בלאט 1פון 9

היסטארישע סאטמארע הנחת אבן הפינה במאנסי א' במדבר תשל"ט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 12:58 pm
דורך yoy
.
די היסטאריע פונעם הנחת אבן הפינה פאר די ת"ת אין מאנסי מיט רבינו הק' מסאטמאר זי''ע א' במדבר תשל"ט

ווי באקאנט איז דאס געווען די לעצטע עפענטליכע מעמד ווי רבינו הקדוש מסאטמאר האט ערשיינט און אפילו געזאגט דברי ברכה

עס איז אויך ידוע, אז ווען די סאטמאר רב איז געקומען דעם לעצטע אווענט תשל"ט קיין מאנסי, איז דא דעם באקאנטן בילד,
ווי הרה"ח הישיש רבי אהרן שטערן ז"ל פון מאנסי -וואס האט נאך באקומען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע- האט גאר מקבל פנים געווען דעם סאטמאר רבין זי''ע "בגדי שבת" מיט שטריימל און בעקיטשע! זאגענדיג,
"ביי מיר איז היינט א יום טוב, איך האב ב"ה די זכיה מקבל פנים צו זיין דעם צדיק הדור"
"איך גדענק נאך אלץ קינד, ווי ביי אונז און שטאט -אין סטראפקוב- ווען מען האט מקבל פנים געווען דעם הייליגן שינאווער רב"

דער טשערמאן ביי יענעם אווענט ר' חיים משה שטויבער האט דאס טאקע ערווענט דאן
"מורי ורבותי, וויל איך ענק זאגן רבותי, איך בין דא געווארן גערירט, ממש גערירט
מיר האבן דא די זכיה צו האבן מיט אונז, מען קען נישט יעדן איינעם באגריסן
אבער איין איד וויל איך יא באגריסן, א איד ביי וועם ס'איז היינט א יום טוב
א איד הרה"ח ר' אהרן שטערן זאל זיין געזונט פון פריערדיגן דור וואס האט נאך געהאט די זכיה מקבל פנים צו זיין דעם הייליגן דברי יחזקאל זי"ע ווען ער איז געקומען קיין סטראפקוב
דער איד האט זיך אנגעטון בגדי שבת, ער האט געזאגט:
"ביי מיר איז היינט א יום טוב, איך האב ב"ה די זכיה מקבל פנים צו זיין דעם צדיק הדור"
דערציילט ער, אז ער געדענקט אין סטראפקוב די געוואלדיגע הכנות וואס מען האט צוגעגרייט, וואס טייטש דער צדיק דער דברי יחזקאל קומט אין שטאט
זאגט ער, ער איז געשטאנען מיט פאקלען אין די האנט, און דער טראסק איז געווען אסאך א גרעסערע, ווי דא אין מאנסי.
עס זענען דא אזעלכע וואס זיי האלטן אפשר אז מען האט אפשר געמאכט אביסל צו א גרויסן טראסק
דערציילט ר' אהרן שטערן זייער אן אינטעסאנטער זאך, אז דער הייליגער דברי יחזקאל זי"ע האט זיך גאר פאראינטערסירט אין יעדן פרט באזונדער
ער האט געליינט יעדן אויפשריפט, ער האט אפילו זיך פאראינטערסירט אין די פאקלען
דער איד ר' אהרן זאל זיין געזונט און שטארק און זאל דערלעבן משיח'ן במהרה מיט אונז אלע אינאיינעם
דער איד איז אונזער הבטחה אז געלויבט השי"ת מיר האבן ב"ה די זכיה היינט אויך מקבל פנים צו זיין דעם צדיק הדור, דעם גדול וקדוש בקרבך קדוש ישראל, אונזער רבי'ן זאל זיין געזונט"

און די זייט, עס איז כדי צו ווייסען, ווער הרה"ח ר' אהרן שטערן איז געווען
גלאזער האט געשריבן:
זאמלער האט געשריבן:
רבי אהרן שטערן געווען אויך ביי רבי אלעזר ריישער זצ"ל, ווי ער האט געהאט א מופת
פון שינאווע רב האט ער באקומען א ברכה אויף אריכת ימים,ער האט טאקע זוכה געווען צו א געוואלדיגע זקנה,ער איז אוועק ביי די מאה שנים
ווען די סאטמאר רב איז געקומען תשל"ט קיין מאנסי האט אים ר' אהרן מקבל פנים געווען מיט בגדי שבת,
ר' אהרן שטערן איז געווען א איש חסיד פון 'דער אלטער היים', זיין מאמע, מרת רבקה איז געווען בת ר' אברהם אמסעל מסטראפקוב, ער פלעגט פארציילען אז ער געדענקט ווי דער שינאווער רב ז''ל איז געטאנצן ביי ישמחו במלכותך, אז די פוס זיינע האט מען געזעהן פון אונטן העכערן טיש! ר אהרן האט זיך געדרייט ביי ר' אלעזר ריישער זי''ע אין שטוב, אין די תולדות פון הרה''ק ר' אלעזר זי''ע ווערן געברענגט עטליכע מעשיות פון הר''ר אהרן ז''ל
בן בוזי האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:
ווי באקאנט האט מען פון ר' אלעזר ריישער זצ"ל געהערט ממש אפענע דיבורים, אז מ'זאל פארען אויף אמעריקא
רבי אלעזר ריישער זצ"ל האט געשיקט זיינע חסידים וואונען אויף אמעריקא, און ווען מ'איז געקומען צו איהם מיט טענות היתכן, האט ער געענטפערט וואס זאל איך טוהן? איך זעה אז די ערד פון יוראפ וועט ברענען און ס'וועט נישט מעגליך זיין דאהי צו פארבלייבן. http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=27263 והרה"ח הישיש רבי אהרן שטערן ע"ה איז געשיקט געווארן על פי פקודתו, נאך פאר ער איז ארויס געפארן קיין אמעריקא, און טאקע איבערגעלאזט איינילעך ירא ה' וחושבי שמו

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט ביים בהנחת אבן הפינה לת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:02 pm
דורך בעל החבית
פששש... אינטרעסאנט !
איז דא עפעס א בילד פון דעם ר' אהרנ'ען ביי די מאורע (אדער סתם א בילד פונעם) ?

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט ביים בהנחת אבן הפינה לת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:27 pm
דורך מייןקינד
10101...jpg
10101...jpg (113.85 KiB) געזען 3236 מאל

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט ביים בהנחת אבן הפינה לת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:28 pm
דורך מייןקינד
צים לינקס פין ר עזריאל זעיט מען עם

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט ביים בהנחת אבן הפינה לת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:34 pm
דורך מייןקינד
10102020.pdf
(160.92 KiB) געווארן דאונלאודעד 405 מאל

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט ביים בהנחת אבן הפינה לת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:37 pm
דורך להודיע
די רביצין מיט ר' שלמה יענקל...

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט ביים בהנחת אבן הפינה לת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:45 pm
דורך היסטאריקער
דער רבי האט געפרעגט ר' הערש מיילעך ווצ"ב לאויש"ט בצחות, נו ווי איז דיין שטריימעל

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט ביים בהנחת אבן הפינה לת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 2:15 pm
דורך yoy
מען קען נישט מסביר זיין וואס א געדענג עס האט דאן געהערשט און בית מדרש קהל חרדים ווען רבינו הקדוש מסאטמאר האט דאמאלס ערשיינט

עס דאכט זיך מיר, אז די רעדנער פונעם מעמד זענען דעמאלט געווען

הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ע"ה - טשערמאן, ער רעט כסדר צווישען אלע רעדנער
הרה"ג ר' אלתר יחזקאל הורוויץ ז"ל דומ"ץ ק"ק וויען ב"פ ולאחמ"כ רב ביהמ"ד צאנזער קלויז במאנסי
הרה"צ ר' אברהם מנחם מענדיל וואגשאל שליט"א אב"ד שיניאוו מאנסי
געווען עפעס א פייערדיגר דרשה
הרה"ג ר' נתן יוסף מייזעלס ז"ל
הרה"ח ר' סענדר דייטש ע"ה
ראביי ר' חיים ברוך גלאק לאוי"ט
דברות קודש מאת כ"ק מרן רביהקוה"ט זיעועכי"א
הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל גבאי נאמן צום סוף וועלעכער האט איבער געזאגט דעם דברות קודש

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט ביים בהנחת אבן הפינה לת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 2:15 pm
דורך עימעקס
פארנט פון רבינ'ס טיש זעט מען צוויי יונגעלייט שמועסן, זעהט מיר אויס ווי ר' אייזיק שניצלער ע"ה פון מאנסי און זיין ברידער להבחל"ח ר' מיילעך משה, שטימט?

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:02 pm
דורך yoy
רבנים און שיינע אידן וועמען מען דערקענט און מען ווייסט אז זיי זענען דארט געווען
הרב שמואל ״שמעלקא״ ישכר דוב טויבנפעלד דער מרא דאתרא פון קהל חרדים סאטמאר מאנסי
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי זצ"ל
הרב נתן יוסף מייזעלס מנהל ור"מ ישיבת תו"י ד'סאטמאר
הרב משה ניישלאס רב דשיכון סקווירא
הרב יחזקאל הורוויץ רב דביהמ"ד צאנזער קלויז במאנסי
הרב אבא בערמאן עיון התלמוד
הרב מנחם מנדל יוסף זאקס חתן חפץ חיים ר"י חפץ חיים ראדין
הרב אברהם מנחם מענדיל וואגשאל שיניאווער רבי פון מאנסי
הרב שלום אליקים געציל בערקאוויטש דיין דקרית יואל
הרב ר' שבתי מרדכי בערקאוויטש מנהל התאחדות הרבנים
הרב ישראל רוזנבוים מסטאניסלאוו פון מאנסי
הרב אברהם מיכאלאוויטש פון מאנסי
הרב אברהם קארפ
הרב ר' שבתי וויגדער
הרב ר' משה גרין
הרב דוב גרינבוים
הרב ישראל האגער דאן רב שיכון וויזניץ, ואחיו ר' דוד
הרב שלום שניצלער טשאבער רב פון לאנדא
הרב ברוך כהנא ספינקער רבי פון אנטווערפן
הרב געלדצעלער
הרב פייוועלסאן
הרב מענדלאוויטש
הרב קענטער
הרב וואלפין
זידיטשויבער רבי
ר' אברהמ'לע ווערצבערגער
ר' זלמן בינער מנהל רוחני מוסדות סאטמאר מאנסי

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:17 pm
דורך נעכטן
דאס איז געווען שיין באשריבן אין איד נשט לאנג צוריק אויב כ'געדענק גוט אינעם תשל''ט ארטיקל

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:24 pm
דורך היסטאריקער
דאכט זיך אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זצ"ל איז אויך געווען

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:25 pm
דורך לא ימושו מפיך
מאנסי איז דעמאלטס געווען א קליין דערפל, די גאנצע שטעטל איז ממש געווען איבערגעדרייט מיטן רבין׳ס באזוך
די אבן הפנה האט מען געלייגט אויף ספראל ווי די פלאן איז דעמאלטס געווען צי בויען די חדר
ביים בויען די בית המדרש אויף מאנסי בלווד און די חדר אויף סאוט מעדיסאן האט מען געברענגט א שטיקל פון די אבן הפנה

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:29 pm
דורך יציב פתגם
לא ימושו מפיך האט געשריבן:
די אבן הפנה האט מען געלייגט אויף ספראלווי די פלאן איז דעמאלטס געווען צי בויען די חדר
וואו איז דאס?

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 4:37 pm
דורך פישל
דאס איז אן אלטע איינגעגעסענע טעות, אז דער לעצטער מעמד ברבים פונעם רבי'ן צווישן עולם איז געווען ביים אבן הפינה אין מאנסי.

דער לעצטער מעמד איז געווען דער דינער פון מוסדות יטב לב אין וויליאמסבורג אין זאל פון קאנטינענטאל, ווי דער רבי איז אריינגעקומען בשארית כוחותיו און משמיע געווען דברות קודש.

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:04 pm
דורך yoy
מעגלעך ווייל עס איז נישט דא בילדער דערפון

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:06 pm
דורך yoy
בדו. ווייסט איינער דעם דאטאם פון דעם לעצטער מעמד למוסדות יטב לב אין זאל פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:13 pm
דורך היסטאריקער
yoy האט געשריבן:
בדו. ווייסט איינער דעם דאטאם פון דעם לעצטער מעמד למוסדות יטב לב אין זאל פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג
איך געדענק נישט דעם דאטום, אבער געדענק עס זייער גוט, און אז עס איז געווען פאר שבועות

איך האב מיך דארט ל"ע צובראכן א פיס, שטופענדיג זיך צו זען דעם רבי'ן, און צוליב דעים נישט געקענט פארן אויף קר"י אויף שבועות

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:30 pm
דורך פישל
היסטאריקער האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:
בדו. ווייסט איינער דעם דאטאם פון דעם לעצטער מעמד למוסדות יטב לב אין זאל פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג
איך געדענק נישט דעם דאטום, אבער געדענק עס זייער גוט, און אז עס איז געווען פאר שבועות

איך האב מיך דארט ל"ע צובראכן א פיס, שטופענדיג זיך צו זען דעם רבי'ן, און צוליב דעים נישט געקענט פארן אויף קר"י אויף שבועות
זונטאג פ' נשא

Re: היסטארישער מעמד הנחת אבן הפינה בעיר מאנסי א' במדבר תשל"ט מרבינו יואל כמעמד האחרון וכיסוד לסאטמאר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:54 pm
דורך yoy
איין וואך שפעטער

Re: היסטארישער מעמד הנחת אבן הפינה בעיר מאנסי א' במדבר תשל"ט מרבינו יואל כמעמד האחרון וכיסוד לסאטמאר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:55 pm
דורך פרעג
עס איז פארהאן א ווידאו (אדער אפשר האט עס נאך דעמאלט געהייסן מאווי) פון דעם מעמד.

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 6:50 pm
דורך מיללער
yoy האט געשריבן:
רבנים און שיינע אידן וועמען מען דערקענט און מען ווייסט אז זיי זענען דארט געווען
הרב שמואל ״שמעלקא״ ישכר דוב טויבנפעלד דער מרא דאתרא פון קהל חרדים סאטמאר מאנסי
הרב נתן יוסף מייזעלס מנהל ור"מ ישיבת תו"י ד'סאטמאר
הרב משה ניישלאס רב דשיכון סקווירא
הרב יחזקאל הורוויץ רב דביהמ"ד צאנזער קלויז במאנסי
הרב אבא בערמאן עיון התלמוד
הרב מנחם מנדל יוסף זאקס חתן חפץ חיים ר"י חפץ חיים ראדין
הרב אברהם מנחם מענדיל וואגשאל שיניאווער רבי פון מאנסי
הרב געציל בערקאוויטש דיין דקרית יואל
הרב ישראל רוזנבוים מסטאניסלאוו פון מאנסי
הרב אברהם מיכאלאוויטש פון מאנסי
הרב אברהם קארפ
הרב ר' שבתי ביגדער
הרב ר' משה גרין
הרב דוב גרינבוים
הרב ישראל האגער דאן רב שיכון וויזניץ, ואחיו ר' דוד
הרב שלום שניצלער טשאבער רב פון לאנדא
הרב ברוך כהנא ספינקער רבי פון אנטווערפן
הרב געלדצעלער
הרב פייוועלסאן
הרב מענדלאוויטש
הרב קענטער
הרב וואלפין
זידיטשויבער רבי
ר' אברהמ'לע ווערצבערגער
ר' זלמן בינער מנהל רוחני מוסדות סאטמאר מאנסי
ר' שבתי מרדכי בערקאוויטש מנהל התאחדות הרבנים

דער רבי דער ברך משה זצ"ל ובניו שליט"א זענען נישט געווען?

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:26 pm
דורך נייע שטאט
פישל האט געשריבן:
דאס איז אן אלטע איינגעגעסענע טעות, אז דער לעצטער מעמד ברבים פונעם רבי'ן צווישן עולם איז געווען ביים אבן הפינה אין מאנסי.

דער לעצטער מעמד איז געווען דער דינער פון מוסדות יטב לב אין וויליאמסבורג אין זאל פון קאנטינענטאל, ווי דער רבי איז אריינגעקומען בשארית כוחותיו און משמיע געווען דברות קודש.
קען זיין ווייל דער יטב לב דינער איז געווען א געלט אקציע נאר אידן העכער די חתונה און נאר פון וויליאמסבורג געלאדענט. מעגליך נאך האבן אריין געכאפט א געלעגנהייט צו זען דעם רבי'ן וזהו.
די מאנסי מעמד געדענק איך די גאנצע סאטמאר'ע ציבור איז זיך צוזאמגעלאפן עס איז געווען א מורא'דיגע טאראראם און א שמחה. אלע קינדער האבן עס אין זכרון און דאס געבן זיי איבער זייערע קינדער,

Re: היסטארישער מעמד הנחת אבן הפינה בעיר מאנסי א' במדבר תשל"ט מרבינו יואל כמעמד האחרון וכיסוד לסאטמאר מאנסי

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 8:20 am
דורך yoy
נעכטן האט געשריבן:
דאס איז געווען שיין באשריבן אין איד נשט לאנג צוריק אויב כ'געדענק גוט אינעם תשל''ט ארטיקל
פרעג האט געשריבן:
עס איז פארהאן א ווידאו (אדער אפשר האט עס נאך דעמאלט געהייסן מאווי) פון דעם מעמד.
אדרבא, קען איינער דאס אפיר ברענגען ביטע?

Re: היסטארישער מעמד האחרון מרביה"ק מסאטמאר א' במדבר תשל"ט בהנחת אבן הפינה להת"ת בעיר מאנסי

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:33 am
דורך Ban Mazel
יציב פתגם האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:
די אבן הפנה האט מען געלייגט אויף ספראלווי די פלאן איז דעמאלטס געווען צי בויען די חדר
וואו איז דאס?
דא לעבן די פאסט אפיס

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: