Re: פארוואס נאך נישט דא ארגאניזאציע ווי בוני עולם פאר גרושים עלטערע בחורים?
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
שפילער אין א זינגער אין א בעל דרשן האבן אינז שוין פאר לשם מצוה ,מען דארף נאך פלאץ אין ספאנסארס!!!!
לכבוד מחהצ"ק זייער גוט געשריבן.מחצה''ק האט געשריבן: ↑ פרייטאג יאנואר 20, 2023 4:17 amס'איז זייער שווער צי מאכן איין ארגעניזאציע פאר גרושים
די איינציגסטע וועג עכט איז אז מען מאכט א שירעם ארגעניזאציע מיט אסאך גרופעס אינטער דעם
פינקט ווי מען פארשטייט אז נישט יעדע אלטע בחור איז נישט פון די זעלבע טייג געקנאטן די זעלבע זאך איז מיט גרושים
ס'מיינט נישט אז ווייל זיי האבן די זעלבע פראבלעם איז יעדע גרוש גרייט צי זיצן מיט א יעדע אנדערע גרוש
איך וועל שרייבען קלארער חוץ די יארגענג אין סטאטוס אין אידישקייט איז דא גרושים וואס גט'ן זיך
גרופע א' וואס האבן נעבעך אריינגעפאלן אדער סתם נישט זיך גיט אויסגעארבעט די שלום בית
אבער בעצם זענען זיי נארמאל'ע פארשטענדליכע יונגעלייט
גרופע ב' איז גרושים וואס גט'ן זיך יא ווייל זיי זענען פראבלאמאטיש
איך ווייס פון גרושים וואס האבן נישט געהאלטן ביים זיצן ביי אחים בדרך נאר ציליב די סיבה ווייל זיי האלטן נישט ביים זיין מיט גרופע ב'
זיי האבן נישט געהאט קיין טענות נאר דאס איז די מציאות
פינקט ווי מען פארשטייט אז יעדע גבוה האט א פראצענט מער פראבלאמאטישע בחורים ווי א נארמאלע ישיבה גדולה איז כל שכן ביי גרושים
אשר על כן לעניית דעתי איז נישט במציאות כולל צי זיין יעדע גרוש אינטער איין ארגעניזאציע
נאר אינטער א שירעם ארגעניזאציע וואס האט אסאך גרופעס אינטער זיך
Wowאיינער פון די שבת צעטליך!!!!
סטעפ 9פינעווער האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 05, 2023 3:13 amמיין וויזיע פאר דעם ארגאניזאציע.
סטעפ 1.
מאכן פארברענגענס/צוזאמען קומען יעדע שטיק צייט, צו בויען א קאמיוניטי אז א גרוש זאל וויסן אז ער האט קאמפאני, און אנדערע זענען אינטערעסירט אין אים.
סטעפ 2.
ארום גיין נאך געלט פאר די ארגאניזאציע וואס גיבט זיך אפ מיטן ארויסהעלפן גרושים מיט געזעלשאפטליכע באציאונגען.
סטעפ 3.
זיך צוזאמען נעמען אויף שבתים אדער סתם אזוי, און רופן רעדנערס צו מחזק זיין/אונטערהאלטן.
סטעפ 4.
סטעפ 2 מיט א שטאפל ווייטער.
סטעפ 5.
מיט א קאמיוניטי מיט טראסט קען מען זיך ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע אויף טעראפיסטן וואס זענען גוט אין וועלכע ספעציפישע פעלד. איך וואלט רעקאמענדירט עס זאל זיין אין צוזאמען ארבעט מיט רעליעף וכדו'.
סטעפ 6.
סטעפ 4 מיט נאך א שטאפל ווייטער...
סטעפ 7.
אויב וועט ביז דא זיין סוקסעספול, וועלן שוין מענטשן הערן פון דעם ארגאניזאציע אויף איין וועג אדער א צווייטע, און מען וועט קענען לייכטער פאנדרעיזן. דאן איז צייט צו גיין צום קומענדיגן שטאפל פון פאקטיש ארויסהעלפן גרושים באצאלן פאר זייערע טעראפיסטן.
סטעפ 8.
אן אפיציעלע דינער/קאמפיין פאר די בארימטע ארגאניזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט גרושים וכו'...
און דאן קען מען צולייגן גרעסערע הוצאות אויך. א שטייגער ווי שדכנים אויף פעיראל, ארויסהעלפן מיט טשיילד סופארט, וכו' וכדו'.
(איך שרייב עס פון מיין פערספעקטיוו, אנדערע קענען מחולק זיין.)