממש א תענוג פון מעין עולם הבא, אזוינס וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט נאר ביי זיין הייליגן רבי'ן אדער ביי אנדערע געהויבענע צדיקים פון דעם דור.
ריכטיג האט אים זיין רבי געשיקט צו טרעפן ר' יאסל'ען, דער איז טאקע דער 'ר' יאסל', און ער איז שוין גארנישט קיין איינפאכער "יאסל".
ער האט געטראפן דעם באשערטן צו וועמען דער רבי האט אים געשיקט.
דער חסיד האט אים איינגעלאדענט צו זיך אין דער סוכה און דארט האט ער אים פארציילט אלעס וואס זיין רבי האט אים מגלה געווען אויף אים. דער צדיק נסתר ר' יאסל האט געפאלגט דעם צדיק'ס באפעל, אין נאך א קורצע צייט האט ער חתונה געהאט מיט דעם חסיד'ס טאכטער. צוביסלעך איז ער אויך נתגלה געווארן אלס א גרויסער צדיק וואס האט פיל אויפגעטוהן פאר אידישקייט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלע זיינע יארן האט דער שרף פון מאגלניצע הרה"ק רבי חיים מאיר יחיאל זצ"ל, מקפיד געווען צו בענטשן אום סוכות אויף א מהודר'דיגן אתרוג. ער פלעגט זאגן: דער אתרוג איז געגליכן צו כנסת ישראל און זיין גוטער ריח איז די בחינה פון ריח התורה - און כביכול קוקט אראפ פון הימל אויף דער וועלט, און זעט ווי זיינע יודן זענען מהדר צו בענטשן אויף שיינע אתרוגים, ווערט ער פרייליך און חתמ'ט זיי אין הושענא רבא א גוט און זיס יאר.
באלד נאך ראש השנה האט דער שרף אנגעהויבן נאכצוזוכן נאך א שיינעם אתרוג. ער האט באטראכט און באקוקט יעדן אתרוג וואס איז געקומען צו זיין האנט, און ווען ער האט געפונען א כשר'ן און מהודר'דיגן אתרוג, האט ער נישט געקוקט אויף קיין פרייז.
מאכט זיך א יאר אז מען טרעפט נישט קיין אתרוג אויפ'ן מארק. דער מאגלניצער האט זיך דערפון זייער מצער געווען. אט איז שוין געקומען יום הקדוש און קיין אתרוג איז נאכאלץ נישט דא. ער האט זיך נאכגעפרעגט ביי זיינע חסידים און מקורבים צי אפשר האט איינער א שיינעם אתרוג, אבער אומזיסט, קיינעם איז נישט געלונגען צו באקומען.
מוצאי יום הקדוש רופט דער מאגלניצער אריין זיין משמש און באפעלט אים ער זאל מארגן אראפפארן אין די נאנטע שטאט און זען איינצוהאנדלן אן אתרוג. דער משמש האט זיך אוועקגעלאזט אין שטאט, און זיך ארומגעדרייט אגאנצן טאג אויפ'ן מארק ביי די אתרוגים הענדלער, און מעשה שטן, היינטיגס יאר איז אן אתרוג כמעט נישט בנמצא. צעבראכן און פארמאטערט פון א גאנצן טאג זוכן, שלעפט זיך דער משמש צו א קרעטשמע ער זאל זיך קענען דארט אויסרוהען. ער טראכט פארשידענע פלענער וואס צו טאן אויפ'ן מארגענדיגן טאג. ענדליך באשליסט ער, אין אזא שעת הדחק וועט זיך דער רבי קענען באגענוגען מיט א פשוט'ן אתרוג, וועלכעס דער באשעפער וועט צושיקן.
שטייענדיג אזוי פארטראכט, עפנט זיך די טיר, און א יונגערמאן אנגעטאן עלעגאנט קומט אריין אין דער קרעטשמע מיט א קליין פעקעלע אין האנט, אין א וויילע ארום דערגרייכט צו זיינע אויערן א שמועס וואס דער יונגערמאן פירט מיט די אנדערע געסט פון די קרעטשמע. ער רימט זיך פאר זיי אז נאך פיל מיה האט ער פארשאפט אן אתרוג, אבער עס איז נישט קיין פשוט'ער אתרוג נאר א הדר שבהדר, אן אתרוג וואס אויך אין די גוטע יארן איז ער פיל ווערד, און כאטש ער האט דערפאר באצאלט א גאנץ שיינעם פרייז פון פינף און צוואנציג רובל, אבער ער איז ווערד דעם פרייז. שטייען די געסט און קוקן מיט קנאה אויף דעם שיינעם אתרוג, זיי נעמען נישט אראפ די אויגן פון דעם אתרוג, וועלכער ליגט זיך אין א פשוט'ע האלצערנע פושקע און זיין געשמאקער גערוך פילט זיך אין דעם טונקעלען פארשטיקטן צימער. אלע זענען פארכאפט.
מיט פאמעליכע טריט האט זיך דער משמש דערנענטערט צום געזעמל (עולם), ער גיט א קוק אויפ'ן אתרוג און זיין הארץ נעמט אים שטארק קלאפן. ער איז ברוגז אויף זיך פארוואס ער האט נישט גענוג נאכגעזוכט אין שטאט - אט האט איינער טאקע געקריגן א שיינעם אתרוג, און ער?
דער משמש נעמט דעם אתרוג אין דער האנט, באטראכט עס פון אלע זייטן און א טיפער קרעכץ רייסט זיך ארויס פון זיין הארצן, וואס איז דאס - וואונדערט זיך דער יונגערמאן - פארוואס קרעכצט איר גאר. דערציילט אים דער משמש, אז ער איז געקומען דא אין שטאט אין א ספעציעלע שליחות איינצוהאנדלען א שיינעם אתרוג פאר'ן מאגלניצער צדיק, וועלכער איז גרייט צו צאלן פאר אים וויפיל מען וועט נאר פאדערן. ער האט זיך ארומגעדרייט א גאנצן טאג איבער'ן מארק, און האט גארנישט איינגעהאנדלט, ווי קען ער יעצט צוריקקומען צום רבי'ן מיט ליידיגע הענט, און דער שמש פירט אויס, אויב איר ווילט באצאל איך אייך פופציג רובל פאר'ן אתרוג אבי עס זאל נישט פארשטערט ווערן די יום טוב'דיגע שמחה ביים צדיק.
אין אנהויב האט דער יונגערמאן נישט געוואלט הערן דערפון, וואס איז ער דען? אן אתרוג סוחר? ער דאנקט דעם באשעפער ער האט ב"ה פרנסה בריווח, עס פעלט אים נישט אויס די פאר רובל, און אז דער אויבערשטער האט אים צוגעשטעלט אזא אתרוג הדר, נאכוואס זאל ער עס אוועקגעבן פאר א צווייטן?
דער משמש האט אבער נישט אפגעלאזט. ער האט ממש געוויינט פאר דעם יונגערמאן ער זאל דאס מאל מוותר זיין און טאן א נחת רוח פאר'ן צדיק. ענדליך רופט זיך אן דער יונגערמאן: איך זעה אז עס גייט דיר אין לעבן צו אויספירן דעם צדיק'ס שליחות וועל איך דיר טאקע אוועקגעבן דעם אתרוג, אבער נאר מיט איין תנאי וואס איך שטעל פאר דיר, שוין עטליכע יאר פון מיין חתונה און קיין קינד האב איך נישט, אויב דיין רבי וועט מיר צוזאגן א קינד גיב איך אים אוועק דעם אתרוג במתנה גמורה. טאמער וועט ער נישט וועלן אדער נישט קענען מיר צוזאגן וואס איך פאדער, זאלסטו מיר צוריקברענגען דעם אתרוג, ווייל פאר קיין געלט וועל איך אים בשום-אופן נישט פארקויפן.
מיט ציטערדיגע הענט האט דער משמש איבערגענומען דאס קעסטאלע מיט'ן אתרוג און זיך געלאזט צוריק קיין מאגלעניצע. דער יונגערמאן איז דערווייל געבליבן אין דער קרעטשמע ביז וואנען דער משמש וועט אים ברענגען א קלארן ענטפער. ווען דער מאגלניצער רבי האט געעפענט דאס קעסטעלע און ארויסגענומען דעם אתרוג, איז אים ליכטיג געווארן פאר די אויגן. אזא הדר האט ער נאך אין זיין לעבן נישט געהאט און נישט געזען. ער האט אויפגעהויבן די אויגן צום הימל און געדאנקט דעם אייבערשטן וואס ער האט אים צוגעשיקט אין די לעצטע מינוטן אזא טייערן הדר, און וויפיל האסטו דערפאר באצאלט? פרעגט דער רבי פונעם משמש. איך האב נאך דערווייל דערפאר גארנישט באצאלט, עס ווענדט זיך אין רבי'ן, און דער משמש דערציילט דעם רבי'ן די גאנצע פרשה מיט'ן אתרוג, וויאזוי ער האט עס באקומען און מיט וועלכן תנאי - דער יונגערמאן ווארט אויף אן ענטפער פון רבי'ן.
ווען דער מאגלניצער האט געהערט וואספארא פרייז דער יונגערמאן פאדערט פאר דעם אתרוג, איז ער אינגאנצן צעטומעלט געווארן. די שמחה וואס האט יעצט געהערשט איז אוועק און אנשטאט דעם איז זיין געזיכט פארדעקט געוארן מיט א כמארע. ער האט גענומען שפאנען איבער'ן צימער אהין און צוריק און זיינע געדאנקען האבן שנעל געארבעט, זאל ער צוזאגן פאר דעם יונגערמאן א קינד. און טאמער וועט עס נישט מקויים ווערן, דאן וועט דאך זיין אן אתרוג הגזול? זאל ער נישט צוזאגן - דארף ער דאך באלד צוריקשיקן דעם אתרוג - און דאס גליסט זיך אים אויך נישט.
מיטאמאל ווענדט זיך דער שרף צום משמש און רופט אויס, איך זעה אז פון הימל וויל מען מיך מצער זיין - נעמ'זשע דעם אתרוג און טראג עס צוריק אפ צו זיין בעה"ב. אבער נאך איידער דער משמש האט אויספיעט צו נעמען דעם אתרוג פון דעם שרף, האט זיך דער שרף צוריקגעכאפט און געזאגט: "וואס רעד איך? - אלע יארן האב איך זוכה געווען צו בענטשן אויף א הדר און אין מיינע לעצטע יארן וויל מיר דער אויבערשטער ברענגען צו א נסיון? ניין! דער אתרוג וועט בלייבן ביי אונז און גיי זאג דעם יונגערמאן אז איבער א יאר וועט ער געהאלפן ווערן מיט א בן זכר.
יענעם סוכות האט מען געזען א גרויסן ענדערונג אין דעם מאגלניצער'ס עבודה, און אויב אגאנץ יאר איז זיין עבודה געווען פלאמפייערדיג, ווייל נישט אומזיסט האט ער באקומען דעם נאמען "שרף", איז דעמאלטס געווען די עבודה פיל מער. ביי די נענועים האט ער זייער לאנג פארברענגט און ביי די סעודות האט ער געזאגט וואונדערליכע תורות וועגן אן "אתרוג הגזול און אתרוג השאול", און דערביי האט ער מגלה געווען פיל סודות.
צו די ריכטיגע צייט איז דער יונגערמאן געהאלפן געווארן און עס איז ביי אים געבוירן געווארן א בן זכר, אבער לאנג האט די שמחה נישט אנגעהאלטן, די נאכט פאר'ן ברית איז דער קינד ל"ע אוועק פון דער וועלט. עס איז נישט פארצושטעלן די צעבראכענקייט פון דעם דאזיגן יונגערמאן. עס האט אים ארומגענומען א מרה שחורה און ער האט זיך בשום אופן נישט געלאזט טרייסטן אויף זיין אומגליק. ער איז ארומגעגאנגען פארטרויערט און אויפ'ן הארצן איז אים ל"ע געווען ביטער. אפילו די טרייסט רייד פון זיין פרוי האט נישט געווירקט אויף אים. ער איז געבליבן דערשלאגן און צעבראכן, ביז ענדליך האט זיין ווייב געבעטן ביי אים ער זאל פארן צום קאצקער רבי'ן און זאל אים אלעס דערציילן.
אין אנהויב האט ער דערפון אויך נישט געוואלט הערן, איז זיין פרוי צו אים צוגעשטאנען זיך געבעטן ביי אים און דערגאנגען די יארן ביז ער איז געפארן קיין קאצק. ווען רבי מענדל האט געהערט די גאנצע געשיכטע האט ער זיך אנגערופן: פאר אראפ קיין מאגלניצע און זאג צום שרף אז דער תנאי איז נישט מקויים געווארן - און דער אתרוג איז נישט קיין באצאלטער און וויבאלד דו האסט אויסגענומען א תנאי אז נאר פאר דעם פרייז גיבסטו אוועק דעם אתרוג דארף ער עס דיר באצאלן.
נישט אזוי לייכט איז געווען דעם יונגערמאן צו פארן און מאנען ביים מאגלעניצער, אבער די רייד פון קאצקער האבן אים דערצו צוגעשטופט און ער איז געפארן קיין מאגלעניצע.
אין א טאג באמערקט דער משמש דורכ'ן פענסטער דעם יונגערמאן פון וועמען ער האט באקומען דעם אתרוג. ער לויפט אריין צום רבי'ן און דערציילט אים ווער עס קומט. דער משמש איז באלד ארויסגעלאפן און אים אריינגעפירט צום צדיק וועלכער האט אים אויפגענומען מיט גרויס שמחה און אים מכבד געווען.
דער יונגערמאן איז אריינגעקומען צום רבי'ן, און ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, ער האט אויסגעבראכן אין א שרעקליכן געוויין, דערציילנדיג דעם צדיק אלעס וואס איז ביי אים פארגעקומען. דער מאגלעניצער איז ארויס אין אן אנדער צימער און האט פארברענגט א לענגערע צייט. ענדליך איז ער ארויסגעקומען פרייליך און האט געזאגט צום יונגערמאן "הער אויף צו וויינען, זעץ זיך אוועק און בארוהיג דיך, איך האב נאך קיינמאל נישט געבראכן מיין הבטחה און בעזהשי"ת וועט אויך די הבטחה אויסגעפירט ווערן און בקרוב וועלן מיר הערן גוטע בשורות.
בשעת דער מאגלניצער איז ארויס פון שטוב, האט ער איינגעריסן מיט זיינע תפלות און עס איז ארויס א פסק דין ביים בי"ד של מעלה אז וויבאלד דער שרף האט נאך קיינמאל נישט משנה געווען זיינע רייד דארף אויך די הבטחה מקויים ווערן.
אין דעם אנדערן יאר איז ביים יונגערמאן ווידער געבוירן געווארן א קינד וועלכעס האט זוכה געווען צו אריכת ימים און די עלטערן האבן זוכה געווען אים מגדל זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי מרדכי פון נאדווארנא זי"ע (וואס זיין יאהרצייט איז די ערשטע טאג סוכות) האט אמאל באקומען פאר יום כיפור אן אתרוג פיל מיט שטארקע פלעקען. ער האט דאס אריין געלייגט אין דעם ארון הקודש, און געזאגט אויף זיך: "אויב מרדכי וועט גוט תשובה טון, דאן וועלן אלע פלעקען אוועק גיין און ס'וועט ווערן א שיינער אתרוג". נאך יום כיפור האט ער צוריק ארויס גענומען דעם אתרוג, און אלע האבן מיט וואונדער אנגעקוקט א זויבערע און שיינע אתרוג!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ראפשיצער רב זי"ע האט געהאט א הייליגע מנהג צו אויסצירען זיין סוכה מיט די טייערסטע און שענסטע זאכן. ער האט אליין גֶעפַארְבְּט און אויסגעשניצט די שיינע פְּלַאקַאטֶן און שטערנס. די סכך האט ער אליין ארויף געלייגט, און נישט געלאזט מ'זאל אים צוהעלפן. נישט איינמאל האט פאסירט אז ער האט אוועק געגעבן זיין גאנצע פארמעגן כדי צו באצירען זיין סוכה.
סוכות ביינאכט נאכן דאווענען פלעגט ער אריין גיין אין סוכה מיט א מארש וואס די חסידים האבן אונטער געזינגען. אנקומענדיג צום סוכה, איז ער געבליבן שטיין און פריי געלאזט פלאץ, אזוי ווי ער וואלט מכבד געווען די אושפיזין אריין צו גיין ערשט אין דער סוכה. און אין דער סוכה איז געשטאנען אויבן-אן א הערליכער שטול אנגעגרייט פאר די אושפיזין.
איינמאל ערב סוכות אינדערפרי האט זיך דער ראפשיצער רב זי"ע אוועק געשטעלט ביים שוועל פון דער סוכה און געזאגט פאר זיין רעבעצין: "איך האב אויפגעשטעלט דער סוכה מיט מיין לעצטע געלט וואס איך האב פארמאגט. איך האב דאס אויסגעצירט מיט די שענסטע "נוי סוכה", און יעצט בין איך געבליבען ליידיג אן קיין גראשען.
זיין רעבעצין האט גארנישט געקענט ענטפערן דערויף, און דער רב זי"ע איז זיך אוועק געגאנגען אין בית המדרש. אין דער צייט ווען ער איז געזעצן אין בית המדרש, איז אנגעקומען א פרעמדער גאסט צו אים אין שטוב. מ'האט באלד דערקענט לויט זיין קליידונג אז ער איז נישט קיין גאליציאנער יוד. דער גאסט לייגט אוועק זיינע פעקלעך, און ער פרעגט די רעבעצין: "ווי איז דער רב"? - "וואס דארפט איהר יעצט דעם רב"? - פרעגט אים צוריק די רעבעצין.
"איך קום פון זייער ווייט, פון וויען, און איך דארף פאהרן קיין לעמבערג. און אזוי ווי היינט איז ערב סוכות, וויל איך פרעגן דעם רב צו איך קען איינשטיין ביי אים אויף יום טוב" ענטפערט איהר דער גאסט.
"איהר וועט זיין ביי אונז זייער אן אנגענעמער גאסט" - זאגט צוריק די רעבעצין - "אבער עס טוט מיר זייער לייד אייך צו מעלדען אז מיר זענען נעבעך גרויסע ארימעלייט און מיר האבן גארנישט קיין געלט אנצוגרייטען אויף סעודת יום טוב! דער רב האט אויסגענוצט דאס גאנצע געלט איינצוקויפן נוי סוכה צו באצירען דעם סוכה. געצווינגענערהייט וועלן מיר יוצא זיין סעודת יום טוב מיט אן אלט שטיקל ברויט וואס מיר האבן ליגן און א קליינע הערינג".
די רעבעצין האט באלד אריין געפיהרט דעם גאסט אין דער סוכה, און געוויזען ווי שיין דער רב האט דאס געמאכט. דער גאסט נעמט באלד ארויס פון קעשענע אביסל געלט, און דערלאנגט דאס פאר די רעבעצין זי זאל שנעל גיין אין געשעפט איינקויפן עסן לכבוד יום טוב.
פארנאכט איז דער גאסט געגאנגען אין בית המדרש דאווענען. נאכן דאווענען האט ער זיך צוגעשטיפט צום רב און געבעטן איידילערהייט ער זאל אים מיטנעמען עסן אין זיין סוכה. "עס טוט מיר זייער לייד" - רופט זיך אן דער רב - "ווייל איך ווייס אז די רעבעצין האט גארנישט צוגעגרייט צו עסן לכבוד יום טוב".
"וואס איהר וועט עסן וועל איך עסן, אבי נעמט מיך אריין אין סוכה!" - ענטפערט דער גאסט. און זיי גייען ווייטער אין וועג.
ווען דער ראפשיצער רב איז אנגעקומען צו דער סוכה, האט ער זיך אפגעשטעלט ביים טיר, און מיט א טרויעריגע הארץ זיך אנגערופען: "סוכה סוכה, איך האב געטון אלעס וואס איך האב געקענט איך זאל דיך אויסצירען וואס שענער און שענער. איך האב דיך באדעקט מיט נייע פרישע סכך. אבער יעצט שעם איך זיך אריין צו גיין אין דיר, ווייל איך ווייס אז די רעבעצין האט אפילו נישט אנגעגרייט א חלה צו מאכן "המוציא" אין דער סוכה"!
און אזוי האט דער רב געעפענט די טיר פון דער סוכה. ווי איבעראשט איז ער אבער געווארן ווען ער האט געזען אז די טיש איז באלאכטען מיט שיינע ליכט אויף א ווייסע טישטאך. און אויפן טיש שטייט אנגעלייגט פון אלע בעסטע עסענווארג: חלות, וויין, פיש, פלייש, און די קינדער שיינען פון שמחה!!!
דער רב האט גארנישט געפרעגט ווער עס האט געברענגט די אלע מאכלים, נאר ער האט זיך אנגערופען צום גאסט: "זעט איהר, דער באשעפער האט אונז נישט פארלאזט! איך בין געווען כמעט זיכער אז די ערשטע סעודה וועל איך יוצא זיין מיט אן אלטע טריקן שטיקל ברויט. דער רבונו של עולם פארלאזט נישט קיין יוד! - מן הסתם איז דאס אין אייער זכות. ווי אזוי הייסט איהר"?
"מיין נאמען איז אברהם" - ענטפערט דער גאסט. "אזוי גאר, אברהם! פונקט אזוי ווי דער אושפיזין פון דער ערשטער טאג, אברהם אבינו. אט דא שטייט דער בענקל פאר די אושפיזין, ביטע זעצט אייך אוועק אויף דעם בענקל!" - זאגט אים דער רב מיט פרייד.
דער רב מאכט קידוש און איז מכבד דעם גאסט צו מאכן קידוש, און אזוי האבן זיי אנגעהויבן צו עסן די פיינע געשמאקע סעודה וואס איז געווען צוגעגרייט אויפן טיש.
נאכן סעודה האבן זיי ביידע אנגעהויבן צו טאנצען און לויבן דעם באשעפער מיט גרויס התלהבות אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געוויזען. אזוי האבן זיי געטאנצט כמעט א גאנצע נאכט.
פארטאגס האט זיך דער רב אנידער געלייגט אויפן בעט וואס איז געווען אנגעגרייט אין דער סוכה, און ער האט געוויזען פארן גאסט א צימער אין זיין הויז ווי ער קען זיך לייגען שלאפען.
אינדערפרי ווען דער רב איז אויפגעשטאנען צו גיין אין מקוה, און בענטשן שנעל אויף די ד' מינים, האט ער געוואלט אויפוועקן דעם גאסט אז ער זאל מיטגיין מיט אים אין מקוה. אבער ווי איבעראשט איז ער געווארן ווען ער האט נישט געטראפן דעם גאסט נישט אין הויז און נישט אין דער סוכה. זיינע פעקלעך זענען אויך נישט געווען אויף זייער פלאץ. "מן הסתם איז ער שוין געגאנגען אין מקוה" - טראכט דער רב - אבער אין מקוה איז ער אויך נישט געווען. ער רופט עטליכע יונגעלייגט זיי זאלען ארום גיין אין שטאט און אים אויפזוכען אין אלע שוהלן און הייזער. אבער מ'האט נישט געטראפן.
ערשט דאן האט דער ראפשיצער רב זי"ע פארשטאנען אז דער גאסט אברהם איז נישט געווען קיין אנדערע ווי אברהם אבינו אליין וואס איז געקומען צו אים אלץ אושפיזין, אין זכות פון זיין געטריישאפט פאר דער סוכה!!!
פון דעמאלטס אן האט דער ראפשיצער רב זי"ע איינגעפיהרט א מנהג צו צינדען אסאך ליכט אין דער סוכה, אלץ אנדענק פון דער גרויסער נס אז אברהם אבינו ע"ה איז אליין געקומען צו גאסט אין דער סוכה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ישמח משה איז געוועהן א תלמיד פון רבי'ן פון לובלין דער חוזה זי"ע . ער איז עטליכע מאל געפארן קיין לובלין להסתופף בצל קדשו פון רבי'ן מקבל צו זיין תורה וחסידות פונעם איש אלקים קדוש דער רבי פון לובלין זי"ע.
אין ספר תהלה למשה ווערט געברענגט אז דער ישמח משה איז נישט געוועהן ביים רבי'ן פון לובלין נאר צוויי אדער דריי מאל, אבער אין די פאר מאל האט ער מקבל געווען פון רבי'ן מער ווי אן אנדערער וואלט מקבל געווען אין א סאך מאל!
איינמאל האט זיך דער ישמח משה ארויסגעלאזט קיין לובלין אויף סוכות, דער וועג האט זיך אים פארצויגן , עס איז שוין געווארן שפעט נאכמיטאג, און איז נאך נישט אנגעקומען קיין לובלין,אזוי גייענדיג איז ער געווארן זייער הונגעריג, דער הונגער האט זיך זייער געשטארקט אויף אים און ער האט געמוזט עפעס עסן, ער האט אבער נישט געהאט וואס צו עסן. האט ער זיך דערמאנט אז ער האט גראדע ביי זיך א בייגל, ער האט זיך אפגעשטעלט און געמכט א ברכה און אנגעהויבן עסן דעם בייגל .זעענדיג אבער ווי שפעט עס איז האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר האט געמוזט אנהייבן לויפן כאטש ער האט געהאלטן אינמיטן עסן, אזוי איז ער געלאפן מיטן בייגל אין מויל.
אזוי לויפענדיג איז ער געווארן פיל מיט צער, ער האט געזעהן ווי דער טאג ריקט זיך און ער איז נאך זייער ווייט פון לובלין , באלד וועט ווערן נאכט, און ער וועט נאך בלייבן שטעקן אויף יום טוב אינמיטן א פוסטעניש.
א פאר רגעים שפעטער דערזעט ער פלוצלינג ווי ער געפינט זיך אינמיטן א שטאט , שטעלט ער אפ איינעם פון די דורכגייער און פרעגט אים אויפן נאמען פון די שטאט זאגט אים יענער: איר זענט דא אין לובלין!. האט ער זיך זייער געפרייט אז ער איז ב"ה אנגעקומען קיין לובלין , ער האט נאך געהאט צייט צו גיין אין מקוה און צוגיין צו אן אכסני' נאך פאר דער יום איז אריינגעקומען.
קומענדיג צוריק פון מקוה צו זיין אכסני', גייט נישט א דורך קיין פאר מינוט און איינער קלאפט אין די טיר, ער עפענט אויף די טיר און זעט דארט שטיין א איד מיט ד' מינים אין די האנט ,יענער דערלאנגט אים די ד' מינים זאגענדיג:דער רבי האט דאס אייך געשיקט!
דער ישמח משה ברוב ענוותנותו האט נישט געוואלט צונעמען די ד' מינים זאגענדיג, ער ווייסט אז דער רבי שיקט די ד' מינים נאר פאר געציילטע צווישן זיינע גרויסע תלמידים,און איז זיכער אז דער שליח האט יעצט א טעות געמאכט, עס איז נישט מעגליך אז דער רבי האט אים געשיקט די ד' מינים, וויל ער עס נישט נעמען ווייל ס'איז א מקח טעות, און ער וועט נישט קענען יוצא זיין מיט אזעלכע ד' מינים וואס ער האט באקומען בטעות.
דער שליח איז צוריק געגאנגען מיט די ד' מינים און איבערגעגעבן פארן רבי'ן וואס דער ישמח משה האט אים געזאגט האט דער רבי פון לובלין געהייסען דעם שליח צוריק גיין און געבן די ד' מינים פאר'ן ישמח משה זאגענדיג דערביי פארן שליח: "זאג פארן שינאווער רב (דער ישמח משה איז דעמאלט געווען רב אין שינאווא) וואס מיינט ער? אז ער לויפט נאך יעצט מיט א בייגל אין מויל?"
ווען דער שליח איז צוריק געקומען און איבערגעגבען די ווערטער וואס דער רבי פון לובלין האט געזאגט האט דער ישמח משה געזען ווי דער רבי ווייסט ברוח קדשו וואס ער האט פריער געטאן גייענדיג אויפ'ן וועג, און ער האט גענומען די ד' מינים!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איין יאהר איז דער הייליגער דברי חיים געזעצען די ערשטע נאכט סוכות זייער טרויעריג ווייל יענעס יאר איז די שיף וואס האט געברענגט די אתרוגים געזונקען, אבער די צווייטע נאכט איז דער צאנזער רבי שוין געוועהן שטארק בשמחה. האט ער דערקלערט דאס ענין אז דער ערשטע נאכט האט ער געזעהן ווי דער שטן פרייד זיך אז די יודען וועלן נישט קענען יוצא זיין די מצוה אבער אין דעם ערשטען טאג סוכות ווען די יודען האבען געהאלטען פאר הלל האבען די יודען מיט א צובראכען הארץ געבעטן השי"ת ער זאל מקבל זיין זייער מחשבה טובה צו שאקלען דעם לולב פונקט ווי זיי וואלטען מקיים געוועהן די מצוה אין אזוי איז טאקע געוועהן אלע יודען האבען מקיים געוועהן מצות לולב איז דער שטן ארומגעגאנגען צוקלאפט עס איז אים גארנישט געלונגען אוועק צו נעמען די מצוה פון לולב פון די יודען און וועגען דעם האט דער צאנזער רבי שוין געקענט זיין בשמחה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צום גאון רבי זלמן בהר"ן זצ"ל, פון ירושלים וועלעכער איז באקאנט מיטן נאמען "רבי זלמן רבי נחומ'ס" איז אמאל מוצאי יום כיפור געקומען א איד און איהם געברענגט א אתרוג אויף מבינות, ווייל רבי זלמן איז געווען א גרויסער מבין אויף אתרוגים. דער אתרוג איז געווען זייער א שיינע, ער האט אבער געהאט איין חסרון, ער איז געווען א "חסר". יענעם יאר איז אויסגעקומען אז דער ערשטער טאג יום טוב איז אויסגעפאלן אום שבת.
ווען רבי זלמן האט באמערקט דעם חסרון און עס יענעם געוויזן, רופט זיך אן דער פרעגער:
נו מילא מיר האבען דאך היינטיג'ס יאהר דעם ערשטן טאג יום טוב אום שבת,און די אנדערע טעג וועלכע זיינען נאר מדרבנן,איז דאך א חסר אויך כשר.
הערנדיג די רייד איז רבי זלמן דערציטערט געווארען און אויסגערופען:
-וואס רעדט איהר? גלויבט איר דען נישט אז משיח דארף יעדען טאג קומען? ! און וויבאלד ער וועט דאך קומען וועט דאך זיין דער חיוב מדאורייתא אין אויך דעם ערשטען טאג יום טוב כאטש עס פאלט אום שבת,וועסטו דאך האבען א פסול'ן אתרוג, נאך מער די אנדערע טעג חול המועד וועלן מיר דאך בענטשען לולב אין בית המקדש און דארטן איז דאך אויך מדאורייתא און דו וועסט דאן קיין אתרוג נישט האבן צו בענטשען דערויף!...

(ס' ארבעת המינים השלם)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער יום-טוב סוכות האט זיך דערנעענטערט און קיין אתרוג איו ניט געווען אין גאנץ בארדיטשעוו איז נישט געווען אפילו קיין איין איינציקער אתרוג. אזא דוחק אין אתרוגים איז נאך קיינמאל נישט געווען.
דער בארדיטשעווער צדיק ר' לוי יצחק האט געהט פיל צער דערפון. ער האט ארויסגעשיקט שלוחים צו שטיין אויף אלע וועגן, טאמער פארט פארביי א איד מיט אן אתרוג, זאל מען אים בעטן צו פארקויפן, אדער, לכל הפחות, צו פראווען סוכות אין בארדישעוו און מזכה זיין די גאנצע שטאט מיט דער מצוה פון ד' מינים.
האט זיך טאקע געמאכט, אז א איד איז געפארן אהיים אויף סוכות און האט געפירט מיט זיך א מהודר'דיקן אתרוג מיט א לולב און הדסים און ערבות. די שלוחים האבן אים געפרעגט, אפשר וויל ער פארקויפן דעם אתרוג, וועט מען אים געבן וויפל ער וועט נאר בעטן.
"דעם אתרוג פארקויף איך נישט", האט דער איד געענטפערט.
האבן זיי אים געבעטן, ער זאל לכל-הפחות פארברענגען סוכות אין בארדיטשעוו, וועט ער זיין א חשובער גאסט און מזכה זיין די גאנצע קהילה מיט דער מצוה פון ד' מינים.
דער איד האט אבער געענטפערט, אז דאס קען ער אויך נישט טאן: ער איז שוין א צייט נישט געווען אינדערהיים און ער וויל דורכאויס פארברענגען יום-טוב מיט זיין ווייב און קינדער.
עס היבן נישט געהאלפן קיינע דינגענישן. די שלוחים האבן קוים גע'פועל'ט ביי דעם אידן, אז ער זאל אריינקומען צום בארדיטשעווער צדיק, וויבאלד אז ער פארט פארביי.
דער בארדיטשעווער צדיק האט געפרואווט פועל'ן ביי דעם אידן ער זאל פארבלייבן אויף יום-טוב. ער האט אים דערקלערט ס'ארא גרויס זכות עס וועט זיין פאר אים מזכה צו זיין א גאנצע קהילה מיט דער מצוה פון ד' מינים. אלע רייד זיינען אבער געווען אומזיסט, ביז דער צדיק האט אים צוגעזאגט "עמי במחיצתי", אז דער איד וועט האבן זיין חלק אין גן-עדן צוזאמען מיט אים, דעם בארדיטשעווער צדיק. אויף דעם איז שוין דער איד איינגעגטנגען און האט מסכים געווען צו פארבלייבן אויף יום-טוב און לאזן די גאנצע קהילה בענטשן מיט אים אויף דעם אתרוג.
מען האט דעם אידן באזארגט מיט ט שיינער אכסניא, און די נייעס אז עס וועט זיין אן אתרוג אויף יום-טוב איז בליץ-שנעל פאר שפרייט געווארן. עס איז געווארן א גרויסע שמחה אין שטעטל.
די ערשטע נאכט יום-טוב, נאך מעריב, ווען דער איד האט געוואלט אריינגיין אין דער סוכה פון דעם בעל אכסניא צו מאכן קידוש און מקיים זיין די מצוה פון לישב בסוכה, האט מען אים נישט אריינגעלאזט. עס האבן נישט געהאלפן קיינע טענות ; כאטש גיי און מאך קידוש אין שטוב. אבער וועלכער איד וועט עס נישט מאכן קידוש און עסן א כזית אין סוכה, און נאך די ערשטע נאכט פון סוכות דערצו?
בלית-ברירה איז דער איד געגאנגען צו א שכן. ער האט פאר אים געוואלט אויסגיסן זיין ביטער הארץ אויף דעם בעל אכסניא, און בעטן אים, ער זאל אים דערלויבן צו מאכן קידוש און עסן א כוית ברויט אין זיין סוכוה אבער אויך דער שכן האט אים נישט געוואלט אריינלאזן אין סוכה אזוי איז אויך געווען מיט א צווייטן און א דריטן.
א צעטומלטער און פארצווייפלטער איז דער איד געלאפן צום צדיק ר' לוי יצחק. ער האט שוין פארשטאנען, אז מסתם האט דער צדיק אנגעזאגט אין שטאט, אז מען זאל אים נישט אריינלאזן אין א סוכה.
מיט טרערן איז די אויגן האט זיך דער איד באקלאגט, וואס מ'לאזט אים נישט אריין אין א סוכה ; דאס איז דאך אן אומדערהערטע עוולה ! "אט אזוי באצאלט מען דאס פאר א טובה? איך בין געבליבן דא וואלגערן זיך יום-טוב אין דער פרעמד, כדי צו מזכה זיין די שטאט מיט אן אתרוג, און צום סוף לאזט מען מיר נישט מקיים זיין די מצוה פון לישב בסוכה"
דער בארדיטשעווער צדיק האט דעם אידן געפרואווט בארואיקן : "איר ווייסט דאך, ר' איד, אז אויב עס איז נישט דא קיין אתרוג בענטשט מען נישט און אויב עס איז נישט דא קיין סוכה איז מען דאך אן אנוס, און פטור..." "דער רבי שפאסט מסתמא! וואס הייסט נישט דא קיין סוכה? ס'זיינען דא א סאך סוכות, נאר מען לאזט מיך נישט אריין ! איך וואלט אלץ אווקגעגעבן, אבי מ'זאל מיך אריינלאזן מקיים צו זיין די מצוה פון לישב בסוכה!"
"אויב איר וועט מיר מוחל זיין די הבטחה וואס איך האב אייך געגעבן - "עמי במתיצתי" וועל איך שוין זען, אז מ'זאל אייך אריינלאזן אין א סוכה", האט דער צדיק געזאגט! דער דאזיקער תנאי האט דעם אידן נאך מער צעטומלט. עס האט זיך ביי אים אין געדאנק אנגעהויבן א גרויסע וואקלעניש, דער נסיון איז געווען א גרויסער זאל ער פארציכטן אויף אזא הבטחה צוליב דער מצוה פון סוכה, אדער דאס איז א צו גרויסער פרייז צו באצאלן פאר א מצוה?
נאך א לאנגער איבערטראכטעניש, האט דער איד באשלאסן מוחל צו זיין די הבטחה, אבי ער זאל קענען מקיים זיין די מצוה פון לישב בסוכה "רבי, איך בין מוחל די הבטחה !" האט דער איד געזאגט.
א צופרידענער שמייכל האט באלויכטן דעם צדיק'ס געזיכט, און ער האט צום אידן געזאגט "איצט גיב איך דיר ערשט די הבטחה צוריק ! איך האב נאר געוואלט, אז דאס זאל זיין א פארדינטע און נישט קיין אומזיסטע ! און וויבאלד דו האסט געהאט אזויפיל מסירת-נפש פאר דער מצוה פון לישב בסוכה, האסטו דאס טאקע כשר פארדינט".
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

א גרויסן שכוח זיידעניו דו מעשיות זענען מיר שטארק צונוץ געקומען.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

וצדיקים ישמחו יעלצו לפני אלקים
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

אפשר קען איינער מאכן א פי די עף פון די מעשיות
אפשר שמן
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

עי' כאן עוד מעשיות

כ'האב נישט קיין צייט פאר קיין פידיעף מאכעריי, דער וואס העט יא האבן צייט זאל צונויפשמעלצן די צוויי
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

קודם האב איך געמאכט פון די מעשיות א פי די עף
פון די אנדער וועט נאכקומען אי"ה
אטעטשמענטס
סיפורי מעשיות לסוכות 11.doc
(165 KiB) געווארן דאונלאודעד 278 מאל
סיפורי מעשיות לסוכות 1.pdf
(202.38 KiB) געווארן דאונלאודעד 289 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36777
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יקותיאל האט געשריבן: קודם האב איך געמאכט פון די מעשיות א פי די עף
פון די אנדער וועט נאכקומען אי"ה

ארויסגעפרינט, ישר כחכם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער זיס »

גבאי ביהמד האט געשריבן: וצדיקים ישמחו יעלצו לפני אלקים
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

משיח וועט דאך באלד קומען

צום גאון רבי זלמן בהר"ן זצ"ל, וועלעכער איז באקאנט מיטן נאמען "רבי זלמן רבי נחומ'ס" איז אמאל מוצאי יום כיפור געקומען א איד און איהם געברענגט א אתרוג אויף מבינות, ווייל רבי זלמן איז געווען א גרויסער מבין אויף אתרוגים. דער אתרוג איז געווען זייער א שיינער, ער האט אבער געהאט איין חסרון, ער איז געווען א "חסר". יענע'ס יאר איז אויסגעקומען אז דער ערשטער טאג יום טוב איז אויסגעפאלן אום שבת.
ווען רבי זלמן האט באמערקט דעם חסרון און עס יענעם געוויזן, רופט זיך אן דער פרעגער:
נו מילא מיר האבען דאך היינטיג'ס יאהר דעם ערשטן טאג יום טוב אום שבת,און די אנדערע טעג וועלכע זיינען נאר מדרבנן,איז דאך חסר אויך כשר.
הערנדיג די רייד איז רבי זלמן דערציטערט געווארען און אויסגערופען:
-וואס רעדט איהר? גלויבט איר דען נישט אז משיח דארף יעדען טאג קומען? ! און וויבאלד ער וועט דאך קומען און השי"ת וועט אויפבויען דעם בית המקדש וועט דאך זיין דער חיוב מדאורייתא אויך דעם ערשטען טאג יום טוב כאטש עס פאלט אום שבת, (כמבואר ברמב"ם הל' לולב פ"ז הט"ז) וועסטו דאך האבען א פסול'ן אתרוג נאך מעהר די אנדערע טעג חול המועד וועלן מיר דאך בענטשען לולב אין בית המקדש און דארטן איז דאך אויך מדאורייתא און דו וועסט דאן קיין אתרוג נישט האבן צו בענטשען דערויף!...
(ס' ארבעת המינים השלם ע' ת"ד)
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אהבת ישראל
דער צדיק רבי מרדכי פון נעשכיז זצ"ל, איז געווען זייער א גרויסער ארימאן, ווען ער האט געהאט איבעריגע געלט במשך פון יאר, האט ער עס אוועקגעלייגט, אז ווען ס'וועט קומען דער יום טוב סוכות, זאל ער האבן גענוג געלט צו קויפן א שיינער אתרוג.
איין יאר פאר סוכות, איז דער רבי געגאנגען צו די שטאט בראד קויפן אן אתרוג, און האט מיטגענומען די אפגעשפאָרטע געלטער, אינמיטן וועג האט דער רבי געטראפן א איד זיצט און וויינט, האט אים דער רבי געפרעגט, פאר וואס וויינט איר, האט דער איד אנגעהויבן מער צו וויינען, זאגענדיג, איך בין אין א גרויסע צרה, מיין פערד איז געשטארבן, און מיין גאנצע פרנסה איז נאר געווען פון דעם פערד, און יעצט ווייס איך נישט ווי אזוי כ'וועל האבן וואס צו עסן.
האט דער רבי ארויסגענומען זיין גאנצע בינטל געלט וואס ער האט אנגעגרייט צו קויפן אן אתרוג, און געגעבן פאר דעם איד מיט א פרייליכן פנים, און אים געזאגט, נעם די געלט און קויף אן אנדערן פערד, און איר וועט ווייטער פארדינען געלט, דער איד האט ממש אויפגעלאכטן.
אזוי ווי דער רבי האט שוין נישט געהאט קיין געלט צו קויפן אן אתרוג, האט ער זיך צוריקגעדרייט און איז אהיימגעגאנגען, און געזאגט מיט א הייליגע ברען, געלויבט איז השי"ת וואס האט מיר צוגעשיקט צו דעם יום טוב סוכות אזא שיינע מצוה, אלע אידן לויבן דעם אויבערשטן און מאכן א ברכה אויף א אתרוג, וואס זיי האבן געקויפט פון זייער געלט, און איך לויב און דאנק דעם אויבערשטן אויף די שיינע מצוה וואס איך האב געקענט טאן, אוועקגעבן פאר אן ארימער איד מיין גאנצע געלט, ער זאל האבן פון וואס צו לעבן.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די האלבע אתרוג

אין א ווייטע פארווארפענע דארף, ווייט ווייט פון א אידיש'ן ישוב אין א הייזקעלע ביי די עק פון די שטאט האט געוואוינט זעליג. דער זעליג האט געפירט די קרעטשמע פון דעם דארף און פארקויפט בראנפן פאר זיינע גויאישע שכנים, די פויערן, וואס פלעגן אריין קומען צו אים כאפן א טרינק און נאס מאכען זייער צונג מיט פיינע געשמאקע בראנפן. דער הויז מיט'ן קרעטשמע האט זעליג געהאט א ירושה נאך פון זיידן וואס האט דארט געוואוינט און אויפגעצויגן זיינע קליינע משפחה. פון קינדווייז אן איז זעליג געוועהן פארנומען דערלאנגען בראנפן פאר די דורשטיגע פויערן, און אזוי איז ער אונטער געוואקסן צוזאמען מיט'ן קרעטשמע, ביז זעליג מיט'ן קרעטשמע איז געוועהן אזויווי איינ'ס. דארט אין דארף האט קיין איד נישט געוואוינט אויסער אונזער זעליג. פארשטייט זיך אליין אז אויסער א האלבע דאווענען און אביסל תהלים, מיט א געהאקטע עברי האט דער זעליג פון גארנישט געוויסט, אפילו קיין הלכות האט ער נישט געקענט, בקיצור, א פשוטע דארפס איד און א גרויסע עם הארץ.

אזוי איז אדורך יארן און זעליג לעבט זיך זיין דארפיש לעבן צווישן די פויערן, פארשטייט זיך אז צופרידען וויאזוי זיין לעבען פירט זיך איז ער נישט געוועהן, אבער וואס קען מען טוהן אז מען וואוינט צווישען די פויערן אָן זעהן א איד פאר די אויגן, איז א ווינדער אז מען קוקט אזוי אויס, אזוי איז אלץ אנגעגאנגען ביז זיין עלטסטע טאכטער איז אונטערגעוואקסען און מען דארף גיין זוכן פאר איר א שידוך. איז זעליג אויף געקומען מיט א פלאן, ער וועט גיין אין ישיבה, אויפזיכען א חשובע בחור א תלמיד חכם און א ירא שמים, און ער וועט אים ברענגן צו זיך אין דארף און אים אויסהאלטן זיין גאנץ לעבן מיט אלעס וואס ער דארף, אז ער זאל קענען לערנען רואיגערהייט במנוחה, און פון דער אנדערע זייט וועט דער איידעם אויסלערנען דעם זעליג אביסל הלכות און ווי אזוי א איד דארף זיך פירן און אזוי וועלן ביידע זיין צופרידן.

געטראכט און געטוהן, זעליג שפאנט איין זיין פערד און וואגן, און לאזט זיך אין וועג אריין צו דער גרויסע שטאט ווי עס געפונט זיך די גרויסע ישיבה, גיין זיך דורך שמועסן מיט דעם ראש ישיבה זיין פלאן. אנקומענדיג אין ישיבה גייט זעליג גלייך צו צום ראש ישיבה מיט זיין פלאן און בעט אים א פיינעם בחור א תלמיד חכם, און ער זאגט צו אים אויסהאלטן זיין גאנץ לעבן מיט אלעס וואס ער דארף ער זאל קענען לערנען תורה אומגעשטערטעהייט. דער ראש ישיבה האט אים אנגעוויזן אויף גאר א פיינעם בחור א יתום פון טאטע און מאמע, און אים געלאזט רופען און דערציילט זעליג'ס גאנצע געשיכטע און געפרעגט צו ער איז מסכים צו דעם שידוך, און צו גיין וואוינען ערגעץ פארווארפן. דער בחור האט דורך געטראכט דעם ענין א שטיק צייט, אז קיין טאטע מאמע האט ער נישט קיין פרוטה און טאש אויך נישט, יעצט אז עס האט זיך געמאכט אזא גוטע געלעגענהייט און אז ער וועט קענען אגאנץ לעבן זיצען און לערנען במנוחה, איז עס זיכער פון הימל, האט ער גענטפערט יא און דער שידוך איז געווארן. נאך א שטיק צייט איז געוועהן די חתונה און דער פרישע יונגערמאן איז אריבער געקומען אין דארף אריין וואוינען ביי זעליג'ן אין שטוב.

דער נייע איידעם האט אנגעהויבן לערנען מיט זעליג הלכות, און אויסגעלערנט ווי איד דארף זיך צו פירן יעדן טאג, שבת, און יום טוב. זעליג האט געשלונגען מיט דארשט די טייערע ווערטער פון זיין איידעם, ביז נאך אפאר חדשים איז ער נישט געוועהן צו דערקענען, ממש א נייע מענטש. איין טאג רופט זיך אן דער איידעם צו זעליג, טייערע שווער! עס קומט באלד דער יום טוב סוכות און מען דארף האבן א אתרוג. וואס איז דאס אן אתרוג - פרעגט זעליג פארוואונדערהייט - געט דער איידעם צו פארשטיין זיין שווער אז דאס איז א פֵּרִי ענדליך צו א לעמא"'ן, און ער זאגט אים די הלכות וואס מען טוט מיט א אתרוג. אויך האט ער אים מסביר געוועהן ווי מען קויפט עס און אז דאס איז נישט ביליג. זייער פיין! זאגט זעליג דארפס'ט דיך גארנישט זארגן, דו בלייב דא זיצן און לערנען און איך וועל פארן אין שטאט אריין דיר קויפן אן אתרוג "אזונ'ס און אזעלעכ'ס".

זעליג נעמט זיין פערד און וואגן און פארט אריין אין שטאט זוכן אתרוג פאר זיין איידעם. קומענדיג אין שטאט גייט זעליג גלייך צו דער מארק און הייבט אן צו פרעגן די סוחרים ווי קויפט מען דא א אתרוג, אזוי זוכענדיג האט ער באמערקט א שיינע אתרוג פושקע האט ער געטראכט ביי זיך אז עס פאסט צו קויפן אזא שיינע פושקע פאר זיין חשובען איידעם האט ער דאס געקויפט פאר א טייער'ן פרייז. זיך ארומדרייענדיג אויפן מארק באמערקט ער א גרויסע סיי"ן אויף א בודקע וואס שטייט "אתרוגים", האט ער פארשטאנען אז דא פארקויפט מען אתרוגים. מיט א פרייליכע הארץ גייט ער אריין דארט, און פארלאנגט א שיינע אתרוג און זאגט אז ער איז גרייט צו צאלן וועלכע פרייז מען וועט נאר בעטן, זאגט עם דער סוחר אנטשולדיגט איר האט שוין פארשפעטיגט, היי יאר איז אנגעקומען דא זייער ווייניג אתרוגים, און אלע אתרוגים זענען שוין פארקויפט, עס איז אפילו נישטא צו קריגן קיין איין איינציגע אתרוג אין די גאנצע שטאט. מיט א פארקלעמטע הארץ גייט זעליג ארויס פון דעם בודקע טראכטענדיג פארפאלען! וואס קען ער טוהן, אבער וואס גייט ער זאגן פאר זיין איידעם טראכט זעליג מיט אן אראפגעלאזטע קאפ, ווען פלוצלינג!

שלום עליכם זעליג! וואס ביזטו אזוי צוטראגן! ער הייבט אויף זיין פנים ווען ער זעהט זיין אלטן חבר גרונם דער בעל עגלה מיט א שמייכל אויף זיין פנים. זעליג הייבט אים אן צו פארציילן אז ער האט גענומען א איידעם א תלמיד חכם און ער דארף אן אתרוג און עס איז שוין נישט דא צו באקומען אין די גאנצע שטאט, און וואס זאל ער יעצט טוהן, וואס גייט ער זאגן צו זיין איידעם, ס'וועט דאך אים אזוי וויי טוהן. ווען זעליג האט גענדיגט זיינע רייד האט זיך דער בעל עגלה פארטראכט אפאר מינוט און דערנאך רופט זיך אן גרונם בעל עגלה צו זעליג און זאגט אים, הער אויס זעליג! ס'איז מיר איינגעפאלען א המצאה ווי אזוי דיר צו העלפן, ווי דו ווייסט האב איך אויך גענומען א איידעם א תלמיד חכם, און ער האט אויך געוואלט אתרוג, און איך האב אים געקויפט אזא שיינע הערליכע אתרוג ממש דער שענסטע אין די שטאט. געב נאר א קוק ווי שיין דאס איז, און פארדעם האט איך געצאלט דעם טייערען פרייז פון זעקס טויזנט גולדין! ווייסטו וואס, לאמיר מאכען א שותפות לאמיר צושניידען דעם אתרוג אויף צוויי, איך וועל דיר געבן האלב דערפון, און דו וועסט מיר געבן דריי טויזנט גולדין, און מיר וועלן ביידע זיין צופרידן. הערנדיג דעם פלאן איז זעליג גלייך אויפגעשפרונגען, שרייענדיג מיט שמחה געוואלדיג! אזויווי די זאגסט, און האט גלייך ארויסגענומען דריי טויזנט גולדין פון טאש און דערלאנגט פאר גרונם דער בעל עגלה. גרונם האט גענומען די געלט און אריין געלייגט און זיין טאש און דערנאך גענומען א שארפע מעסער, און איידערלעהייט צושניטן דעם אתרוג און דערלאנגט פאר זעליג, וואס האט עס גלייך אריין געלייגט אין דעם הערליכען אתרוג פושקע, און זיי האבען זיך געזעגענט איינער פון דעם אנדערען פרייליך און צופרידן.

זעליג קומט אהיים מיט גרויס שמחה און זאגט פאר זיין איידעם, איך האב דיר געקויפט אזא אתרוג וואס דו האסט נאך אין דיין לעבען נישט געזעהן, ס'האט מיר געקאסט גאנצע דריי טויזנט גולדין! דער איידעם האט נאר געזעהן דעם שיינעם אתרוג פושקע, און ער האט געהערט דעם פרייז וואס זיין שווער האט באצאלט פאר'ן אתרוג, איז ער געוועהן זיכער אז זיין שווער האט אים טאקע געקויפט א אתרוג א פראכט, האט ער אפילו נישט באקוקט דעם אתרוג און געווארט אז עס זאל קומען יום טוב אינדערפריה, און ער ווער בענטשן אתרוג מיט גרויס הִתְלַהַבוּת.

עס קומט אן דער גרויסע יום טוב צום ערשטען מאל אין זיין לעבען וואס זעליג זיצט אין א סוכה מען האט קידוש געמאכט מיט א "לישב בסוכה" און געזונגען שירות ותשבחות, נאך דער סעודה האט דער איידעם צו דעם גרויס פארווינדעריג פון זעליג גענומען זיין בעט און געטראגן אין די סוכה און זיך דארט געלייגט שלאפן. ס'קומט אינדרפריה, דער איידעם שטייט אויף פארטאג'ס און גייט און טייך זיך טובל'ן און גרייט זיך צו מיט אלע כוונות, צו גיין קיין מ'קיין זיין די גרויסע מצוה פון בענטשן מיט די ד' מינים. זעליג שטייט דארט אין די זייט און ער ווארט צו זעהן וואס וועט זיין איידעם טוהן מיט די ד' מינים און וואס וועט ער זאגן צום אתרוג וואס ער האט אים געברענגט.

דער יונגערמאן טוט זיך אן זיין גארטל, ער לייגט אויף זיך דעם טלית און מיט ציטערדיגע הענט נעמט ער די אתרוג פושקע און ער מאכט עס שטייטערהייט אויף, און פאר זיינע אויגן ענטפלעקט זיך א הערליכע שיינע מהודרדיג'ע פראכטפולע אתרוג אבער עס איז נאר "האלב!" אנטוישטערהייט דרייט ער זיך אויס צו זיין שווער זעליג און ער זאגט אים " א גאנצע אתרוג אפילו עס איז נישט אזוי שיין אבער ס'איז "גאנץ", איז עס כשר, און מען קען אויף דעם מאכן א ברכה. אבער א אתרוג וואס איז האלב, זאל עס נאר זיין ווי שיין און הערליך עס קען נאר זיין, אבער עס איז נאר "האלב", איז עס פסול און מ'קען אויף דעם קיין ברכה נישט מאכען".

איי איי איי טייערע אידן!! האט דער מגיד צוגענדיגט זיין משל, תורה אן מידות איז צוגעגליכען צו א הערליכע אתרוג וואס איז נאר האלב. וואס מער מען קען לערנען אלץ שענער איז דער אתרוג. אויב איז דער אתרוג "האלב" עס האט נישט קיין מידות, דער מענטש קען זיין דער גרעסטער תלמיד חכם אבער אויב האט ער נישט קיין מידות איז עס פסול. אויב אבער איז דער אתרוג גאנץ, ער איז א בעל מידות, אבער ס'איז נישט אזוי שיין ער קען נישט אזוי גוט לערנען, אבער אויב איז ער א בעל מידות איז ער כשר, און מען קען אויף אים מאכן א ברכה.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דעם צדיק'ס חכמה

אין גאליציע מיט ארום הונדערט און אכציג יאר צוריק איז געוועהן א יאהר ווען מען האט נישט געקענט באקומען קיין אתרוגים , אידן זענען ארום געפארען פון שטאדט צו שטאדט זוכן אן אתרוג, אבער מען האט נישט געקענט געפונען . האט זיך אזוי געמאכט אז דער פוילישער גראף טארנאווסקי איז געוועהן אין טריעסט,איטאליע, און אידן פון איטאליע האבן מיט אים מיטגעשיקט אן אתרוג, זאגענדיג אים אז ער וועט דערויף נישט ארויפצאלן ווייל די אידן וועלן אים דערפאר געבין א גוטען פרייז.
דער פוילישער גראף איז געוועהן א גרויסער שונא ישראל און אויך א גרויסער געלט גלוסטער, האט ער געפאדערט פון די אידן גאר א הויכן פרייז וואס די אידען האבען בשום אופן נישט געקענט באווייזען אהערצושטעלין , וויסענדיג אז וויפיהל ער זאל נאר נישט פאדערען פון די אידן , וועט ער סיי ווי באקומען ,ווייל זיי וועלען זיך מוסר נפש זיין כדי מקיים צו זיין איין מצוה.
די אידן אין גאליציע האבען נישט געוואוסט וואס פאר אן עצה זיך צוגעבין , זענען זיי געפארען צו הרה"ק ר' מרדכי דוד דאמבראווער זצ"ל , און אים דערציילט די גאנצע מעשה און געפרעגט וואס צו טוהן ווייטער האט זיי ר' מרדכי דוד געזאגט , ער האט זיי געהייסען אויפזוכען א מייסטער , א האלץ שניצער און ער זאל אויסשניצען פון האלץ אן אתרוג און ער זאל אים אנפארבען אז עס זאל אויסזעהן פונקט ווי אן אתרוג וועט שוין דער גראף אוועק געבין דעם אתרוג פאר א יעדען פרייז , דער עיקר אז מען זאל עס אוועקנעמען פון אים
וכך הוה אזוי איז טאקע געשעהן די אידן האבען געלאזט אויסשניצען א וואונדערבארען אתרוג פון האלץ דער דאזיגער אתרוג איז געגאנגען פון האנט צו האנט און אלע האבען באווינדערט דעם שיינעם אתרוג ביז די שמועה איז געקומען צום גראף אין די אויערען אז די אידען האבען שוין באזארגט א צווייטען אתרוג , דוקא א הדר שבהדר, האט דער גראף שטילערהייט געלאזט רופען איינעם פון זיינע באקאנטע אידן וואס פלעגען זיך דרייען ביי אים און האנדלען מיט אים, און אים פארקויפט דעם אתרוג חצי בחנם , אזוי איז דער גראף געווארן אויסגעשפילט דורך דעם צדיק'ס חכמה . (יש אומרים כן בשם שאר צדיקים)
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”