און עס מיינט אז פעלאלטע וועט ווארשיינליך אויסשפרייטן איר ליעד אין די ערשטע רונדע קעגן פעילין, אבער פון די אנדערע זייט וועט בעגיטש ווארשיינליך זיך דערנענטערן צו פעילין.
אויף די בעטינג מארקעטס האט געהייסן אז טשיבאקע קומט אריין נאמבער 1, עס האט געפליפט צו מורקאווסקי.
מיינסט צו זאגן אז עס איז שמאלער צווישן בעגיטש און פעילין?
למעשה האלט דער עולם אז בעגיטש וועט שוין מסתמא נישט איבערשטייגן פעילין, און וואסערמאן געבט איבער אז פעלטאלע דערנענטערט זיך צום שטאפל ווי זי איז גענוג הויעך *מעגליך* צו באזיגן פעילין אין די צווייטע רונדע.(ווי געשריבן נעכטן, אלאסקע ווייזט גארנישט אויף נאציאנאל.)
די פראצענט פריסינקטס רעפארטן איז באמת ביי 80.35%, און די אנדערע 20% פריסינקטס האבן לכאורה ווייניגער ווי 20% פון די שטימען, נאר עס איז אויך געשאצט אז איבער 10% פון אלע שטימען, זענען מעיל אין בעלאטס וואס מען ציילט נאכנישט.
טוירנאוט אין אלאסקע איז יודזש.
לויט די אנקעטעס האט פעלטאלע געזאלט באקומען ארום 40% אין די ערשטע רונדע, און ארום 48% אין די צווייטע רונדע, למעשה איז זי או טרעק איבערצופארן די 40%, ממילא איז לכאורה אן טרעק צו גרייכן זייער נאנט צו 50% אין די צווייטע רונדע, און מעגליך געווינען. מען וועט דאס נישט וויסן פאר עטליכע וואכן.
וואסערמאן:
By far most interesting result last night: Mary Peltola (D) has a legitimate shot to win the #AKAL special election over Sarah Palin (R) if enough of Nick Begich’s (R) ballots “exhaust” or go to Peltola in the final ranked-choice round (we won’t know for a few weeks).https://t.co/QkUqle3uxN
אין די מיענטיים האט מורקאווסקי נאך מער אויסגעשפרייט איר ליעד קעגן טשיבאקע, זי איז קלאר שטערקער ווי די עסאמפשן איז געווען, און זי זעהט אויס אין א גוטע פאזיציע צו באזיגן טשיבאקע אין די לעצטע רונדע אין נאוועמבער.
מורקאווסקי אינאיינעם מיט אלע דעמאקראטן איז ביי 51.9%, און גייט מסתמא ארויפגיין העכער, נאך וואס מער פון די רורעלס גייען אריינקומען, און אויך די מעיל אינס.
די חברה זאגן אז די נאכנישט געציילטע 19.65% פון די פריסינקטס, וואס האבן אבער ווארשיינליך ווייניגער ווי דעם פון אלע שטימען, האבן געשטימט פאר ביידן אין 2020 מיט 54.0% קעגן 40.6% פאר טראמפ. (די גאנצע סטעיט האט טראמפ געווינען מיט א משהו אונטער 10%.)
אין אלאסקע זענען נעכטן פארגעקומען פריימעריס פאר גאווערנער, סענאט און די סטעיט'ס איינציגסטע קאנגרעס זיץ. די פריימערי סיסטעם איז אן אומפארטייאישע וואו יעדער איינוואוינער שטימט פאר איין קאנדידאט אפגעזעהן פארטיי אפיליאציע, און די 4 העכסטע קאנדידאטן פארמעסטן זיך אין די אלגעמיינע וואלן אין נאוועמבער.
אויך איז אפגעהאלטן געווארן 'ספעציעלע וואלן' צו אויספילן די פארבליבענע קאנגרעס טערמין פונעם לאנגיעריגער קאנגרעסמאן דאן יאנג וועלכער איז געשטארבן מיט א צייט צוריק, און אין די פארמעסט וועט צום ערשטן מאל גענוצט ווערן אין די סטעיט די רעלאטיוו נייע 'ראַנג אויסוואל' סיסטעם אין פאל קיינע פון די קאנדידאטן עררייכט נישט 50% פון די שטימען.
סענאט פארמעסט
פאר די סענאט זיץ האבן זיך פארמאסטן 20 קאנדידאטן, אין שפיץ פון אמטירנדע סענעטאר ליסע מארקאוסקי, וועלכע איז אריינגעקומען אין ערשטן ארט מיט איבער 40% זיך פארזיכערנדיג צו לויפן אין נאוועמבער. אין צווייטן ארט, אויך מיט 40% איז אריינגעקומען איר הויפט רעפובליקאנער קעגענער, קעלי שיבאקע, געוועזענע טראנספארטאציע קאמישענער פון די סטעיט, וועלכע איז אויך פארזיכערט צו לויפן אין נאוועמבער. אין דריטן ארט, מיט קוים 6% איז א דעמאקראטישע קאנדידאט פעטרישע טשעסברא, וועלכע איז אויך פארזיכערט צו לויפן אין נאוועמבער. די פערטע קאנדידאט צו פארזעצן אין די נאוועמבער וועלן איז נאך ביזדערווייל נישט אנטשידן געווארן.
קאנגרעסיאנאלע פארמעסט
אויף די סטעיט'ס איינציגסטע קאנגרעס זיץ האבן זיך פארמאסטן 22 קאנדידאטן, פון וועלכע 4 וועלן פארזעצן אין נאוועמבער. א באזונדערע 'ספעציעלע פארמעסט' איז אפגעהאלטן געווארן צו ערפילן און אויסענדיגן די איצטיגע קאנגרעס טערמין נאך וואס לאנגיעריגער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דאַן יאנג איז געשטארבן מיט א צייט צוריק.
אין די פריימעריס צו קענען לויפן אין נאוועמבער איז אין ערשטן ארט אריינגעקומען א דעמאקראטישע קאנדידאט, מערי סעטלער פעלטולאַ, א געוועזענע סטעיט לעגיסלאטור. אין צווייטן ארט איז אריינגעקומען די טראמפ אינדארסירטע רעפובליקאנער קאנדידאט סערא פעילין, די געוועזענע גאווערנער פון די סטעיט. אין דריטן און פערטן ארט זענען אריינגעקומען רעפובליקאנער קאנדידאטן, ניק בעגיטש און טערע סוויני. די 4 קאנדידאטן וועלן פארזעצן און זיך פארמעסטן אין די נאוועמבער וואלן.
ספעציעלע וואלן
אין די 'ספעציעלע וואלן' האבן זיך פארמאסטן 3 קאנדידאטן פעלטולאַ, פעילין און בעגיטש, נאך וואס זיי זענען אריינגעקומען די העכסטע אין די פריימערי פארמעסט פארלאפענעם יוני, אבער די פארמעסט איז נאך ביזדערווייל נישט גערופן געווארן. אין פאל קיינע פון די קאנדידאטן עררייכן נישט קיין 50% פון די שטימען פון די 'ערשטע אויסוואל' שטימען וועט מען זיך באנוצן מיט די 'ראַנג אויסוואל' סיסטעם.
דעסיזשן דעסק זאגט אז לויט זייערע חשבונות האבן איבער האלב ביידן 2020 וויילער אין ווייאומינג זיך ארויסגעשלעפט שטימען פאר ליז טשעיני. מער ווי פינעף מאל וויפיל עס זענען געגאנגען שטימען אין די דעמאקראטישע פריימערי.
און לויט דעם פשוט'ן חשבון האבן קרוב צו 60% טראמפ 2020 וויילער זיך ארויסגעשלעפט צו שטימען אנטקעגן איר. און אויך כאטש נאך עטליכע טויזנט טראמפ וויילער האבן געשטימט פאר איר.
Our modeling estimates that over half of 2020 Biden voters turned out to back Liz Cheney last Tuesday, more than 5 times the number who came out to vote in the Democratic primary.
פון די אנדערע זייט, איוואן מור, דער פאולסטער וואס האט היפש גוט צוגעטראפן צו די רעזולטאטן, האט חשבונות אז פעלטאלע איז גאר עטוואס פעוואריט.
איך וואלט קיין סאך אריינגעלערנט אין דעם פארמעסט, חוץ צוויי זאכן, איינס, אז קאנדידאט קוואליטעט מאכט נאך אויס גאר אסאך (אלאסקע איז נאך געווען צו די רעכטס פון אהייא אין 2020.) צווייטנס, אז דער זיץ איז עכט אין פלעי אין נאוועמבער, ווען יעדע הויז זיץ מאכט אױס לויט ווי די מאפע זעהט אויס לעת עתה.
אין דעם הויז פארמעסט פאר דעם געווענליכן פארמעסט אין נאוועמבער, וואלט איך עס געשטעלט ליען רעפאבליקאנער, צוליב וואס אויב בעגיטש (געווענליכער רעפאבליקאנער) קומט דאס מאל אריין העכער פעילין (מאגא) וועט ער היפש ווארשיינליך געווינען. אבער אויב פעילין קומט נאכאמאל אריין העכער בעגיטש, האט פעלטאלע זיכער בערך א איווען שאט צו געווינען. אין נאוועמבער איז געווענליך דא רעלאטיוו העכערע טוירנאוט צווישן די נאטיווע אלאסקער ווי אין די פריימערי, ובפרט דאס יאר ווען זיי וועלן די ערשטע מאל האבן א עכטע שאנס צו שיקן די נאטיווע אמעריקאנער פעלטאלע (ד) צום קאנגרעס.דערווייל ליען רעפאבליקאנערמעגליך ווערן געטוישט נאך די ענדגילטיגע רעזולטאטן, ווי אויך ווענדט זיך עס אויב טראמפ וועט נאכאמאל זיין אלל אין פאר זיין קאנדידאט פעילין אזוי ווי ביים ספעשל.
אין דעם סענאט פארמעסט האט מורקאווסקי (ריינא, אינקאמבענט) געגרייכט גאנצע 45% צווישן 18 קאנדידאטן, 6.4% העכער טשיבאקע (מאגא) און איז מער ווייניגער פארזיכערט צו געווינען אין נאוועמבער, מיט די עכטע מעגליכקייט צו קראסן די 50% טרעשהאלד אין די ערשטע רונדע נאך פאר די רענקעד טשויס.סעיף מורקאווסקי
אין דעם גאווערנאר פארמעסט זענען די דעמאקראטן מיט לינקע אינדעפענדענטס אינאיינעם גענוג נאנט צו 50% צו האבן א שטיקל שאנס צו באזיגן אין נאוועמבער דעם אינקאמבענט רעפאבליקאנער וועלכער איז אראפ צו בלויז עטוואס העכער 40%.לייקלי רעפאבליקאנער
אטעטשמענטס
הויז פארמעסט, אויבן די ערשטע רונדע פון די אלגעמיינע וואלן פאר דעם ספעשל עלעקשן, אונטן די טאנדרע פריימערי, די העכסטע 3 גייען צום רענקעד טשויס וואויטינג אין נאוועמבער. טערע סוויני, וועלכע האט דעם פערטן פלאץ, האט זיך ארויסגעצויגן זעהנדיג אז זי איז צו שוואך, מען ווייסט נאכנישט קלאר אויב דער נאך איר קומט אריין.