אקעי. סא, וואס האט די זוהר פעיפער מיט די צוויי וואס נעמען זיך דאס לעבן אין מדינת ישראל? און וואו איז דער אלטער קארל מיט די באטל? און ווער האט אויסגעשטאכן די רעדער פון נתי? אוי כ'פרעג זאכן וואס מ'ווייסט שוין. עניוועי, שיק.
as of my info.
מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)
שמעון האט ארויסגענומען דעם צעטל וואס זיין טאטע שלמה אהרן האט אים געגעבן, און אנגעהויבן פארליינען וואס די ווערטער וואס ר' מנחם האט אים געזאגט אין יענעם לעצטן טאג:
"תש''פ איז א גורל'דיגער יאר!
ווי באקאנט פאר די יודעי חן ווייזט די אות פ' אויף חרון אף בכלליות און בפרט אין צורה פון א מגיפה. אין יאר תש''פ וועט פארקומען א מגיפה איבער דער וועלט, עפעס וואס וועט שעדיגן אסאך מענטשן. דער מגיפה וועט קומען פון די ווייטע קאמוניסטישע אפיקורסישע כינע און שעדיגן די וועלט.
אויב אידישע קינדער וועלן אויך ליגן אין אפיקורסות דאן, וועט עס זיין א שוידערליכע גזירת כליון אויף כלל ישראל. כל זמן שיש עבודה זרה בעולם חרון אף בעולם, דער חרון אף אין צורה פון א מגיפה וועט באטרעפן דוקא די אידישע קינדער חלילה און זיי אומברענגען איינס ביי איינס רח''ל, און עס וועט איבערלאזן נאר א הייפעלע אידן אין א ווינקל כדי צו איינהאלטן די שבועה אשר נשבע לאבותינו, אבער רוב כלל ישראל וועלן אומקומען אין דעם ביטערן גזירה ח''ו רח''ל.
דער גזירת כליון וועט ווערן אויסגעפירט דורך א גוי וואס האט אין זיך א ניצוץ פון דעם קליפה וואס ווערט גערופן 'סיסרא', טאקע דער וואס האט געוואלט הרג'נען אלע אידן אין די צייטן פון דבורה הנביאה, און דער וואס שטייט נאך ביז היינט אויבן און פרובירט צו מעורר זיין א גזירת כליון אויף כלל ישראל ח''ו. דער דאזיגער גוי וועט אויך קומען פון דער זעלבער ארט פון וואו סיסרא איז געקומען און ער וועט זיין אן אייניקל בן אחר בן פון יענעם סיסרא.
אבער אויב וועט דעמאלטס פארקומען א גרויסע התעוררות תשובה פון אידישע קינדער בכלל, און בפרט פון אידן וואס זענען שוין אריינגעפאלן אין די אפיקורסות וואס וועט דעמאלטס ריען אויף דער וועלט, איז אויב וועלן אזעלכע ווייט פארקראכענע אידן תשובה טון מיט אן אמת און אנערקענען אין די אמונת השם און אין די אמת'דיגקייט פון די תורה, דאן וועט מען מיט דעם צורייסן די ביטערע גזירה און דער מגיפה וועט אויפגעטוישט ווערן און פארשפרייט ווערן אויף די אומות העולם. כלל ישראל וועט ליידן דערפון נאר מינדליך און אויף א קליינע פארנעם, און דאס אליין וועט אויך מעורר זיין צו תשובה אסאך אידישע קינדער.
און יעצט פערזענליך צו אונז, האט מיין רבי ר' שלום מיר מגלה געווען, אז איך מנחם פארמאג אין מיר א ניצוץ פון דער שופט ברק בן אבינועם, און דער רבי ר' שלום פארמאגט א ניצוץ פון דבורה הנביאה, וואס דערפאר טאקע זאגט ער אזויפיל נבואות און עתידות פאר אידישע קינדער.
דעריבער, אין יענע צייט ווען דער גזירה וועט נתעורר ווערן, וועלן לעבן אויך מיינע אייניקלעך, און בפרט איין געוויסע אייניקל, וואס אזויווי ברק איז געווארן אויסגעקליבן צו זיין הייליגע עבודה צוליבן ברענגען צדקה פארן בית המקדש ווי חז''ל דערציילן אונז, אזוי אויך וועט יענער אייניקל זיין א גאר גרויסער בעל צדקה און בעל חסד. בפרט אין יענער צייט וועט ער עוסק זיין אין א גאר גרויסער מצוה פון צדקה וואס דאס וועט טאקע מגין זיין אויף כלל ישראל, צדקה תציל ממות, און טאקע פון יענעם ארט וועט קומען דער ישועה.
אויך אן אייניקל פון ר' שלום לעמבערג'ער וועט האבן א שייכות מיט דער מצוה און ארויסהעלפן מיט דער גרויסער זכיה צו ראטעווען כלל ישראל פון פארניכטיגונג.
לאמיר אוודאי האפן אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און כלל ישראל וועט דעמאלטס תשובה טון כדבעי און ווערן געראטעוועט דערפון".
שטיל.
אלע זענען געזיצן פארגאפט און ערשטוינט, ממש אפענע נבואות ווארט ביי ווארט פון וואס עס האט זיך דא אפגעטון אין די לעצטע יאר צייט, אלעס שוין פאראויסגעזען מיט א אכציג יאר צוריק, און אויך אנטפלעקט די סודות וואס עס האט זיך אפגעטון דא אינטער די קוליסן אויבן אין הימל.
פלוצלינג איז נתי אויפגעשפרינגען פון זיין זיץ איז אויסגעשריגן "ענק כאפן נישט נאך א פרט דא, דער נבואה פירט אויס אז דעם לעמבערג'ערס רבי'נס אייניקל וועט אויך ארויסהעלפן דא, איך בין אן אייניקל פון דעם צדיק!".
שאק!
און דאן פון דער אנדערער זייט צימער האט נאך א מאן אויפגעשפרינגען פון ארט און אויסגעשריגן "איך בין דאך אויך אן אייניקל פון דעם צדיק פון לעמבערג". געווען איז דאס נפתלי, מרדכי'ס חבר, וואס האט געהאלפן אויפגראבן דעם פראיעקט.
"און אינטערעסאנט" האט מרדכי אנגעמערקט נאך א אזוי גערופענע קא-אינצידענט "אונזער משפחה האט אלע יארן געלעבט טאקע דא אין דעם מושב ברק, א מושב וואס ווערט גערופן אויפן נאמען פון ברק בן אבינועם, און איז גלייך נעבן דעם ארט וואו מיר האבן אלעס געפינען. זעט אויס אונז האבן אלץ געשפירט אז דא ליגט עפעס וואס האט א שייכות צו אונז".
דער ציבור האט נישט געקענט קומען צו זיך פון אזעלכע אפענע אנטפלעקונגען. יוסי איז געזיצן אויבן אן און פון זיינע אויגן האבן גערינען טרערן, און אלע ארום האבן מיטגעוויינט א בכיה של שמחה זעהענדיג וואספארא זאכן עס טוען זיך אפ פאר זייערע אויגן. אלע זענען צוריק אל חיק אביהם שבשמים און אויף אזעלכע וואונדערליכע וועגן, און זיי האבן געהאט די זכיה צו ראטעווען כלל ישראל פון כליה.
פלוצלינג האט שלמה אהרן געגעבן א פרעג יוסי "יוסי, האסטו נישט פערצופאל נאך א זון מיכאל? געדענק איך גוט? און אויב יא, וואו איז ער? האט ער שוין אויך תשובה געטון?".
"ליידער דעמאלטס האב איך דער ערשטע מאל עכט איינגעזען אז איך פארפאר שוין אינגאנצן" האט ער אנגעהויבן פון דער ענדע.
"אין דער אנהייב נאך מיין ארויפקומען קיין ארץ ישראל און חתונה האבן, האב איך ליידער אסאך געפרעדיגט מיינע קינדער קעגן די אידישע פאלק און די אידישע רעליגיע, גאר אסאך ליידער. ביז ביז איינע פון מיינע קינדער, טאקע דער מיכאל, האט גענומען פאקטישע שריט דערין. ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין דייטשלאנד, חתונה געהאט מיט א פאלנער גויטע א טאכטער פון א נאצי, און אפילו געגעבן פאר זיין זון א נאמען נאך דער ארכי מערדער אדאלף היטלער. עפעס וואס אפילו איך מיט מיין גאנצע שנאה און האס צו אידישקייט האט דאס שוין נישט געקענט אראפשלינגען".
יוסי האט נישט געקענט ווייטער רעדן נאר אויסגעבראכן אין א יאמערליכע געוויין, א געוויין פון חרטה און צובראכענקייט.
"דו ווייסט וואו ער איז היינט?" האט שלמה אהרן געוואלט וויסן, עפעס א געפיל האט אים געזאגט אז דער ישועה פאר די משפחה דארף צו זיין א גאנצע און מיכאל אויך א טייל דערפון.
"ניין, איך האב נישט קיין אהנונג" האט יוסי קלארגעשטעלט מיט א קול פיל מיט ווייטאג.
די פארזאמעלטע אויפן ארט האבן ווייטער געשמועסט צווישן זיך געשמאק און איבערגעגאנגען די אלע וואונדערליכע אנטפלעקונגען ביז אהער, ווען פלוצלינג האט דער טיר זיך געפענט.
לענדער האבן פארשפארט זייערע גרעניצן, מענטשן האבן זיך איינגעשפארט אין די הייזער, שטעט האבן פארשפארט געשעפטן און שולע'ס, פליגער'ס האבן זיך נישט געהויבן, איבעראל האט מען זיך געדרייט פארמאסקירט און זאגאר מיט הענטשוך.
די עיקר פאניק האט אנגעהאלטן די ערשטע צוויי חדשים, דערנאך האט עס אביסל נאכגעלאזט אבער די מגיפה האט ווייטער געבוזשעוועט מיט א שטארקייט, און יעדע מאל מען האט שוין געמיינט עס איז שוין געקומען צו אן ענדע האט ער נאכאמאל אנגעהויבן מיט א פרישקייט אין א פרישע כוואליע.
דורכאויס די צוויי יאר פון תש''פא און תש''אף זענען געווארן אנגעשטעקט דערפון כאטש 600 מיליאן מענטשן, און געשטארבן דערפון זענען בערך פינף מיליאן.
ליידער זענען אויך אסאך אידן אוועקגעריסן געווארן פון אונז פריצייטיג דורכאויס דעם מגיפה, אבער ווייניג האבן געוואוסט וואספארא המתקות און דערלייכטערונגען עס זענען געווען דערין. פון א כמעט גענצליכע גזירת כליון אויף כלל ישראל האט עס דערגרייכט צו די נידריגע ציפערן פון אומגעקומענע און אלעס אין זכות פון תשובה און די זכות פון צדיקים.
די טרוביטשע חסידים האבן שפעטער אויסגעטייטשט אז דער גרויסער מעמד תפלה ותשובה האט א געהאט א שייכות מיט דער מגיפה, אבער באמת איז געלעגן דערין פיל מער וואס זיי אליין האבן אויך נישט געוואוסט.
א טומל און געפילדער טוט זיך דא, טויזנטער היימישע אידן באלאגערן דעם שטח פון די נייע ישוב אין עמק יזרעאל, א שמחה און עקסטאז נעמט ארום אלע צוקונפטיגע איינוואוינער פונעם ישוב בפרט און כלל ישראל בכלל, א פרישע ריזיגע ישוב פון פרומע אידישע קינדער ווערט דא יעצט באנייט און די ערשטע הייזער ווערן נארוואס באוואוינט.
א ריזיגע חנוכת הבית ווערט יעצט געפראוועט. דער אויבן אן ווערט שוין פילער און פילער, מערערע אדמורי''ם און רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זייערע חסידים און תלמידים וועלן זיך דא אריינציען בקרוב באזעצן זיך אויפן אויבן אן, און אסאך עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט די לאנגע פראצעדור ביז אהער באקומען זייער פארדינטע כבוד מיט זייער זיץ אויפן מזרח וואנט.
די צוויי הויפט מחותנים שמעון און נתי לויפן פון איין ווינקל צום צווייטן פיל מיט עקסטאז און אויסטערלישע פרייד, שמעון איז אינגאנצן באנומען אז מען האלט שוין ענדליך דא, אזויפיל דראמאטישע איבערלעבענישן און מיסטישע פאסירונגען איז ער אריבער ביז אהער אזש מען וואלט ווען געקענט שרייבן א גאנצע בוך דערפון וואס קיינער וואלט ניטאמאל געגלייבט עס איז וואר און קראנט, און ענדליך האלט מען שוין אבער דא ווען די פרייליכע אידישע עלטערן וועלן קענען זיך אריינציען אין די ברייטע הייזער און אויפציען א אידישע שטוב מיט א רחבות. "זה חלקי מכל עמלי" מורמעלט ער צו זיך.
אין די זייט אויף א ווינקל געפינט זיך א קליין טישל וואו עס זיצן עטליכע מענטשן וואס האבן נישט אין פלאן דא זיך אריינצוציען, אבער האבן א גרויסע שייכות מיט דעם פראיעקט. דאס איז געווען די צוויי ברודער ר' מיכאל און ר' מרדכי - צוויי אידן וואס זענען מדקדקים בקלה כבחמורה און אויך יעצט אין שנת האבילות נאך זייער זעליגער פאטער און בעל תשובה ר' יוסף, אויך זענען געזיצן דארט ר' נפתלי, און זייערע קינדער און אייניקלעך.
אינמיטן די העפטיגע הכנות צום מעמד האט שמעון געגעבן זיך א שטעל אפ ביי דעם טיש און זיך געגעבן א רוף אן צו זיי "מענטשן מיינען אז דער ישוב הייסט 'כלל ישראל' וויבאלד עס נעמט אריין אלע סארט אידן דערין, אבער אונז דא ווייסן אז עס הייסט אזוי אויך ווייל דער דאזיגער מצוה פון צדקה און די פילע תשובה וואס איז ארויסגעקומען דערפון דאס האט געראטעוועט כלל ישראל פשוטו כמשמעו, אזא ישוב דארף טאקע הייסן כלל ישראל".
אלע האבן צוגעשטימט און שטילערהייט זיך ארויסגעלאזט אין א באשיידענעם אבער טיף באדייטענדעם טענצל אויפן ניגון 'חסדי ה' כי לא תמנו' און 'הטוב כי לא כלו רחמיך'.
קוקט אויס אז און א עכטע מעשה איז נישט דא קיין יו עף אוס. ---- מקנעכעל, א ריזיגע שכח כהאב זייער הנאה געהאט. האסט געשריבען די מעשה אויף איינמאל? ווי איז היינט אדאלף פאוטשי?
1) אגב האביך געהאט א ערנסט אין פלאן צו אריינמישן יו עף או'ס. די איינציגסטע פלאץ מען טרעפט א מעגליכע רמז דערפאר אין די תורה איז ביי די שירה פון דבורה הנביאה, אורו מרוז, דבורה שעלט די שטערן מרוז אז ער איז נישט געקומען העלפן די אידן ביי די מלחמה, וואס געוויסע טרעפן א רמז אז מען רעדט דא צו די עליענ'ס פון דער שטערן... האביך געהאט אין פלאן אז יעצט וועלן זיי העלפן אפשטעלן דער לארענצא און מתקן זיין וואס זיי האבן דעמאלטס נישט געטון...
אבער וואס קעניך טון, א עכטע מעשה קען מען נישט פארדרייען פון די פאקטן...