ליקוטי הלכות וענינים על חג הסוכות
חג הסוכות, זמן שמחתינו: בסוכות תשבו וגו': סוכות וואס איז זמן שמחתינו, איז א הכנה צו שמחת התורה, אזוי ווי עס שטייט אין די גמרא (שבת ל:) אז רבה איידער ער האט אנגעהויבען לערנען האט ער געזאגט א מלתא דבדיחותא, (א ווערטל) זעהן מיר אז צו לערנען תורה דארף זיין מיט א הכנה פון שמחה, אבער מען דארף געדענקען, אז תורה דארף אויך זיין מיט תשובה, אזוי ווי עס שטייט אין תהילים "ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חקי" דאס איז דער פסוק מרמז, "בסוכות תשבו" (מלשון תשובה) די שמחה פון סוכות זאל צוגיין מיט תשובה.
(אמרי חיים)
ווען א קינד ווערט געבוירען, טוהט מען איהם גוט איינפאקען אין ווארימע קליידער, אז עס זאל נישט שאטען פאר איהם די טוישונג פון די לופט. אזוי אויך אין יום כיפור איז אונז דער אייבערשטער מוחל אויף אונזערע עבירות, און מיר ווערן אזוי ווי ניי געבוירען. דערפאר באשיצט אונז דער אייבערשטער מיט די סוכה, אז מיר זאלן נישט פיהלן די טוישונג פון קודש צו חול.
(ר' דוד לעלובער זי"ע)
בַּסֻכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים וגו', לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסֻכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם וגו' (ויקרא כג-מב, מג). די גמרא זאגט אין מסכת שבת (דף ק"ל), אז אלע מצוות וואס די אידן האבן אנגענומען מיט שמחה, טוהען זיי היינט אויך מיט שמחה. דערפאר מאכט מען נאר א זכר צו די סוכות וואס דער אייבערשטער האט געמאכט פאר די אידן, און נישט פאר די אנדערע זאכן וואס זענען געווען נאך יציאת מצרים: די מן, די בְּאֵר און די שליו. ווייל ביי די אנדערע זאכן האבן די אידן געקלאגט אויף משה רבינו, אויסער ביי די "סוכות" האבן זיי זיך געפרייט. זאגט די תורה, אז מיר זאלן מאכן די מצוה וואס איז געמאכט געווארן מיט פרייד, אין א צייט וואס מען פרייט זיך, - אין סוכות.
(שפתי צדיק)
חַג הַסֻכֹּת תַּעֲשֶׂה לְךָ שִׁבְעַת יָמִים בְּאָסְפְּךָ מִגָרְנְךָ וּמִיִקְבֶךָ (דברים טז-יג). [יום טוב סוכות זאלסטו מאכן פאר דיר, ווען דו זאמעלסט איין דיין תבואה און דיין וויינגארטען.] דער "מנורת המאור" זצ"ל איז מפרש אזוי: דער זמן פון מצות סוכה, איז ווען דער בעל הבית באזעצט זיך אין זיין הויז, און ער פוהלט דאס אהן מיט אלע תבואה און פרוכט. דער דאך פון זיין הויז באשמירט ער מיט קאלך, אז די ווינטער רעגענס זאלן נישט אריין טראפן. אין אזא צייט האט מען מורא, אז דער איד וועט זיך פארזיכערן אין זיין אייגענע כוח, און פארגעסן אז אלעס קומט פון דער באשעפער. דערפאר באפעהלט איהם די תורה אז ער זאל ארויס גיין פון שטוב און זיצען אין א קליינע שוואכע סוכה. אזוי וועט ער זיך אויסלערנען צו האבן בטחון אין דער אייבערשטער וואס גיבט פאר יעדעם איינעם זיינע באדערפענישן, און באשיצט איהם פון אלע שלעכטס.
וַיְהִי בְשָׁלֵם סוּכּוֹ וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיוֹן" (תהילים קאפיטל עו-ג): צוויי מצוות האבן די אידן באקומען, וואס מען גייט אריין אין זיי מיט דער גאנצער גוף. דאס זענען: "מצות סוכה" און וואוינען אין "ארץ ישראל". דאס איז אויך מרומז "וַיְהִי בְשָׁלֵם סוּכּוֹ וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיוֹן". "וַיְהִי בְשָׁלֵם", - וועלכע מצוות ווערן געטוהן מיט דער גאנצער גוף: "סוּכּוֹ", - דער מצות "סוכה", "וּמְעוֹנָתוֹ בְּצִיוֹן", - און צו וואוינען אין ציון, דאס איז "ארץ ישראל".
(דער ווילנער גאון זצ"ל)
די דינים פון מצות סוכה זענען מרומז אין דאס ווארט "סכה". "ס" (האט 4 זייטען) - איז א רמז, אז דאס בעסטע איז צו מאכן א סוכה פון 4 ווענט. "כ" (3 זייטען) - מען איז אויך יוצא מיט א סוכה פון 3 ווענט. "ה" (2 זייטען מיט א קליינע שטיקל) - און אויב מען האט געמאכט א סוכה פון צוויי ווענט מיט א דריטע פון בלויז א טפח, איז מען אויך יוצא.
(החיד"א)
די זכות פון "מצות סוכה" איז זייער גרויס, אז עס באשיצט אלע מענטשן וואס זיצען אין איהר. דאס זאגט די גמרא אין מסכת סוכה (דף כ"ה): "מִצְטַעֵר פָּטוּר מִן הַסוּכָּה". - "מצטער פטור", די צער פון א מענטש גייט אוועק - "מן הסוכה", דורך די מצות סוכה. אויך זאגט די משנה: "חוֹלִין וּמְשַׁמְשֵׁיהֶן פְּטוּרִין, מִן הַסוּכָּה" - די אלע סארט קראנקהייטן גייען אוועק דורך די סוכה.
אויך איז מצות סוכה זייער גרויס, אז עס ברענגט פרנסה פאר די גאנצע יאהר. אויף דעם איז די משנה מרמז (סוכה פרק ב' משנה ז'): "מִי שֶׁהָיָה רֹאשׁוֹ וְרוּבּוֹ בַּסוּכָּה, וְשׁוּלְחָנוֹ בְּתּוֹךְ הַבַּיִת וכו'". - ווער עס איז מקיים מצות סוכה, "ושולחנו" - זיין טיש, דאס מיינט "פרנסה", "בתוך הבית" - וועט זיין א גאנצע יאהר, אפילו ווען ער איז שוין אין שטוב.
(תפארת שלמה)
כָּל הָאֶזְרַח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׂבוּ בַּסוּכּוֹת (ויקרא מב-מג). "כל האזרח" - יעדער איינער וואס זאגט "איך וויל שיינען", "ישבו בסוכות" - קענען מקבל זיין די קדושה פון די סוכה.
(דברי שלום - קוידנוב)
"מצות סוכה" איז זייער באליבט, מער פון אלע מצוות. - ווייל יעדער מצוה איז קעגען א אנדערע אבר פון דעם מענטש, אבער די סוכה נעמט ארום דעם גאנצן קערפער.
(דברי יחזקאל)
וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וגו' (ויקרא כג-מ). דער מדרש זאגט אז די ד' מינים זענען געגליכן צו פארשידענע סארט אידן. "פרי עץ הדר" (דער אתרוג) האט א טעם און א ריח, - איז צוגעגליכן צו אידן וואס האבן תורה און מעשים טובים. "כפת תמרים" (דער לולב) האט א טעם אבער נישט קיין ריח, - איז צוגעגליכן צו אידן וואס האבן תורה אבער נישט קיין מעשים טובים. "ענף עץ עבת" (דער הדס) האט א ריח אבער נישט קיין טעם, - איז צוגעגליכן צו אידן וואס האבן מעשים טובים אהן קיין תורה. "וערבי נחל" (די ערבות) האבן נישט קיין טעם און נישט קיין ריח, - זענען צוגעגליכן צו אידן וואס האבן נישט קיין תורה און נישט קיין מעשים טובים. וואס טוהט מיט זיי דער אייבערשטער? זיי צו שטראפן וויל ער נישט, נאר דער אייבערשטער זאגט: "זאל מען איינבינדען אלע מינים צוזאמען, און איינער וועט פארגעבן אויפן צווייטען".
וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וגו' (ויקרא כג-מ). דער מדרש זאגט (ויקרא ל-יג): אז די ד' מינים זענען מרומז אויף די איברים פון דעם מענטש. דער "לולב" - קעגן דער רוקען-ביין, דער "אתרוג" - קעגן דער הארץ, דער "הדס" - קעגן די אויגן, די "ערבה" - קעגן די ליפען. זאגט אויף דעם דער חידושי הרי"ם" זצ"ל, אז דערפאר הייבען מיר זיי אויף, צו ווייזען אז מיר שיידען אפ אלע אונזערע גלידער צום באשעפער. און דאס זאגט דער פסוק: "ולקחתם לכם" - עטס זאלטס נעמען זיך אליין.
דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע, זאגט אז דערפאר פַּאסְט מען אויף אזוי שטארק אז דער "אתרוג" זאל זיין אזוי ריין און שיין, ווייל "אתרוג" איז געגליכן צום הארץ. און אויף וועלכער אבר פון דעם מענטש פאסט מען אויף אזוי ווי דעם הארץ.