די פארשידענע אפציעס צו האבן א קאר פאר א צוגענגליכן פרייז אין די תקופה
1) אפקויפן דעם ביז איצטיגן ליעס. אויב עס איז אינטערעסאנט קען זיך דאס שטארק לוינען, עס איז געווענליך פיל בעסער ווי די בעסטע דיעל אויף א יוזד קאר. מען דארף צו קענען באקומען א הלואה (הגם מיט א הויכער עי פי אר אזוי ווי אלעמאל ביי א יוזד קאר) וואס קען אויסקומען אפשר ביליגער פער חודש ווי דער ליעס פרייז וואס מען האט געצאלט
2) איבער נעמען א צווייטנס ליעס - אויב מען וויל דורכשוויצן די שווערע תקופה מיט די ווייניגסטע קאמיטמענט, און ווי נאר זאכן גייען צוריק צו נארמאל קען מען זיך ווייטער ערלויבן א ברענד ניו קאר, דארף דאס צו זיין גאנץ א גוטע אפציע בתנאי אז דער ליעס איז עלטער ווי אנדערהאלבן יאר (בערך? די צייט ווען די קאר פרייזן זענען ארויף ווי משוגע).
3) ליעסן א יוזד קאר, מען קען טרעפן אזאנס. די מעלה איז אז מען איז ווייטער נישט אראפ געבינדן אזוי שטארק ווי ביים קויפן א יוזד קאר.
4) קאר רענטל אין ווייטע פלעצער. דער עולם איז מכובד אריינצוקומען מיט אפדעיטעט דעטאלן ווי וואס ווען, ווי אויך וואס מען טוט מיט אינשורענס
5) אפקויפן - פיינענסן - א יוזד קאר.
עפעס אויסגעלאזט?