סאיז אפיציעל!!! טראמפ האט גענדיגט די דעסטענאציע פין די בוש'ס די קלינטנ'ס אין יעצט משפחת טשעיני!!! די מציאות ברענגט ארויס זיין מהות אין איז א ראי צי זיין טענה " איך בין נישט א חלק פין די אלע אלטגעזעסנע פאלעטישענס"
גערעכט, דאס איז די טבע פון רוב מענטשן, אלע יארן אזוי געווען. אייער געדאנקענגאנג איז היבש א זעלטענער.
און די סיבה פארוואס דו ביסט נישט גערעכט לגבי טשעיני און אנדערע פאליטיקאנטן וועם דו פארטיידיגסט איז טאקע דאס, וויבאלד זייערע קעפ לויפן אויך עפ''י רוב אויף דער געווענליכער מהלך.
ניין, איך בין גענוג קלוג צו וויסן אז וואס מען שרייבט דא, מאכט גארנישט אויס אויף ווער עס געווינט למעשה, על כל פנים נישט פרעזידענט, און גלייך פשוט אויסצושמועסן מיין מיינונג.
ווי אויך גלייך איך נישט ווען אנדערע שרייבן וואס איך האלט, אדער אז זייער פריוואטע מיינונג איז יעדער.

צוריק צו טשעיני. צי איך גלייך טראמפ, ביידן, דיסאנטיס, אבאמא, קארטעז, מעקאנעל, פעלאסי, וכו' בין איך נאכאלס מחשיב טשעיני אויף איר טאט. פאר א פאליטישאן צו אויפגעבן א קאריערע, גיין אנטקעגן די שטראם, און נאך פשוט כדי זיך צו האלטן צו וואס זיי גלייבן אין, צו די אייגענע ווירדן, דאס איז נישט א זאך וואס מ'זעט יעדען טאג.
רוב פאליטישאנס וועלן ארומטאנצן און זאגן זייער באזע וואס זיי ווילן הערן אבי צו געווינען. זי האט נישט אזוי געטון. איר קענט זאגן אז איר שטימט נישט צו מיט אירע מסקנות, עס באדערט דיר אז זי האט זיך נישט אנגענומען פאר טראמפ, איך הער, גערעכטע טענות פאר סיי ווער עס האלט אזוי. אבער דאס קלאפט נישט אפ איר שטארקייט פאר'ן זיך אויפשטעלן פאר וואס זי גלייבט אין.
די סברה פון מאנכע אז טשעיני וואלט אפגעלאזט א בליענדע צוקונפט אינעם רעפובליקאנער פארטיי, האבנדיג ערנסטע שאנס צו זיין עט אן פוינט זייער הויז קאקוס פירער, און אפשר אפילו זייער נאמיני פאר פרעזידענט, אלס אבי מ'זאל איר אויסלויבן אין די מידיע פאר א וויילע, ווען זי געינט עקטשועלי0דערפון אינעם צוקונפט, דארף מען זיין א חכם גדול צו פארשטיין. יא אוודאי, איינמאל זי נעמט שוין איין צד גייט עס פירן צו געוויסע מאווס וואס שטימען נישט אזוי מיט אירע ארגינעלע שיטות (כגון נישט אזוי שטארק האקן קעגן די ליבעראלן), דאס איז די טבע פון א מענטש, כ'רעד אבער פון דאס וואס האט איר ארגינעל געמאכט גיין צו יענע צד.