היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט
די היסטאריע פונעם הנחת אבן הפינה פאר די ת"ת אין מאנסי מיט רבינו הק' מסאטמאר זי''ע א' במדבר תשל"ט
ווי באקאנט איז דאס געווען די לעצטע עפענטליכע מעמד ווי רבינו הקדוש מסאטמאר האט ערשיינט און אפילו געזאגט דברי ברכה
עס איז אויך ידוע, אז ווען די סאטמאר רב איז געקומען דעם לעצטע אווענט תשל"ט קיין מאנסי, איז דא דעם באקאנטן בילד,
ווי הרה"ח הישיש רבי אהרן שטערן ז"ל פון מאנסי -וואס האט נאך באקומען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע- האט גאר מקבל פנים געווען דעם סאטמאר רבין זי''ע "בגדי שבת" מיט שטריימל און בעקיטשע! זאגענדיג,
"ביי מיר איז היינט א יום טוב, איך האב ב"ה די זכיה מקבל פנים צו זיין דעם צדיק הדור"
"איך גדענק נאך אלץ קינד, ווי ביי אונז און שטאט -אין סטראפקוב- ווען מען האט מקבל פנים געווען דעם הייליגן שינאווער רב"
דער טשערמאן ביי יענעם אווענט ר' חיים משה שטויבער האט דאס טאקע ערווענט דאן
"מורי ורבותי, וויל איך ענק זאגן רבותי, איך בין דא געווארן גערירט, ממש גערירט
מיר האבן דא די זכיה צו האבן מיט אונז, מען קען נישט יעדן איינעם באגריסן
אבער איין איד וויל איך יא באגריסן, א איד ביי וועם ס'איז היינט א יום טוב
א איד הרה"ח ר' אהרן שטערן זאל זיין געזונט פון פריערדיגן דור וואס האט נאך געהאט די זכיה מקבל פנים צו זיין דעם הייליגן דברי יחזקאל זי"ע ווען ער איז געקומען קיין סטראפקוב
דער איד האט זיך אנגעטון בגדי שבת, ער האט געזאגט:
"ביי מיר איז היינט א יום טוב, איך האב ב"ה די זכיה מקבל פנים צו זיין דעם צדיק הדור"
דערציילט ער, אז ער געדענקט אין סטראפקוב די געוואלדיגע הכנות וואס מען האט צוגעגרייט, וואס טייטש דער צדיק דער דברי יחזקאל קומט אין שטאט
זאגט ער, ער איז געשטאנען מיט פאקלען אין די האנט, און דער טראסק איז געווען אסאך א גרעסערע, ווי דא אין מאנסי.
עס זענען דא אזעלכע וואס זיי האלטן אפשר אז מען האט אפשר געמאכט אביסל צו א גרויסן טראסק
דערציילט ר' אהרן שטערן זייער אן אינטעסאנטער זאך, אז דער הייליגער דברי יחזקאל זי"ע האט זיך גאר פאראינטערסירט אין יעדן פרט באזונדער
ער האט געליינט יעדן אויפשריפט, ער האט אפילו זיך פאראינטערסירט אין די פאקלען
דער איד ר' אהרן זאל זיין געזונט און שטארק און זאל דערלעבן משיח'ן במהרה מיט אונז אלע אינאיינעם
דער איד איז אונזער הבטחה אז געלויבט השי"ת מיר האבן ב"ה די זכיה היינט אויך מקבל פנים צו זיין דעם צדיק הדור, דעם גדול וקדוש בקרבך קדוש ישראל, אונזער רבי'ן זאל זיין געזונט"
און די זייט, עס איז כדי צו ווייסען, ווער הרה"ח ר' אהרן שטערן איז געווען
גלאזער האט געשריבן:ר' אהרן שטערן איז געווען א איש חסיד פון 'דער אלטער היים', זיין מאמע, מרת רבקה איז געווען בת ר' אברהם אמסעל מסטראפקוב, ער פלעגט פארציילען אז ער געדענקט ווי דער שינאווער רב ז''ל איז געטאנצן ביי ישמחו במלכותך, אז די פוס זיינע האט מען געזעהן פון אונטן העכערן טיש! ר אהרן האט זיך געדרייט ביי ר' אלעזר ריישער זי''ע אין שטוב, אין די תולדות פון הרה''ק ר' אלעזר זי''ע ווערן געברענגט עטליכע מעשיות פון הר''ר אהרן ז''לזאמלער האט געשריבן:רבי אהרן שטערן געווען אויך ביי רבי אלעזר ריישער זצ"ל, ווי ער האט געהאט א מופת
פון שינאווע רב האט ער באקומען א ברכה אויף אריכת ימים,ער האט טאקע זוכה געווען צו א געוואלדיגע זקנה,ער איז אוועק ביי די מאה שנים
ווען די סאטמאר רב איז געקומען תשל"ט קיין מאנסי האט אים ר' אהרן מקבל פנים געווען מיט בגדי שבת,
בן בוזי האט געשריבן:רבי אלעזר ריישער זצ"ל האט געשיקט זיינע חסידים וואונען אויף אמעריקא, און ווען מ'איז געקומען צו איהם מיט טענות היתכן, האט ער געענטפערט וואס זאל איך טוהן? איך זעה אז די ערד פון יוראפ וועט ברענען און ס'וועט נישט מעגליך זיין דאהי צו פארבלייבן. http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=27263 והרה"ח הישיש רבי אהרן שטערן ע"ה איז געשיקט געווארן על פי פקודתו, נאך פאר ער איז ארויס געפארן קיין אמעריקא, און טאקע איבערגעלאזט איינילעך ירא ה' וחושבי שמולעכטיגער האט געשריבן:ווי באקאנט האט מען פון ר' אלעזר ריישער זצ"ל געהערט ממש אפענע דיבורים, אז מ'זאל פארען אויף אמעריקא